הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:16 pm

די גרעסטע לוחמים קעגן די אגידה זענען געווען די בעלזא חסידים, סאטמר האט זיך נישט געוואגט צו ארויסגיין אזוי שארף קעגן די אגודה ווי בעלזא, אבער דער כיטרער רשע איטשע מאיר האט באוויזען צו לייגן זיין טמאנעם האנט אויפן הייליגן בעלזער רב זי''ע דער קדוש ישראל, וואס האט פארטינקעלט דער זון מיט זיין גרויס קדישה וצדקות.... ועל זה דוה לבינו........ ווי דער הייליגער בעלזער חסידות איז אריין געפאלן אינעם שמאלץ טאפ פין מינות ואפיקורסות רח''ל אלעס א דאנק דעם פוילישען זייפן איטשע מאיר ........
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:19 pm

אן אמתער חסיד פינעם מלאך אלוקים און קדוש ד' די צדיק פון בעלז דארף באוויינען וואס די אגודה האט נעבעך געמאכט פאר דעם איש קדוש
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2054
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:28 pm

נעבעך לעפעל איך האב באמת ובתמים רחמנות אויף דיר ,רפו''ש בקרוב.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:32 pm

איך אויך האט געשריבן:נעבעך לעפעל איך האב באמת ובתמים רחמנות אויף דיר ,רפו''ש בקרוב.


אמן, ואמן והמתברך יתברך בכפלי כפליים, וכל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר נענה תחילה, וליל טוב. ויה''ר שנזכה לקבל את התורה באהבה וביראה, בחדוותא עילאה, אמן ואמן
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:36 pm

דער שטירמער-קאך לעפל האט געשריבן:אגב רבינו הקוה'ט זי''ע האט געהאט אן אומהויערע הערצה צום טשעבינער רב זי''ע, דער טשיבינער רב איז געווען דער מסדר קדישין ביי רבינו הקוה''ט זי''ע בזו''ש, די חתונה איז פארגעקומען אין טשעבין תרצ''ו, דער טשערבינער רב זי''ע איז געוען א גאון וצדיק וואס מען קען גאר נישט געפונען היינט, און אזוי איז אנגענומען אין סאטמאר. ער האט געלערענט בחברותא מיטן לוחם מלחמות השם רבי עמרם בלוי זי''ע, און זינט די פרשה פון די בחירות האט רבי עמרם נישט געוואלט מער איבערטרעטן דעם שוועל פון טעשרבינער רב'ס הויז, און דער הייליגער צדיק האט דאס פארשטאנען, ער האט אבער נישט געקענט ביישטיין דער טעראר פינעם רשע וזייפן איטשע מאיר שר''י.

איי די בחירות? די אלע וואס ווייסן וואס פאר א רשע און זייפן איטשע מאיר לעווין איז געווען האבן גארנישט קיין קשיה, איטשע מאיר וואלט געקענט ארויס שלעפן א תשובה פון טשעבינער רב זי''ע אז מען מעג עסן חזיר, אזא רשע איז ער געווען.

ווען רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען אין מארינבאד, אינאיינעם מיטן הייליגען אמרי אמת זי''ע, האט ער זיך גאר שטארק מתווכח געווען מיט אים בנוגע דער אגודה, דער אמרי אמת זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיינעם אז אין פוילן מיז מען זיך אנשליסען אין די אגידה, האט רבינו הקוה''ט זי''ע אים געזאגט אז אין אונגארן זענען אלע גדולי ישראל קעגן די אגידה, און מיט וואס פאר א רעכט האט די אגידה אריין צו קומען אין אונגארן? דער היליגער אמרי אמת האט זיך פאר וויילע פארטראכט, און ער האט געגבען גערעכט פארן רבי'ן זי''ע, אז אין אונגארן האט די אגידת ישראל גארנישט פארלוירן, האט דער רבי זי'ע געבעטן אז ער זאל אים עס געבן בכתב, דער הייליגער אמרי אמת האט טאקע מסכים געווען, און ער האט אפגעשריבען א בריוו אז די אגידה האט נישט קיין רעכט, אריין צושטעלן אירע פוס אין א שטעטל ווי דער מרא דאתרא איז דערגעגען.

עס גייט אריבער א פאר וואכן אין רבינו הקוה''ט זי''ע ערהאלט א בריוו פינעם שקרן וזייפן איטשע מאיר, אז היות ער האט ארויסדערווישט א בריוו פינעם שווער דעם הייליגען אמרי אמת זי''ע בנוגע די אגידה, זאל ער שוין ציריק שיקן דעם בריוו, דער רבי זי''ע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט... רבי פייוויש דער גבאי האט געבעטן דעם רבי'ן זי''ע אז ער זאל זיך כאטש וויסענדיג מאכן, ווייל דער זייפן און שייגאץ איטש מאיר איז געווען גאר א מאכטפולער פארשוין אין פוילן, אבער דער רבי זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט, און בשו''א נישט געוואלט אפי' ציריק שרייבען קיין איין ווארט, דער רבי זי''ע האט געטענה'עט, אז אויב דער רשע איטשע מאיר זאל נאר האבן זיין לעדערהעד, וועט ער שוין צולייגען זאכן מדעת עצמו... און ער האט בשאו''א נישט געוואלט אז דער רשע זאל האבן דער געלעגענהייט. עד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא.... ווען ער האט געזאגט אז עס איז נאכט האבן צוויי כשרע עדות געמיזט ארויסגיין קוקן צו עס איז טאקע נאכט.... ער האט געקענט מיט זיין פויליש טרייפע פיסק מטהר זיין א שרץ מיט ק''ן טעמים. ער האט איינגעפאקט קוק'ן אלף פעמים.... אזא זייפן און שקרן איז נישט געווען זינט שבתי צבי ימ''ש.....

=============
אויסצוג פון דער שטירמער יארע 2015.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:40 pm

ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:00 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!

ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געווען מיט אוממענטשן? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! מיט אומערצויגענע חיות וואס שרייבן שר"י אויף רי"מ לוין און הגה"צ אויף שש"ט, האב איך מיך נישט מתווכח געווען!


#שטירמער יארע 2015 אלערט.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך קפה נמס » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:33 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:עד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא......

דיין תגובה איז נישט ווערד קיין התייחסות. אבער די אויבנדערמאנטע מימרא פון בעלזער רב ז"ל איז א טיפיקעל דוגמא פון די סילופים וכזבים הנזכרים לעיל..

עס איז געווען צוויי רשימות וואס זענען געלאפן ביי די בחירות באותו זמן מיט די נאמען אגודת ישראל. בעלזער רב זצ"ל האט מראה מקום געווען אז מ'זאל וועלן פאר איטשע מאיר'ס אגודה, מען זאל זיך נישט טועה זיין מיט פועלי אגודת ישראל.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 2:28 am
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:53 pm

נישטא ווער עס זאל לאכען.......
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג מאי 22, 2015 2:00 am

קאך_לעפל האט געשריבן:נישטא ווער עס זאל לאכען.......

אודאי!
רוב חברי הקאווע שטיבל לאכן פון דיר, אזש מתים וועקן זיך אויף פון דעם הילכיגן געלעכטער.

ווען זיי ווערן געוואויר פארוואס און פון וועם מיר לאכן, זינקען זיי איין פאר בושה אז ס'נאך דא אזעלכע שטירמער'ס ווי דיר אין כלל ישראל, און פאקן זיך גלייך צוריק אין ערד.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 22, 2015 6:44 am

ס'קען איינער זאגען פונקט וואס האט מען אפגענארט דער בעלזער רב? וואס פארא שקר האט מען איהם געזאגט אז ער האט מסכים געווען צו טרעטען אויף אן אפענער איסור אין תורה, א יהרג ואל יעבור? מ'רעדט און מ'רעדט פון אפנער'ן אבער קיינער קען מען נישט זאגען וועלכע שקר מ'האט איהם געזאגט! דער בעלזער רב איז לכו"ע נישט געווען קיין נער, מ'האט זיכער א געזונטע שטיקל דא אפגעטוהן, ניין?

און דער בעלזער רב'ס התנגדות צום אגודה, אפילו אינדערהיים, איז גארנישט אזוי באשטעטיגט. יא, זיין טאטע איז געווען קעגען לויט יענער אומשטענדען, אבער זיין זוהן האט גארנישט געזאגט קעגען, און די אומשטענדען אין א"י איז אזוי ווייט פון פוילין, אז דער צושטעל פון ביידע זייטעו, די תומכים און די מתנגדים שטימט נישט.

וועגען איטשע מאיר איז אם אינטרעסאנטע זאך. איך קען עסקנים פון דער נאנט און איך בין גאנצליך נישט נתפעל. אבער ביי איטשע מאיר ווערט א גאנצע טאראראם. אדער איז ער א חכם מכל אדם א תלמיד חכם שאין כמוהו און א משונה'דיגע ערליכע צדיק וכו' וכו' וכו', אדעק איז ער פון די ערגסטע זייפנים ושקרנים וואס איז נאר מעגליך. ס'איז נישט מעגליך אז ער איז געווען א פלעינע עסקן, געליינט דער דעת תורה אין צייטונג און געטוהן פאר'ן אידישע געזעלשאפט וואס ס'האט גענויט, טאקע פונקט ווי הרב משה דוד נידערמאן וכדו', נישט מער און נישט ווייניגער? Try that one on for size
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג מאי 22, 2015 7:57 am

וועגן בעלזאער רב'ס מיינונג בנוגע בחירות האב איך שוין דא געשריבן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4844 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג מאי 22, 2015 10:44 am

קפה נמס האט געשריבן:@גאנצל
איינער וואס רוב דבריו איז געשטעלט צו פארהוילן און פארדרייען די אמת, פעלט נישט אויס צו ברענגען איינציגע משלים.

ווען דו וואלסט געקענט די מציאות פון דער נאנט, און וואלסט געהערט ווי ער שילדערט פאר די בחורים מוצ"ש ווער רב שטיינמן איז וואלסטו געבראכן פאר עקל.

ער שטייגט איבער לדעתי אלע מזייפים, ווייל לויט די מאס ידיעות וואס ער האט, מוז זיין אז ער ווייסט דעם אמת, און איז במזיד מסלף.

נעם א משל די אויבנדערמאנטע מאמר ווי ער טרעפט אויס אז אלע גדולים זענען געווען עטוואס איינשטימיג מיט'ן רבי'ן. ווי ער לאזט אויס אלע קלארע עדות'ן פון אלע וואס האבן זיך טעגליך געדרייט פאר יארן לאנג ארום די גדולים און ער כאפט זיך ארויף אויף צוויפלהאפטיגע מימרות מיט שוואכע מקורות. דארפסט מער פון דעם ??


גענטפערט ווי א סאטמארער........ מ'דארף נישט אויפווייזן

הער מיך אויס דער הר' טעלער ברענגט מעשה'ס און מאמרים פון מענטשען מיט נעמען אז דו קענסט עס אפווענדן איז גוט אז נישט איז עס יור פראבלעם
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

הודעהדורך אלס ווייסער » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:40 pm

שש משזר האט געשריבן:פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען דעם פראבלעם וואס איז מער נפוץ אין סאטמאר ווי אין אנדערע קרייזן, דארף נישט מער ווי ליינען איש את רעהו'ס ווערטער צו כאפן פונקטליך דעם פראבלעם. ב"ה די סארט שמאלקעפיגקייט ווערט ווייניגער און ווייניגער, און מער און מער סאטמערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט פיליפינע"ן און טעלערלע"ך [ווער געדענקט?], אבער דאס איז אין קורצן זייער פראבלעם.

ואליכם @איך אויך, @דעת תורה, @ליטוואק פון בודאפעסט, ושאר חברים אקרא בקול גדול: זייטס מונע דעם נארישן ויכוח, מיט א נארישן ניק, וואס רעדט נארישקייט אויף איינער פון די גרעסטע גדולי הדור. זיין פלאץ איז אין צימעס, דארט קען ער עסן מייערן מיט צימעס אנעם עפענען א גמרא, און דארט קען ער פסק'ענען וויפיל ער וויל ווער איז א 'הגה"ק' און ווער איז בלויז א 'ר'.

איך שרייב נישט דא כמעט אבער איך דריי זיך אסאך, דאס איז וואס מיר באדערט פון קאווע שטיבל, איעדעס מאל וואס די סאטמארע נושא קומט ארויף (און עס קומט אסאך ארויף) איז אויב ביזטו קעגן סאטמאר ביזטו וועלקאם צו שרייבן וואספארא שטותים/שקרנות און קללות קעגן סאטמאר איר ווילט, די מינוט וואס איינער קומט זאגן די אנדערע זייט הייבט זיך אן א גאנצע מערכה ״גיי קיין צימעס״ אדער ״שמאל קעפיגער סיקריק״ וכו׳ וכו׳, העלאו??? הזאת קאווע שטיבל? קען מען טאקע מער נישט האבן א נארמאלע ארגומענט דא?

לעניננו: ליינט דורך דעם אשכול וועט איר זען אז קיינער האט נישט געברענגט קיין שום באווייזן צו בארעכטיגן זיין זייט, פארוואס זאל דאס זיין אזוי? מיר לעבן היינט אין די ״אינפארמעישן עידזש״ וואו כמעט אלעס איז אוועילעבל אנליין, פארוואס זאל זיך קיינער נישט מיען צו פירן א נארמאלע אינטעליגענטע שמועס אן קיין העיט?
איך דריי זיך שוין דא פונעם טאג וואס קאווע שטיבל האט זיך געעפנט און איך מוז אייך זאגן אז די קוואליטי דא האט געדראפט צו למעטה מעשרה טפחים, א ״healthy argument " איז ״די״ סיבה פארוואס קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן, פארוואס זיך נישט האלטן דערצו עכ״פ למחצה לשליש או לרביע?

אגב נאטינג פערסאנעל קעגן רב שש משזר, איך האלט איר זענט א גוטער שרייבער, עס איז פשוט די ענווייראמענט דא איז פאר׳סם׳ט
אלס ווייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 07, 2012 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:56 am

קודם כל, האסט דאך דאס געקענט שרייבן ווען דער אשכול איז געווען אקטיוו, לשיטתך אז דו ליינסט אקטיוו זייטן אנהייב פונעם התייסדות פון קאווע שטיבל.

לגוף דבריך, חוץ פונעם באזונדערן ייש"כ פארן האקן אויפן שטיבל וואו דו דרייסט דיך מיום הווסדה - אנעם צוגעבן עפעס צום שטיבל, פארשטיי איך נישט וואס דיין יעצטיגע תגובה האט געזאלט צוגעבן. כ'האב שוין געשריבן קלאר - אויף אן ענדליכן טענה פון א צווייטער, אינעם אשכול - אז ער זאל אהערברענגען סיי וועלכע ארטיקל פון 'איז דער חוב טאקע אזוי קדוש?' פון שש"ט, וואס איז געווען א 'פראנט ראנער' ארטיקל אין בלאט גאר א לאנגע צייט, און איך וועל אויפווייזן זיין ליצנות, שקרנות, וסילופים, אין 'נאו טיים'.
איך גיי נישט נאכפלאפלען זיינע בויך וויי, כדי זיי אפצואווענדן. ברענג דו זיין לשון, און איך וועל אים צומאלן אין א מינוט.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 10:18 pm

כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך אדונינו » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:37 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

איר מיינט ׳דער בלאט׳??
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:48 pm

שש משזר: האלאו. דו ביסט דאהי. שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...!
אדורכבלעטערנדיג האביך באמערקט דיין תגובה פון מאי 21. 11:26 ביינאכט. (בערך) דו ברענגסט אן אויסצוג פון דעם שטירמער שרייבער וועלכער הייסט קאך לעפל. (א חוצפה אנצורופן ר' איטשע מאיר לעווין שייגעץ און אנדערע כינויים של גנאי.(
דו האסט אבער פארגעסן מוסיף צו זיין דאס ווארט.בעיבי. איך ווייס נישט אויב יוליוס שטרייכער ימח שמו (א קאלעגע פונ'ם קאך לעפל) איז געווען אזא בעיבי ווי די בהמות זענען... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:56 pm

שש משזר האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!

ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געווען מיט אוממענטשן? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! מיט אומערצויגענע חיות וואס שרייבן שר"י אויף רי"מ לוין און הגה"צ אויף שש"ט, האב איך מיך נישט מתווכח געווען!


#שטירמער יארע 2015 אלערט.

שש משזר: ליינענדיג דיין תגובה פון פאראיאר, האט זיך מיין האנט אינסטינקטיוו גערוקט צום לייק קנעפל. אבער איך האב באמערקט אז איך האב שוין פאריאר געדרוקט דעם לייק קנעפל. און אונז ווייסן דאך דעם כלל פון .."כל היתר כניטל דמי"..." ווען איך וואלט געווען א מגיד שיעור (א בעל עגלה א מגיד שיעור)... :lol:
וואלט איך געברענגט דעם משל. ס'נישט דא א מער צוגעפאסטע משל. נאר מיט 40 יאר צוריק האט מען נישט געקענט מסביר זיין פאר תלמידים וואס ס'מיינט א ..."לייק"... באטטאן... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:04 am

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

שמעקעדיג: יא. זיכער. ס'איז נאר דא אן איינציגער. אחד יחיד ומיוחד.
מהאי טעמא האביך טאקע נישט געשריבן די וואך מיינע קאמענטארן אויף זיין פערדישן ארטיקל... :roll:
ער איז אזוי פרעדיקטעבל. אז ווען כ'האב אפגעליינט די ערשטע פאר שורות האביך כאילו געמאכט א ..."בעט/וועט" מיט מיר אליין אז איך ווייס וואו אהין דער ארטיקל צילט. און ווער זיינע סובדזשעקטס גייען זיין. למשל, דער חמור, דער מלך החיות וועט זיין נתניהו מיט די מדינת ישראל רעגירונג און די חברי כנסת המינים פון די אגודה. און פארשטייצעך אויך דער ..."פרייער" צר החינוך נפתלי בענעט...! אזוי איז א יעדע וואך ער איז פרעדיקטעבל. ווייל ער קייעט איבער די זעלבע שטותים והבלים וואך איין. וואך אויס. ככלב שב על קיאו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:16 am

אדונינו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

איר מיינט ׳דער בלאט׳??

ניין. איך האב געמיינט דער איד. און דעריבער פרעג איך טאקע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:18 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

איר מיינט ׳דער בלאט׳??

ניין. איך האב געמיינט דער איד. און דעריבער פרעג איך טאקע.

וואסי..? הרב ישראל מ. סופר האלט שוין ביי ריטייערן...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:56 pm

דברים כדרבונות פון ידידינו @שיטה מקובצת:
דברי מחאה על מחאות ההבל של בעל האשכול
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 2:28 am
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 9:21 pm

אין די אויסגאבע פון בלאט פון די פארגאנגענע וואך פ' בראשית, האט הרב טעללער שליט"א זיך צולאזט מיט א מאדנע העדליין. ...,נישט קיין מאראטאן. און נישט קיין כאפצעם...נאר...!

כדרכו ב'בהמה'שקייט קומט ער אייביג פונ'ם ..."לינקן פעלד"...און מאכט א מאדנע נקודה שלא מן העניין. געוויינליך נאכ'ן אדורכליינען דעם 2'טן פאראגראף ווארף איך עס אוועק. ווייל איך כאפ שוין זיין נקודה. און ס'עקלט מיך א יעדעס ווארט וואס ער זאגט. יעצט, אבער האט מיך געצויגן דאס נייגעריגקייט. און כ'האב מיך געצווינגען אדורכצוליינען זיינע אלע שטותים וואס ער בראקט דארט. נאר פאר מ'גייט ווייטער האביך באמערקט אז ער הייבט אפילו נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט. שמועסנדיג איבער די 3 געהויבענע טעג פון הושענא רבה, שמו"ע און שמחת תורה, האט ער געוואלט ווייזן זיין גאונות. און ער ברענגט צו א בלע"ז פון רש"י הק'. ס'איז אבער די ראנג בלע"ז...! איך וועלל נישט אראפברענגען די פרטים. ווייל פאר אונזערע חשוב'ע ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל (עפ"י רוב. רובא דרובא.) ליגט די גאנצע בלע"ז ביזנעס נאך ווייניגער ווי אין די לינקע פיאה. שוין. אריינגייענדיג טיפער אין די סוגיא, ברענגט ער אראפ א מחזה הוד וואס ער האט געזעהן. אז הונדערטער יונגעלייט זענען געלאפן אום שמחת תורה פארטאגס. האט ער צוערשט געמיינט (מיט זיין פאלשן, געמאכטן תמימות. אזוי וויל ער איינרעדן פאר'ן עולם.) אז מ'לויפט צו א כאפצעם. אדער ח"ו צו א מאראטהאן. ביז ער האט מכח נייגעריגקייט געפרעגט עטליכע יונגעלייט וואס איז די געלויפעניש. האבן זיי איהם (דעם תמימות'דיגן יונגל) געזאגט אז זיי לויפן אהיים נאך צו קענען מאכן קידוש און עסן די יו"ט'דיגע סעודה פאר'ן עלות...!

אט יעצט צופיהרט ער זיך די הענט. און ער הייבט אן צו שילדערן בשבחם פון אט די יונגעלייט. אבער ביי איהם, מאכן א פאזיטיווע נקודה אן אראפצוקלאפן א צווייטן. אדער א צווייטע גרופ איז דאך נישט מעגליך. זאגט ער אזוי. דאס איז א שינע מחזה הוד. לעומת די אנדערע היימישע אידן וועלכע פלעגן, נאך בימי רביה"ק זי"ע, אפדאווענען א שנעללן מעריב. און מאכן שנעללע הקפות (כלשונו). און אהיימגיין מאכן קידוש. עסן די סעודת יו"ט און נאכדעים צוריקקומען צו די הקפות פון רעבי'ן זי"ע. שרייט ער אז דאס טויג נישט. און אגב, וויינענדיג און קלאגנ'דיג באוויינט ער שוין אויכעט די אלע איבעריגע פירצות פון כלל ישראל.די פירצות בעניני צניעות. מיט די לאנגע, פריצות'דיגע שייטלעך (כלשונו). און די סמארטפאונס. און די אלע איבעריגע נגעי ה'טעכנאלאגיע. יא. אויכעט די פירצה אז די מענער רעדן צו די שוועגערינס און שוועסטערס. מיט די קרובי המשפחה פון די ווייבער שול. (כלשונו)...!

אבער... אט די ינגעלייט וועלכע זענען געלאפן שמח"ת פארטאגס אריינצוכאפן קידוש און די סעודת יו"ט פאר'ן עלות. זיי האבן אט די אלע אויסגערעכנטע מעלות (היפוך פון די חסרונות פון די אנדערע גרופס ביי כלל ישראל. כלשונו)...זאגט ער זיי אז זיי זאללן זיין שטאלץ און זיין בבחינת ויגבה לבו בדרכי ה'. ואל יבושו מפני המלעיגים. כאילו ס'איז דא איינער וואס שטערט זיי. אדער קוקט זיי אראפ...!

יא. נאך א נקודה פאר זיין קיטרוג אויף כלל ישראל האט ער געמאכט. אז רוב פון די היינטיגע יונגעלייט גייען מיט אויסגעפוצטע בערד. און אויסגעביגלטע העמעדער...!

לידיעתך. הרב ש.ב. מרגליות שליט"ע. לויפן שמח"ת פארטאגס כדי אריינצוכאפן קידוש און די סעודת יו"ט פאר'ן עלות. ניין. דאס טוה איך ליידער נישט. ווייל יענע שעה כראפעץ איך ב"ה גוט אוועק אין מיין בעט. איך דריי מיך אפשר אויס אויף די צווייטע זייט. אבער מיין בארד איז היפש צולאטשעט. (אזוי זאגט מיין משפחה). און איך האב שוין נישט אנגעטון א געביגלטן העמעד פאר די לעצט 30 יאר (לכה"פ. מיינע אלע העמעדער זענען פערמאנענט פרעסס. און זיי ווערן אנגעטון פונקט אזוי ווי זיי קומען ארויס פון די וואש מאשין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 9:57 pm

איך האב געזעהן דעם ארטיקל וועגן די יונגעלייט וואס זענען "געלאפן" כאפן א סעודה פאר'ן עלות. די טיפקייט פון טעללער'ס מרה שחורה און דורכגעפוילטקייט דארף א טעללער דאס צו באשרייבן. דער מענטש איז אנגעפרעסן מיט אזא מין שנאה צו יעדער וואס איז א טראפ אנדערש פון אים, אז זיין שרייבעכץ שפירט ווי מ'ליינט עפעס פון א דורכגעברענטען אנטיסעמיט.

ס'האט מיר ממש אויפגעשוידערט ווי ער רעדט פון יונגעלייט וואס זענען אביסל מער צוגעשטעלט ווי די עלטערן. ער זאגט "לא אל הנער הזה התפללתי". וויפיל השחתה ליגט אין דעם קראנקען מח פון דעם מענטש וואס לייגט אריין אין די מויל פון עלטערן ווי כאילו א וואויל קינד וואס איז געזונט און שטארק, און חתונה געהאט, פירט א נארמאל לעבן, איז נישט וואס ער האט זיך גע'חלום'ט. ווי כאילו די עקזיסטענץ פון דעם זוהן איז די עלטערנ'ס חלום און זייער נחת, ווי כ'האב אמאל ערווענט אין מיין טור אינעם גרויסן "נחת פעקטארי".

ווער רעדט דא? א אייניקעל פון אונגארישע באטשי'ס וואס האבן אויסגעזעהן ווי די אונגארישע גוים מיט געשטיצטע בערד און קורצע רעקלעך. פליצלינג ציט ער אראפ זיין פלאכן הוט איבער די נאז, און ער ווארפט זיך מיט אידישע נפשות וואס זענען נישט אינגאנצן מיט זיין גרויליגן סטייל אידישקייט וואס באשטייט פון שקר, צביעות, און פלאמעדיגע שנאה קעגן אלץ און אלעמען וואס איז נישט ווי אים.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:03 am
האט שוין געלייקט: 477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1245 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט