די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

מחשבה, השקפה ועיון

די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך מאי 11, 2016 6:13 am

ערשטער קאפיטל / ביי דער סדר נאכט

"מגיד!" האט דער טאטע אויסגערופן. "ווער קען זאגן וואס מגיד איז טייטש?"

ארום דעם טיש אין סאלאן זענען געזעסן די קינדער, צוויי מיידלעך און פיר יונגלעך, ביי איין עק איז געזעסן די מאמע אנגעטון אין א יום-טוב'דיגן קלייד, א ווייס טיכל האט איבערגעדעקט איר שווארצן אויסגעקעמטן שייטל, און איבער די לענדן האט אראפגעהאנגען א ווייסע פארטוך. פון איר פנים האבן ארויסגעקוקט פרומע אויגן, קוים א דינער שווארצער פאס פון פארב האט זיך געצויגן אויף אירע ברעמען. ביים אויבנאן איז געזעסן דער טאטע, א הויכער מענטש אנגעטון אין א ווייסן קיטל, א דינער פארעלטלטער שטריימל איז געשטאנען איבער זיין קאפ און אויף זיין בארד האבן זיך דערקענט א בינטל ווייסע הארלעך געמישט מיט בלאנד.

דער טאטע האט אויסגעהערט די יונגערע קינדער ווי זיי זינגען אויס דעם טייטש פון "מגיד". אויפ'ן טיש האבן געברענגט די מה-נשתנה ליכט און געווארפן זייערע פלעמלעך אהין און צוריק ווי זיי וואלטן געווען חסידישע אידעלעך וואס דאווענען א שמונה עשרה מיט דבקות, דער צימער איז געווען שטארק באלאכטן פונעם שווערן "שענדעליער" וואס האט אראפגעהאנגען פונעם דאך, און די פנימ'ער ארום דעם טיש זענען געווען אנגעפולט מיט ערווארטונג. דער טאטע האט אנגעהויבן דעם זוהר, און מיט האלב פארמאכטע אויגן איבערגעטייטשט דעם אראמיש אויף אידיש, זינגענדיג אין לאנגזאמע מיסטישע תנועות וואס פארפירן אין אן אנדער וועלט:

"פיקודא בתר דא... ווען אידישע קינדער זיצן אין זייערע היימען און דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים, קומט די שכינה הקדושה אליין אראפ פון הימל. די מלאכים... די מלאכים קוקן זיך צו צוזאמען מיט דער שכינה, זיי זעען ווי אנדערש די אידישע שטוב איז פון די ארומיגע הייזער אין לאנד. זיי זעען ווי די וועלט איז פארטונקען אין נארישקייטן, מ'רצח'עט זיך ביי די קעפ איינער דעם אנדערן, און דא זיצט זיך א אידישע משפחה, באשיידן און איידל, און דערציילט די נסים פון יציאת מצרים..."

דער טאטע האט זיך צעהוסט, זיין קערפער האט זיך געוויגט אהין און צוריק אפשפיגלענדיג איינע פון די רואיגע פלעמעלעך קעגנאיבער אויפ'ן טיש, און ער האט ווייטער געזאגט אין א זינגעדיגער תנועה: "די שכינה איז אין גלות צוזאמען מיט אידן. עמו אנכי בצרה. די שכינה הקדושה ווארט צו ווערן ארויסגענומען פונעם חשכות הגלות צוזאמען מיט כלל ישראל. כביכול דאס הארץ פון השם יתברך איז דאס הארץ פון כלל ישראל, אונזער געוויין שפיגלט זיך אפ אינעם געוויין פון השם יתברך. א געוויין וואס ציטערט אפ אין סאמע שטילקייט און ווערט דורך קיינעם נישט דערהערט, אבער ס'לייכט אויף און טרייסט די אידישע נשמה..."

דער טאטע האט פארגעזעצט, "און ווען מ'זעט דארט אויבן ווי אידישע קינדער דערציילן די נסים פון יציאת מצרים ווערט א שמחה אין די הימלען. השם יתברך זעט ווי דריי א האלב טויזנט יאר נאך יציאת מצרים זיצן נאך אידן און דערציילן די נסים וואס איז מיט זיי געשען ביי יציאת מצרים. ער זעט ווי אידן שפייען אויף דער וועלט, זיי ווילן נישט קוקן אויף דער ארומיגער גאס, צעשפרייט זיך אן אור אין אלע עולמות..."

דער טאטע האט געעפנט זיינע אויגן און געזען ווי דער עלטסטער זון איז פארקוקט אין זיין הגדה. פונדערווייטנס האט ער באמערקט בלויז די קליינע אותיות וואס האבן אנגעפולט דאס בלעטל פון יענער הגדה. "שלום," האט דער טאטע געזאגט, "דו וועסט ליינען די תורות דארט שפעטער. יעצט הער אויס דעם זוהר הקדוש." שלום האט אומווילנדיג אריינגעשטעלט א שטיקל פאפיר אויפ'ן בלעטל וואו ער האט געהאלטן אינמיטן ליינען, און ער האט צוריקגעמישט דארט וואו ס'איז געווען געדרוקט "הא לחמא עניא". אין זיין הגדה איז קיין זוהר נישט געווען, אבער ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום טאטן.

"דו קוקסט דיר פאר די פיר קשיות?" האט דער טאטע געפרעגט אין א שפאסיגן טאן. שלום האט פארביסן די ליפן בשעת דער טאטע האט געזאגט, "מ'דארף נישט ווארטן ביז די מה נשתנה, דו קענסט פרעגן יעצט אויך."

דער טאטע האט געגעבן א שווערן אטעם. ער איז געווען אומרואיג וועגן זיין עלטסטן זון, שלום. ערשט נעכטן איז ער אריין אין זיין זונ'ס שלאפצימער און געטראפן דארט א בינטל אפגעשטויבטע ספרים וואס איין גאט ווייסט פון וואנעט ער האט זיי צוזאמגעשלעפט. איין בוך איז געווען אויף אידיש מיט געשריבענע לידער פון עפעס א פרוי, אריינקוקנדיג האט דער טאטע געזען אז די ווערטער קלעפן זיך גארנישט, אויף אן אנדער בוך איז געווען אויפגעשריבן "אחד העם: קובץ מאמרים – כרך ד'", ווי גלייך אבימלך וואלט זיך באהאלטן דארט צווישן די שורות. אן אנדער בוך האט געטראגן דאס קעפל "די אידישע ליטעראטור אין פוילן", און ווידער אן אנדער בוך האט זיך געליינט "א היסטארישער ראמאן: ירושלים." אנשטאט צו מאכן א מהומה, האט דער טאטע געווארט אויף א געלעגנהייט ווען ער וועט עס פארווארפן פאר זיין זון.

"דו ווייסט שלום," האט דער טאטע געזאגט נאך א קורצן שווייגן, "פון מצרים זענען ארויס בלויז א פינפטל פון אלע אידן וואס זענען געווען אין מצרים. מיר ווייסן אז דער גרעסטער טייל איז געשטארבן ביי מכת חושך. לכאורה איז גארנישט צו פארשטיין וויאזוי דער ריבונו של עולם האט צוגעלאזט אז אזא גרויסער חלק פון כלל ישראל זאל פארלוירן גיין. דו ווייסט וויאזוי דאס האט פאסירט? ביי מכת חושך!... דא מיינט מען נישט דעם חושך וואס דער אויבערשטער האט געברענגט אויף מצרים, נאר איבער דעם חשכות על גבי חשכות וואס אידן האבן לא עלינו געברענגט אויף זיך אליין, דורכ'ן אויסשטרעקן א האנט צו דער מצרישער קולטור, דורכ'ן זיך אנזאפן מיט כל מיני טריפות פון דער גוי'שער גאס."

"דו קענסט מיר אפשר ווייזן דיין הגדה?" האט דער טאטע מיטאמאל געפרעגט. שלום האט אהינגעגעבן די הגדה פאר זיין טאטן, דער טאטע האט געבלעטערט אהין און צוריק, ביים סוף פון דער הגדה האט ער געטראפן געמאלענע בילדער אויף שיר השירים. אויף איין בילד האט זיך א יונג מיידל מיט לאנגע צעפ אריינגעגראבן אינעם ברוסטקאסטן פון א הויכן יונגערמאן מיט שארפע אויגן און לאנגע צעשאטענע האר מיט עטליכע לאקן אינדערמיט. דער טאטע האט אויסגעדרייט די צעעפנטע הגדה קעגן שלום און געטאדלט אויפ'ן בילד. ער האט נישט געקענט באהאלטן זיין כעס: "ווייסט וואס איז געשריבן אויף אזא מאלער וואס פארוואנדלט דעם קודש קדשים אין דברי הבל וחול? אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן 'אילו היה שם לא היה נגאל...' טפו!"

"קוק מיר אין די אויגן," האט דער טאטע געפאדערט, "און זאג מיר, דו מיינסט אז אזעלכע באנדיטן ווי די שרייבערלעך און מאלערלעך פון דער הגדה וואלטן ארויס פון מצרים?"

שלום האט זיך אומבאקוועם גערוקט אויף זיין בענקל. "איך קען נישט די ביאגראפיע פון דעם קינסטלער וואס האט דארט געמאלן דאס בילד, איך ווייס נישט וויפיל ער האט ליב געהאט דאס אידישע פאלק און וויפיל ער איז געווען געטריי צום אידישן גורל. ס'זענען אבער זיכער פאראן שרייבער, פאעטן און מאלערס, צווישן זיי אויך פרומע אידן, וואס זייער אידענטיטעט וואלט זיך נישט געבראכן אין גלות מצרים, פונקט ווי ס'האט זיך נישט געבראכן אין גלות אייראפע."

"זע נאר! ער האט זיך געלערנט רעדן ווי א פראפעסאר." האט דער טאטע געזאגט אין אן אויפגעברויזטן טאן. די מאמע האט עפעס געוואונקען צום טאטן פון דער אנדערער זייט טיש. דער טאטע האט אראפגעקוקט צו זיין הגדה, אריינגענומען א טיפן אטעם און געוואלט אנהייבן זאגן ווייטער זוהר, אבער ער האט נישט געקענט. אנשטאט דעם האט ער זיך נאכאמאל געוואנדן צו זיין זון.

"דו האסט גאנץ שנעל אויפגעכאפט די שפראך פון דיינע ביכלעך. אבער זאלסט מיר מוחל זיין וואס די ווערטער קלעבן זיך גארנישט. כלל ישראל עקזיסטירט שוין אפאר טויזנט יאר, מ'קען נישט איין טאג אויפשטיין און דערקלערן א נייעם באגריף וואס רופט זיך "אידענטיטעט" אן דעם וואס דאס זאל איינשליסן א פולקאמער קיום פון תורה און מצוות. אפילו דאס ארויסגיין פון מצרים איז געווען נאר ווייל מ'האט נישט געטוישט דעם שם לשון מלבוש. ווען נישט די דריי יסודות וואלט חלילה נישט געווען קיין כלל ישראל. אידענטיטעט, שמענטיטעט. אט די שרייבערלעך און די מאלערלעך, ווען זיי וואלטן געווען אין מצרים וואלטן זיי זיך גע'חבר'ט מיט די מצריים, זיי וואלטן זיך געקליידט ווי זיי און גערעדט ווי זיי, וואלט פון זיי קיין זכר נישט געבליבן. זיי וואלטן אפגעשימלט דארט און קיינמאל נישט ארויס."

"אהא," האט שלום געוויזן ווי ער פארשטייט, "ווען א פאלק אדער א שבט היט אפ אויף זייער קליידונג, שפראך און נעמען, אפילו ווען זיי פארמאגן נישט קיין תורה, הייסט דאס אז זיי באזיצן א שטארקע אידענטיטעט. איך וויל נישט ניצן די שפראך פון די ביכלעך, אבער ווען מיר זעצן דאס איבער אויף פשוט מאמע לשון הייסט דאס אז אלע אידן וואס פארמאגן א שטארקע אידישקייט אין הארצן, און זיי געבן עס איבער פאר זייערע קינדער מיט קלארע סימנים, וואלטן אין מצרים נישט פארלוירן געווארן פונעם אידישן פאלק. די קולטורעלע סימנים פון א פאלק זענען נישט תמיד אייניג, אבער דער געדאנק איז דער זעלבער."

"וואספארא נארישקייטן!" האט דער טאטע געזאגט און זיין פנים איז ווידער געווארן רויט. "א גאנצע רשימה מיט ווערטער האסטו דיר אנגעגרייט, אבער ס'איז געבויט אויף לופט. וואס הייסט דאס א אידישקייט אין הארצן? ס'איז נישטא אזא זאך ווי אידישקייט אויב ס'איז נישט באפעסטיגט מיט תרי"ג מצוות, אקוראט ווי חז"ל האבן אונז מפרש געווען די תורה, מיט יעדן קוצו של יוד פון שולחן ערוך. קיין אנדערע אידישקייט איז נישטא. אין מצרים איז נאכנישט געווען קיין תורה, איז דעמאלט די אידישקייט געווען בלויז די פאר סימנים, און אפילו דעמאלט האט געפעלט א האר ס'זאל גארנישט פארבלייבן פון כלל ישראל חלילה, מיליאנען זענען אוועקגעפאלן ביי מכת חושך, אבער ווי נאר ס'איז געגעבן געווארן א תורה איז מער גארנישט דא אויסער דעם. אין לנו שיור רק התורה הזאת!"

שלום האט אים איבערגעהאקט, "איך וואלט חלילה נישט געקלערט אנדערש. איך ווייס... די תורה איז אונז מחייב און ס'איז מחייב יעדן איד."

"דעמאלט וואס האסטו ארויסגעבאמקעט עפעס וועגן א 'אידישקייט אין הארצן'?"

"איך האב געזאגט נישט מער ווי דאס, אז אזעלכע וואס זענען דורכגעווייקט מיטן געפיל אז זיי געהערן צום אידישן פאלק, און ס'טרעפט גענוג א שטארקן אויסדרוק אין זייער פערזענליכן לעבן, ווערן נישט פארלוירן פונעם אידישן פאלק. דאס אלעס. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס," שלום האט געכאפט א בליק אויף זיין טאטן און צוגעענדיגט, "כ'מיין צו זאגן: אילו היו שם, היו נגאלים..."

"נישט ריכטיג," האט דער טאטע געזאגט. "יעדע תקופה האט זיך זיינע גוי'שקייטן. אין מצרים איז די גויש'קייט געווען ווען א איד האט זיך אויסגעטון די שם לשון מלבוש, און היינט ווען מיר האבן א תורה איז עס יעדע סארט נאכמאכעריי פון גויים וואס איז נגד התורה, אדער בכלל יעדער געדאנק וואס ענדלט אין דער גוי'שער קולטור. מ'קען נישט אזוי פארבלייבן א איד. אפשר האלט זיך עס אין איין דור, דער אויבערחכם קען זיך נאך אנרופן איד, אבער פון זיינע קינדער און אייניקלעך בלייבט שוין גארנישט. זיי ווערן נעבעך פאלנע גויים. ווייל א איד אן קיין תורה איז קיין איד נישט."

דער טאטע האט זיך אויפגעשטעלט פון פלאץ, צוגעגאנגען צום פענסטער אויפדרייען דאס הענטל פונעם שויב אז ס'זאל זיך עפענען און אריינלאזן לופט פונדרויסן. דערנאך האט ער צוגעלייגט, "און אפילו ווען זייערע קינדער און קינדס קינדער וואלטן יא פארבליבן אזויגערופענע אידן, וואס גייט אונז דאס אן? פון אונזער זייט זאלן זיי אלע פארפוילט ווערן אין מצרים. אויב א איד איז נישט גרייט צו היטן תרי"ג מצוות נאכדעם וואס כלל ישראל האט שוין מקבל געווען די תורה אויפ'ן בארג סיני, איז זיין גאנצע אזויגערופענע אידישקייט נישט ווערט קיין גראצער."

"און דאס וואלט אונז געדארפט פרייליך מאכן?" האט שלום געפרעגט.

"פרייליך אויף וואס? אויף דעם וואס זיי וואלטן אפגעשימלט אין מצרים? אודאי אזוי. מיר דארפן נישט האבן די פארפוילטע עפלעך וואס פירן אראפ כלל ישראל פון גלייכן וועג."

שלום האט געקוקט אויף זיין טאטן מיט א פארצויגענעם שטערן. "פארוואס זאלן מיר קלערן אז זיי זוכן עמיצן אראפצופירן פון וועג? קען זיין אז מיר פילן זיך באדראעט פון זיי, דערפאר דאכט זיך אונז ווי זיי זוכן עמיצן אראפצופירן פון וועג..."

"זיי זוכן נישט אראפצופירן פון וועג?" האט דער טאטע געפרעגט, "דעמאלט פאר וועמען ארבעטן זיי די אזויגערופענע קינסטלער? וועמען זוכן זיי צו געפעלן? פאר די מלאכים אין הימל? אדער אפשר גאר זוכן זיי צו פארקויפן זייער סחורה נאר צווישן גויים? ס'ארא נארישקייטן! די באשניפסלטע באנדיטן האבן אויסגעטראפן אזא באגריף ווי 'אידישע קולטור'". דער טאטע האט אויסגעצויגן לאנגזאם דאס ווארט "אידישע" און באזונדער לאנג דאס ווארט "קולטור". די משפחה ארום דעם טיש האט זיך צעלאכט פון דער סצענע וואס דער טאטע האט אפגעשפילט ביים זאגן די צוויי ווערטער, מאכנדיג מאדנע תנועות מיט זיין מויל און מיט זיינע הענט. דער טאטע האט דערנאך ווייטער גערעדט:

"דער געדאנק אז א איד קען אויסדרוקן זיין אידישקייט אויף סיי וועלכן אופן אויסער דער תורה איז א כפירה'דיגער געדאנק. ס'איז נישט בלויז וואס זיי היטן נישט די תורה ווי ס'דארף צו זיין, אזעלכע זאכן האט מען ליידער געהערט אין אלע דורות אז ס'זענען געווען בעסערע און שוואכערע אידן, אבער די אידישע קולטור'ניקעס האבן אויסגעקריצט אויף זייער פאן אז די תורה איז נישט דאס לעצטע ווארט פונעם כלל ישראל. מ'קען זיין א גוטער איד אן דעם אויך. אט דער געדאנק פרובירט צו פארוואנדלען דעם כלל ישראל אין א גוי ככל הגויים, און מיר ווייסן דאך אז חללים רבים הפילה. ס'איז נישטא עפעס מער שעדליך פאר'ן אידישן פאלק ווי אט די שעדליכע רעיונות."

דער טאטע איז געווען צעקאכט און ווייטער גערעדט: "דער פריערדיגער דור האט זיך נעבעך א סך אנגעליטן פון די באנדיטן. וויפיל אידישע קינדער זענען נעבעך געווארן באאיינפלוסט פון דעם גיפט. זיי האבן אויפגעשטעלט אידישע טעאטערס, וואו מ'זינגט אידישע לידער; זיי האבן ארגאניזירט אידישע אוונטן וואו ס'האבן געטאנצט אינאיינעם יונגען און מוידן רחמנא ליצלן, און דאס וואס וואלט געדארפט באטראכט ווערן ווי דער גרעסטער חורבן האט מען גאר באטיטלט מיטן נאמען 'אידישקייט'. ווען א פראפעסאר פון אידישער קולטור רעדט וועגן דער וויכטיגקייט פון אויפהאלטן דעם אידישן פונק, וואס מיינט ער דערמיט? זיין טריפה'נעם טעאטער..."

די לעצטע ווערטער האבן אויפגעקאכט שלום, אין זיין נשמה איז ער אוועקגעפירט געווארן צו אט דעם דור וואס זיין טאטע האט דערמאנט. ער האט געקלערט וועגן די לידער וואס יענער דור האט געשאפן, וועגן די ביכער וואס האבן באהאנדלט די אידישע פראגע פון יעדער מעגליכער זייט, און זיינע אויגן האבן זיך צעפינקלט. ער האט געהאט א וועלט מיט געדאנקען צו רעדן אין דעם שמועס, ער האט אבער געציטערט צו עפענען א מויל, נישט וויסנדיג וויאזוי זיך ארויסצוברענגען. ער האט אראפגעקוקט אויף זיינע נעגל, געריבן א פינגער אין א פינגער, און זיך איינגעביסן די ליפן אפאר מאל ביז ס'האט אים וויי געטון.

די קליינע קינדער האבן אנגעהויבן מוטשען אז זיי זענען שוין הונגעריג. די מאמע האט אויך אויסגעזען אומרואיג פונעם שמועס, זי האט די גאנצע צייט געוואונקען פאר'ן טאטן צו גיין ווייטער מיטן סדר, און דער טאטע האט פארשטאנען אז זי האט רעכט. מ'האט אנגעהויבן זאגן "הא לחמא עניא", די קינדער האבן געפרעגט די פיר קשיות, און דערנאך איז מען אנגעגאנגען ווייטער מיטן סדר.

***


נאכ'ן סדר ווען טייל פון די קינדער האבן געדרימלט אויף דער קאנאפע, די מאמע און דאס עלטסטע מיידל האבן געהאלטן אינמיטן אראפנעמען פון טיש, האט דער טאטע פארבעטן זיין עלטסטן זון שלום ארויסצוקומען מיט אים אויף א שפאציר אינדרויסן. די ווינט אינדרויסן איז געווען נאך אביסל ווינטערדיג, די גאסן זענען געווען נאס פון א נארוואס געפאלענעם רעגן, און אין דער לופט האט זיך געלאזט פילן דער שמעק פון די רעגנטראפן וואס האבן ווי איבערגענומען די אטמאספערע. ס'איז שוין געווען נאך דריי אזייגער פארטאגס, די גאסן זענען געווען חושכ'דיג שטיל, בשעת דער טאטע און זון האבן געמיטליך שפאצירט אויפ'ן טראטואר ביזן עק פון דער גאס, אהין און צוריק.

"שלום," האט דער טאטע געזאגט ארויפשטעלנדיג א האנט אויף דער פלייצע פון זיין זון, "ס'וואונדערט מיך אויף דיר. דו ביסט שטענדיג געווען א מתמיד אין לערנען, דו האסט אונז פארשאפט פיל נחת, איך האב אבער מורא אויף דיר. איך האב אין דיין צימער געטראפן ביכלעך וואס וואלטן נישט געדארפט זיין אין א אידישן שטוב."

שלום איז אביסל פאררויטלט געווארן אבער ער האט נישט אויסגעזען איבערראשט. "פארוואס זאלסטו מורא האבן אויף מיר?" האט שלום געפרעגט, "איך בין חלילה נישט מזלזל אין די מצוות."

"איך האב דיר שוין געזאגט היינט. די גרעסטע סכנה איז נישט אזוי אין שלעכטע מעשים ווי ס'איז אין שלעכטע רעיונות." דער טאטע האט זיך אפגעשטעלט נעבן א הויכן סיקאמאר בוים און געוויזן, "אט למשל, גיב א קוק אויף דעם בוים קעגנאיבער, זע ווי שיין ס'וואקסט אויף ארויף, זיינע צווייגן צעשפרייטן זיך מיט א שטאלץ פון אלע זייטן, און דער שפיץ פרובירט צו דערגרייכן ביזן הימל. די צווייגן זענען נאך ליידיג, אבער מ'דערקענט שוין אז זיי פיקן זיך אויס ביי די עקן און אט אט וועלן ארויסשפראצן די בלעטער און איינהילן דעם בוים אין א גרינער ספערע. אויף וועמען לאנט זיך דאס אלעס אן? אויף וועמען שטיצט זיך דער שיינער בוים?"

"אויפ'ן שטאם פון אונטן", האט שלום געענטפערט.

"אודאי. אויב וואלט דער שטאם געשטאנען קרום וואלט דער גאנצער בוים געוואקסן קרום. אמאל מאכט זיך אז מ'באמערקט נישט ווי דער שטאם וואקסט עטוואס קרום, ס'זעט אויס אייניג ווי אלע שטאמען, ס'דאכט זיך אז ס'איז אלץ פיין, אבער נאר נאכדעם וואס ס'גייט אריבער יארן און דער בוים וואקסט אויס דערזעט מען ווי ס'וואקסט קרום."

דער טאטע האט ווייטער גערעדט. "דאס זעלבע איז ריכטיג ווען ס'קומט צו די מעשים פונעם מענטש. די מעשים אליין זענען טויט, ס'איז נישטא אין זיי קיין נשמה, אבער זיי קומען ארויס פון א מענטש וואס פארמאגט א נשמה, און יעדע זאך וואס א מענטש טוט שפיגלט אפ זיין אינערליכע וועלט. לויט וויאזוי ס'ווערן אויספארמירט די געדאנקען און געפילן פונעם מענטש, אזוי ווערן אויסגעמאלן זיינע מעשים מיט דער צייט. צומאל דערקענט מען עס נישט גלייך ביים אנהויב, ווייל די מעשים לויפן נאך לויט אלטע רעיונות וואס מ'האט אמאל געהערט, אבער ווי מער מ'באקט איין אין זיך נייע רעיונות אלץ מער וועלן די מעשים אנהייבן אפשפיגלען די אייגענע נייע געדאנקען. א מענטש וואס גלייבט אין שלעכטס טוט שלעכטס און א מענטש וואס גלייבט אין גוטס טוט גוטס."

דער טאטע האט צושפאצירט נענטער צום בוים, ווי ער זאל וועלן דארט אפליינען זיינע ווייטערדיגע ווערטער. "איך האב דיך מחנך געווען זייט דו ביסט געבוירן צו היטן די תרי"ג מצוות אן קיין פשט'לעך, און דערפאר טוסטו אזוי, ווייל דו האסט שטענדיג פארשטאנען אז א איד דארף אזוי טון. היינט האב איך אבער געהערט פון דיר געדאנקען וואס צייגן אויף אן אנדער ריכטונג. כאטש דו זאגסט נאך יעצט אויך אז מ'מוז מקיים זיין מצוות, האסטו אבער ארויסגעוויזן סימפאטיע צו יענע אידן וואס זאגן אנדערש. דאס הייסט אז ביי דיר זעט אויס ווי ס'איז אפשר לקיים שניהם. מ'קען אויך זיין א גוטער איד אן דעם וואס מ'זאל האלטן אז די תורה איז מחייב. אין דעם אליין האסטו שוין מסכים געווען מיט יענע שקצים, די מינים ואפיקורסים. דו אליין באמערקסט דאס נישט, וויבאלד די געדאנקען זענען יונג און פריש, פונקט ווי דער שטאם פונעם בוים וואס איז קוים ארויס פון דער ערד, אבער איך באמערק יא און איך ווארן דיך – ראטעווע דעם שטאם פון דיין בוים."

שלום האט אריינגעקוקט אין די זארגעדיגע אויגן פון זיין טאטן. "איך פארשטיי", האט ער געזאגט געבנדיג א לייכטן שאקל מיטן קאפ. "אבער איך פארזיכער דיר אז מיינע געדאנקען זענען נישט אנדערש ווי דיינע."

"וויאזוי עס נישט אנדערש, אויב ס'איז אזוי שטארק אנדערש?"

שלום האט זיך צעלאכט פונעם ווערטל. "האסטו נישט אליין געזאגט אז ס'זענען שטענדיג געווען שוואכע אידן וואס האבן נישט געהיטן אויף די מצוות געהעריג? ביסטו נישט מסכים אז ס'איז פאראן אזא באגריף ווי אידן וואס היטן מער מצוות און אידן וואס היטן ווייניגער מצוות?"

"וואס הייסט? אודאי איז פאראן אלע מינים אידן, אבער כ'האב דיר שוין מסביר געווען דעם חילוק. סתם שוואכע אידן מאכן נישט פון דעם קיין תורה שלימה ווי גלייך זיי האבן ערפינדן אמעריקע אז מ'קען זיין א גוטער איד אן תורה ומצוות. חז"ל זאגן אונז דאך אז "פושעי ישראל מלאים חרטה", און אזעלכע פושעי ישראל האבן פארט א מקום אין כלל ישראל. אויף אזעלכע ווי זיי איז געזאגט געווארן "ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא", אז א איד, אפילו ווען ער זינדיגט, פארבלייבט ער א איד. דאס איז אבער אלץ געזאגט געווארן נאר דעמאלט ווען ער איז גרייט צו אנערקענען אז ער איז א פושע ישראל, ווען ער פארשטייט אז ער דארף תשובה טון. נישט ווען ער בויט זיך אויס א פילאזאפיע אז א איד אן תורה איז אויך א איד."

"זאגן אונז נישט חז"ל אז אין אדם משים עצמו רשע?" האט שלום געפרעגט. "יעדער מענטש האט פשט'לעך פארוואס זיין אויפפירונג איז גוט און פיין. וועלכער איד איז גרייט צו אנערקענען אז ער איז א פושע ישראל? געווענליך זענען דא סאציאלע סיבות פארוואס מענטשן געפינען זיך דארט וואו זיי געפינען זיך, און ס'איז נישטא קיינער וואס איז נענטער צו זיך אליין ווי דער מענטש גופא, ס'איז נישטא קיינער וואס פארשטייט בעסער זיין מצוקה ווי ער, ממילא איז ער זיך אליין "דן לכף זכות". מענטשן גלייבן אז גאט וועט פארשטיין זייער מצב אין לעבן און פארוואס זיי זענען אנגעקומען דארט וואו זיי זענען – אפגעזען צי מ'מעג אזוי טראכטן."

שפאצירנדיג האבן זיי דערגרייכט ביז צום עק פון גאס, זיי האבן זיך צוריק אויסגעדרייט און אנגעהויבן שפאצירן אויף צוריק. "ס'איז אלץ איינס," האט דער טאטע געענטפערט, "ווען א מענטש איז זיך דן לכף זכות ווייסט ער טיף אין הארצן אז ס'איז נישט קיין גוטער וועג פון לעבן, נאר ער וויל זיך איינרעדן אז ער האט נישט קיין ברירה. אזא לעבן איז פול מיט חרטה, ווייל דער מענטש איז דאך פארט א בעל בחירה און ס'עסט אים אויף פארוואס ער טוט נישט ווי מ'דארף. דאס אלעס איז אבער נישטא ביי עמיצן וואס גלייבט אז ער גייט אין גוטן וועג."

שלומ'ס פנים האט צוריקבאקומען דעם גליענדן גלאנץ וואס ס'האט אין אים געקאכט ביים סדר, הארט איידער דער שמועס איז איבערגעהאקט געווארן. "טאטע, יעדער איד, פונקט ווי יעדער מענטש, האט אינערליכע קאנפליקטן וואס פרעסן אים אויף פון אינעווייניג. פראסטע אידן האבן א פראסטע חרטה, און בעלי דעת האבן אן אנדער סארט חרטה. אבער ס'איז נישטא קיין מענטש אין דער וועלט וואס איז נישט פול מיט אינערליכן געוויסנביסן אויף אן א שיעור זאכן אין לעבן."

דער טאטע האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן אויפ'ן זון וואס האט ממשיך געווען צו רעדן. "חז"ל האבן נישט געזאגט אז בלויז פושעי ישראל האבן חרטה. נאר אז פושעי ישראל זענען פול מיט חרטה. פרומע אידן האבן זיך זייער אייגן פעקל פון חרטה, כאטש נישט אויף דעם פארנעם ווי פושעי ישראל. די פרייע אידן וואס האבן ליב דאס אידישע פאלק האבן על פי רוב אויך ליב די תורה, איך קען דאס איבערווייזן פון אומצאליגע מאמרים וואס איך האב געליינט. דאס אליין מוז שוין דערפירן צו א סעט פון אינערליכע קאנפליקטן אין שייכות מיט דעם פרייען לעבן וואס זיי פירן. צומאל וואונדערט מיך וויאזוי ס'קען זיין אז זיי ווערן נישט פרום ווען זיי האבן אזוי ליב אונזער מסורה, נאר די סיבות צו דעם זענען פארשידענע."

"וואס רעדסטו?" האט דער טאטע איבערגעהאקט זיין זון אינמיטן רעדן. "דיין תמימות איז גרויס אבער אויך שעדליך. איך האב דען א ספק אין דעם אז יעדע אידישע נשמה איז פול מיט חרטה ווען ס'קומט צו א שטילער מינוט וואס מ'איז מיט זיך אליין? די פראגע איז נישט וואספארא געפילן זיי פארמאגן טיף אינעם הארצן, נאר וואס ס'איז דער יסוד פון זייערע רעיונות. אן אפיקורוס וואס לייקנט אינעם יסוד פון דער תורה שטעלט אוועק א גרויסע מחיצה צווישן זיך און דער אייגענער חרטה. ער באטראכט זיין געוויסנביסן אויך נאר פון א גוי'שן שטאנדפונקט און ס'ברענגט אים נישט מיט קיין האר נענטער צום באשעפער. די חרטה פונעם שוואכן פויערישן איד איז אזא וועלכע ברענגט אים אין בית מדרש צו קלאפן על חטא, אבער די חרטה פונעם אפיקורוס ווערט באטראכט אין זיינע אויגן "ווי א טייל פון דער מענטשליכער רעאליטעט"... זאג מיר נישט אז דו האסט דיינע געדאנקען איבער געוויסנביסן נישט געליינט ערגעץ אין ביכל..."

דער טאטע האט ווייטער גערעדט אין א היציגן טאן, "זע נאר ווי די שקצים מאכן פון יעדן הייליגן געדאנק אש און פארעך דורכ'ן אנקלעבן אויף דעם עפעס א הויכן הויכן טערמין, וואס מיר קליינע מענטשעלעך קענען זיך קוים דערטאפן ביז אהין. דארט וואו מיר פארשטייען אז חרטה שטאמט פון די טיפענישן פון דער אידישער נשמה וועלכע וויינט און שרייט ארויס פונעם געפענגעניש און בענקט זיך צוריק צום טאטן אין הימל, דארט וואו מיר פארשטייען אז חרטה איז אן אפקלאנג פונעם בת קול וואס גייט ארויס יעדן טאג פונעם הר חורב און רופט אויס "אידישע קינדער טוט תשובה", דארט קומען די אפיקורסים מיט זייערע שניפסלען און שיינע אנצוגן און ערקלערן עס ווי 'איינע מענטשליכע ערשיינונג.'"

ביי די לעצטע דריי ווערטער האט ער נאכאמאל געמאכט א מאדנע תנועה מיט די הענט און מויל, ווי ער האט געמאכט אפאר שעה פריער ביים ארויסזאגן די ווערטער "אידישע קולטור." ער האט פרובירט נאכצומאכן דעם דייטשן ארויסזאג פון די ווערטער, דריקנדיג שטארק יעדן וואקאל, פארשטעלנדיג זיך וויאזוי די ווערטער האבן געמוזט ארויסגעזאגט ווערן דורך די אלטע דייטשע משכילים פון אמאל.

"אט דאס הייסט נישט קיין חרטה," האט דער טאטע ווייטער גערעדט. "נישט דאס האבן חז"ל געמיינט ביים זאגן אז פושעי ישראל זענען פול מיט חרטה. דו זאגסט אז אינטעליגענטע באנדיטן האבן א מער אינטעליגענטע חרטה, אבער ס'איז הוילע לופט. חרטה איז א פשוט אומקאמפליצירט געפיל, ס'איז אין דעם נישטא קיין אונטערשייד צווישן א חכם און א טיפש, נאר אויב איז דא אן אונטערשייד איז עס אינעם אופן ווי מ'באהאנדלט דאס ווען ס'קומט אויף. דער איד וואס זיין מוח איז נאך אויפ'ן גלייכן וועג פארשטייט אז דאס איז א דערמאנונג צו תשובה, ביי אים קען די חרטה האבן א משמעות, אבער דער אפיקורוס האט שוין געשטעלט אן אייזערנע וואנט צווישן הארץ און מוח, נישט צו לאזן די צוויי זיך פאראייניגן און לעבן מיט א שלום בית."

זיי זענען צוגעקומען צו א באנק וואס איז געשטאנען אויף דער גאס און זיך אוועקגעזעצט. "טאטע," האט שלום געזאגט ווי ער וואלט זיך געוואלט עפעס אויסבעטן, "דו רעדסט וועגן די דענקער פון קולטורעלער אידישקייט ווי גלייך זיי וואלטן אויסגעוואקסן אין א געטא פון בלויז פרומע אידן, און אלץ וואס זיי טוען איז אויף להכעיס. ס'איז דאך אבער בכלל נישט אזוי. ס'זענען דא צוויי באזונדערע גרופעס, פרומע און פרייע, און די פרייע וואס ווילן פארט פארבלייבן אידן פארבלייבן אויטאמאטיש מיט די קולטור שטריכן פון א פאלק. ס'איז נישט עפעס א נייער געדאנק וואס זיי האבן אויסגעטראפן, צו זינגען לידער און שרייבן, נאר ווילאנג מ'לעבט ווי א פרומער איד איז אלעס צוזאמגעשמאלן אין דער ספערע פונעם פרומען לעבן, בשעת דער פרייער איד וואס ווארפט אראפ פון זיך די מצוות פארבלייבט נאר מיט דעם קולטורעלן שיכט. אויב וואלטן זיי פארלוירן אויך דעם שיכט וואלט דאס געהייסן אסימילאציע, און דאס איז דאך א ווארט וואס רופט ביי אונז ארויס דער גרעסטער שרעק."

שלום האט זיך צעהוסט און צוגעענדיגט, "די פרייע דענקער שטעלן צו דעם מינימום רוחניות וואס ס'פאדערט זיך פאר דעם שוואכן ציבור כדי זיך צו קענען אויפהאלטן ווי אידן. וואלט טאקע בעסער געווען ווען ס'וואלט נישט עקזיסטירט קיין פרייע קולטור, און יעדער וואס וואלט פארלאזט די פרומע וועלט וואלט זיך באלד אסימילירט? ווען מיר שטעלן זיך ארויס קעגן דער פרייער קולטור, קומט דאס בהכרח אויס אזוי."

"וואס רעדסטו?" האט זיך דער טאטע צעשריגן, "שטעלסט עפעס אהער ווי גלייך אידן האבן שטענדיג געהאט טעאטערס, וואס? ווי גלייך פרומע אידן האבן שטענדיג געמאלן בילדער פון שיר השירים ווי די גרועים שבאומות, און זיי די פרייע זענען פארבליבן נאר מיט 'דעם איינעם שיכט'... הא? וואס א מין גערעדעכץ!" דער טאטע האט אויפגעהויבן זיין טאן נאך העכער און געטופעט מיט דער רעכטער פוס אויפ'ן אויסגעפלאסטערטן טראטואר, "רוחניות רופסטו דאס? מ'קען דאך שיער חלש'ן. איך זאל זיך אזוינס דערלעבן? שטייען אויף אפאר בעלי תאוות, נעמען זיך איבעראנדערשן די גאנצע אידישקייט, פירן איין געמישטע טענץ פון יונגען און מוידן, שפילן אפ טעאטער סצענעס מיט ליצנות פון יעדן דבר שבקדושה, און דו רופסט דאס אן רוחניות?..."

"וואס הייסט?" האט שלום געפרעגט אביסל צעמישט, "מיר קענען דאך נישט ערווארטן פון פרייע צו טאנצן מיט א מחיצה ווי ביי פרומע אידן. דאס איז דאך דער טייטש אז מיר זענען פרום און זיי זענען פריי... מיר היטן שבת כהלכה און זיי קענען נעבעך צוגרייטן די חלה און פיש דריי פערטל שעה נאכ'ן זמן."

דער טאטע האט זיך נישט צוגעהערט, די הענט האבן אים נאך געציטערט פון אויפרעגעניש און ער האט ווייטער גערעדט וואו ער האט געהאלטן פריער, "רוחניות גאר? האב איך גוט געהערט שלום? וואו האסטו דאס געליינט? אינעם ביכל פון יענער אישה וואס האט געשריבן לידער וועלכע קלעפן נישט א ווארט צו א ווארט? אדער אינעם ביכל פון אבימלך דמתקריא אחד העם? א ראמאן האב איך געטראפן ביי דיר! א היסטארישער ראמאן... איז דאס אפשר אויך רוחניות? וועלכע היסטאריע דערציילט ער דיר דארטן? אפשר אויך וועגן דער שולמית פון שיר השירים? רחמנא ליצלן!"

שלום האט געפילט אז זיין פנים פלאמט פון רויטקייט און איז באלד דערנאך אפגעלאפן פון בלוט. א פרימארגן קעלט האט אים געטרייסלט די ביינער, ער האט געשוויגן מיט אנגעצויגנקייט און אראפגעקוקט אויף דער ערד זוכנדיג א ווינקל וואו זיך איינצוגראבן. שלום האט געטראכט וועגן דעם רמח"ל וואס האט געשריבן מוסר אין פארעם פון טעאטער סצענעס, ער האט געוואלט רעדן וועגן די שירים פון רבי יהודה הלוי, וועגן אל-חריזי און אבן גבירול, ער האט געוואלט רעדן וועגן אליהו בחור, וועגן דער בבא בוך, וועגן גליקל פון האמעל, און נאך לעבעדיגע פארמען פונעם אידישן לעבן אין דער פארגאנגענהייט, צווישן פארשידענע שיכטן פונעם אידישן פאלק. ער האט געהאט אזויפיל צו זאגן, רעדן און פרעגן, אבער ער האט ווידעראמאל פארביסן די ליפן ביז ווייטאג. ס'האט אים געקרענט וואס אזעלכע שמועסן מישן אריין טיפע עמאציאנען און געפילן וועלכע דערלאזן קיינמאל נישט צוקומען צום ענין און זיך אויסגלייכן.

אויף א מינוט האט ער אפגעשטעלט זיינע געדאנקען, ער האט געכאפט א זייטיגן בליק צום טאטן און א רחמנות געפיל האט אים ארומגענומען. ער האט זיך באטראכט ווי א שלעכט קינד, און חרטה געהאט אויף דעם וואס ער האט אהיימגעברענגט די ביכער, ער וואלט נישט געדארפט ארויסנעמען די ביכער פון ביבליאטעק, זיכער נישט דעם ראמאן. געווען איז דאס א ביכל איבער רבי עקיבא און זיין שידוך מיט דער טאכטער פון כלבא שבוע. א מזל וואס דער טאטע האט נישט אריינגעבליקט אין די בלעטער... די ראמאן גופא האט בארירט ערגעץ א סטרונע אין שלומ'ס הארץ, אבער דער עיקר האט אים אינטערעסירט די הינטערגרונט פון דער תקופה ווען די מעשה איז געשען, די עקשנות פון רבי עקיבא און זיין איבערגעגעבנקייט פאר'ן אידישן פאלק.

פינף מינוט פון שווייגעניש איז אריבער. דער טאטע האט זיך אינצווישן אויפגעשטעלט פון באנק און שפאצירט אהין און צוריק אין אויפברויז. א פויגל האט זיך אראפגעלאזט נידריג נישט ווייט, און זיך אוועקגעשטעלט פיקן א בינטל צעזייטע קערנדלעך וואס ס'האט דערשמעקט פון אויבן. דער פויגל האט אפגעטשיפטשעט, געדרייט דאס קעפל אהין און צוריק און זיך ווידער אראפגעבויגן צו די קערנדלעך. שלום האט זיך פארקוקט אויפ'ן פויגל און נישט באמערקט ווי זיין טאטע באטראכט אים.

"זע נאר," האט דער טאטע זיך אנגערופן האלב שמייכלענדיג האלב ערנסט, "קוק ווי גרינג מ'קען פארקירעווען דיין אויפמערקזאמקייט פון ערנסטע זאכן. א קליינטשיג פייגעלע זעצט זיך אויף דער ערד און דו ביסט שוין פארקוקט, ווי גלייך דאס וואלט געווען א ביכעלע..."

שלום האט זיך שטיפעריש צעלאכט. "כ'האב פרובירט זיך דערגרונטעווען וואס א שייכות מיר האבן צו דעם פיצינקען באשעפעניש. איז דא עפעס וואס פאראייניגט דאס לעבן פון אלע ברואים אין איין קרייז, אדער איז דאס לעבן פון א מענטש א באזונדערע זאך? אין די פיצעלע אויגן שטעקט א רחמנות, שרעק און זארג, פונקט ווי ביי מענטשן. זיי האבן ליב די קינדער, זיי זוכן אויס עסן, זיי זענען געטריי זייערע געזינדעלעך. אויב מיר אלע גייען דורך די זעלבע עמאציאנעלע שטורמען, לייגט זיך אויפ'ן שכל אז מיר זענען אלע פון איין טייג געקנאטן." שלום האט זיך אויסגעדאכט ווי דאס פייגעלע וואלט געזוכט אן ענטפער איבער דעם תכלית און ציל פון לעבן, איבער דעם אונטערשייד צווישן מענטש, חיה, און יצירה. צום סוף האט ער הויך געזאגט: "מיך וואונדערט בכלל וויאזוי די בריאה דארף אויסקוקן דורך די אויגן פון א טשיפטשענדיג פייגעלע. אונז דאכט זיך אויס ווי די פייגל זאגן שירה א גאנצן טאג, איך ווייס אבער נישט צי די פייגל זענען בכלל מסוגל צו דערקענען דעם באגריף פון א בריאה."

שלום איז געווען צופרידן אז די פריערדיגע אומעטיגקייט איז פארשווינדן אויף א ווייל. דער טאטע האט געוואלט עפעס ענטפערן, אבער ער האט מיטאמאל באמערקט ווי די זון הייבט אן ארויסוואקסן ערגעץ ווייט אוועק אויפ'ן האריזאנט. "ס'איז שוין נאנט צו טאג," האט ער געזאגט. "מ'דארף שוין באלד אויפשטיין צום דאווענען. לאמיר אריינגיין אין שטוב."
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1007 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1025 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך מאי 11, 2016 7:20 am

איך האב אנגעהויבן שרייבן די מעשה מיט דער כוונה אויסצוקלארן געוויסע שאלות בנוגע דער באציאונג צווישן סעקולאריזם און פרומקייט מצד דער תורה, אבער איך האב מיך דערזען אז איך וועל עס נישט קענען ענדיגן אין אפאר בלעטלעך. די טעמע איז צו היציג און עמאציאנעל, דער טאטע לאזט נישט דעם זון קומען צום ווארט, אזוי אז ס'ווערט כסדר אויסגעצויגן. ס'איז נישט מיין שולד... איך אנטשולדיג מיך אויף דעם וואס דער ערשטער קאפיטל אליין איז אזוי לאנג. איך האף אז דער המשך זאל האבן קורצערע פרקים, און אז ס'זאל אויך האבן מער דראמא אין זיך.

*

די פראגעס וואס ווערן דעבאטירט אינעם ערשטן קאפיטל:

1) איז פאראן א המשך אינעם כלל ישראל פאר עמיצן וואס היט נאר אפ קולטורעל-נאציאנאלע שטריכן פון אידישקייט, אן מקפיד זיין אויף תורה ומצוות? אדער מוז זיין אז ער איז אויפ'ן וועג צו אסימילאציע? (די פראגע ווערט שוואך בארירט. ס'פאדערט בעיקר א שפעטערע באהאנדלונג)
2) איז פאראן אן אינטערעס פאר דער תורה אז אפגעפרעמדטע אידן זאלן האבן א המשך אין דער אידישער משפחה און זיך נישט אסימילירן?
3) וואס דארף זיין די באציאונג פון דער פרומער וועלט צו דער סעקולערער ערשיינונג? פארבלייבן זיי א טייל פון אונזער קאלעקטיוו אדער זענען זיי ווי א פרעמדער קערפער?
4) איז די סעקולערע וועלט א סכנה פאר דער פרומער וועלט? איז די סעקולערע וועלט מיט איר עצם עקזיסטענץ אויסן אונז אפצושמד'ן?
5) א טעמע וואס ווערט קוים בארירט: די באציאונג צווישן איד און גוי, אדער צווישן איד און דער בריאה ארום.

טייל פון די שאלות ווענדן זיך איינע אין דער אנדערער, אבער קיין איינע פון זיי האבן דערווייל נישט באקומען קיין תשובות. מיר דארפן קענען לעבן אויך מיט אפענע פראגעס, אנעם האבן קלארע תשובות (א "קלארע תשובה" שמעקט זייער אפט מיט פונדאמענטאליזם. אומקלארקייט איז געזונט -- אויב מ'קען זיך ספראווען מיט דעם...) אבער איך האף צו געבן מער א קלאר בילד, רעלאטיוו גערעדט, אינעם המשך פון דער מעשה. אדער וועל איך כאטש פרובירן צו געבן די כלים זיך צו ספראווען מיט די שאלות.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1007 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1025 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך מאי 11, 2016 7:42 am

איך וועל ציטירן מיין תגובה פון די אנדערע אשכול. מיר קוקן ארויס בכליון עינים אויף די המשך.

הוגה האט געשריבן:
@פלאוויוס, דיין ארטיקל האט מיך שטארק איבערגענומען. עס איז מיר שווער צו זאגן א דעה אויפן עצם ארטיקל ווייל איך ווייס דאך נאך נישט וואס דיינע מסקנות וועלן זיין... ;) אבער דיין כח הכתיבה איז להפליא. דו האסט א וועג וויאזוי דו ציסט אריין דעם ליינער אינעם מעשה אזש ס'דאכט זיך אז מען האלט עס מיט לייוו. איך האב אויך געהאט א געפיל בשעת'ן ליינען אז דו שרייבסט א מעשה שהיה וואס איז געשעהן צו דיר. איך פארשטיי אז אזא שמועס געשעהט נישט אינעם עולם השקר דידן נאר אינעם עולם הדמיון האמיתי, און דאס איז דיין גרעסטע שבח, אז דו קענסט מאכן א דמיון אזוי לעבעדיג ווי כאילו עס איז דיין פערזענליכע איבערלעבעניש. (דיין צווייטע ארטיקל האב איך נאך נישט געליינט.)


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2643
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5964 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 11, 2016 7:49 am

דאן פרעג איך אייך פלאוויוס, איהר זענט געווען דער טאטע אין די מעשה, צו דער זון?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6283
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5949 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 11, 2016 8:07 am

דו הארגעסט עס; ווי אן עקטער וואס ווענדעט זיך פלוצלונג צו די אוידיענץ אינמיטן א שוי; ווי א שרייבער וואס זאגט ל' לייענער אינמיטן אן ארטיקל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אינטואיציה איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן פרעדיקטעבל."
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2887
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2578 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך מאי 11, 2016 8:10 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאן פרעג איך אייך פלאוויוס, איהר זענט געווען דער טאטע אין די מעשה, צו דער זון?


ווי הוגה האט געשריבן פריער: ס'איז פיקציע, נישט קיין מעשה שהיה (כאטש אין מוח שווימען ארום פיגורן פון פאקטישע מענטשן/געשעענישן אינעם לעבן וואס אינספירירן די מעשה).

אויב דיין פראגע איז וועלכע פון די צוויי זייטן איך רעפרעזענטיר, קענסטו זיין זיכער אז איך פרוביר צו זיין אויף דער גערעכטער זייט ;)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1007 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1025 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך מאי 11, 2016 9:17 am

ישר כח ר' @פלאוויוס דיין ארטיקל האט מיר אויפגעהויבן פון בענקל און אריינגעפירט אין שלום'ס דיינינג רום, שלום האט געארבעט שווער מיר איבערצוצייגן, די טאטע האט זיך געבעטן פון טיפן הארץ בני אל תלך, אבער איך דארף נאך הערן ווייטער צו באקומען א קלארערע בילד,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1684
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2099 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 11, 2016 9:21 am

דער טאטע רעדט קלוגער ווי דער אלגעמיינער כ'ניאק, און באופן כללי קען איך נישט קיין מענטשען וואס קענען מתווכח זיין מיט הויכע געפיהלען און טראץ דעם זאל יעדעס ווארט (עכ"פ רוב ווערטער) האבען א באדייט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6283
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5949 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך מאי 11, 2016 11:08 am

לגבי דעם זון איז זיכער אז ס'איז פלאוויוס שמדבר מתןך גרונו, ווי מיר דערקענען שוין דעם פארבענקטע באגייסטערטע שטימע, פון די פריעדיגע גליקליכע געלעגנהייטן וואו ס'האט זיך געלאזט הערן.

אבער איך בין אויך באגייסטערט פונעם טאטען, הן פון זיין ווארעמע קלארע וויזיע, והן פון זיין רואיגע באנעמונג, לפי האומשטענדן, עפּעס וואס איז כלל נישט מצוי במציאותינו. נאך מער, דאס אליין אז דער זון קען רעדן אזוי אפנהארציג צו אים, זאגט שוין גאר אסאך אויפן טאטע'ן. נישט אַיעדער טאטע האט אזעלכע קינדער.

איך האב נאר מורא אז אַזאַ טאטע איז טאקע נישט דא אין די ווירקליכקייט. נאר די לעכטיגע פארטרוימטע אויגן פונעם זון, וואס זעען די שיינקייט און די לעבהאַפטיגקייט פון די גאנצע בריאה, נאר זיי באַמערקן אינעם טאטען אַזאַ הערליכע געשטאלט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך מאי 11, 2016 6:46 pm

מיינע ענטפערס אויף די פינעף קאשע'ס:

פאר די ערשטע פראגע דאַרף מען קודם אַדרעסירן די ערשטע דעבאַטע אינעם אַרטיקל; צי האט א אידישער אינדענדיטעט אָן תורה ומצוות בכלל א משמעות? מיין ענטפער: יא.

יעצט צו די ערשטע פּראַגע: קען מען דאס אנהאלטן ביי די קינדער און קינדס קינדער לדורות? ניין.

די צווייטע פראגע: יא.

די דריטע פראגע: ס'איז א סכנה, אבער זיי זענען נישט בהכרח אויס אונז אפּצושמד'ן.

די פערטע פראגע: זיי פארבלייבן א טייל פונעם קאלעקטיוו.

די פינפטע פראגע: איז נאך נישט געפרעגט געווארן.

וועט מען ווארטן און זען צו וועסט אונז אַנדערש איבערצייגן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך מאי 11, 2016 7:10 pm

והעיקר ר' פלאוויוס; א הייסער שלום עליכם נאך א קאלטער אפּוועזנהייט, וואס האט זיך שטארק געשפּירט און געפרירט.

מיר האפן וועסט אונז נישט אנטוישן, און צום בעפארשטייענדיגן יום הגדול והנורא וועלן מיר קריגן פון דיר, עפּעס פאר הארץ-ווארעמניש און זעל-דערקוויקעניש.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך מאי 11, 2016 11:18 pm

מפוזרי האט געשריבן:מיינע ענטפערס אויף די פינעף קאשע'ס:

פאר די ערשטע פראגע דאַרף מען קודם אַדרעסירן די ערשטע דעבאַטע אינעם אַרטיקל; צי האט א אידישער אינדענדיטעט אָן תורה ומצוות בכלל א משמעות? מיין ענטפער: יא.


דאס איז די צווייטע פראגע, נאר דו האסט עס בעסער ארויסגעשריבן. ביסט גערעכט אז דאס איז אייגנטליך דער יסוד פראגע.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1007 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1025 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג מאי 12, 2016 3:25 pm

דער דאזיגער ארטיקל איז געווען דאס סאמע ערשטע שטיקל פאר מיר צו לייענען דורכאויס דעם פסח. מה נאמר ומה נדבר. סיי דאס שרייבן, סיי דער תוכן, א שלימות. כ'האב מיך באלעקט מיט יעדן ווארט, און איך ווארט מיט שפאנונג פאר די קומענדיגע חלקים
"שעם דיך! שנייד דיך אפ די בארד און פיאות."
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5692 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג מאי 24, 2016 6:17 pm

זעה איך אז איך האב מיך נאכנישט באדאנקט פאר פלאוויוס.

יאפ! איך האב עס געליינט אין איין אטעם, און געשפירט ווי די האסט דיך אריינגעגנב'ט אין מיין מוח און ארויסגעגעבן זאכן וואס איך האב געסטארעדזשט, און אראפגעשריבן נאך קלארער ווי איך אליין האב נאר געקלערט.

ס'איז געווען א היט פיס, ווארטן מיר אויפן המשך
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 24, 2016 8:40 pm

ס'איז מיר א פלא אז כ'האב ביז יעצט נאך נישט קאמענטירט אויף דעם ארטיקל. כ'בין געענגט אין צייט, וועל איך נאר זאגן אז דאס איז לדעתי געווען דער בעסטער ארטיקל אינעם פה סח. אזא התחלה מוז האבן נאך עטליכע קאפיטלען, און כ'האף אז @פלאוויוס וועט ציען די געשיכטע פאר נאך עטליכע עפיזאדן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7811 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך מאי 25, 2016 1:46 pm

ראובן האט געשריבן:ס'איז מיר א פלא אז כ'האב ביז יעצט נאך נישט קאמענטירט אויף דעם ארטיקל. כ'בין געענגט אין צייט, וועל איך נאר זאגן אז דאס איז לדעתי געווען דער בעסטער ארטיקל אינעם פה סח. אזא התחלה מוז האבן נאך עטליכע קאפיטלען, און כ'האף אז @פלאוויוס וועט ציען די געשיכטע פאר נאך עטליכע עפיזאדן.

אלץ מתן שכרה בצידה, ווי לענגער ער וועט ציען דעם שמועס אלץ מער לייקס וועט ער באקומען פון רעכטע און לינקע צוגלייך.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך מאי 25, 2016 7:41 pm

ר' יעקב, איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער איר געפינט זיך דא אינעם תורה ודעת אפטיילונג! נוצן אזעלכע וואולגארע טערמינען ווי 'לייקס' איז highly improper.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:04 pm

שוין באלד אריבער א יאר און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צום המשך.

אולי יחוס און ס'וועט זיין א נאך א קאפיטל אינעם פסח וועקער?

מורה מורנו ר' פלאוויוס, הערסט מיך? לעבסט נאך?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג אפריל 02, 2017 5:32 am

מפוזרי האט געשריבן:שוין באלד אריבער א יאר און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צום המשך.

אולי יחוס און ס'וועט זיין א נאך א קאפיטל אינעם פסח וועקער?

מורה מורנו ר' פלאוויוס, הערסט מיך? לעבסט נאך?


איך בעט איבער. איך האב שוין נישט באזוכט דא א האלב יאר אדער מער.

ביסט גערעכט, איך דארף שרייבן דעם המשך און איך האף אז נאך פסח וועט זיך מיר מאכן א געלעגנהייט. (אינעם יעצטיגן "וועקער" האב איך אריינגעלייגט עפעס אנדערש.)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1007 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1025 מאל

Re: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג אפריל 02, 2017 8:05 pm

אמתינה הפעם, אחרי ראותי פניך, כי עודך חי.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט