להנחיל אוהבי י"ש - הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

להנחיל אוהבי י"ש - הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

היינט ט' סיוון פאלט אויס די 33'טע יארצייט פון האי חסיד האי עניו הגה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ זצ"ל . הנקרא בפי כל בלשון חיבה רבי יחזקאל'ע !
עס איז מיר אינטערעסאנט אז עס איז נאך נישט פארהאן קיין אשכול איבער איהם. אפילו ב"האי-עלמא" וואס ווידמען שטארק אויף אזאנע סארט אשכולות. איז אויך קוים פארהאן א פאר קארגע תגובות איבער דעם גרויסען נפטר , איך בין זיכער אז עס איז דא א געוואלד צו שרייבן איבער די קאפיטלען אין זיין לעבען נאך פון דערהיים ביז דא אין אמעריקא . זיין לעבענ'ס שטריכן. זיין תורה זיין עבודה זיין התנהגות זיין עניוות זיין גדלות . זיין זיין "עמפלויד" בלויז ביים באשעפער . זיין פשטות. זיין דחקות. וכו.
chezkel shraga mertz.png
chezkel shraga mertz.png (271.99 KiB) געזען געווארן 4540 מאל

Chezkel Shraga hugging someone.png
Chezkel Shraga hugging someone.png (126.62 KiB) געזען געווארן 4540 מאל

[ איך וויל דא קלאר באטאנען אז דאס געשריבן-ווערק האב איך נאכגעשריבן צוטאטן פון א גליון פנימי וואס עס האט געשריבן אן אייניקעל פון רבי יחזקאל'ע . וכמובן האט ער עס געשריבן פון זיין אספעקט לפי רוחו ובמשקפים שלו .... וואס דאס גיבט איבערהויפט נישט קיין היקפ'דיגן בליק איבער דעם דמות קדוש ! אבער היות עס וווארפט א מאטן שיין אויף דאס פארבארגענס מיסטעריע וואס האט זיך (געזאלט האבן) אפשפילט בשעת'ן לווייה טוה איך דאס ארויף שטעלן . און אפשר וועט נתלבן ווערן מה היה שם ,
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אויטענטישקייט דערפון , הילד געוואגטער , ]

התקשרותו מבעלז לסקווירא

נאך פון פריער האט זיך רבי יחזקאל'ע זיך מקשר געווען צום בעלזער רב דער קדוש אלוקי הרה"ק רבי אהרן זצ"ל, וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן א תקופה אין פעסט אינמיטן ברען פון די צווייטע וועלט מלחמה. אין יאר תשי"ב האט רבי יחזקאל'ע געמאכט א נסיעה צום בעלזער רב זצ"ל, און דער רב זצ"ל האט אים ארויסגעוויזן גאר א שטארקע און ליבליכע התקרבות ,
[כן מובא בתולדות המחבר שבסו"ס תפארת יחזקאל]

נאכן הסתלקות פונעם רב זצ"ל כ"א מנחם אב תשי"ז . האט זיך רבי יחזקאל'ע מקשר געווען צו הרה"ק מסקווירא זצ"ל - ווי ער האט פארציילט פאר כ"ק אדמו"ר מראדוויל הרה"צ ר' אברהם מיכלאוויטש שליט"א [זצ"ל]

דער ראדווילער רבי האט פארציילט ווי פאלגענד : איין יאר בין איך געווען אין סקווירא צום יארצייט טיש פון הרה"ק מסקווירא ב' ניסן , און נאכן טיש פון בנו האדמו"ר מסקווירא האב איך געזיכט א קאר וואס פארט אהיים קיין וויליאמסבורג. ווען כ'האב געזען ווי רבי יחזקאל'ע זעצט זיך אריין אין א קאר , בין איך שנעל צוגעלאפן און געפרעגט דעם דרייווער צו איך קען זיך מיטכאפן קיין וויליאמסבורג. און כ'האב באקומען זיין הסכמה. כ'בין געווען גאר בשמחה אז כ'וועל האבן א געלעגענהייט צו שמועסן מיט רבי יחזקאל'ע , אבער צו מיין אנטוישונג האט רבי יחזקאל'ע געשוויגן כמעט די גאנצע וועג.

כ'האב אבער פארט געוואלט אויסניצן די געלעגענהייט, האב איך מיך אנגעגארטעלט מיט קוראזש און כ'האב זיך דערוואגט צו שטעלן א פראגע : וויאזוי איז דער רבי אנגעקומען צום סקווערן רבי'ן זצ"ל ? האט רבי יחזקאל'ע געענטפערט אז קודם בין איך געווען מקושר צום בעלזער רב זצ"ל און ער איז אפילו געפארן א נסיעה קיין ארץ ישראל צום רב זצ"ל . האב איך געפרעגט : דער בעלזער רב האט אייך עפעס ספעציעל געזאגט ? מ'האט געהערט עפעס א ווארט אויף איבערצוזאגן ? האט רבי יחזקאל'ע געזאגט : ביים בעלזער רב זצ"ל האט מען נישט געדארפט הערן , מיט איהם האט מען בלויז געדארפט זיין אונטער איין דאך" !

און דאן האט רבי יחזקאל'ע אויסגעפירט : נאכן פטירה פונעם בעלזער רב זצ"ל האב איך זיך מקשר געווען צו הרה"ק מסקווירא זצ"ל און מקבל מרות געווען פון איהם ,
[מפי כ"ק האדמו"ר מראדוויל (שליט"א) [זצ"ל]

דאס אריבערציען קיין אמעריקא

פון יאר תש"י ביז תשי"ז האט רבי יחזקאל'ע געוואוינט אין ווינא. דער הויפט שטאט פון עסטרייך , וואו ער איז בארימט געווארן מיט זיין הימלישע עבודת הקודש און מיט זיין שטארקע צדקות ,

אום תשי"ז האט רבי יחזקאל'ע באשלאסן צו פארלאזן ווינא , אבער זייענדיג אין א ספק ווי זיך צו באזעצן. זאל ער ארויף גיין קיין ארץ ישראל אדער זיך אריבערציען קיין אמעריקא. האט רבי יחזקאל'ע דאן אפגעשריבן א בריוו צום סקווערן רבי זצ"ל וועלכער האט דאן געוואוינט אין וויליאמסבורג . וואו ער שרייבט דארט אז נאכן זיך דורכרעדן מיט זיין פאטער הגה"צ ר' יואל זוסמאן מערץ זצ"ל וועלכער האט אויך געוואוינט דארט. האבן זיי ביידע מחליט געווען צו טון לפי חוות דעתו ,

דער תשובה איז געווען אז זיי זאלן קומען קיין אמעריקא, און נאך א קורצע תקופה איז רבי יחזקאל'ע מיט זיין טאטע רבי יואל זוסמן אנגעקומען קיין אמעריקא ווי זיי האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, דארט האט רבי יחזקאל'ע געגרינדעט זיין ביהמ"ד תולעת יעקב און זיין צדקות און פרישות איז באוויסט געווארן נאנט און ווייט ,

די גרעסטע שבת אין יאר

ווען ס'האט איהם אנגעכאפט א בענקעניש און א גלוסטעניש פלעגט זיך רבי יחזקאל'ע זיך אויפהייבן און פארן אויף שבת קיין סקווירא , וויבאלד ער האט קיין סך נישט גערעדט. האבן אפילו די קינדער נישט געוואוסט ווען ער פלאנט צו פארן קיין סקווירא, בלויז איין סימן האבן זיי געהאט : ווען ער פלעגט גיין צום שאפע און ארויסנעמן זיין פאר "שטיוול" וואס ער האט פארמאגט. האט מען געוואוסט אז דער טאטע פארט קיין סקווירא ...!
[ מפי בתו הרבנית מספינקא תלית"א וכלתו הרבנית מתולעת יעקב תלית"א .]
ווי באקאנט פלעגט רבי יחזקאל'ע זיך אנטוהן שטיוול ווען ער פלעגט וויילן אין סקווירא אויף שבת , ווען ער האט עס פארגעסן פלעגט ער גיין מיט אראפגעלאזטע לאנגע הויזן כמנהג בעלי בתים,

איין שבת אין יאר פלעגט זיין ביי רבי יחזקאל'ע א קביעות חק ולא יעבור , "שבת חזון" יעדער יאר אן אויסנאם אום שבת חזון פלעגט ער קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשם , דער סקווערער רבי זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף דעם : "רבי יחזקאל'ע ווייסט ווען צו קומען" - ודעתיה על מש"כ האוהב ישראל על שבת חזון .
[מפי חתנו כ"ק האדמו"ר הרי"א מספינקא שליט"א.]

רבי יחזקאל'ע פלעגט נתכבד ווערן מיט קבלת שבת פארן עמוד. און מיט קה ריבון עלם ביים טיש ווי ער פלעגט אנהייבן זיין קביעות'דיגן ניגון. הנקרא כהיום רבי יחזקאל'עס ניגון , (כמדומה לי דהוא על הקאסעטע 'דער טאטע הערט-שניטצלער' טרעק 7 ניגון מן יימר )

אכסניה של תורה

קומענדיג אויף שבת פלעגט רבי יחזקאל'ע איינשטיין ביי תושבים וואס האבן געפילט פאר א זכייה אריינצונעמען דעם צדיק ביי זיך אין שטוב. געווענליך פלעגט די אכסניה של תורה זיין ביים סערדאהעלער רב הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל. אדער ביים שוחט הרה"ח ר' משה יצחק גרינוואלד ע"ה . צומאל איז ער אויך איינגעשטאנען ביים משב"ק רבי ישעי' . ביי הרה"ח ר' נתן צבי לונגער ע"ה. און שפעטע ביי הרה"צ רבי פנחס שלום האגער לרפו"ש.

די שבת'דיגע סעודות פלעגט דער רבי זצ"ל מכבד זיין צו עסן ביי בנו מ"מ האדמו"ר כהיום. טייל מאל פלעגט מיטקומען זיין חברותא און ידיד הרה"ח ר' קלמן קאהן ע"ה . און ווען ער פלעגט איהם מכבד זיין האט ער אלץ געזאגט : כ'דארף צוויי פלעצער דארט. אויך פאר מיין חבר ר' קלמן...

עס דערציילט הרה"ח ר' נתן צבי לונגער שליט"א [ע"ה] : איינמאל ווען רבי יחזקאל'ע איז איינגעשטאנען ביי מיר , האב איך איהם געפרעגט ערב שבת אויף וועלכע צייט כ'זאל אנשטעלן דעם 'שבת זייגער' אז די לעקטער זאל זיך פארלעשן ? האט רבי יחזקאל' מיר געענטפערט מיט א שמייכל : "צופרי ווען דער זון שיינט דארף מען דאך נישט קיין לעקטער , ממילא קענט איר אנשטעלן דעם שבת זייגער אויף באלד ווען ס'הייבט אן טאגן" ....און ווירקליך האב איך יענעם שבת נאכגעקוקט מיין געהויבענעם גאסט , און כ'האב באמערקט אז א גאנצע נאכט איז ער געזיצן און געלערנט אין זיין שטוב צום שיין פונעם לעקטער ביז אינדערפרי ..!

א זעלטענע הערצה

כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא זצ"ל פלעגט ארויסווייזן אן אויסטערלישע שעצונג צו רבי יחזקאל'ע ביי יעדן געלעגענהייט. אמאל האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרוקט מיט אן אויסנאם זעלטענע הגדרה : רבי יחזקאל'ע איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין יעדע רגע פאר'ן אייבירשטן !" ,

איינמאל ווען רבי יחזקאל'ע איז איז אריין מיט א קוויטל האט ער מיט זיין גרויס עניוות זיך מזכיר געווען און אפגערעדט איבער 'מחשבות זרות' וואס שטערן איהם. אבער מרן ז"ל האט זיך צושמייכלט און באלד געזאגט : "עה, דאס איז נישט פאר אייך, דאס איז נישט פאר אייך"... מיינענדיג צו זאגן אז רבי יחזקאל'ע האלט ביי אסאך העכערס ווי דעם פראבלעם פון מחשבות זרות ...

דער באזוך אין שפיטאל

ווען רבי יחזקאל'ע איז שוין געלעגן על ערש דווי ל"ע געציילטע טעג פאר זיין פטירה, איז כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א געקומען איהם באזוכן אין 'מיימאנעדיס' שפיטאל אין בארא פארק, טראץ דעם וואס רבי יחזקאל'ע איז שוין געווען גאר שוואך ל"ע האט ער זיך איבערגעשטרענגט זיך אנצוטוהן זיין בעקישע און גארטל לכבודו פונעם גאסט ,
[מפי חתנו כ"ק האדמו"ר מקרעטשנוף - ארה"ב שליט"א .]

רבי יחזקאל'ע האט אויפגענומען דעם רבי'ן זאגענדיג : "כ'וויל זאגן א בשורה טובה פאר'ן רבי'ן , מיין איידעם ר' מרדכי (זצ"ל בן כ"ק אדמו"ר מטאש לרפו"ש ) איז ב"ה געהאלפן געווארן (נאך אפאר יאר פון די חתונה וואס ער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע ) !
[מפי ר' הערשל ווייס הנ"ל מוומב"ג .]

אויך האט ער דעמאלדס גערעדט אז די דאקטוירים וואס באהאנדלען איהם זענען נישט די געווענליכע דאקטוירים , און ער האט זיך אפגערעדט וועגן די נוירסעס אז זיי זאלן איהם נישט צורירן וכו. , דערנאך האט רבי יחזקאל'ע געבעטן אז דער עולם זאל ארויסגיין , אין איז געבליבן פארשפארט ביחידות מיטן רבי'ן שליט"א פאר גאנצע צוויי שעה .
[מפי חתנו כ"ק האדמו"ר הרי"א מספינקא שליט"א .]

וואס זיי האבן גערעדט ווייסט קיינער נישט . נאר אזויפיל ווייסט מען אז ווען אדמו"ר שליט"א איז ארויס האט ער געזאגט פאר הגה"צ רבי פנחס שלום האגער לרפו"ש : "ס'דרייען זיך נישט ארום היינט אזעלכע אידן" .
[מפי הרה"ח רבי יושע כהן שליט"א ששמע מפי הרפ"ש האגער .]

די שטורעם איבער זיין מקום מנוחה

דער טרויעריג-בארימטע איבערקערעניש וואס האט זיך אפגעשפילט איבער די מקום מנוחתו פון רבי יחזקאל'ע זצ"ל האט בשעתו אויפגעשטורעמט דאס חסיד'ישע וועלט. וואו עס איז באקאנט האט רבי יחזקאל'ע פארלאנגט אז לאחר אריכות ימיו ושנותיו וויל ער ליגן אין בית החיים דשיכון סקווירא סמוך לציון הרה"ק מסקווירא זצ"ל. דאס האט ער געזאגט פאר זיין געטרייען משמש-בקודש הרה"ח ר' ברוך ברילל שליט"א (ע"ה) , און דאס האט ער געשריבן אין 'מיימאנעדיס' שפיטאל בכתב יד קדשו פאר'ן הויז-בחור וואס האט איהם ערליך באדינט אין די לעצטע תקופה , הרה"ח ר' שמעון בוים שליט"א : "הריני רוצה לישכב בבית החיים דשיכון סקווירא" , און אויף דעם אינטערגע'חתמ'ט זיין נאמען מיט זיין טאטנ'ס נאמען ,
[מפי הרה"ח ר'שמעון בוים שליט"א. ומפי ש"ב הרה"ח ר' חנני' יו"ט ליפא מערץ שליט"א ,]

די צוואה איז אבער געווען ווי א דארן אין די אויגן פון די סאטמארער ראשי הקהילה, וועלכע האבן אלע יארן געשטיצט די הויז פון רבי יחזקאל'ע .געווען איז דאס א קורצע תקופה נאכדעם וואס דער שאפראנער רב הגה"צ רבי שמעון ישראל פאזען זצ"ל איז נפטר געווארן , און ער האט אויך געשריבן אין די צוואה אז ער איז משתוקק צו ליגן אין סקווירא . די סאטמארער עסקנים האבן דעמאלדס פרובירט מבטל זיין די צוואה אין איהם באערדיגן אין ניו דזשערזי , אבער די סקווערער עסקנים האבן אין איילעניש איהם אפגעפירט אום אחרון של פסח קיין סקווירא . נאך יענע נידערלאגע זענען אצינד די סאטמארער ראשי קהילה געווען אנטשלאסן נישט צוצולאזן א צווייטן דורכפאל , (זה שמעתי מזקן חסיד סאטמאר ר'. מ"ר ני"ו מה שאמר אז ר' ליפא פר"מ : ווען אינז ווייס מיר ווען אז זיי גייען אוועק פירן דעם שאפראנער . וואלטן אונז געלאפן יו"ט ביז אין די בלאטעס אריין אין איהם ארויסגעשלעפט ..)

מען טרעפט אפיר א בית דין

מ'איז שנעל געפארן אנפרעגן ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל וועלכער האט זיך דאן געפונען אויף אפרו אין 'בעל הארבער' , אבער דער סאטמארער רבי האט זיך אנטזאגט צו צו פסק'נען און געהייסן שטעלן א בית דין , האבן די סאטמארער ראשי קהילה זיך געוואנדן צו הגה"צ מפאפא זצ"ל, הגה"צ מצעהלים זצ"ל, און הגה"צ מוואוידיסלוב זצ"ל - און אלע דריי רבנים האבן זיך קאטעגאריש אפגעזאגט פון פסק'נען קעגן דעם רצון פונעם נפטר רבי יחזקאל'ע ,

בלית ברירה האבן זיי פונאנדערגעזוכט אייגענע רבנים וועלכע האבן בליץ שנעל באשלאסן אז דער כתב-יד וואס דער נפטר האט געשריבן אויף א 'נעפקין' אין שפיטאל האט נישט קיין דין צוואה , וויבאלד ס'האט נישט קיין דאטום.... דער משב"ק ר' ברוך ברילל וועלכער שרייט אז ער האט כמה פעמים געהערט מפה-קדשו אז ער וויל ליגן אין סקווירא, איז אויך נישט באגלייבט ווייל ער אליין האט שייכות קיין סקווירא
[מפי הר"ש בוים הנ"ל .]

האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט גע'טענה'ט אז מ'קען נישט זעצן א בית-דין פון בלויז איין צד , און ס'דארף זיין א תובע מטעם סקווירא - און דאןוואלט סקווירא פארלאנגט אז הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל זאל זיין דער מכריע. הרה"ח ר' חיים בערגער ע"ה איז געווען אין וויליאמסבורג אין טעלעפאנישע פארבינדונג מיט ר' ישעי' משב"ק שליט"א וועלכער האט איהם נאכאנאנד געבעטן און פארלאנגט אז ער זאל זיך ארויס שטעלן אלס דער תובע מצד סקווירא . אדמו"ר שליט"א איז געשטאנען ביים טעלפאן און געהייסן וואס צו זאגן , אבער ר' חיים האט זיך נישט אריינגעלייגט מיט'ן גאנצן אייפער און שפעטער האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט נישט געוואוסט אז ר' ישעי' רעדט בשם דעם רבי'ן - ווייל דער רבי שליט"א האט בשום אופן נישט ערלויבט פאר ר' ישעי'ן צו רעדן בשמו . אבער ר' ישעי' האט גע'טענה'ט אז ר' חיים וואלט דאס געדארפט אליין פארשטיין נאכ'ן פארלאנגען אזויפיל מאל ,
[מפי ר' ד"י איינהורן ]

די סאטמארער עסקנים האבן שפעטער גע'טענה'ט אז אויב וואלטן זיי געהערט קלאר פון סקווערער רבי'ן אז רבי יחזקאל'ע האט איהם אזוי געבעטן , וואלטן זיי באלד נאכגעגעבן . נאר אויף דעם האבן זיי געווארט ....
[מפי הרה"ח הרמ"ל מערץ הנ"ל .]

למעשה האט דער בית-דין מחליט געווען אז מ'זאל באערדיגן דעם גרויסן נפטר אין די סאטמארער חלקה אינעם אידישן בית החיים אין ניו דזשערזי. ווי ס'איז באקאנט (פאר וועמען ...??) האבן אלע דריי רבנים פונעם 'בית דין' באצאלט א פרייז אינעם זעלבן יאר רחמנא ליצלן .

די שוידערליכע ביזיון ביים קבורה

די לווייה איז פארגעקומען פינעף אזייגער נאכמיטאג מיט'ן באטיילינגונג פון אדמו"ר שליט"א , וועלכער איז געווען ארומגענומען מיט א 'לייב-גווארדיע' (דעי לשון איז שוין גע'גנב'ט..) פון חסידים .

בשעת'ן קבורה האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכע סצענע : ווען מ'האט געוואלט אריינלייגן דעם ארון אינעם קבר אין ניו דזשערזי, האט זיך דער הייליגער גוף פונעם נפטר ארויסגעקוילערט פונעם ארון . מ'האט איהם שנעל צוריקגעלייגט אינעם ארון און ווידעראמאל פרובירט אראפצונידערן אינעם לאך . און אומגלויבליך : צום צווייטן מאל האט זיך דער הייליגער קערפער ארויסגעגליטשט אינדרויסן פון קבר .

דער סקולענער רבי זצ"ל וועלכער איז אנוועזנד געווען, האט געשריגן ווי א ברויזנדער לייב : "מ'זעט דאך בחוש אז ער וויל נישט דא ליגן !". אבער זיין געשריי איז געפאלן אויף טויבע אויערן. תיכף נאך די שבעה איז דער זון הרה"צ ר' חיים מערץ שליט"א ארויסגעגאנגען צום ציון פון זיין טאטן , און געבעטן מחילה 'טאמער' האט מען אים געלייגט אין א פלאץ קעגן זיין רצון ,
[מפי הרד"י איינהורן הנ"ל .]

דער איינציגער אויסרייד וואס די סאטמארער ראשי קהילה האבן געהאט, איז געווען אז בבוא היום וועט מען לייגן דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויך דארט , אבער למעשה האט מען דעם סאטמארער רבי זצ"ל געלייגט אין קרית יואל. און ביז'ן היינטיגן טאג שטייט דער ציון פון רבי יחזקאל'ע עלענד אליין אין חלקת קהל ייטב לב אין ניו דזשערזי ,

פון יענעם טאג און ווייטער פלעגט הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל ביי יעדען באזוך זיך אייסערן איבער צוויי זאכן : איינס פארוואס מ'נעמט נישט צוריק דעם בעל שמ'ס סידור פון ליובאוויטש (שהיה באמתחתו של הנגיד ר' איטשע ליפסון ע"ה ואכמ"ל ) . און צווייטענס פארוואס מ'איז נישט מפנה רבי יחזקאל'ען ..

א אינטערעסאנטע חלום

א קורצע תקופה שפעטער איז דער הייליגער נפטר הגה"ק רבי יחזקאל'ע זצ"ל געקומען אין חלום צו זיין משמש ר' ברוך ברילל און איהם געזאגט : ס'וועט ביי דיין זון ר' דוד מרדכי שי' געבוירן ווערן א יונגל , מ'זאל איהם א נאמען גיבן 'יחזקאל שרגא' נאך מיר און נאך א קורצע תקופה וועט ער נפטר ווערן , און מ'זאל איהם באערדיגן אין סקווערער בית החיים" ,

ער האט דאן געבוירן א קינד וואס מ'האט איהם א נאמען געגעבן 'יחזקאל שרגא' און איז גאר יונג אוועק פון דער וועלט ל"ע און זיין מציבה געפונט זיך ביי די נפלים-חלקה ביים עק פונעם בית החיים : פה נטמן הילד יחזקאל שרגא ע"ה בן ר' מרדכי דוד ני"ו ,
[מפי בני משפחת ברילל .]

זאל ער זיין א בעטער פאר אונז אלע. וזכותו הגדול יעמוד בעדינו. אמן ,

ווער עס איז באקאנט מיט די פרטי הלווייה אם יש דברים בגו. אינגאנצן אמת . חצי חצי . כולו שקר געזויגן פונעם "אצבע האמצעי".. -איך גלייב שוואך אז איינער פון אונז איז געווען ביכולת זיך צו באטייליגן ביים לווייה . (אולי @בערל ?) - זאל ארויסגעבן די סודות פון ביזעם !

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר