סיפיריטואליטי אן אמונה, איז דאס מעגליך?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

סיפיריטואליטי אן אמונה, איז דאס מעגליך?

שליחה דורך הוגה »

[justify]אין אישי האט זיך ערווארבן א שיינע שמועס צווישן איינער פון די חשוב'ע חברי השטיבל ה"ה [tag]chusid[/tag] נ"י און אני הקטן. אנגעהויבן האט זיך עס מיט אן innocent פראגע, אבער עס האט זיך אנטוויקלט אין אן אינטערעסאנטע נושא וואס איך אליין האב קיינמאל בעפאר אדורכגעטון כדבעי. בהסכמת שנינו שטעל איך ארויף דעם שמועס דא כדי די טייערע חכמי השטיבל זאלן קענען ווייטער דיסקוסירן און מלבן זיין דער נושא. וזה החלי.

chusid האט געשריבן:hi, I'm very interested in understanding spirit etc. without religion, I can't understand how this works. Thanks loads


I don't think that I do understand spirituality without religion. If you told me that you know someone who's spiritual without religion, I might be able to start thinking of ways that works and speculate what spirituality means to them, but it would be pure guessing. Where did you come across this?

chusid האט געשריבן:I heard such quotes from Schachter in the past and I see that you like him.


I can't really talk for him, but he probably meant it differently than what you understood. He says that you don't need to philosophize and understand exactly everything about God and religion to be spiritual. In his view, religion is about experiencing rather than knowing and understanding. The same way someone can enjoy a Rollercoaster ride and they don't need to believe in it, you could enjoy religion and the beliefs are irrelevant. 

So ultimately he's spiritual WITH religion, but that doesn't necessarily mean he believes or doesn't, it's simply not relevant. 

כך נראה לי.

chusid האט געשריבן:No, the quote goes something like atheism and spirituality doesn't contradict..., so since in belief I may have alot of confusion then I'd like to work with the spirituality in atheism.


Exactly! He's saying that for the one who's experiencing spirituality, it doesn't matter if there's a god or not. You can be an atheist but still experience spirituality, as long as you "want" to experience it. But when you're not interested in it, you can't, EVEN if you ARE a believer. 

So going back to your first question, spirituality is connected to religion but not necessarily to belief. 

There are people who can't be spiritual/religious if they don't believe. 
There are people who can't be spiritual/religious even if they do believe. 
There are people who can be spiritual/religious and they believe too. 
Some people can be spiritual/religious regardless if they believe.

chusid האט געשריבן:What Is Spirit/Religion Without beleiving in god? What do you experience?


What do you experience on a great ride, do you believe in the ride? What do you experience when you eat an amazing piece of meat? Do you believe in it? What do you experience when you have crazy exhilarating [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]? Do you believe in it? Experiencing has nothing with belief. 

On a side note, I believe that Reb Zalman was a believer, he just didn't speak much about belief openly because he didn't want to turn off non believers for no good reason. But if you follow him you can see that there's no way that he wasn't a believer, at least in some shape or form.

chusid האט געשריבן:Correct, in order to enjoy leisure you don't have to believe in it because it feels good just by doing it. For example, praying I can only understand the joy of a religious person in it because he's doing something now, he's connecting to God etc... but to talk to no one? According to my understanding it should be no joy... The same with any other religious experience. I'm not asking for the sake of conversation. I'm asking because I want to understand it and be able to enjoy it.


קודם כל וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי דיר זייער גוט, אדרבא איך האב ליב צו דיסקוסירן דער נושא ווייל איך האב אויך אן אינטערעסע דערין. איך בין מסכים אז עס איז שווער צו קאנעקטין מיט ספיריטואליטי אויב מען גלייבט נישט אדער אויב מען איז נישט זיכער. אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן. מען קען זיך אריינלייגן אין די frame of mind צו קענען אפרישיעיטין די ספיריטואליטי פאר זיך, אפגעזעהן אינגאנצן פון די גלויבן. אין דעם איז דא אסאך לעוועלס וויאזוי מען עקספריענסד עס כל אחד לפי תכונת נפשו, ווי איך וועל באלד פרובירן צו מפרט זיין.

איידער מען ערקלערט וויאזוי עס ארבייט איז וויכטיג צו וויסן אז עס עקזיסטירט אזא פענאמענאן. איך קען מענטשן וואס גלייבן נישט אדער עכ"פ זענען נישט אזוי זיכער מיט זיך וואס צו גלייבן און דאך האבן זיי א געוואלדיגע ספיריטואלע לעבן. איך האב עס געהערט פון מענטשן און מיטגעהאלטן פון די נאנט. רבי זלמן אליינס ווייס איך נישט קלאר וואס ער האט געגלייבט און וואס נישט, אבער ער האט זיכער געגריבלט ביי אנדערע רעליגיעס, וואס מיינט אז זיי זענען געווען א פאסיביליטי ביי אים. מיט דעם אלעם האט ער געהאט א געוואלדיגע ספיריטואלע קאנעקשאן, מער ווי כמעט א יעדער איינציגע מענטש וואס איך האב נאר אמאל געזעהן. ער האט נישט נאר פראקטעצירט ספיריטואלעטי, ער האט עס געלעבט. ער האט עס געלעבט ביים דאווענען, ביי מעדאטעישאן, ביים גיין אין מקוה, ביים עסן און ביים זינדיגן. יא, ער האט געזינדיגט (אין די חרדי'שע זין פון דאס ווארט) מיט א געוואלדיגע קאנעקשאן צו גאט. אויך נעכטן ביי די עווענט זענען געווען דארט אפאר גוים, און נישט גלויביגע אידן, אבער מען האט געקענט זעהן ווי זיי עקספיריענסען די ספיריטואליטי אויף א געוואלדיגע פארנעם.

וויאזוי ארבייט עס? זייער סימפעל, מען שטעלט א הנחה קדומה אן אדורך טון דער אמת דערפון, מען נעמט עס אן בלינדערהייט. עס איז נישט אז מען גלייבט עס באמת, נאר אז מען care'ט נישט בכלל אויב עס איז אמת, זאל עס זיין אמת און שוין.

לדוגמא, אויב פארט איינער קיין אינדיע און ער זעהט ווי א גרופע מאנקס זיצן אין א רינגל מיט א געוואלדיגע רואיגקייט און גלאסנקייט אויסגעגאסן אויף זייער געזיכט, פון צייט צו צייט זינגען זיי ציזאמען עפעס א פון די טיפעניש פון די הארץ ארויס. אזוי גייט עס טאג איין און טאג אויס, ער איז זיי מקנא, ער וויל עס אויך עקספיריענסן. איין טאג געפינט ער אויס אז זיי לאזן א יעדעם איינער זיך משתתף זיין מיט זיי, אפגעזעהן פון וועלכע רעליגיע דו ביסט. די נעקסטע טאג טוט ער זיך אן ארענדזשע שמאטעס און ער זעצט זיך צו צום מעדיטאציע סעשאן. דער ערשטע פאר מאל פילט זיך יענער פרעמד און שעמעוודיג אבער ביז א קורצע צייט ווערט ער באקוועם און ער הייבט אן צו עקספיריענסען א געוואלדיגע קאנעקשאן, אזא רוחניות'דיגע צולאזטקייט. איי דער איד גלייבט נישט אין בודהא און אין נירוואנא? וואס איז א חילוק, ער קען נאך אלץ מעדיטעיטין, טשענטען און זינגען.

פונקט ווי מען קען דאס טון אין אינדיע קען מען דאס טון אין הופער אדער ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, אויב ס'ציט דיר. אויב ציט דיר א קארליבאך דאווענען אדער א נדבורנא לאל אשר שבת מכל המעשים. דאס זינגען און טשענטען האט נישט מיטן גלייבן.

אויב איינער איז מער א לאגישע מענטש און ער קען נישט זאגן די ווערטער לאל אשר שבת אויב ער גלייבט נישט אין דער מעשה אזוי ווי מען האט אים געלערנט אין חדר, אזא איינער וועט עס אפשר נישט קענען טון. אבער עס זענען דא מענטשן וואס קענען עס זאגן ריגארדלעס, עכ"פ פאר איינער וואס איז נישט זיכער, סיי ווייל ער קען איגנארירן די ווערטער, סיי ווייל ער קען אויסטייטשען די ווערטער אויף אן אופן וואס מאכט אים באקוועם, און סיי ווייל ער איז גרייט מקבל צו זיין אז עס איז געווען א אל אשר שבת אן קיין ראיות והוכחות, סתם ווייל עס מאכט אים פילן גוט און באקוועם. איי וועסטו אים פרעגן, וויאזוי קענסטו זאגל לאל אשר שבת אויב עס איז מעגליך נישט געווען קיין ששת ימי בראשית? וועט ער דיר ענטפערן איך ווייס נישט אויב דעמאלטס איז געווען א אל אשר שבת, אבער יעצט בשעת איך האב עס געזאגט מיט השתפכות הנפש און התבוננות איז זיכער געווען א אל אשר שבת.

ובכלליות בנוגע דאווענען, עס איז זייער גרינג צו דאווענען. דער וואס גלייבט אז עס איז דא א גאט וואס וויל אז מ'זאל דאווענען, דאווענט פאר דעם. דער וואס איז מסופק דאווענט ווייל ער וואלט געוואלט אז עס זאל זיין א גאט. דער וואס גלייבט נישט נוצט אויס די דאווענען אויף א מעדיטאציע וחשבון הנפש, אויף א צייט צו נעמען אינווענטארי פון אלעס גוטס וואס ער האט, און אלע שוועריקייטן וואס ער גייט אדורך וכדומה.

אדרבא, דער גלויביגער האבן א גרעסערע פראבלעם ווי דער נישט-גלויביגער. דער גלויביגער ווייסט אז עס איז דא א גאט וואס איז כל יכול, ער זאגט אז בשעת צרה זאל מען אים בעטן, טרם יקראו ואני אענה, און דערווייל לא דובים ולא יער, ער הערט נישט ער ענטפערט נישט. משא"כ דער ספקן, דער האט נישט קיין עקספעקטעישאנס. ער דאווענט סתם פאר עקסטרע קרעדיט, אדער פשוט אלץ דאגה בלב איש ישיחנה, אבער נישט ווייל ער עקספעקט א תוצאה.

רבי דוד אינגבער האט פארציילט בשם רבי זלמן, אז איינע פון די פריערדיגע צדיקים פלעגט נאכן דאווענען אריינגיין אין צימער און מיט א א גרויס עבודה זאגן די י"ג עיקרים. איינמאל האט זיך א חסיד אריינגעכאפט און געהערט ווי ער זאגט א יעדע אני מאמין ווי פאלגענד. אני מאמין באמונה שלימה, הלוואי הלוואי וכו'. אני מאמין באמונה שלימה, הלוואי הלוואי וכו'. עד כאן הסיפור. איך פארשטיי נישט, ער איז דאך נישט געווען קיין גאנצע מאמין, והא ראי' ער זאגט דאך הלוואי, איז וויאזוי זאגט ער אויב אזוי אני מאמין מיט אזא השתפכות הנפש?

עס דערמאנט מיר אז א איד איז אריינגעקומען צום מאור עינים און האט זיך אויסגערעדט אז ער האט קשיות אויף אמונה, האט די מאור עינים געענטפערט אז די סיבה פארוואס די י"ג עיקרים איז געדרוקט אין די סידור איז ווייל אני מאמין איז א תפלה, והבן. רבי זלמן האט געהאלטן אז אמונה איז נישט א trait, אמונה איז אן עבודה. א מאמין הייסט איינער וואס ארבייט אויף אמונה, און מ'דארף ארבייטען דערויף ביז די לעצטע אטעם.

אויב איינער האט א רצון צו זיין א איד, ער וויל דאווענען, ער וויל טון מצוות, ער וויל פילן קאנעקטיד אויף וועלכע לעוועל עס זאל נאר זיין, ער וויל פראקטעצירן און עקספיריענצען יהדות און אפילו קרבת השם (וואטעווער עס מיינט פאר אים), פארוואס זאל ער עס נישט קענען טון ווייל ער איז נישט קיין שלימות'דיגע מאמין?

איך האף אז איך רעד עפעס צו די זאך און איך בין נישט פארפארן פון די נושא וואס דו האסט געפרעגט.

אגב, פאריאר האבן איך געשריבן אן ארטיקל אין ק"ש אויף אן ענליכע נושא, בנוגע אויב מען קען עקספיריענסען פסח אויב מען גלייבט נישט אז יציאת מצרים איז פאקטיש געשעהן בפועל.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר