הרב (משה) חיים (אפרים) בלאך

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הרב (משה) חיים (אפרים) בלאך

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[center]לכבוד מיין 500'סטע תגובה שטעל איך ארויף דעם ארטיקל.[/center]

א נאמען וואס ווייניג האבן געהערט און נאך ווייניגער זענען באקאנט מיט דעם פערזאן , א נאמען וואס רופט אויפן ערשטן קלינג קריאזע און זייפנות , ווער איז דער פארשוין : א חרדישע רב בישראל א שטודירטער פון ווינא א חוקר חסידות און קבלה א פלאקערדיגע אנטי ציוניסט א קוסובער חסיד א באזוצער פון איטליכע שפראכן א כתבא רבה מיט טויזענטער אויף טויזענטער מכתבים זיך שרייבענדיג מיט שטודירערס, דאקטוירים, ארטאדאקסישע רבנים, רעפארם רבנים, אישי ציבור, פאליטישענס, פון ר' עמרם בלוי ביז פרפ' גרשום שלום, דער פויפסט און וועם נישט , א געלונגענע זאמלער צו א פשוטע פסיאודאפיגראף ? א מייסטער פלאגיאיסט ווי גולדשמידט באטיטעלט איהם אדער דער זייפן הדורות מיטן ה' הידוע ? אן אייניקעל פונעם דגל ארויף צום בעש"ט אדער א כשר שטיקל געבעקס ? און קורצען : א קוריאזען פארשוין במלוא המובן !

Bloch 7.png
Bloch 7.png (113.51 KiB) געזען געווארן 5225 מאל


זיין ביאגראפיע

ר' חיים (איך וועל איהם רופן מיט זיין ארגינעלע נאמען נאך איידער ער האט זיך פלוצים מוסיף שם געווען אויף די עלטער.. --- ער האט זיך צוגעלייגט נאכן קריג די נעמען משה אפרים. אזוי זאל ער זיך קענען אידענטיפיצירן מיט זיין פרישע זיידע דער דגל מחנה אפרים --- אין א בריעוו פרעגט איהם דער ציעשניווער רב פארוואס פון איין מינוט אויפן צווייטן האט ער זיך צוגעלייגט נעמען !..) איז געבוירן אין שטאט דעלאטין אין יארע תרמ"א צו זיין טאטען ר' אברהם אבא בלאך א רבנישע פיגור. ארויף ציענדיג א שיין יחוס ביז ר' מאיר פרומעשלאנער זצ"ל , ר' חיים האט אלץ בחור געלערנט אין שטאט חוסט (לגירסתו ביים ערוגת הבושם ). שפעטער אין יאר תרס"ד האט ער חתונה געהאט מיט גאלדה די טאכטער פון ר' משולם פייוויש לאנדמן-העללער זצ"ל אן אייניקל פונעם בעל יושר דברי אמת . ווי ער איז געזעצען קעסט צוויי יאר ביים שווער אין א שטעטעלע נעבן בערזאן , ר' חיים געבט זיך אן אלץ א נאנטער תלמוד פון די גדולים המהרש"ם מבערזאן פון וועמען ער האט באקומען סמיכה . פונעם ערוגת הבושם . און פונעם סטאניסלובער דער הרי בשמים זצ"ל , ווי אויך פאררופט ער זיך אלץ א קוסובער חסיד . פון ר' משה'לע קוסובער דער בעל לקט עני . (אין איינע פון זיינע מאמרים געפונט זיך א לאנגע מאמר אנטקעגן ציונות פון זיין רבי'ן דער קוסובער ) , דערנאך האט ער זיך אריינגעלייגט אין די 'האלץ ביזנעס' פון ווי ער האט געצויגן חיונה דערפון פאר א פאר יאר.

ביים ערשטן וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין ווייטצען פון ווי ער איז אנגעקומען קיין ווינא . דארטן האט מען איהם אריין געשלעפט אין מיליטער אינטער די עסטרייך-אונגארישע רעגירונג . ווי ער האט געקעמפט אין די ביטערע שלאכטן . ביים ענדע פונעם קריג האט ער זיך געפונען אלץ טשאפלעין אין שפיטאל פאר אידישע פארוואנדעטע אין ווי ער האט ארויסגעהאלפן מיט די אידישע פארלאנגען און באדערפענישן ,

לויט ווי ער געבט אן האט ער דאן עוסק געווען אין היילן דעם פארשפרייטען מחלה פון עגונות , ווי ער האט ביי זוך צענדליגער בריוון פון גדולי הדור ההיא א שטייגער ווי ר' חיים עוזר זצ"ל. מהרצ"י מיכלזאהן בעל תירוש ויצהר. ר' יודא ליב צירלזאהן קעשונעבער הויפט רב . (וואס פון די בריווען איז נישט דא קיין זכר ...)
נאך איבער זיין עסקנות פון יענע תקופה איז ווי ער שרייבט אין א בריעוו צום פאפא דיין ר' משה לינק ווי ער באדאנקט זיך פארן איהם העלפן ראטעווען און אריבער פירן הינדערטע מצבות פונעם שטאט טשאטה קיין פאפא איידערן ווערן וואנדעליזירט דורך די ארטיגע באהערדע ,

נאכן ערשטען קריג האט ער זיך צירוק באזעצט אין שטאט ווינא ווי ער איז געגאנגן שטודירן אין די ארטיגע גרויסע אינווערזיטעטן . שוין דארט האט ער שוין ארויסגעוויזן זיין שטארקע אנטי ציוניסטישע אנשויאונגען און ווי ער האט זיך ארום געאמפערט מיט גרויסע אקודעמיקער און שטודירער (וואס ע"פ רוב זענען זיי אלע געווען מער נוטה צום רעיון הציונות)

דארט אין ווינא האט ער זיך גענומען מיט א פעסטקייט צו זיין געצערטלט טאלאנט וואס ער איז געווארן באשאנקען 'שרייבן'! א טאלאנט מיט וואס ער ער האט זיך גאר שטארק אויסגעצייכענט . ער האט אנגעהויבן ארויס געבן צענדליגער ספרים און ביכער .אויף די דייטשע שפראך אויף אידיש אויף לשה"ק , (מער איבער זיינע ספרים זע אינעם נעקסטן תגובה ,) יעדער פאר יאר מיט א פרישע ספר אויפן מארק , (בעצם האט ער שוין ארויס געגעבן ביכער פון זיין חתונה . אבער נישט ברציפין) צווישן זיי די באקאנטע בוך איבערן גולם המהר"ל וואס דאס איז געווען א שטארקע גורם אויף זיין פאפולערקייט , א חלק פון זיינע ביכער זענען געבליבן גאר פאפולער ביזן היינטיגן טאג ! און יענע יארן האט ער זיך שטארק אפגעגעבן און חוקר זיין חסידות און קבלה אזש מאנכע פאררעכענען איהם אלץ ממשיך פונעם באקאנטן חוקר ד"ר בלאך ע"ה (זיי פארמאגן אבער נישט קיין שום פארבינדונג ) לויט ווי ער געבט אן האט ער שוין געהאט צוזאם גענומען ווארע איבער חסידישע אדמו"רים פרא און אנטי . און ווי אלעס איז געגאנגן לטמיון ביים אנקום פונעם דייטשן שלאנג קיין עסטרייך ,

ווען די דייטשן זענען אריין קיין וויען עסטרייך פרייטאג צונאכטס דעם עלעווטען אין מערץ תרצ"ח. האבן די געסטאפא תיכף אנגעהויבן ארעסטירן די אידן פון שטאט . צווישן די געפאנגענע האט זיך געפונען דער ר' חיים . לויט זיין ווערסיע איז איהם דאן פארלוירן געגאנגן זיין גאנצע אוצר פון טויזענטע דאקומענטן און בריעוון . צווישן זיי האט זיך געפונען זיינס א ספר 'אנציקלופדיה איבער שו"ת ספרים עס האט אנטהאלטן אריבער 850 ! דפים און איבער 50 הסכמות פון גדולי הדור ...(נישט דא ווער זאל לאכן ...)ער באדאנקט זיך אין א בריעוו צו זיין חבר ר' יוחנן קיהן וואס האט פארברענט און מבער געווען אלע זיינע כתבים און אזוי פארמיטען פון אריינפאלן צו בייזוויליגע הענט , (און אן אנדערע פלאץ שרייבט ער אז זיינע זאכן זענען ליידער אנגעקומען צו די רשעים און ער ווייסט ליידער נישט וואס זיי האבן אלץ געטון דערמיט ...)ער איז אבער באפרייט געווארן נאך עטליכע חדשים דורך זיינס א ידיד אן עסטרייכישע שישקע אויפן תנאי אז ער מוז פארלאזן דעם באדן ביז פיר וואכן אויפן האר ! זיי האבן געהאלטן חשבון צו ער האלט ווארט. און א מוצאי שבת ז' אלול האט ער זיך אריבער געכאפט קיין אמסטערדאם און פון דארט קיין לאנדאן ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אין די בראנקס ביז צו זיין פטירה .

דא אין אמעריקא איז ער געווארן אנגעשלאסן אין אגודת הרבנים (נישט פארמישן מיט אגודת ישראל .אדער אגודת האדמו"רים וואס האט געפירט א קאמף איינער קעגן צווייטן , אן אשכול פאר זיך) נאך אפאר יאר איז ער געפלויגן פון דארט און ער האט געפירט א פעסטע מלחמה אנטקעגן זיי . ער האט ארויס געגעבן עטליכע ספרים נאר אויף זיין מחלוקה אליינס , (מער איבער דעם זע אינעם שפעטער'דיגן תגובה ) דא אין אמעריקא האט ער זיך ווייטער באשעפטיגט מיט שרייבן (און באשאפן..) ספרים און ביכער און הינדערטע טויזענטע מכתבים מיט וועם עס האט זיך נאר נישט געלאזט.,

ער איז נפטר געווארן כ' שבט תשל"ג אין הויעכן עלטער פון 92 יאר . און איז באערדיגט געווארן אינעם באראן הירש בית החיים אין לאנג איילענד.

Bloch 3.png
Bloch 3.png (148.44 KiB) געזען געווארן 5225 מאל

Bloch 11.png
Bloch 11.png (278.73 KiB) געזען געווארן 5225 מאל


פון זיינע מפורסם'דיגע אנטדעקונגען

ער האט אנטדעקט און מפרסם געווען א פרישער נוסח וואס מען זאגט אין הגדה ביים ליל הסדר ! אויף אזוי ווייט אז עס זענען פארהאן כהיום א שיינע סכום הגדות וואס פארמאגן שוין אפציעל דער נוסח שפוך אהבתך ..
Bloch 12.png
Bloch 12.png (16.06 KiB) געזען געווארן 5225 מאל


דער נוסח ברענגט ער אין זיין ספר קובץ מאמרי חז"ל . לויט ווי עס קומט אויס פון די מבוא אין פון די הערות אויפן נוסח איז די מעשה אזוי : ערגעץ תרצ"ו - תרצ"ח האט ער זיך אנגעטראפן מיט א גענעראל אין מיליטער . שוין אן עלטערער געווען כמעט א בן מאה און יענער האט זיך אנגעגעבן אלץ אן אייניקל פונעם גרויסן גאון ר' שמשון ווערטהיימער דורך זיין מאמעס זייט. זיין מאמע האט זיך געטויפט צו קריסטנטום רח"ל , און אין זיין באזוץ וואס ער האט געירשנט געפונט זיך א חלק פון זיינע ווערק וואס ער זיכט עס צו פארקויפן . ר' חיים האט שנעל אפגעקויפט דעם גרויסן אוצר איידער ער באקומט קאלטע פיס צום גאנצן געשעפט . צווישן די אוצרות האט זיך געפונען דריי פולע בענדער מיט חידושים פון ר' שמשון און נאך ארום צוויי הינדערט בריעוון פונעם גאון , דארט האט זיך אויך געפונען דעם היסטורישן הגדה פון ר' שמשון וואס ער האט בשום אופן נישט געהאלטן ביים פארקויפן. דער הגדה איז געווען א פראכט שטיקל געשריבן מיט א שיינע כתב און צענדליגער בילדער אויסגעמאלן אלעס אויף א שיינע קלף . דער הגדה איז נערך געווארן דורך יהודה ב"ר יקותיאל נכד רש"י הק' בעיר ווארמס שנת רפ"א , , אזויפיל האט ער איהם ערלויבט. צו מאכן עטליכע בילדער פונעם הגדה . דארט האט ער געטראפן די אויבנדערמאנטע נוסחאות . און נאך פארשידענע געזאנגען וואס מיר פארמאגן נישט ...

ער שרייבט אז ער גאר אסאך געשריבן און באארבייט איבער דער היסטורישן ניסח און זיין ספר "דער יודענהאסס" אבער דער ביכל איז ליידער אנגעקומען צו די הענט פון די געסטאפא ..די מומחים האבן אפיר געזוכט אין די גרויסע לייברעריס אין ווינא ולא דובים ולא יער עס איז נישט פארהאן אזא ספר אויפן כדור העולם ...

למעשה זענען געווען וואס האבן עס אנגענומען אלטץ אויטענטיש , אזאנס ווי דער באקאנטער עיתונאי (יוני) בן מנחם. האט אפגעשריבן א גאנצע מאמר איבער דער נוסח אננעמענדיג אלץ אן ארגינעל אנטדעקטע נוסח ! און דורך זיין אפדריקן האבן עס צענדליגער אנדערע הגדות אריינגעלייגט אינעם הגדה גלייך נאכן טראדיציאנאלן נוסח פון שפוך חמתך...
bloch 13.png
bloch 13.png (343.88 KiB) געזען געווארן 5225 מאל

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר