מרן הגאון רבי יעקב הורוויץ - ראש ישיבת בית מאיר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

מרן הגאון רבי יעקב הורוויץ - ראש ישיבת בית מאיר

שליחה דורך דולה ומשקה »

איך וויל גיין ווייטער אין די סעריע פון באשרייבען שטריכטן פון די גאר גרויסע וואס דרייען זיך ציווישען אונז, אנגעהויבען מיטן ארויף ברענגען איינע פון די סאמע שענסטע רבנים כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד, דערנאך מיטן דערמאנען דעם גרויסע ראב"ד דביה דינא דקהל יראי ה' ד'קארלסבורג מגדולי פוסקי דורינו רבי יצחק שטיין שליט"א, וואס פון איבעראל קומט מען הערען חוות דעתו דעת תורה.

איינע פון די גרעסטע ראשי ישיבות וואס אונז פארמאגען היינט איז נישט קיין אנדערע ווי הגאון האדיר החריף ובקי טובא, וידיו רב לו ברוב מקצועות הש"ס, רבי יעקב הורוויץ שליט"א אבד"ק טעלז ב"פ, וראש ישיבת בית מאיר.

דער גרויסע ראש ישיבה וועלעכע ציעט א הערליכע יחוס ארויף באזיצט אויך א געוואלדיגע יחוס עצמו, א עירוב פון חסידית אין ליטוויש, ווי נישט האט ער דאך געלערנט אין דער יונגט אין תלמיד תורה בני ציון ד'באבוב, מ'גייט זיין טיפע חידושים פון איהם אינעם קובץ 'שערי ציון', דערנאך געלערנט האט ער אין דער בארימטע 'טעלזער' ישיבה, ווי ער איז אויס געשטיגען צו זיין פון די חשוב'סטער תלמידים.

זיין טאטע, רעב מייליך יארטשיווער, אזוי האט מען איהם גערופען, האט געשעפט פון איהם ערמערס פון נחת. רבי מייליך אליינס פלעגט נישט קיין מיט קיין סטראקיס אים שבת, אבער דער ראש ישיבה טראגט שוין יא זייענדיק א אפשטאמיגער פון א גזע ווי מ'האט יא געטראגען דעם לבוש. (כידוע, דער העקעליך איז מרמז אויף דעם שם הוי' און מצות תפילין, ואכמ"ל).

לראשונה איז ער געוועהן א איינגעשטעלטע אין דער בלאזוב ישיבה, וועלעכע איז געגרינדערט געווארען דורך דעם בלאזוב'ער רבי הרב ישראל שפירא זצ"ל (ער האט אדאפטירט צוויי זוהן, איינער הייסט קאשיצקי און דער אנדערע האט זיך גערופען שפירא), דערנאך האט ער געגאנגען מאכען שבת פאר זיך, אוטומאטיש האט דער בלאזוב'ער ישיבה זיך געמוזט פארמאכען ווייל דער גרויסע ראש ישיבה האט מיט גענומען אלע בחורים, ואכמ"ל.

שפעטער האט זיין ישיבה אריבער קיין קענארסי פון דארט קיין בארא פארק, היינט לערנט אין זיין ישיבה בערך 110-120 בחורים, כ"י.

ועוד לדלות ולהשקות, אי"ה צו באשרייבען דאס רייכע לעבן פון איינע פון די בארימסטע און אויס גערופענסטע ראש ישיבות שליט"א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר