הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע – עשרה בטבת תר"ה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע – עשרה בטבת תר"ה

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]עטליכע שטריכן איבער רבי נתן זי"ע צו די יארצייט היינט נאכט עשרה בטבת.

הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע איז געווען דער תלמיד פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע וואס ער האט איבערגעגעבן און ווייטער פארשפרייט די לימודים פון זיין רבי'ן, און נאר דורך אים איז געבליבן ברסלב ביז'ן היינטיגן טאג. כאטש וואס רבי נחמן האט געהאט נאך פילע תלמידים, האבן זיי נישט אזוי שטארק עוסק געווען אין דעם צו פארשפרייטן ווייטער און איבערגעבן פאר אנדערע די לימודים און עצות פון רבי נחמן. רבי נתן איז געווען דער איינציגסטער תלמיד וואס ער האט אוועק געגעבן זיין לעבן פאר דעם ציל. ער אליין איז געווען א גרויסער גאון וצדיק אזוי ווי מען קען זען פון זיינע ספרים, און ער וואלט געקענט זיין א גרויסער רבי אזוי ווי פילע רבי'ס אין זיין צייט, ער האט אבער באשלאסן אז ער וויל נאר פארשפרייטן פאר יעדן די לימודים פון רבי נחמן, ער איז בלויז א תלמיד הדולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, ער פערזענליך האט זיך געפירט זייער פשוט, ער האט נישט געפראוועט קיין שום רביסטעווע, און אזוי איז טאקע פאראייביגט געווארן זיין נאמען, אז ער איז דער תלמיד פון רבי נחמן.

רבי נתן איז אויפגעוואקסן אין אן אטמאספער וואס איז געווען זייער קעגן חסידות. זיין טאטע, רבי נפתלי הירץ שטערנהארץ ז"ל, איז געווען א סוחר אבער אויך א גרויסער תלמיד חכם, און ער איז נישט געווען קיין חסיד. זיין שווער איז געווען רבי דוד צבי אוירבאך זצ"ל וואס איז געווען א רב איבער דריי גרויסע שטעט, ער איז געווען א באקאנטער גדול אין זיין צייט, ער האט געהאט א מנהג אז יעדן טאג האט ער געגעסן מיטאג אינאיינעם מיט זיינע קינדער און פאמיליע און ער האט מקפיד געווען צו רעדן יעדן טאג קעגן די חסידים.

אין זיינע יונגע יארן האט רבי נתן זיך שטארק אריינגעלייגט אין לימוד התורה, ער האט געלערנט זייער פלייסיג, און איז געשטיגן גאר שטארק. ער איז געווען דאן באקאנט פאר זיין ספעציעלע בקיעות אין די תוספות אויף ש"ס. ער פלעגט זיצן מיט זיינע חבירים און זיי זענען איבערגעגאנגען פון אויסנווייניג תוספות נאך תוספות.

ער האט אבער געשפירט אז ער ברויך האבן נאך א חיות אין לעבן צו קענען אנגיין, ער האט געפילט אז זיין לעבן איז צו טרוקן, און ער האט פרובירט דאס צו זוכן ביי די חסידים. כאטש וואס ער איז אויפגעוואקסן מיט גאר אן אנדער בליק אויף די נושא, האט ער דאך פרובירט אפשר וועט ער דארט טרעפן דאס גליק.

ער איז געווען ביי עטליכע צדיקים. ער איז געווען ביים רבי ר' זושא זצ"ל, וואו ער איז איינמאל געשלאפן ביינאכט אין זיין צימער און געזען זיי עבודת הקודש. ער איז געווען ביים קדושת לוי פאר א שטיק צייט, טייל זאגן אז ער האט געשריבן די "קדושות" אין קדושת לוי, וועלכע זענען געשריבן אויף א אן אנדער לשון ווי דער איבריגער טייל פונעם ספר.

ווען זיין ווייב האט געזען ווי ער דרייט זיך ביי די חסידים איז זייער דערשראקן געווארן. זי האט דאך געהערט אלע אירע יארן איבער די שעדליכקייט פון די סעקטעס. זי איז געלאפן צו איר טאטע'ן זיך אפצורעדן אויף איר מאן, האט איר טאטע איר געפרעגט אויב זי האט געזען עפעס ספעציעלע שינויים ביי איר מאן נאכדעם וואס ער האט זיך אנגעהויבן צו דרייען דארט, אויב ער האט אנגעהויבן צו לערנען ווייניגער א.ד.ג. זי האט געענטפערט אז אדרבה, זינט ער האט זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי די חסידים האט ער זיך נאך מער באפלייסט צו לערנען תורה. ווען איר טאטע האט דאס געהערט, האט ער איר געזאגט: "אויב אזוי, זאלסטו אקערן מיט די נאז צו ברענגען פרנסה, און דו זאלסט אים צורוה לאזן". רבי נתנ'ס טאטע איז אבער יא ברוגז געווארן אויף אים ווען ער האט זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי די חסידים.

רבי נתן האט געשפירט א גרויסע חיות און געשמאק אין חסידות, עס האט אים אבער נישט פולשטענדיג באפרידיגט. כאטש וואס פון דעם חלק פון די געשמאק, די שמחה און חיות וואס חסידות האט אריינגעלייגט אין די תורה ומצות, פון דעם האט ער זייער הנאה געהאט, האט אים אבער נישט געשמעקט דאס צופיל אוועקגעבן צייט פאר סעודות און פארברענגן.

איין מוצאי שבת איז ער געזיצן אין שול פונעם הייליגן קדושת לוי, די חסידים דארט האבן געהאט אזא אפמאך אז יעדע וואך מאכט מען א גורל ווער עס זאל גיין קויפן די בייגל פאר מלוה מלכה. יענע וואך איז געפאלן דער גורל אויף רבי נתן און ער איז טאקע ארויסגעגאנגען קויפן בייגל. אויפ'ן וועג איז ער אבער געווארן זייער טרויעריג און דערביטערט, ער האט געטראכט צו זיך: "צוליב דעם בין איך באשאפן געווארן? צו קויפן בייגלעך?" עס איז ארויפגעפאלן אויף אים א גרויסע ביטערניש, ער האט געשפירט אז ער האט נאכנישט געטראפן זיין ציל אויף די וועלט ווי אזוי ער קען באפרידיגן די דורשט פון זיין נשמה.

ער האט אפגעלאזט די בייגעלעך און ער איז אריינגאנגען אין א ליידיגע שול, ער איז ארויף צום עזרת נשים און גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן מיט גרויס בכיות. ער האט געזאגט אזוי קאפיטל נאך קאפיטל און ער האט זייער געוויינט. ביז ער איז אנגעקומען צו קאפיטל נ', ווען ער איז איינגעשלאפן פון גרויס איבערגעשטרענגקייט.

המשך יבא אי"ה[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר