ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

מחשבה, השקפה ועיון

ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:00 pm

פאות הראש אין פארשידענע קולטורן.
en.wikipedia.org/wiki/Sidelock_of_youth

אפשערן/חלאקה.
en.wikipedia.org/wiki/First_haircut
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

Re: ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

הודעהדורך טמיר » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 10:00 pm

די וויכטיגסטע פאקטאר דא איז אויב מען רעדט נאך מתן תורה אדער פאר. אויב נאך, קען עס מיינען נאכקאפירט פון די תורה, אדער אסימילירטע אידן. אויב פאר, ווילסטו ארויסברענגען אז די תורה האט נאכקאפירט פון יענע רעליגיעס חלילה???
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 3:07 pm
האט שוין געלייקט: 3062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:20 pm

רביה"ק זי"ע: איך האב נישט גע קעי-פיע'ט דעם לינק צו וויקיפעדיע ווייל איך בין צו פויל געווען. אבער איך ווייס מער ווייניגער ואס די אזוי גערופענע ..."בייבל קריטיקערס'" טענה איז אז..."האמוראבי"... האט אראפגעשריבן א סאך געזעצן וועלכע זענען ענליך צו די מצוות בין אדם לחברו פון די תורה. אשר על כן, זאגן זיי (עפרא לפומייהו) אז די תורה איז נישט מן השמים. והראיה., די תורה האט נאכקאפירט א טייל פון האמוראבי'ס געזעצן...!

דזשאסט פאר דהע רעקארד-- ווי מ'זאגט אויף ענגליש. איך האב עטליכע מהלכים צו פארענטפערן דעם פאקט אז האמוראבי'ס געזעצן זענען ענליך צו א טייל פון די מצוות התורה. אונז דארפן מיר געדענקען אז תורה מן השמיים. דאס קען נישט אפגעפרעגט ווערן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

Re: ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

הודעהדורך גראף » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:37 pm

נו רב בערל אפשר עפענט איר א אשכול איבער דער האמאראבי?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 691
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 19, 2018 5:14 am

גראף: אי"ה, בלי"נ. נאר מ'דארף נאך טון א ביסל ארבעט.. אויך וועגן עטליכע ענליכע מנהגים פון וואס די אידן און להב' די גוים פראקטיצירן היינט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג אוגוסט 19, 2018 9:05 am

עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:31 am

זביחה
הקטרה
ניסוך
השתחוויה

וידוע שיטת הרמב"ם בנוגע קרבנות, ותן לחכם ויחכם עוד.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2135
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1662 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 11:28 am

טמיר האט געשריבן:די וויכטיגסטע פאקטאר דא איז אויב מען רעדט נאך מתן תורה אדער פאר. אויב נאך, קען עס מיינען נאכקאפירט פון די תורה, אדער אסימילירטע אידן. אויב פאר, ווילסטו ארויסברענגען אז די תורה האט נאכקאפירט פון יענע רעליגיעס חלילה???

איך וויל נישט גארנישט ארויסברענגען, כ'ברענג עס סתם פאר אינטערעסאנטקייט. מיין פערזעליכע מיינונג אין די נושא איז בכלל נישט נוגע, כ'האב עס שוין אמאל דערמאנט דא בקיצור אין מ'האט עס אויסגעמעקט. איך גיי עס נישט נאכאמאל איבערזאגן, אבער דאכצעכמיר אז יעדער וואס שטודירט מיטאלאגיע און רעליגיע קומט צו צו די זעלבע מסקנה. אבער אז דו האסט שוין יא דערמאנט, איך מיין אז די בילדער ווי מ'זעט מצריים מיט פאות זענען נאך פון פאר מתן תורה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:53 pm

זע דא וועגן טומאה און דא לגבי ציצית ועיין כאן ועיין (או לא?) כאן ומה שכתבתי שם בשעתו. ויש להאריך או לקצר.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:54 pm

רביה"ק זי"ע: דער פראבלעם מיט די מערסטע פון די מענטשן וועלכע שטודירן חכמות חיצוניות ווי פילאזאפיע , מיטאלאגיע און נאך אנדערע אזעלכע אנגעזאמלטע קאלעקציעס פון וויסנשאפט ווי די טעאריע פון טשארלס דארווין איבער עוואלוציע, ווערן זיי פארלוירן. און זיי באקומען אן אינפערייאריטי קאמפלעקס לגבי זייער אייגענע רעליגיע...!

אונז דארפן מיר זיין געפאוקוסט צו געדענקען אז די תורה איז אמת. און אריגינאל... און אלע אנדערע זאכן זענען נאכגעמאכט. איי מ'טרעפט ענליכקייטן צווישן די געזעצן פון די תורה און די געזעצן פון האמוראבי. דאס מיינט נישט אז די תורה האט עס נאכקאפירט פון זיי...!

אויך. ס'זענען דא א סאך ענליכקייטן צווישן אידן און גויים ביי די מנהגים פון חתונה האבן.און מאכן לוויה צערעמאניעס. דאס שטאמט פון די תלמודישע תקופה. ווען אידן האבן געלעבט אין (פיזישן) נאנטשאפט מיט די גויים. אבער די הייליגע חכמים פון יענע תקופה האבן אייביג געזעהן אז די אידן זאללן נישט נאכמאכן די מנהגים פון די גויים. אין די צייטן פון תלמוד איז געווען איינגעפיהרט אז מ'האט געמאכט גרויסע לוויה צערעמאניעס מיט בלומען און טייערע ארונות און פארעידס. אבער די חז"ל האבן עס מבטל געווען. און דער פאקט אז אידישע און גוי'אישע כלות גייען מיט א ספעשל ווייסע קלייד ביי די חתונה. דאס האבן די גויים איבערגענומען פון די אידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 11:30 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:אונז דארפן מיר זיין געפאוקוסט צו געדענקען אז די תורה איז אמת. און אריגינאל... און אלע אנדערע זאכן זענען נאכגעמאכט.

איך בין מסכים הונדערט פראצענט אז אזוי דארף צו זיין, אבער וואס זאל איך טון אז דער מציאות פראסקעט מיר אין פנים? און ניין, איך האלט נישט אז די תורה איז פעיק, קענסט זיך שוין בארואיגן, אבער איך האלט אויך נישט אז די אנדערע זענען פעיק, אלע זענען אריגינעל. וועסטו פרעגן, וויאזוי קען זיין? ס'מוז דאך זיין אז איינער האט נאכגעמאכט דעם צווייטן? ווען דו וועסט לערנען מער איבער רעליגיע און מיטאלאגיע וועסטו אליינס צוקומען צום תירוץ, מ'קען עס נישט מסביר זיין אויף איין פוס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:09 pm

https://www.huffingtonpost.com/gadadhar ... 37207.html

זייער גוט מסביר דער ענין פון דינען אפגעטער/עבודה זרה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:14 pm

מיימון האט געשריבן:זע דא וועגן טומאה

מענין לענין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:26 pm

רביה"ק זי"ע: אבער אין די אלטע פרי-היסטארישע צייטן. אין די צייטן פון יעקב אבינו און זיין משפחה. ווען ער איז אנטלאפן פון לבן. און לבן איז צום צווייטן מאל אריינגעקומען אין געצעלט פון רחל. אזוי דערציילט די תוה"ק. ווייל ער האט געוואוסט אז זיא זי א חברה'מאן'טע. און זי איז מסוגל אועוקצוגאנבענען זיין עבודה זרה. אבער רחל האט געזאגט אז ער זאלל איהר מוחל זיין אז זי שטייט נישט אויף פאר איהם..."כי דרך נשים לי"...! אבער מ'האט זי נישט דערווייטערט פון הויז און משפחה לעבן. זי האט אלעס מיטגעהאלטן. מ'האט זי נישט פאריאגט פון די שטוב...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

Re: ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:38 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://www.huffingtonpost.com/gadadhara-pandit-dasa/the-33-million-demigods-o_b_1737207.html

זייער גוט מסביר וואס איז דער ענין פון דינען אפגעטער/עבודה זרה.
חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1830
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2559 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:49 pm

קל וחומר האט געשריבן:חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

ווייל אידן האבן א קשר מיט'ן מלך מלכי המלכים אליינס, הה"ד "בנים אתם לה' אלוקיכם". משא"כ די אומות העולם וואס האבן נישט די קשר, זיי מעגן טאקע יא דינען די אפגעטער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 5:45 pm

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:53 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:17 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

ווייל אידן האבן א קשר מיט'ן מלך מלכי המלכים אליינס, הה"ד "בנים אתם לה' אלוקיכם". משא"כ די אומות העולם וואס האבן נישט די קשר, זיי מעגן טאקע יא דינען די אפגעטער.

אֲשֶׁר חָלַק יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ אֹתָם לְכֹל הָעַמִּים תַּחַת כָּל הַשָּׁמָיִם
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:37 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ראש השנה ועשרת ימי תשובה

וואס איז דו צישטעל? דו טרויערדיגע תפילות? דו טעג איז 12.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3690
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1747 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:51 pm

אפאר זאכן: 1. דער ענין אז די ערשטע טאג פון יאר איז א יום הדין. 2. דער ענין פון צוויי ראש השנה'ס, איינס אין ניסן און איינס אין תשרי. 3. די בלאזן טרומפייטערס. דאכצעך מיר אויך אז איינס פון די תפילות זייערע איז געגאנגען אויף כמעט די זעלבע מהלך ווי די תקיעתא דבי רב.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך מיימון » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:50 pm

אז מרעדט שוין אט האסטו פון הרב הצדיק אברהם העברי א שמועס וועגן ראש השנה און אלטע פעלקער.

זע שוין אויך דא א שמועס לכבוד ראש השנה פון דעם איטאליענער משכיל יש"ר מריגייו (נישט מקנדיא) א שאד נאר עס איז שוין נאך ראש השנה. עס קען אסאך בארואיגן די נערוון פאר ווער עס האט נאך
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:51 pm

קל וחומר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://www.huffingtonpost.com/gadadhara-pandit-dasa/the-33-million-demigods-o_b_1737207.html

זייער גוט מסביר וואס איז דער ענין פון דינען אפגעטער/עבודה זרה.
חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

גראדע אין הינדואיזם איז אויך דא אזא ענין, אזויווי ס'שטייט
25-Those who worship the demigods will take birth among the demigods... and those who worship me will live with me." - bhagavad-gita 7:23"
וכהנה עוד רבות.

אז מ'רעדט שוין, אפאר פסוקים פריער - אין פסוק 11 - שטייט:
".The foolish mock at me, at my descending like a human being. they do not know my transcendental nature and my supreme dominion over all that be"

שטעל עס צו די השגה פונעם ראב"ד אופ'ן רמב"ם הלכות תשובה פרק ג' בענין הגשמת האל, וז"ל: ולמה קרא לזה מין, וכמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה, לפי מה שראו במקראות ויותר ממה שראו בדברי אגדות המשבשות את הדעות.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:55 pm

מיימון האט געשריבן:אט האסטו פון הרב הצדיק אברהם העברי א שמועס וועגן ראש השנה און אלטע פעלקער.

א. ס'שטייט אין חסידישע ספרים אז "אתם נצבים היום" איז מרמז אויף ראש השנה, לויט דעם באקומט עס גאר אן אנדערן משמעות... ודו"ק.

ב. ס'שטייט אין מדרש תנחומא, אמר חזקיה בנו של רבי חייא: למה נסמכה פרשה זו לפרשת קללות? לפי ששמעו ישראל מאה קללות חסר שתים שנאמרה בפרשה זו חוץ מארבעים ותשע שנאמרו בתורת כהנים, מיד הוריקו פניהם ואמרו: מי יכול לעמוד באלו?! מיד קרא אותן משה והיה מפייסן. יעצט קוק אריין אין נחמיה פרק ח', איך מיין אז דארט שטייט כמעט די זעלבע געדאנק.

ג. ס'שטייט פון אריז"ל אז מ'טאר נישט דערמאנען קיין חטא אום ר"ה.

מיימון האט געשריבן: עס קען אסאך בארואיגן די נערוון פאר ווער עס האט נאך

ד. צו בארואיגן די נערוון דארף מען נישט מער ווי קוקן אין נחמיה פרק ח'...

העולה מכל הנ"ל אז אדרבה, די גאנצע ענין פון ר"ה איז צו אנהייבן די נייע יאר פאזיטיוו, און דווקא נישט האבן קיין נערוון.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:37 pm

ץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:38 pm

.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט