לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

הודעהדורך בעל מדות » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:12 pm

א מענטש וואס איז באקאנט, קען מען נישט באקאנט מאכן, און א מענטש וועמען יעדער קען ביים נאמען, איז קיין שום קונץ נישט צוזאמצואווארפן עטליכע פראזן לכבודו.
איך שפור זיך מאדנע ווען איך נעם דעם פעדער אין דער האנט אפצושרייבן עטליכע שטריכן איבער דעם וועלט-בארימטן פיגור וועמען אלע קענען, האבן שוין געהערט פון אים, אדער געליינט "פון אים", עס איז די רעדע פון דעם סאמע בעסטן זשורנאליסט אין דער אידישער שפראך, אנגעהויבן פון דעם טאג ער איז ארויף אויף דער ארענע ביז'ן היינטיגן טאג, דער אינגערמאן וואס איז מולטי טאלאנטפול און ביי טייל פארעהרער באצייכנט אלס א לעבעדיגע ענציקלאפעדיע צי לייברערי, דער אלעמען באקאנטער ר' שמעון ראלניצקי, דער רעדאקטאר פון "דער שטערן" פובליקאציע.
אלס לאנגיעריגע אנהענגער פון ר' שמעון איז עס מיר א שטאלץ צו ווידמען עטליכע מינוט און עס פארוואנדלען אין א ספעציעלער צייט, ווען איך בין מצמצם מיינע רייד און געפילן ארויסצוגעבן וואס עס ליגט ביי מיר אנגעזאמעלט פון לאנגע יארן, זינט איך האב מיך באקענט מיט דעם "שטערן" פענאמען. זאלן די פאר ווערטער דינען אלס עדות צו די פרוכטפולע מייסטערווערק וואס ר' שמעון האט אלץ ערצייגט, זייענדיג מסלתה ומשמנה פון דער ליטערארישער וועלט פונעם לעצטן יאר הונדערט, און פרעגט מיך נישט יעצט וואס "יאר הונדערט" מיינט, איך האב עס געזען אין דער שטערן...
לאמיר צוזאמען צוריקפליען מיט א צוואנציג יאר צוריק; די אידישע מארקעט האט געוועפט, אויסער דער איד, בעלייכטונגען און פארווערטס, איז נישט געווען קיין שום אידיש ווארט צו לעזן, די אידישע מידיא איז געווען אין א מצב ווי דארט וואו קארטאפל וואקסן, און אויף די שאפעס פון די נייעס-פאליצעס זענען געלעגן צוויבל.
אידן האבן געוויסט נייעס פון מחנה רב טוב, שעראן ספרינגס און איבער ארץ ישראל, און צו געוואויר ווערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם מיסיל וואס איז ארויסגעפלויגן דאנערשטאג האט מען געדארפט ווארטן ביז דער קומענדיגער וואך פרייטאג.
ווען געשעענישן אינערהאלב דער פאליטישער עוואלוציע אין סאטמאר האבן געפירט צו דער גרינדונג פון "דער בלאט", איז שוין דער יוגנט געווען אביסל מער נייגעריג אין דער וועלט, און נישט דוקא צו וויסן נייעס, אבער אין פאקט איז פשוט נישט געווען וואס צו נעמען אין דער האנט אריין (דער בליק און פלאם קאנקורענטן זענען געבוירן געווארן שפעטער.
אין דער -- נישט מער ווי פאסיגער -- צייט איז אריינגעקומען אין בילד "שמעון ראלניצקי"; ער איז נאך דאן געווען א בחור אין קרית יואלער מתיבתא און ווי נאטירליך געטריי געדינט די אגענדע פונעם פארטיי. ער איז דאן געווארן אן אקטיווער שרייבער אין " דער בלאט".
נאך א שטיק צייט איז דער נאמען שמעון ראלניצקי געווארן שטארק אויפגעכאפט, ווי וויקיפעדיע פארציילט איז ער דער איינציגסטער שרייבער אין אידיש וואס האט אלעמאל גענוצט זיין אמת'ער אידענטיטעט (טראץ וואס ער פארמאגט נאך נעמען ווי ר. ש. כהן אדער ר. שימאן.)
שמעון האט איינגעקויפט א געוויסער טראסט און זיין שניט טוט פון אלעמאל באצויבערן. זיינס אן ארטיקל איז געקומען ווי מיט זיין חותם, א זיגל וואס האט עדות געזאגט אז דער ארטיקל וועט זיין אינטערסאנט און קלאר געשריבן, און מען וועט דערפון זיכער הנאה האבן.
מיט דער צייט האבן זיך מענטשן אנגעהויבן שווערן אין דעם נייעם "שטערן" און נאכגעזוכט מיט "שפאקטיוון". ער האט וועכנטליך אפגעשריבן די פאליטישע נייעס אין דער בלאט. שמעון האט גוט אויפגעכאפט דעם פאליטישן סיסטעם שרייבנדיג רייכע אנאליזן וואס וואלטן נישט פארשעמט גרויסע זשורנאליסטן און געוויס נישט א תלמיד פון בארימטן אקאדעמיע יו.טי.עי.
נאך דער חתונה איז ער געווען אן אינטערגראלע טייל פון די גרינדער פון דער שטערן און געהאלפן אוועקשטעלן די פונדאמענטן פון דער דאן רויע "שטערן" אויסגאבע, שמעון האט פרעזענטירט אן אינטערסאנטער סטיל פון ארטיקלען וואס האט געברענגט פאר דעם מאגאזין א שטארקע הצלחה.
וואס דער שטערן איז היינט דארף מען נישט מסביר זיין, א מאגאזין וואס ווערט צעכאפט פון די געשעפטן דורך מאסן ליינער און קומט אן צו פילע אידישע היימען ווי אנשים נשים וטף דערקוויקן זיך מיט איר רייכן אינהאלט און הערליכע קאלומס.
מיט די יארן איז צוגעקומען די צווילינג אויסגאבע "דער שפאקטיוו" צו האלבען חודש נאך וואס די "שטערן" ליינער האבן שוין אפגעלעקט יעדע ווארט מדעקל אל דעקל און מ'איז גרייט פאר דעם קומענדיגן נומער.
עס איז שווער זיך צו פארשטעלן וויאזוי די וועלט פון אידישער ליטעראטור וואלט אויסגעזען אן דער שטערן. דער מאגאזין איז נישט נאר אן אויסגאבע נאר א קאלעקציע, טויזנטער פון אירע ליינער זאמלען נומער נאך נומער און קאלעקטן יעדע אויסגאבע מיט א באזונדערער חיבה. פון ציי צו צייט נעמט מען ארויס אן אלטן נומער און מ'פרישט זיך אויף מיט די אינהאלטסרייכע ארטיקלען.
אין א וועלט וואו עס לעבן פארשידענע בייסיגע נאטורן און סארטן מענטשן וואס קענען נישט אנעמען אז אנדערע זענען מצליח מיט סיי וועלכן געוויסן פראיעקט, האט אויך דער שטערן פיגורירט אויף דער שווארצער ליסטע פאר לאנגע יארן. שווארצע וואלקענעס האבן זיך אנגעריקט און פארשטעלט די שטערנס ווען ווען מען האטי ליידער געלייגט שטיינער על כל מיני אופנים. דער אמת האט אבער געזיגט און געהאלפן דעם שטערן איבערקומען די שווערע מצבים און שמאלע צייטן.
א באזונדער רעספעקט פארדינט דער שטערן פאר דער וויזיע צו רעספעקטירן אלע גדולי ישראל אן קיין צווישנשייד. דער שטערן שטייט ווייט פון כל מיני פאליטיק,לשון הרע אדער ליגנט און פאלשע באצאלטע פי. אר. ארטיקלען.
שמעון קען ערליך אידענטיפיצירט ווערן אלס א "רעוואלוציאנער" און "טשאמפיאן" וואס האט באוויזן וואס ווייניג האבן באוויזן מיט אזא ערפאלגרייכער סוקסעס ראטע.
שמעון איז א בא'טעמ'טער צוגעלאזענער פערזאן, א פריינטליכער טיפ, און די וועלט פון אידישער מידיא און זשורנאליזם קען ריכטיג שטאלצירן מיט אזא חשוב'ן יונגערמאן וואס איז א ריכטיגער מכיר את מקומו, טוט נישט באליידיגן קיינעם טראץ זיין רים און אנערקענטע פאזיציע, און שענקט דאס מערסט געדולד צו יעדן זעלבסט איינגערעדטן "ידען" וואס וויל צייגן זיין רייכע קענטעניסן אויף הילערי קלינטאן...
פאלגנד זענען מיינע קאמענטארן פון א צייט צוריק נאכ'ן ווערן אינספירירט ווערן פון אן ארטיקל אין דער שטערן:
"איך לייען אסאך, און אפטמאל קומט מיר אויס זיך צו אנשטאלפערן אין ארטיקלען וועלכע איך גיי ארויס פון התפעלות, און אריין אין א ווילדער שטימונג נאכ'ן איר אפלייענען, נאכדערצו ווען עס קומט יעצט די לענגערע זומער וואכן און חדשים, און עס איז דא מער צייט צו פארברענגען מיט דעם אפשר אלטמאדישן וועג פון פארוויילונג דורכ'ן שריפט און פאפיר.
"עס זענען דא פארשידענע אשכולות וועלכע באנעמען פארשידענע אויסגאבעס, אבער עס איז נישט פארהאן -לפי מיין קורצע איבערזיכט- אן אשכול וועלכע זאל זיין אן ארט וואו מען זאל זיך פארשלאגן ארטיקלען און זיי הויעך אויסרימען בכדי אנדערע זאלן דערפון אויך קענען הנאה האבן.

"אפטמאל ווען א שרייבער פון אן ארטיקל קומט אריין מיט אביסל א שלאבערישן נאמען, אדער מיט נישט שרייעדיגע בילדער ווערט עס נישט געקוקט ביי מענטשן, אדער באגנונגד מען זיך מיט בליקן אויבנאויפדיג,וואלט מען אבער געוואוסט וואס פאר א שיינעם אינטערסאנטן ארטיקל דאס איז וואלטן זיי שטארק חרטה געהאט פארן זיי דורכמישן און דאס איז מיין ציל מיט דעם אשכול.

"די קאווע שטיבל פאלק וועלכע אינאיינעם פארמירט א מאכטפולע ליינער באזע מיט שווערע טויזענטער אויגן, נישטערן נאטירליך דורך יעדע אויסגאבע, דזשורנאל, צייטונג און ביכל, וועלכע קומט נאר ארויס אויפ'ן מארקעט, און מיט א כח הרבים, ווען מען ווייסט פון אנדערע וואס האבן שוין געלייענט א געוויסע ארטיקל און זיי טיילן עס מיט אין פובליק, וואלטן מען זיכער מער הנאה געהאט ביים נעמען די פובליקאציעס צו די אויגן.

"פארוואס זאג איך עס אייך? איך האב די וואך געלייענט אין די שטערן (חודש אייר ע"ה) אן אינטערוויו מיט א שניידער וועלכער האט א אינטערסאנטע היסטאריע און ממש איך געדענק נישט איך זאל ווערן אזוי איבערגענומען פון א געשריבענעם ארטיקל.

"איך האב ווי "מיטגעלעבט" דורכאויס די געשיכטע זיינע לאכן און וויינען, טרונקענדיג מיט דורשט יעדעס ווארט וואס ער האט נאר געשריבן."
דאס זענען מיינע איינדרוקן אויף איינס פון הונדערטער געלונגענע ארטיקלען וואס דער שטערן האט אהערגעשטעלט.
דער שטערן האט באוויזן צו דערהייבן דעם כבוד פון דער אידישער שפראך און אריינגעברענגט א פרישן חשק און גלאנץ אינעם מאמע לשון. מען קען ממש אנטייטלען אויף אינגעלייט און בחורים וואס קענען אידיש און דערקלערן זיך אלס שרייבער, צוליב דעם פאקט אז זיי פלעגן ליינען אסאך "דער שטערן" פון וואס אויך קאווע שטיבל טוט געניסן ביז'ן היינטיגן טאג.
צוריקמישנדיג די בלעטער, צווישן אנדערע מעכטיגע ארטיקלען און פארש ארבעט וואס ווערן עד היום אויסגעלויבט ביי מענטשן, זענען די ברייט ארומנעמענדע ארטיקלען איבער דעם אומקום פון פרעזידענט קענעדי;, דער באזיך פון סקווירער רבי אין ווייסן הויז; די פארכאפונג פון א גאנצן באס פון יונגע שולע קינדער אלס משכונות; אפעראציע רויטע פליגל; די משכונות קריזיס אין איראן, און נאך פולע וואס קענען אנפילן גאנצע ביכער.

אין צוגאב פון שריפטשטעלער, איז שמעון א וואוילטעטיגער עסקן פאר וועמען עס קומט זיך פיל קרעדיט פאר'ן שטייען דערונטער די פייערדיגע מערכות לטובת "רובאשקין", "גראסמאן" און נאך. שמעון ווערט געדענקט אלס דער עסקן וואס ווארט נישט אז אנדערע זאלן טון, נאר נעמט באלדיגע שריט אויף דער אייגענער האנט.
נוצנדיג זיין ארגאן דער שטערן האט ער נישט איינמאל אנגעצינדן דעם שוועבל וואס האט עווענטועל אויפגעריסן און עקספלאדירט אין א העלישן פייער ביי גאנץ כלל ישראל צומאל ווייטשטרעקיג ביז איבער קאנטינענטן אויפצוטון פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה.
אין א דור וואס עס שוועבט א פחד ביי עלטערן, דער אינטערנעט מאנסטער ווערט אלץ מער אויסגעריסן פון אידישע היימען, איז דער שטערן דער אויסוואל פון אינטערסאנטע לייען מאטריאל וואס זאל ציען און זיין געשמאק פאר די יונגווארג אנשטאט מאוויס און טעלעוויזיע סעריעס וועלכע זענען פול מיט ניוול, שמוץ, און אומאויסגעהאלטענע רייד.

אגב איז שמעון ראלניצקי פון די איינציגע אידישע דזשורנאליסטן בכלל און איז לעגאל אנערקענט אלסא שרייבער וואס פארטרעט טויזענטער ליינער וואס העלפט אים קריגן צוטריט צו פילע פארמאכטע טויערן.

שמעון פארמאגט אויך א נעסטל אויף "קול מבשר" און טראץ וואס ער איז נישט די זעלבע גוט אין "רעדן" ווי אין "שרייבן", זענען מענטשן שטארק אויסן מיטצוהאלטן זיינע שיינע באהאנדלונגען, ווי ער צונעמט טעמעס מיט א גרינטליכקייט און קלארקייט און אלץ מיט א היימישער תורה'דיגער גייסט.

אויף קול מבשר וועט צומאל פארקומען דעבאטעס צווישן שמעון און אנדערע חרדישע נייעס-אנאליסטן אנאליסטן און עס איז גאר אינטערסאנט זיך צוצוהערן זייערע מיינונג דיפערענצן און קריגערייען...

שמעון האט א שטארקע ווארט אין דער אלגעמיינע גאס און ער שטייט אונטער א מאכטפולע ליינע באזע פון אומצאליגע טויזענטער ליינער אין די שפראכן פון אידיש, ענגליש, און העברעאיש.

שמעון שטעלט צו אריגינעלע סחורה, ער טוט אויפגעקומען מיט גוטע און אריגינעלע געדאנקען וועמען צו אינטערוויאירן. ער פארט פיל ארום דער וועלט פאר זיינע ארטיקלען און האט שוין באזוכט די לענדער פון רוסלאנד, דייטשלאנד, פוילן, קאנאדא, יאפאן, און ארץ ישראל, און נאך.

אדאנק זיין גרינטליכער און ווייטגרייכנדער זשורנאליזם איז אים אמאל אויסגעקומען צוזאמענצושטעלן צוויי אודים מוצלים מא פון דורכאויס די וועלט קריג, א רעטער און דער מענטש וואס האט אים געראטעוועט ביי דער צווייטע וועלט קריג. דער ארטיקל האט געהאט א שטארקן אפקלאנג איבעראל.

דעם יעצטיגן יום טוב האט שמעון ווידער באוויזן צו איבערראשן זיינע ליינער אהערשטעלנדיג א גאר רייכע אויסגאבע. מוצאי יום טוב האב איך געשריבן אין שטיבל ווי פאלגנד:

"...איך געדענק נישט איך זאל האבן אזויפיל הנאה פון ליטעראטור אין מאמע לשון ווי דעם סוכות.

דער "שטערן" האט אהערגעשטעלט עפעס אן אויסערגעווענליכע ארבעט, איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון דעם ארטיקל "דער הויפט שונא פון אייסיס, אסאד, און פוטין: דער סעלפי שפיאנאזש גענעראל".

דער ארטיקל פארציילט איבער אן איינצעלער מאן וואס האט זיך געמאכט וועלטבארימט מיט אן אייגנארטיגע שפיאנאזש אפאראט. אויך האט מיר זייער געכאפט אן אנדערער ארטיקל מיט'ן נאמען "אפעראציע טשאווין דע הואנטאר", עס איז עפעס נישט צום גלייבן, איך בין געווען געשפאנט דערצו און נישט געקענט אראפלייגן דעם מאגאזין ביז דער ענדע. איך גאראנטיר אייך אז איר וועט נישט חרטה האבן פון דאס ליינען."

עס איז מיין פערזענליכער האפן אז שמעון וועט ליינען מיינע ווערטער און נאר ארויסנעמען דערפון אן אינספיראציע צו פארשטארקען זיינע אגענדעס און ברענגען קלאסישע סחורה פאר זיינע אומצאליגע ליינער אנע אפשטעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בעל מדות אום דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:19 am, רעדאגירט געווארן 8 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1932 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:27 pm

שמעון ראלניצקי'ס קאריערע האט זיך בעצם אנגעפאנגען אין דעם "אידישן געדאנק", ארויסגעגעבן דורך די אהרונים נאך פאר דעם "בלאט". אויב מאך איך נישט קיין טעות, געדענק איך אן ארטיקל אויף ערדציטערנישן וואס ער האט דארטן געשריבן.
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10394 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:20 pm

שמעון קומט זיך דער נאבעל פרייז אין היימישע ליטעראטור. שמעון איז א מעסיוו שרייבער, האבענדיג לכאורה די גרעסטע ליינער באזע. ער דעליווערט "ביי וועכענטליך" פוליצער ארטיקלען, זיינס אן ארטיקל לאזט מען נישט ארויס פון האנט! נישט קיין חילוק צו דער שרייבער איז ר.ש. כהן, ר. שימאן, ה. מארש, צו גאר ש. ראלניצקי, ער שרייבט מייסטערהאפטיג.

גאר שטארק צייכנט זיך ארויס פון זיינע פולע מעלות, איז זיין "סטרוקטשער". די 'סטרוקטור' פון אן ארטיקל איז פון די וויכטיגסטע פונקטן צו דעליווערן א שלימות'דיגע ארטיקל, און אין דעם צייכענט ער זיך אויס ווי דער יחיד מומחה... דער אופן ווי ער פירט אריין מיט דראמא, אריינברענגענדיג דער ליינער אין תוך תוך'יות פון די שילדערונג, דערנאך קען ער שרייבן וואס עס פעלט זיך אויס איבער די ספעציפישע לאנד/מענטש/געשעעניש.

נעמט למשל די שטערן פון די יו"ט סוכות. ער שרייבט אן ארטיקל איבער 'פיטיר היגינס' א סעלפי שפיאנאזש גענעראל, וואס האט געלייגט צו שאנדע פוטין,אסאד, און נאך. ער הייבט אן מיט די אוקראיינישער געשאסענער פליגער, און פארט אריין צו אנדערע באמבע אנטדעקונגען וואס ער האט באוויזן, הערשט צום סוף קומט ער צוריק צו די אוקריינישער פליגער, ער איז א נעוץ סופו בתחילתו אזוי האלט ער פארבינדן דעם ליינער במשך די גאנצע ארטיקל. (ווידעראום, דער בליץ, וואלט באשריבן יעדע מעשה'לע עקסטער איינס נאכן אנדערע, אנע שום פארבינדונגען. וואס עס איז נישט צו שלינגן און נישט צו שפייען.)

שמעון; you are my favorite!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3912 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:18 pm

שרייבן קען ער געוואלדיג, אבער ווען איך הער אים אויס אויף קולמעבשר קריכט ער אויף די נערוון, ער עקעצט און קייט איבער ביז ער קומט אן עפעס צו זאגן, (אפשר שרייבט ער אן ארטיקל בשעת'ן רעדן).
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 693 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:22 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:שרייבן קען ער געוואלדיג, אבער ווען איך הער אים אויס אויף קולמעבשר קריכט ער אויף די נערוון, ער עקעצט און קייט איבער ביז ער קומט אן עפעס צו זאגן, (אפשר שרייבט ער אן ארטיקל בשעת'ן רעדן).

איך מיין אז ער ליינט פאר פון פארגעשריבענע ארטיקלען, אסאך מאל קען ער בשעת א אנאליז זיך טועה זיין צענדליגע מאל און זאגן 'טייערע ליינער' אנשטאטס 'טייערע צוהערער', אבער איך קען נישט זאגן אויף זיכער ווייל איך הער אים נישט אויס צופיל...
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 677 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:40 pm

ער איז געוואלדיג ער קען נעמען א גאנטצע בוך און אריינפאקן די גאנטצע מעשה און איין שטערן אן קיין המשכים
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1761
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 896 מאל

הודעהדורך קליגער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:34 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נעמט למשל די שטערן פון די יו"ט סוכות. ער שרייבט אן ארטיקל איבער 'פיטיר היגינס' א סעלפי שפיאנאזש גענעראל, וואס האט געלייגט צו שאנדע פוטין,אסאד, און נאך. ער הייבט אן מיט די אוקראיינישער געשאסענער פליגער, און פארט אריין צו אנדערע באמבע אנטדעקונגען וואס ער האט באוויזן, הערשט צום סוף קומט ער צוריק צו די אוקריינישער פליגער, ער איז א נעוץ סופו בתחילתו אזוי האלט ער פארבינדן דעם ליינער במשך די גאנצע ארטיקל. (ווידעראום, דער בליץ, וואלט באשריבן יעדע מעשה'לע עקסטער איינס נאכן אנדערע, אנע שום פארבינדונגען. וואס עס איז נישט צו שלינגן און נישט צו שפייען.)

שמעון; you are my favorite!

אויב איך מעג זאגן א קרים ווארט... שמעון איך ליין אויך זייער אסאך פון דיינע ווערק אבער פארוואס ברויך מען פארטוישען נעמען? פיטער הייסט נישט פיטער! ער הייסט עליאט.. לאז ס'אמתע נאמען..


.
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:58 pm

שמעון ברענגט טאלאנט וואס קיינער פאר אים און נאך אים האט נאך נישט באוויזן, ווען מ׳ליינט זיין א ארטיקל ווערט מען אריינגעשלעפט אין א באזונדערע וועלט, ס׳פילט ווי מ׳איז יעצט דארט בשעת מעשה, און מ׳ערווארט גוטע רעזולטאטן.

ער האט א חוש צו נעמען דעם ליינער אויף א רייד, פון רחמנות אדער מיטגעפיל צום באטראפענעם, אדער א נצחון מיט די מפלה פון דער שלאנג, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי ער האט איינמאל באשריבן די רעזיגנאציע פון ניקסאן, יעדער וואס האט עס געליינט האט געהאט מיטגעפיל און רחמנות צו ניקסאן וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין פלאנטער, א שטיק צייט שפעטער האט ער באשריבן א אנדערע ארטיקל ווי יעדער ליינער האט זיך געפרייט מיט די מפלה וואס דער ניקסאן האט געהאט. א קיצור ער קען בייגן דעם ליינער וויאזוי ער וויל.

אזויפיל ווייס איך פון אים, אז ער נוצט א דעלל קאמפיוטער (ווי ער האט אמאל געשריבן ווען ער האט גערעדט פון די סי אי או פון דעלל), און זיין ברידער וואינט לעבן די וואסער טאנק אין קרית יואל.

בנוגע וואס מאנכע שווארץ קוקער רעדן זיך אפ אויף זיינע אונטערוויוס, לויט מיין בליק איז ער נישטא צו שטיפן צייט מיט א-גוט-מארגן-רבי-מטות סטייל אונטערוויוס, ער איז דא צו טון עסקנות, זאל עס זיין פאר מאנסי אדער פאר רובאשקין וכדומה, במילא איז נישט שייך צו זאגן אז ער איז נישט גוט דערין, והשנית איך גלייב אז מענטשן גלייכן צו הערן א טאלאנטפולער מענטש וואס רעדט נישט ווי מאשין, איידער ווי א שמויגער וואס רעדט ווי מאשין.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:17 am

אויך קומט זיך אים קרעדיט פארן זיין די איינציגסטע אידישער צייטונג אן שמוץ לשון הרע׳ס און פאליטיקס, ער גייט שוין אן יארן און ס׳האט זיך נאך נישט אריינגעכאפט דארט אפילו בטעות אזאך וואס קען אויסטייטשט ווערן קעגן סיי וועלעכער איד אין דער כדור העולם.

ווי אויך וועט דארט קיינמאל נישט זיין א ארטיקל ווי מ׳קען זיך אונטערהאלטן מיט א צווייטענס שוואכקייטן (א שטייגער ווי די ״ראפי אינטערוויו״ אין די מאמענט) כאטש מ׳קען קוועטשן אז ס׳איז גארנישט שלעכט דערמיט דאך וועט מען עס דארט נישט טרעפן.

אשריך שמעון!
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך פאטעטא טשיפס » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:51 am

אין מיינע יונגע יארן פלעגט מען זאגן אז ס'רוב פון זיינע ארטיקלען זענען איבערגעטייטשט ווארט-ביי-ווארט פון די ריעדערס דיידזשעסט והדומה לה.

קען דאס איינער קאנפערמירן?

אויב איז דאס וואר, קומט זיך אים ענדערש א מעדאל פאר סאמע געלונגענסטע אידישער איבערטייטשער... :lol:
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:53 am

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:אין מיינע יונגע יארן פלעגט מען זאגן אז ס'רוב פון זיינע ארטיקלען זענען איבערגעטייטשט ווארט-ביי-ווארט פון די ריעדערס דיידזשעסט והדומה לה.

קען דאס איינער קאנפערמירן?

אויב איז דאס וואר, קומט זיך אים ענדערש א מעדאל פאר סאמע געלונגענסטע אידישער איבערטייטשער... :lol:

נו וואס דען...
און פון די 'טיימס'
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 1:32 am

פונקט האב איך געהערט פון איינעם אין די ליין אז דער שטערן פלאגט זיך שטארק פינאנציעל און אז ראלינצקי וויל עס אפשר פארמאכן. דאס איז וואס איך האב געהערט.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1850 מאל

Re: לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 1:46 am

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:אין מיינע יונגע יארן פלעגט מען זאגן אז ס'רוב פון זיינע ארטיקלען זענען איבערגעטייטשט ווארט-ביי-ווארט פון די ריעדערס דיידזשעסט והדומה לה.

קען דאס איינער קאנפערמירן?

אויב איז דאס וואר, קומט זיך אים ענדערש א מעדאל פאר סאמע געלונגענסטע אידישער איבערטייטשער...

אמאל אמאל זענען ארטיקלען איבערגעטייטשט. היינטיגע צייטן זענען רוב ארטיקלען פרישע סחורה. געדענק אז ער געט אויך ארויס די זמן אין ענגליש און דארט מיז ער האבן פרישע סחורה דארף ער עניוועי שרייבן פריש
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

Re: לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

הודעהדורך ישראלי » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 1:48 am

ליפא האט געשריבן:פונקט האב איך געהערט פון איינעם אין די ליין אז דער שטערן פלאגט זיך שטארק פינאנציעל און אז ראלינצקי וויל עס אפשר פארמאכן. דאס איז וואס איך האב געהערט.

מאכט נישט קיין סענטס
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

הודעהדורך אבי גערעדט » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 2:51 am

ליפא האט געשריבן:פונקט האב איך געהערט פון איינעם אין די ליין אז דער שטערן פלאגט זיך שטארק פינאנציעל און אז ראלינצקי וויל עס אפשר פארמאכן. דאס איז וואס איך האב געהערט.

גראדע ארויף די חודש צו 6.95, לכאורה וועט שוין די פרייז בלייבן, קען זיין אז עס האט א פארבינדונג מיט דיין תגובה איבער פינאנציעל
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 3:40 am

@בעל מדות פארוואס דערמאנסטו נישט די זמן אויף עברית אויך עפעס זייער ספעציעל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4893 מאל

Re: לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:39 am

יאיר וויינשטאק איז די עדיטער פון די עברית זמן
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:32 pm

איך מיין אז עס באלאנגט נאך אלס צו שמעון, און זיינע ארטיקלען גייען דארט אריין איבערגעארבעט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4893 מאל

הודעהדורך בעל מדות » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:55 pm

לאמיר צולייגן וואס איך האב לכתחילה געוואלט שרייבן אין די ארטיקל, אין די שטערן פלעגט לויפן א קאלום "חייקל ענטפערט" וואס האט זיך אנגעהויבן אין די "צייטשריפט" (וואס איז בדרך אגב געווען א גאר זעלטענע אויסגאבע און איך בענק זיך דערצו, אויב עמיצער האט אלטע עקזעמפלארן און איז גרייט צו טוען ביזנעס. זאל ער ביטע ווענדן אין אישי) און איז אריבערגעגאנגען צום "שטערן" עד היום הזה באוויינען מענטשן די ענדע פון דעם קאלום.
מיין פארלאנג און געבעט צום שטערן איז אויב זי קען ווידעראמאל לאזן אין גאנג דעם קאלום.

ובדרך אגב עמיצער ווייסט ווער עס פלעגט דאס שרייבן? איך וויל אים א קלאפ טון אין רוקן!...
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1932 מאל

הודעהדורך קליגער אינגערמאן » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 5:03 pm

נישט אשר לעווין פלעגט עס שרייבן?
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 5:12 pm

אין מאמענט איז דא א ענדליכע קאלום פון "שאול לעזער"
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך בעל מדות » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 5:16 pm

קימט נישט צו צום קנעכל פון חייקל'ס הומאר און שפראך.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1932 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 04, 2015 12:36 am

דארפסט דען שפראך? אדער תירוצים פאר דיינע קשיות?
אגב, די לעצטע פאר חדשים האט שמעון אנגעהויבן נוצן דאס ווארט "באשיינפערליך" אויף כמעט יעדן פעידזש פונעם שטערן/שפאקטיוו, עס הייבט אן אביסל גרילצן אין די נאז, חוץ מזה וואס דער בלאט האט די עקסקלוסיווע רעכט דאס צו נוצן.

שוין, האסטו אביסל הומאר (חחח). נחזור לענינינו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 2:10 am

שמעקעדיג האט געשריבן:דארפסט דען שפראך? אדער תירוצים פאר דיינע קשיות?
אגב, די לעצטע פאר חדשים האט שמעון אנגעהויבן נוצן דאס ווארט "באשיינפערליך" אויף כמעט יעדן פעידזש פונעם שטערן/שפאקטיוו, עס הייבט אן אביסל גרילצן אין די נאז, חוץ מזה וואס דער בלאט האט די עקסקלוסיווע רעכט דאס צו נוצן.

שוין, האסטו אביסל הומאר (חחח). נחזור לענינינו.

Oh no ער ניצט מער אלענספאל איך ספעל עס גיט?
אויך ניצט ער עווענטועל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1761
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 896 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:54 am

ווי אויך הייבט זיך כמעט יעדע ארטיקל אן, אין א פראסטיגע ווינטער נאכט, אדער, אין א הייסן זומערדיגן אווענט..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט