וואלט איהר גענומען די געלט?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

וואלט איהר גענומען די געלט?

שליחה דורך געוואלדיג »

עס איז מיר אונטער געקומען היינט א מעשה שהיה און איך האב א איסתפקתא אויף די אופן וויאזוי איך האב מיך נוהג געווען, וויל איך הערן די מיינונג פון דעם ציבור צו איך האב געטוהן ריכטיג אדער נישט און וואס וואלט איהר געטוהן אין אזא פאל,

ומעשה שהיה כך היה,

איך בין היינט געגאנגען צו א בר מצוה פון א ידיד מיינער וואס האט בר-מצוה געמאכט זיין עלטסטער זוהן, אויפן וועג ארויס נאכן זיין דארט אפאר מינוט טרעף איך אן א ברודער פון דער ידיד וועמען איך קען אויך, און איך זעה אויף איהם אז עפעס גייט פאר מיט איהם פרעג איך איהם משה וואס גייט פאר מיט דיר? נע, גארנישט, נו פאר גארנישט האב איך קיין הילף, בין איך מיר געגאנגען אנטוהן מיין מאנטל און דארט האב איך באמערקט אז ער וואלגערט זיך פאר יסורים און ער דראפעט זיך ממש אויף גראדע ווענט, איך האב שוין נישט געדארפט פרעגן, און מען האט גלייך גערופן הצלה.

זיין בני בית און קינדער זענען געווען ביי די בר-מצוה און ער איז נישט פון דארט ווי איך וואוין, האט נישט געקענט זיין א רעדע אז זי זאל מיט קומען, בין איך מיט געווען מיט איהם ווען הצלה האט איהם בודק געווען און איך בין מיטגעגאנגען מיט איהם אין שפיטאל און איך בין דארט געווען מיט איהם א גוטע פאר שעה מעלדנדיג פאר מיין ווייב און חברותא אז עס זענען דא געטוישטע פלענער און מען זאל נישט ווארטן פאר מיר ווייל איך ווייס נישט ווען איך ווער פערטיג דארט, זיין ווייב איז דערווייל געפארן צו איהר וואוין ארט אראפגעלייגט די קינדער און צוריק געקומען צום שפיטאל צו זיין מיט איהר מאן, און דאן האט זין מיין מצוה געענדיגט און איך בין אהיים מיט אפאר שעה שפעטער ווי געפלאנט, נאך האלבע נאכט.

ווען זי איז אנגעקומען צום שפיטאל און איך בין אוועקגעגאנגען האט זי זיך זייער באדאנקט פאר מיר און מיר געוואלט געבן א סכום געלט בבחינת שכר בטילה, אבער איך ווי אלע מעשיות גייען וועל נישט פארקויפן מיינע מצות פאר געלט און איך האב רעספעקטפול אפגעזאגט די געלט,

אויפן וועג אהיים אין די קאר האב איך אנגעהויבן צו האבן הרהורי דברים בנוגע מיין נישט נעמען די געלט און אויף דעם וויל איך הערן אייער מיינונג.

די סיבה וואס איז מיר דורך געלאפן אין קאפ די ערשטע וואס האט מיר באוואויגן נישט צו נעמען די געלט, איז די נקודה אז איך האב געטוהן א מצוה עס איז מיר טאקע נישט גרינג אנגעקומען אבער איך טויש דאס נישט אויף פאר געלט,

אבער נאך דעם האב איך אנגעהויבן צו טראכטן אין גאר א אנדער ריכטונג, דער איד און זיין ווייב האבן געפילט זייער שלעכט פאר מיר אז דורך זיי איז געווארן צוגענומען פון מיר אפאר שעה און זיי האבן געוואלט מיט עפעס א קלייניקייט באצאהלן, זיי זאלן לכה"פ קענען פילן אביסל גוט אז זיי האבן באצאהלט פאר דעם כאטש עפעס, און איך מיט מיין סעלפיש מחשבה פון פון "סארא מצוה האב איך געטוהן" האב איך זיי וויי געטוהן סתם ווייל איך האב כאילו עפעס א שיטה פון נישט פארקויפן מצות, איך האב אליין עובר געווען אויף מיין אייגענע מהלך ווען איינער זאגט יישר כח, און איך קען דאך עכט נוצן די געלט.

און אויב האב איך עכט נישט געוואלט פארקויפן די מצוה, אדער ווייל זיי זענען נישט קיין עשירים און יעדע דאללער מאכט אויס ביי זיי, וואלט איך געקענט נעמען כאטש א גאר קליינע סכום נאר אויף צו געבן פאר זיי די גוטע געפיל פון קענען באצאהלן פאר א טובה, מצד שני אויב וואלט איך טאקע גענומען נאר עפעס וואלטן זיי גלייך געפילט ווי זיי זענען נעבעך'ס און נאר מחמת זיי נישט צו פארשעמען נעם איך עפעס געלט.

בסופו של דבר, מיר איז עס שוין נישט נוגע, איך קען שוין יענע געלט נישט נעמען אבער וואס איז אייער מיינונג האב איך ריכטיג געטוהן אדער נישט און וואס וואלט איהר געטון אין אזא פאל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר