קליינע אוצרות

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

קליינע אוצרות

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

אזוי ווי ס'איז באקאנט פאר יעדעם אז אין די אויסגאבע מעלות איז דא א רובריק וואס הייסט קליינע אוצרות גוטע ווערטער פון קליינע קינדער וויל איך דא מאכען עפעס ענדליך צו דעם באשרייבען גוטע רביס פון קליינע שוהלן נאר פון בארא פארק (אפשר וועל איך אמאל זיין אין אנדערע שטאט וועל איך מיך דארטען אומקוקען, אפשר וויל איינער פון א אנדערע שטאט ואלונטירען) די סיבה דערפאר ווייל און אזא עולם החשכות ווייסט מען אז עס איז דא ערליכע אידן מדארף זיי נאר טרעפען וועל איך וואלונטירען אין גיין אין די קליינע שוהלן אין באשרייבען יעדע רבי'לע זיינע מעלות זיינע אויפטוהען אין אביסעלע מאמרים פון אים אפשר זיין יחוס אויכט און דער עולם זאל זאגען וואס זיי ווייסען יראה הקהל וישפוט

אז דער עולם וועט זאגען אז אזא ארטיקעל איז אינטרעסאנט דאן וועל איך עס טוהן אויב נישט אשאד אויף מיין צייט אין קען באקומען אטענטשען אויף א אנדערע וועג

לדוגמה איך וועל אנהייבען מיט הרב משה גרינבערג אבדקק פאליאנע זיין בית המדרש געפונט זיך אויף 46 צווישען 16-17 ער איז זוהן פון א הייסע בעלזא חסיד פון דערהיים געהייסען ר לייביש א ברענידיגע יראה שמים א בעל תפילה מיט א הערליכע אייגענע נוסח אין שיינע שטימע, פאליענא רב שליטא איז איידעם ביים אלטען טעמעשוואר רב פון 47 נעבן באבוב ואין צריך להאריך צום רב אליין א כיתה ג מלמד און וויען צולייגען קודם די מעלות אלץ מלמד א מחנך נפלא פון די ערשטע בליק קודם האט ער אליין אויפגעשטעלט גאר א פיינע שטוב ממילא קען מען אים טראסטען גאר א ווארימע מענטש בעיני ראיתי בין איך געוועהן דע וואך ביי אים אין בית המדרש (כדי צו קענען שרייבען דעם ארטיקעל) איז געוועהן דארטען א משפחה שמחה איז געקומען אלטע תלמידים אים צו געבען מזל טוב
ממילא א מלמד וואס די קינדער וויל אים געדענקען איז א גוטע סימן יעצט אלץ רב גאר א שטארקע עניו ער זיצט געווענטליך ביי א טיש נעבן זיין שטענדער דעי וואך צוליב די שמחה איז נישט געוועהן ווי צו זיצען האט ער זיך אראפ געזעצט ביי זיין שטענדער אין ער איז געוועהן זייער אומבאקווען שישי אין ברכות החודש האט ער אוועקגעגעבען פאר שיינע אידן און גאנץ שבת האי ער נישט גענומען א כיבוד אין סהאט נישט אויסגעזעהן ווי ער האט א צושטערטע שבת

מדברי תורתו ק' פארוואס האט מען צוגענומען פון עפרון די אות ויו אין פארוואס ביי יתרו האט צי גכלליגט די אות ויו אויף יתר וואס איז מיט דעם ויו ת' ווייל אות ויו קען מען שרייבען ווייל אות ויו נישט קיין חילוק צי די שרייבסט ואו צי ויו צי וו אלעמאל הייבט זיך אן און ענדיג זיך עס מיט א ויו אבער אנדערע אותיות איז נישט אזוי ווי א הייבט זיך אן מיט א ענדיגט זיך מיט ף נאר ויו הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט די זעלבע אות דעס ווייסט תוכו עברו עפרון וואס האט געזאגט נעם בחינם איז נישט געוועהן תוכו כברו ווייל ער האט געוואלט ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר ממילא האט מען צוגענומען די ויו יתרו וואס איז יא געוועהן תוכו כברו טוען ער האט זיך מגייר געוועהן האט ער איז געמיינט ערנסט האט מען צוגעלייגט די אות ו

אויב סאיז אינטרעסטנט נאך א זיינע ארטיקלען (רביס) לאזט מיר וויסען)

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר