לוט'ס דילעמא

מחשבה, השקפה ועיון

לוט'ס דילעמא

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:43 pm

קלערט איר אז די אנשי סדום פלעגן אויסרופן מיט פאטאס אז זיי זענען רשעים? בלויז אין דער קינדערישער פאנטאזיע איז דער שלעכטער כאראקטער אין א געשיכטע אזא איינער וואס רופט אויס, "איך בין א רשע!" ערוואקסענע ווייסן אז רוב מענטשן האלטן זיך אין די אייגענע אויגן פאר אנשטענדיגע מענטשן, און אפילו די גרעסטע רשעים, א שטייגער ווי היטלער, זענען נישט געווען באוואוסטזיניג צו דעם פאקט אז זיי זענען אביעקטיווע רשעים.

אבער מיר נעמען אן די זייט פון דער געשיכטע וואס פסק'נט אז די אויפפירונג פון אלע אנשי סדום איז געווען דורכגעפוילט מיט שלעכטס; די מענטשן זענען געווען רשעים, און זייערע מנהגים זענען געווען געבויט אויף רשעות. די גאנצע שטאט האט זיך אזוי געפירט, ניטאמאל צען מענטשן אין שטאט האבן געטראכט אנדערש פון דעם סיסטעם; איין אויפגעקלערטער, לוט האט ער געהייסן, האט געהאט ספיקות אין דער גאנצער זאך.

אבער צי מיינט איר אז אין שטאט זענען נישט געווען קיין ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן? צי מיינט איר אז אינערהאלב דער פארדרייטער סדומישער אידעאלאגיע האבן זיך נישט געבויט אנשים חשובים וועלכע זענען געווען פאררעכנט ווי צדיקים און אויטאריטעטן אויף מאראלישקייט? ווי יעדע שטאט און יעדע ציוויליזאציע האט סדום פארמאגט מענטשן פון אלע סארטן, מחוטב עציך עד שואב מימיך – דער "עמך" און די עליטע. לויט דעם סדומישן חינוך און השקפה האבן בולט געווען פערזענליכקייטן וואס זענען ראוי צו ווערן ארויסגעהויבן פאר מוסטערן פון מאראלישער דערגרייכונג.

און לוט? ס'האבן אים געברענט ספיקות אין הארץ. ער איז געווען כל כולו ארומגענומען אין דער סדומישער אטמאספערע און אידעאלאגיע, דאס האט ער געזען און געהערט יעדן טאג, דאס האבן זיינע קינדער געהערט פון זייערע מחנכים. קיין ביבליאטעק האט ער נישט געהאט וואו ער זאל קענען לייענען פרעמדע געדאנקען, און אוודאי האט ער נישט פארמאגט קיין אינטערנעט וואו ער זאל קענען ארויסבליקן צו דער וועלט און זען אנדערע פערספעקטיוון. אבער זיין פעטער אברהם אבינו איז געווען זיין אינטערנעט פון וועמען ער האט זיך אנגעהערט כל מיני אויפגעקלערטע רייד אנדערש ווי ער האט געהערט פון אלע חסידים ואנשי מעשה אין סדום.

קענט איר זיך פארשטעלן ווי לוט'ס מחשבות זענען געלאפן. פון איין זייט האט אברהם גערעדט שכל'דיגע רייד – ער האט געזאגט געדאנקען איבער דער וועלט וואס האט זיך מער געלייגט אויפ'ן שכל ווי די סדומישע אידעאלאגיעס; פון אברהם האט ער געהערט מאראלישע אידעען וואס האבן געשטעלט אונטער א שטארקע פראגע-צייכן די אויפפירונג פון זיינע סדומישע לאנדסלייט.

לוט האט טאקע אמאל אמאל זיך פאררעדט עפעס אויפגעקלערט, און ער איז אוודאי באלד פארשריגן געווארן כהוגן דורך זיינע סדומישע חברים. "א גאנצער אויבער-חכם ביסטו מיר געווארן," האבן זיי געלאכט. "ביסט געווארן קליגער פון דער גאנצער וועלט." ביי לוט אליין האבן זיך כל מיני ספיקות געריסן אין קאפ: בין איך טאקע קליגער פון יעדן? מיר האבן דאך דא אין סדום ר' פלוני און ר' אלמוני, אזעלכע צדיקים און חשוב'ע לייט – זענען זיי זיך אויך טועה? אפשר בין איך סתם אן איפכא-מסתברא'ניק וואס גלייבט ענדערש וואס זיין פעטער זאגט אים, ווי וואס "יעדער" האלט און פארשטייט?

"אבער וואס דער פעטער זאגט לייגט זיך דאך אויפ'ן שכל!" שרייט איין זייט מוח.

"אויב איז עס אזוי שכל'דיג, וויאזוי קען זיין אז אלע חכמים דא אין סדום זעען דאס בכלל נישט איין? פארקערט, זיי זאגן אז נאר אונזער וועג איז ריכטיג, און אז מיר זענען די עכטע צדיקים."

"פארוואס זאל איך ענדערש גלייבן אברהם ווי די אלע סדומישע חכמים?"

"איך גלייב נישט אברהם, נאר וואס אברהם זאגט לייגט זיך אויפ'ן שכל, און יעצט פארשטיי 'איך' אז דאס איז ריכטיג."

"אויב איז דאס נאר 'איך', איז דען דאס נישט סתם גאווה און אראגאנץ צו זאגן אז 'איך' פארשטיי בעסער פון אלע מיינע חברים, ידידים, מלכים ושרים, אין סדום?'


איך שפיר שלעכט פאר לוט, ווייל איך פארשטיי וויאזוי זיין מוח איז שיער משוגע געווארן פון ספק. און דער אמת איז אז לוט איז טאקע קיינמאל נישט געקומען צו א גראדער מסקנא – ווען עס איז געקומען צום מהפכת סדום האט לוט געדארפט צוקומען צו דער פראטעקציע פון אברהם אז מ'זאל אים ארויסראטעווען פון דארט.

ס'איז שווער, ס'איז שווער. לוט'ס דילעמא בימים ההם ובזמן הזה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך העניך אום פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:33 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1449 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:55 pm

שיין שיין.

דערפאר האט אברהם געזאגט צו לוט ואשתו נישט צוריקקוקען. גענדיגט מיט די ספיקות, יענע וועג איז קלאר נישט ריכטיג, והא ראיה זי גייט אויף אין פלאמען. די נייגעריגע ווייב איז אבער נאך יא געווען מוטל בספק און געקוקט אויף צוריק. זי האט דערפאר געטיילט איר שיקזאל מיט סדום און געבליבן שטעקן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4752
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9127 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:36 am

זייער א שיינער געדאנק!
אויב גייט מען ווייטער מיט דיין רעיון, איז די מהלך מיט אזא סביבה ווי סדום אז ס'זאל אינגאנצן חרוב ווערן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1667 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:12 am

מיט אזא קאנפליקטינג רעאליטעט איז דען א וואונדער אז ער איז געווארן אן אלקאהאליק?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2636
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5937 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:43 am

געוואלדיגע נקודה!

העניך האט געשריבן:ביי לוט אליין האבן זיך כל מיני ספיקות געריסן אין קאפ: בין איך טאקע קליגער פון יעדן? מיר האבן דאך דא אין סדום ר' פלוני און ר' אלמוני, אזעלכע צדיקים און חשוב'ע לייט – זענען זיי זיך אויך טועה?

כ'האף אז נישט פון דעי צדיקים האט אברהם גערעדט צו גאט...
אינטואיציה איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן פרעדיקטעבל."
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2876
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2574 מאל

Re: לוט'ס דילעמא

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:44 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלדיג אום פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:02 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
אינטואיציה איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן פרעדיקטעבל."
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2876
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2574 מאל

Re: לוט'ס דילעמא

הודעהדורך פליקער » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:53 am

זייער שיין
אבער פון ווי נעמסטו אז ער האט געהאט ספיקות, דאס איינע זאך וואס ער האט געטון אנדערש ווי סדום איז געווען אז ער האט אריין גענימען די געסט, חוץ מזה איז ער געווען גאנץ באקוועם דארט, ווי רש''י ברענגט לגנאי של לוט, אמר אי אפשי לא באברם ולא באלקיו, ואנשי סדום רעים ואעפ''כ לא נמנע לוט מלשכון עמהם, הסיע עצמו מקדמונו של עולם, על שהיו שטופי זמה בחר לו לוט בשכונתם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3450 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:29 am

דאס אליין אז לוט האט אריינגענומען געסט ווייזט אז ער איז געווען "צעמישט" און "אויפגעקלערט". ס'איז ווי א וויליאמסבורגער זאל שיקן זיינע קינדער אין קאלעדזש.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1449 מאל

Re: לוט'ס דילעמא

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:45 am

ס'קען זיין אז זיי האבן מורא געהאט פאר מענטשן וואס וועלן צעגרינד לייגן דאס שטאט (טעראריסטן, אדער אימיגראנטן אנע דשאבס).
האט לוט געמאכט דעם חשבון אז זיין פעטער אברהם דארף נישט אריינגיין אין דעם כלל סיי ווייל ער האט אים געקענט אלס א פרידליכער מענטש און סיי ווייל ער איז געווען רייך.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1704
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2413 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 9:31 pm

טאמער האט איר ביידע צוגעטראפען איז ברוך שכוונתם, טאמער האט איר פלאגארעזירט, דעמאלס קענט איר ארבעטען פאר איינער פין די היימישע צייטונגען אדער מאגאזינען, די קאנסט.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20161119-WA0000.jpg
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 654
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 10:15 pm

אישתישבי: א המשך צו מאשא יאקאבזאן'ס מאמר...רק שלא היו שכנים שיתלוננו עליו במשטרה שעשה מעשה סדום...שכב עם הבנות שלו.
ו...מי אשם בכל המצב המביך הזה..? החרדים...! אלא שיעקב ליצמן וגפני עדיין לא היו בחיתולים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6460 מאל

הודעהדורך העניך » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 11:16 pm

אישתישבי האט געשריבן:טאמער האט איר ביידע צוגעטראפען איז ברוך שכוונתם, טאמער האט איר פלאגארעזירט, דעמאלס קענט איר ארבעטען פאר איינער פין די היימישע צייטונגען אדער מאגאזינען, די קאנסט.

מרת יאקאבסאן שרייבט הערליך, אבער כ'האב נישט גענומען דעם געדאנק פון איר. דער דאזיגער ארטיקל איז אין גייסט פון א פריערדיגן אשכול וואס איך האב געשריבן:
viewtopic.php?f=26&t=10120
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1449 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 1:53 am

העניך איז א מייסטער שרייבער, איך בין ענדערש חושש אז אנדערע קאפירן פון אים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1547 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:03 pm

לוט האט געהאט א פראבלעם מיט שידוכים....

ער האט געוואלט טוהן וואס איז רוכטיג, נאר מען האט אים געזאגט אז ער וועט נישט קענען קיין שידוכים טוהן. ער איז טאקע געזעצן מיט זיינע מוידן.

און אפשר מעג מען זאגן, אז און דעם זכות וואס ער האט זיך אנגעפיפן און יא אריינגענומען די מלאכים, איז ארויסגעקומען פון אים משיח.
Anything that explains everything also explains nothing.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 5:22 pm

אייז קריעם האט געשריבן:און אפשר מעג מען זאגן, אז און דעם זכות וואס ער האט זיך אנגעפיפן און יא אריינגענומען די מלאכים, איז ארויסגעקומען פון אים משיח.


א פשוט'ער התפעלות וואס מ'קען כאפן פון פרשת לוט איז דעס ווען די אנשי העיר האבן פארלאנגט פון לוט ארויס צו געבען מלאכים כדי צו טוהן מיט זיי מעשים אשר לא יעשו איז לוט גרייט געווען מיט מסירות נפש אוועק צו געבען פון זיינע אייגענע קינדער און זיך געלייגט און די לענג און ברייט צו פראטעקטען פרעמדע געסט. הגם, דאס איז טאטאל נישט אויסגעהאלטן צו מקריב זיין די אייגענע קינדער, אבער דאך האט עם שטארק געשטופט א מסירות נפש פאר אנדערע מענטשען עד כדי כך אז דאס א סימן פון א טיפע מדרגה אין דעם צימישטען לוט וואס איז פון דער אנדערע זייט גאר געווען באקוועם מיט די "הייליגע" מעשי סדום ווי אויבן דערמאנט.

אפשר וועגען דעם איז פון איהם ארויסגעקומען משיח בן דוד, כעין וואס מ'טרעפט ביי די מעשה פון משה רבינו מיט די שאף און מדבר ווי זיין מסירות נפש פאר יענעם איז געווארן די ריכטיגער סימן פון א געטרייער מנהיג וואס לייגט אין א זייט זיין אייגענס פאר יענעם.

ליידער כמעט נישט בנמצא אזא זאך ביי היינטיגע מנהיגים, אפילו ביי די גאר ערליכע מנהיגים, אז די כלל זאל קומען פאר זייער אייגענע קינדער.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1220
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1614 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג מערץ 07, 2017 10:28 pm

הגם א שיינע געדאנק, איז אבער די גאנצע שמועס נפל בבירא, ווייל אברהם האט לכתחילה נישט געוואוינט לעבן די סדומיים, און לוט וואס איז מיטגעגגאנגען מיט אברהם האט זיך אויך נישט געדרייט לעבן זיי. לוט האט געזען די מוסטער פון זיין פעטער, און האט געוואלט נעמען א שארטקאט, מאכן א לעבן מיט די סדומיים און נישט געבן קיין HOOT פאר וואס איז ריכטיג צו טון. בקיצור, א ריכטיגע בעל תאווה מיט אלע פירושים. "אלע" מאי קא משמע לן? אז אפילו זיינע טעכטער האט ער נישט געשוינט כדברי חז"ל אז בקומם ידע.

איין גוטע זאך, מידת הכנסת אורחים, האט ער מיטגענומען פון פעטערס שטוב, א בחינה ווי דער איזרעאלי וואס מאכט קידוש יעדן שבת בעפארן וואטשן TV.

וידועים דברי הרב דסלר בענין למעלה מן הבחירה ולמטה מן הבחירה, וראיה מלוט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 556 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 6:14 pm

העניך האט געשריבן:אבער צי מיינט איר אז אין שטאט זענען נישט געווען קיין ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן? צי מיינט איר אז אינערהאלב דער פארדרייטער סדומישער אידעאלאגיע האבן זיך נישט געבויט אנשים חשובים וועלכע זענען געווען פאררעכנט ווי צדיקים און אויטאריטעטן אויף מאראלישקייט? ווי יעדע שטאט און יעדע ציוויליזאציע האט סדום פארמאגט מענטשן פון אלע סארטן, מחוטב עציך עד שואב מימיך – דער "עמך" און די עליטע. לויט דעם סדומישן חינוך און השקפה האבן בולט געווען פערזענליכקייטן וואס זענען ראוי צו ווערן ארויסגעהויבן פאר מוסטערן פון מאראלישער דערגרייכונג.

וואס איז דען שייך צו ארויפקוקן אויף איינעם אין אזא ציוויליזאציע? די אנשים מורם מעם זענען דען געווען די מאנסטערס וואס האבן געטוהן די גרעסטע שגץ שטיק בגלוי און די קאנקורענץ איז געווען ווער ס'קען אפטוהן דאס ארגסטע צום מענטשהייט? דאס קען דאך יעדער פונקט אזוי, מ'דארף נישט ארבעטן אויף זיך דערצו, לפי דער הנחה אז זיי האבן געלייגט די מדות משחתות אינעם זעלבן פלאץ ווי אונז לייגן מיר די מעשים טובים אויפן סולם הערכים, איז לכאורה כמעט נישט שייך ס'זאל זיין ערנסטע חילוקים אינעם המון עם, פלעין זיין א שלעכטער קען דאך יעדער, ס'איז עכ"פ זעכער דא א איבערוויגענדע מערהייט מענטשן וואס האבן א גרעסערע נטיה צו טוהן שלעכטס ווי גוטס.
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט