נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך בעל מדות »

איינע פון די גאר אנגעזעענע רבנים וואס קריגן הערצה און שעצונג ביי רוב שיכטן און שאטירונגען פון די יהדות החרדות איז די גאר חשובע און רעספעקטירטע וויענע רבי שליט"א.

הרב הגאון בנש"ק רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א איז א זוהן פון די פריערדיגע סאמבאטהעלי רב הגה"צ רבי יהושע כץ זצ"ל זיינע ברודער זענען אנשים חשובים און גרויסע פוסקים צווישן זיי הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ אב"ד סערעדהעלי פון בארא פארק און הרה"ג רבי שלמה זלמן כ"ץ לרפו"ש אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג.

ער איז היינט איינע פון די גאר פראמינענטע פיגורן און אנשים חשובים וואס די דור פארמאגט, און איז גאר אקטיוו און אריינגעטון אין יעדע גרויסע געשעעניש וועלכע גייען פאר אין כלל ישראל, ער פארמאגט א חשובע טייל אינעם פאקטישן מח ההוראה ביי כלל ישראל, ווען על שלחנו קומען אהן פון די שווערסטע און קאמפליצירסטע שאלות בהלכה און אזוי ווייטער.

גאר אינטערסאנט איז זיין פערזענליכקייט ווען ער פירט גאר א ליבעראלע קהילה און דינט צו זיינע חסידים ווי א ריכטיגער אמעריקאניזירטע רב רעדנדיג די היינטיגע שפראך ווען ער איז איינע פון די גרעסטע גדולים אין דור פארמאגנדיג אויפן גאס שווערע צענדליגע ספרים.

אביסל זיין היסטאריע.

די וויענע רבי שליט"א איז אלץ געווען באקאנט אלץ א גרויסע מתמיד, ער פלעגט שוין פון אלץ יונג קינד זיצן און הארעווען על התורה אויף א זעלטענע פארנעם, אלץ בחור האט ער זיך זייער פארליבט אין די הייליגע ספרים פונעם חתם סופר זאגנדיג אמאל ביי א טיש פורים כטוב לב המלך ביין אז ער שפורט אז ער האט די נשמה פונעם חתם סופר, (ווי באקאנט זענען זיינע ספרים איבערגעפולט מיט שטיקער חתם סופר).

נאך זיין חתונה איז ער געווארן ראש מתיבתא אין די ישיבה פון זיין פאטער ז"ל אין ישיבת סאמבאטהעלי ווי ער האט געגעבן שיעורים פאר די בחורים זיך מאכנדיג א גאר נאענטע קשר מיט זיינע תלמידים.

ער איז שוין דאן געווען בארימט מיט זיינע שיעורים, און דרשות צוציענדיג הינדערטער מענטשן פון שטאט וויליאמסבורג, און עס האט יעדער געוואוסט אז דא שיינט אונטער א שיינע שטראל וואס וועט געוויס איין טאג באדינען כלל ישראל מיטן כתב הרבנות.

געווען איז עס אין די קהילת האשכנזים, די קהילה עדת יראים וויען וועלכע האבן אנגעהאלטן מיט די נוסח און מנהגי אשכנז און אויך אנגעהאלטן די מנהג פון אויפנעמען א רב דורך וואלן, ווען זייער מנהיג הרה"ג רבי עזריאל יודא לעבאוויטש זצ"ל איז נפטר געווארן, ווען די ראשי הקהילה האבן זיך צוזאמען גענימען און אויסגעקליבן עטליכע קאנדידאטן חשובע מרביצי תורה וועלכע זאלן זיין געאייגנט ווייטער צו פירן די קהילה און מוסדות, ווען צווישן זיי איז אויך געווען די וויענע רבי שליט"א דאן נאך א אינגערמאן אבער מיט א בארימטע נאמען אין גאס ווען שמו הטוב הולך לפניו, זייענדיג איינער וואס מענטשן זענען נאכגעלאפן פון אלע זייטן צו דורכשמועסן ענינים, קריגנדיג א שטארקע הערצה אפילו אין די אלגעמיינע גאס.

די וואלן זענען ווי פארשטענדליך געווען גאר היסטאריש און די וויענע קהילה לייט האבן געזען דעם רב פאר די פאסיגע קאנדידאט און אים אויסגעוועלט מיט רוב שטימען.

ער איז געווארן געקרוינט אלץ די נייע וויענע רב ביי א ריזיגע הכתרה פייערונ, זייענדיג איינע פון די גרעסטע געשעענישן וואס עיר וויליאמסבורג האט נאר אמאל געזען, פון אלע זייטן האבן מענטשן געשטראמט אפצוגעבן מזל טוב פאר נייעם רב.

ער האט דאן איבערגענימען די כס הרבנות, ווערנדיג נאענט צו זיינע מענטשן ווי א טאטע פון קינדער זיך אראפלאזנדיג צו זיינע חסידים אויף א אומדערהערטער פארנעם אויף צענדליגע אופנים, געווען איז עס איין יאר שמחת תורה ווען אינמיטן די הקפות האט ער גענימען א וויעלטשעיר פון א מיטגעמאכטע אינגל און איר אנגעהויבן שטופן טאנצנדיג מיט אים פאר א לאנגע צייט אים ווען א גייסט פון ליבשאפט האט געשוועבט אין חלל פון שול לאזנדיג א רושם אויף אלע אנוועזנדע און אזוי איז דא ביכער פון געשיכטעס וויאזוי ער האט אלעמאל געוויזן ספעציעלע נאנטשאפט צו בני קהלתו.

מיט די צייט ווען עס האט זיך פארמירט די פראבלעם אז די יונגערע דור האט פארלאזט די איינארטיגע נוסח אשכנז און געגאנגען זיכן אנדערע קהלות, און אסאך עלטערע בני קהילה זענען נפטר געווארן האט די רב בפקודת פון גאב"ד ירושלים שליט"א און די בעל שבט הלוי ז"ל און נאך לענגערע זיצונגען און פארהאנדלונגען מיט ראשי ובני הקהילה האט מען געטוישט די נוסח צו ספרד און איינגעשטעלט פולע טוישונגען אין די טעגליכע ווירטשאפטן.

די ווינע קהילה האט זיך געספראוועט מיט אסאך פראבלעמען ווי צום ביישפיל די פרשה פון י.ר. אין די ישיבה און נאך וועלכע האבן אפגעשטעלט די וואוקס פון חסידים און רעדוצירט די קהילה סטאביליטעט פאר א צייט אפשניט פון עטליכע יאר.


נאך בלוטיגע כוחות און אסאך ארבעט וואס די ווינע רבי שליט"א האט אריינגעלייגט צוריקצושטעלן די קהילה אויף די ריכטיגע רעלסן האט זיך דערקענט א שינוי לטובה און זאכן האבן זיך אנגעהויבן ענדערן לטובה ווען היינט צוטאגס שיינט דארט א געוואלדיגע הצלחה אויף אלע פראנטן ב"ה.

ער פארמאגט אונטער זיין דעספאזיציע מוסדות אין אלע היימישע געגנטער מיט עטליכע טויזנט קינדער בלי עין הרע, ער פארטרעט א קהילה מיט טויזענטער חסידים אויסגעשפרייט אין אלע עקן וועלט, אריינגערעכנט פייערדיגע אנהענגער וואס רירן זיך נישט אהן זיין הדרכה וכדו', ער געבט א טעגליכע שיעור אין זיין ישיבה קטנה וואס וואקסט און איז אויסטערליש מצליח און גרייט זיך צו עפענען א ישיבה גדולה צום קומענדיגן זמן הבעעל"ט, די לעצטע עטליכע יאר האט מען אריינגעגאסן מיליאנען דאלארן אין די צענטראלע וויענע שול אין וויליאמסבורג און האלטנדיג נאך אינמיטן די רענאוואציעס ברענגט מען אריין א פנים חדשות אין דעם היסטארישן קאמפלעקס.

היי יאר האט וויען געעפנט אירע טויערן צו א זומער מחנה, קעמפ עדת, בנות וויען, פאר די מיידלעך פון די וויענע מוסדות אנהויבנדיג אויפן ערשטן זומער מיט ארום פינעף הינדערט מיידלעך!

אין די ישיבה קעמפ האט מען געבויעט א הערליכע נייע בית המדרש פארן פרייז פון אהאלב מיליאן דאלער.

די ווינע רבי שליט"א איז באקאנט אלץ גאר א אנגענימענע פוסק און ער האט שוין געדינט ביי גאר אסאך מחלוקת אלץ די פארמיטלער צו וועם ביידע צדדים האבן פארגעלייגט די טענות (אריינגערעכנט ביי די מחלוקת אין סאטמאר)

ער איז באקאנט אלץ גאר א געלונגענע פה מפיק מרגליות, און טויזענטער הערן זיך צו זיינע פילצאליגע שיעורים ובפרט ביי פרקי אבות, אדער אום ז' אדר ווען ער רעדט א דרשה אלץ טייל פון עטליכע פארבליבענע מנהגים וואס עס איז געבליבן איינגעפירט.


זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.


ער פירט הערליכע טישן און מאורעות, אנפילנדיג עס מיט רוחניות'דיגע שמועסן, ער איז כסדר פארנימען מיט טעכנאלאגיע וועלכע עסט אים שרעקליך אויף, ער רעדט אלעמאל מיט א ווייעכע שטימע, עס קען זיך מאכן ער זאל זיך צעוויינען ווען מען רעדט פון אידישע קינדער אין גלות אדער צרות וואס מענטשן גייען דורך, פון די שענסטע מעמדים אין וויען זענען די הויעכפונקטן פורים ביים טיש ווען ער איז אנגעטרונקען און ער טוט פארשידענע אינטערסאנטע זאכן ווי געזען ביי אים אין די לעצטערע יארן צווישן אנדערע אז ער זאל זיך אויסטוהן זיין בעקיטשע און טאנצן אויפן טיש מיט קליינע קינדער אייניקלעך צו סתם תלמידים, ער האט דעם פארגאנגענעם פורים צוגעזאגט ערליכע דורות פאר ווער עס עסט פון די פיש וואס איז געווען על שלחנו, ווען די פורים רב האט אינמיטן די סעודה וויצלדיג געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז דא עמיצער וואס איז אנגעווייטאגט אויפן רבי'ן האט ער איבערגעהאקט דעם פורים רב, זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגן "...נעווער אין מיי לייף אז איך זאל וויי טוהן א צווייטן איד"...!!!, אויך שמחת תורה איז גאר דערהויבן ווי ער פראוועט זייער שיינע הקפות.

ער איז א מוסטער פון צוגעלאזנקייט, א ביישפיל פון איינער וואס האט ריכטיגע אהבת ישראל, זארגט פאר א צווייטן און שפורט מיט א צווייטנ'ס צרה אויף א פארנעם ווי ער זאל זיין פארמישט דערין, מען הערט קיינמאל נישט די שפראך פון איך, איך, און וועט מיט אהן א מאס געדולד אויסהערן די בלעבלערייען פונעם גרעסטן נער, און אים גלעטן מיט א שמייכל ווילאנג יענער שפורט בעסער, ער איז ביי געוויסע חסידים נאנט ווי א טאטע ווי באקאנט.




ער האט געגרינדעט א חבורה מיטן נאמען ובהם נהגה ווי מען לערנט אינאיינעם מסכת גמרא און ביי א סיום גאר לעצטענס האט ער זיך בתוך דבריו אויסגעדרוקט, "עס איז די שענסטע טאג אין די קהילה זינט איך בין רב דא".


ער איז שטארק געווען פארמישט אין די כינוס כלל ישראל.

ער איז נשיא אין כולל שומרי החומות, פון די רבנים אינערהאלב דרשו, און ער איז איינע פון די פעלער ווי א רבי זאל קריגן הערצה סיי ביי די חסידישע אידן און סיי ביי די ליטווישע אידן.

ער פלעגט אסאך ארימלויפן צו רבנים ווי ביים אלטן סאטמאר רבין ז"ל, סקולענער רבי'ן און ביים ליבאוויטשע רבי ז"ל, ער רעדט אסאך צו זיינע חסידים אז מען זאל גיין צו צדיקים, ער קען געזען ווערן ביים טיש פון סקולענער רבי שליט"א ווי ער פאלט אסאך אריין טראץ די פאקט אז ער איז אליין א מנהיג פון א גרויסע קהילה.

ער איז פון שענסטע וואס די דור פארמאגט, ער איז א ערנסטע איד א חכם און א געוואלדיגע נאבעלע פערזענליכקייט, זאל אים השי"ת שענקען אסאך סיעתא דשמיא און אריכות ימים געזינטערהייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 183 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר