חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ

שליחה דורך רימון »

(א.)

היינט, ט"ו חשון, געפאלט די יארצייט פון גרויסן גאון הדורות ורבן של ישראל, מרנא ורבנא רבי אברהם ישעיהו קארעליץ זי"ע זצ"ל, בעל חזון איש, קובץ אגרות, וס' אמונה ובטחון; דער סאמע אנערקענסטער גדול בתורה פון די לעצטע צייטן, דער פארפאסער פון טיפזינגע ספרים בכל מכמני תורה, אפילו אין מקצועות וואס לא דשו בו רבים, מיט אן אייגנארטיגן שפראך און סגנון, מדויק ומדקדוק מזוקק שבעתיים. ווער עס בליקט נאר אריין אין די בריוון ווערט איבערגענומען מיט רגשי געגועים וכיסופים פון אהבת התורה, ממש אן עשירות פון אהבת התורה, אן עזה כמות אהבה לתורה ולעמלי'. יעדעס בלעטל פלאמט, יעדעס שורה פלאקערט: "המו מעי בהמיית אהבה."

רוב פון זיינע טעג איז זיין נאמען געווען אומבאקאנט, אפגעזונדערט פון דער גאנצער וועלט, וכמעט שלא נודע אי"ש. געזעסן איז ער אין אין זיינע ד' אמות של הלכה סגור ומסוגר מהבלי עולם הזה ופגעי הזמן, און מוסיף געווען עמל על עמלו. טאג נאך טאג, יאר נאך יאר, און אזוי באוויזן צו מברר געווען די עקולי ופשורי פון תורה שבעל פה אויף א שטייגער וואס מ'האט שוין נישט געזען דורות לאנג.

די עניגמאטיע וואס נעמט ארום דעם חזון איש איז שטוינענד. פון איין זייט איז ער געווען דער פעלזן פעסטער כאראקטער, א תקיפות הדעת כאיתן חלמיש, אן עקשנות'דיגער און קאמפראמיסלאזער מנהיג מיט א דעת צלולה, און א מענטש מיט א גדלי'שן מח און א גדלי'שן הארץ. פון דער אנדערער זייט איז ער געווען באהאלטן און פארשלייערט, דערשראקן און שעמוועדיג, שווייגעדיג און אפגעזונדערט, איינגעטינקען אין אן עולם ומלואו פון עמל התורה, פארטון אין זיין אייגן וועלטל פון תענוגים ווי ער שרייבט אין א בריוו: "גדולי תורה המה בעונג שעשועים כל היום".

גאר באקאנט איז דער הספד פון רבי איסר זלמן זי"ע, אז דער הייליגער תנא רבי מאיר זאגט עדות אז דער חזו"א האט געלערנט תורה לשמה. ביי אים האט מען באשיינפערליך געזען דעם "זוכה לדברים הרבה". כאטש ער האט נישט געטראגן מיט זיך קיין שום שטעלע, קיין שום פינקציע, קיין שום אפיציעלקייט, האט אים כלל ישראל געקרוינט אלס א מנהיג ישראל, ואי"ש על העדה.

מים עמוקים ידלם אי"ש תבונה. שווער צו באשרייבן זאכן וואס מיר אליין האבן אזא קליינע השגה. אזא גרויסער נפש, אזא טיפער נפש, אזא ברייטע קלאריפולע נשמת שד-י תבונם. א מעיין המתגבר, אזא לב טוב, און אזויפיל געפיל פאר יעדן איד. פון א יונגן בחור, א קריגס געליטענער, ביז א פרייען תינוק שנשבה, אלע האבן געטראפן אן אפן הארץ און אויער ביי דעם זעלבן אדרעס, די האלב איינגעפאלענע הייזקע אין בני ברק. קיין גבאי איז קיינמאל נישט געשטאנען און פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז געווען קבלת קהל. אלע זענען ענטפאנגען געווארן מיט די זעלבע סימפאטישע אויגן און שווייגנדע שמייכל פון דעם אלטן איד וואס פארשטייט זייער פיין און ליידן.

דער בלאסער פאפיר קריגט ממש לעבן און דאס טינט טאנצט פון בלעטל ביים באגעגענען דעם גאלדענעם שפראך אין קובץ אגרות. פאעזיע און פארבארגענע הרגשים פון א לב מלא רחום וחנון ווערן דארט אויסגעגאסן און די זעלבע ליבשאפט ווערט אנטפלעקט פאר דער וואס קריגט מיט אים ווי דער וואס שטייט בדעה אחת.

קורצע אבער לאנגע 76 יאר האט דער חזון איש געלעבט אויף דער וועלט. מיר טרעפן זיינע טעג און נעכט ציטירט אין זיינע ספרים. דער ספר חזון איש איז אין טייל א פערזענליכע דייערי די געשיכטע פון דעם מענטש. נאך א חידוש און נאך א חידוש. דאס איז זיין ביאגראפיע און מיט דעם האט ער זיך באפאסט און אפגעגעבן דאס מערהייט פון זיינע טעג אין נעכט עלי אדמות. דאס, די חידושי תורה, זענען זיינע יארן, דאס איז זיין געשיכטע.

צומאל טרעפט מען פארשריבן און פארצייכנט דעם פונקטליכן דאטום און דער צושטאנד אונטער וועלכן דער ספעציפישער חידוש איז געשריבן געווארן: ערב שבת שנת תרע"ט אין דער שטאט סטופצי, און מ'לערנט יעצט הל' מוקצה (או"ח סי' מ"ד); אמאל איז יעצט ערב יו"ט (ערב חג השבועות שנת תרס"ח, יו"ד סי' ס"ו) און אמאל איז עס אסרו חג (אסרו חג שבועות תרפ"ז, מקואות) אבער והוא באחת, אלעמאל מיט דעם זעלבן עמל און יגיעה.

גאר באקאנט איז וואס ער שרייבט אין מס' כלאים אנהויב סי' ז': בע"ה יום ט"ו תמוז העת"ר [שנת מלחמה על פני כל הארץ אשר עשו ממלכת אוסטריא אשכנז את ממלכת רוסיא אנגליא צרפת וחרבו עירות ונהרסו מדינות במושב בני ישראל ורבבות מבני ישראל גלו בלי משען ומשענה, ונערי בני יהודה נפלו חללים על שדה קרב מז ומזה, ומעטו בתי מדרש לתורה באין תומך ומחזיק והמהומה רבה בקרב כל ישראל] סטופצי [שנשרפה כמעט כל העיר ביום כ"ה סיון וכל יושביה בלחץ ובדחק באין בית לגור ואין מקום ללון.

אין לייכטע איבערזעצונג: עס איז היינט ט"ו תמוז התר"ע, [א יאר פון מלחמה איבער דער גאנצער וועלט, דורך די אויסטריער און דייטשישע רעגירונגען אקעגן די רעגירונגען פון רוסלאנד ענגלאנד און פראנקרייך, זיי האבן חרוב געמאכט שטעט און אויסגעריסן לענדער וואס זענען באוואוינט מיט אידישע קינדער. צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער זענען פארטריבן אן קיין שום הילף. יונגע אידישע קינדער זענען געפאלן גע'הרג'טע אין די שלאכטן פון ביידע זייטן. עס איז פארמינערט געווארן די בתי מדרשים פאר תורה ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל דאס שטיצן, און די מהומה איז גרויס ביי אידישע קינדער] אין שטאט סטופצי [וואס כמעט די גאנצע שטאט איז פארברענט געווארן ביום ב' כ"ה סיון און אלע אירע איינוואוינער זענען געדרוקט אן קיין שטובז וואו צו וואוינען און אן קיין פלאץ צו נעכטיגן].
און דאס טוט נאכפאלגן א לענגערע פלפול איבער דין טומאת המת אויסגעשפרייט אויף 38 סעיפים!

די שווערסטע מקצועות התורה, במקום שאין אי"ש, השתדלש להיות אי"ש. די פארפלאטערסטע סוגיות וואס כמעט לא דרך כף רגל אדם, מסכתות וואס אפילו די ראשונים האבן נישט אויסגעקנעטן, האט ער אויסגעטרעטן דעם וועג. ווי דער חזון איש האט עדות געזאגט אויף זיך זעלבסט האט ער 25 יאר פון זיין לעבן אוועקגעגעבן פאר סדר טהרות, וואס איז אפילו נישט נוגע בזמנינו.

ווי באקאנט איז דער חזון איש "דער רבי" אין הלכות עירובין. זיינע חידושים דארט זענען אזוי היקף'דיג טיף אז אין עירובין איז נישטא אפילו בדומה לו. ער האט זיך געמוטשעט דערויף ביז מסירת נפש אז עס האט אים געקאסט דאס געזונט. אין א בריוו אין קובץ אגרות טוט ער דאס אליין דאקומענטירן אז ער קען מער נישט לערנען מפני חולשת העצבים און ער מוז אפרוען דעם מח.

עס איז דא עטליכע ביכער ספרים וואס באשרייבן דעם לעבן און שאפן פון דעם אי"ש אלקים: די ערשטע אין דער רייע איז געשריבן געווארן אויף דער אידישער שפראך דורכ'ן ערשטן מעיאר פון בני ברק און געפינט זיך אויף היברו בוקס. שפעטער איז ארויסגעקומען עטליכע בענדער 'פאר הדור'; דאס מערסט באקאנטע 'מעשה איש' דורך הרב יברב פון בני ברק, 'החוזה מליטא' דורך א פלימעניק פון חזון איש.
חיים גראדה ווידמעט אויך אייניגע פרקים אין זיין ראמאנס-פיקיציע "דער ישיבה מאן – צמח אטלס" אפצומאלן דעם חזון איש; הרב רפאל הלפרין האט אויך ארויסגעגעבן א בוך אונטערן נאמען "במחיצת", אויך אין זיין לעצטע ספר "בדרכי הקב"ה" ברענגט ער טייל פון בריוון - ארום 15 אין צאל - וואס דער חזון איש האט אים אנגעשריבן. גאנץ לעצטנס איז ארויסגעקומען א דיקן אקעדאמישן בוך מיט'ן נאמען "החזון איש" פון בני בראון.
דער חזון איש איז געבוירן געווארן י"א חשון שנת תרל"ט צו זיין פאטער רבי שמריהו יוסף קארעליץ זצ"ל אבד"ק קאסאווע, און מחבר ספר בית תלמוד, א ליקוט פון גמרות מס' חולין וואס דער רי"ף האט אויסגעלאזט זיין פאטער איז געווען א גרויסער יראת שמים און תלמיד חכם. לעצטנס איז געדרוקט געווארן עטליכע שיינע בריוון פון אים אין "גנזים ושו"ת חזון איש" ארויסגעגעבן דורך משפחת קרליץ.

איינצלנע שטיקלעך תורה פון ר' שמרי' יוסף ווערט געברענגט אין ספר חזון איש, א ביישפיל סוף מסכת שבת, או"ח סי' ס"ג, איז א קלענערער סימן געווידמעט פאר עטליכע הערות פון זיין פאטער. אין קו' השיעורין סי' ל"ט ברענגט ער פון זיין פאטער דעם דעטאל פון שיעור. אין הל' תפילין ברענגט ער א געוויסן חידוש פון זיין פאטער וואס ווערט איבער גע'חזר'ט אין מנחות. אויך אין חושן משפט ברענגט ער א חידוש פון זיין פאטער בשם הג"ר אלעזר משה הורוויץ בנוגע קנינים.
דער פאטער איז נסתלק געווארן כ"א אייר שנת תרע"ז ווען דער חזון איש איז אלט געווען 38 יאר. דער חזו"א דערמאנט די פטירה פון זיין פאטער אין ספר מיט די ווערטער: תרע"ז כ"א אייר ביום זה נלקח נשמת אאמו"ר השמימה הגיעני השמועה ביום א' ערר"ה שנת הנ"ל.

לפי עדותו פון הרב רפאל הלפרין איז די ערשטע געשריבענע ווערק פונעם חזון איש א וואונדערליכע שטיקל געשריבן אין בלויזן עלטער פון 11 יאר און איז געדרוקט אין קובץ אגרות.
דער חזו"א האט זיך זייער געמוטשעט פאר א שידוך און ווי ער שרייבט אין א בריוו האט ער זעלבסט נישט געזוכט קיין געלט אדער כבוד נאר א פרוי וואס זאל אים ערמעגליכן צו זיצן און לערנען. ער האט למעשה חתונה געהאט אין עלטער פון 27 יאר אלט.

דער חזון איש איז געווען איינס פון עטליכע געשוויסטער. א טייל פון זיי זענען גע'הרג'ט געווארן ביים קריג הי"ד. דאס מערסט באקאנטסטער איז זיין עלטערער ברודער רבי מאיר קארליץ, א גרויסער ת"ח ואיש הציבור, וועלכער האט געדינט אלס רב אין לעכאוויטש בעפאר'ן קריג.
אינדערהיים פלעגט מען רופן דעם חזון איש "רבי מאיר'ס ברודער" און אין ארץ ישראל האט מען גערופען ר' מאיר "דעם חזון איש'ס ברודער..." ר' מאיר האט געלעבט לענגער פונעם חזון איש. ביי זיין הספד ביי דער לוי' האט ער אנטדעקט דעם שטוינענדן אנעקדאט, אז זיין ברודער האט געמאכט א נדר דער טאג פון זיין בר מצוה צו לערנען נאר "תורה לשמה", א נדר וואס ער האט פארפולקאמט ביז צו זיין לעצטן אטעם.

תם ולא נשלם, המשך יבוא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר