עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

מחשבה, השקפה ועיון

עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

הודעהדורך גדליה » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:42 pm

יא, אהעם. איז אזוי.
יעדע ווייסט אז מ'טאר נישט רעדען אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט. אז א מענטש שטארבט און מ'בארעדט זיינע מעשים טובים ווערען מענטשען ברוגז. ס'טייטש, נישט רעדען אויף א שוכן עפר!
איז אזוי, ווי לאנג ער לעבט מעג מען עם צאפען די בלוט, בארעדען באשמוצען און לאכען פון אים. איינמאל ער שטארבט, ווען ער קען שוין נישט פילען אדער שפירען גארנישט, דעמאלץ ווערט חל די שרעקלעך הארבע איסור פון רעדען אויף א שוכן עפר.
אין די אלגעמיינע וועלט ווייסט מען פינקט פארקערט, אמאל איז דא לשון הרע'ס וואס מפארציילט נישט ווייל די באטרעפענדע מענטש איז א פאפולערע פיגור און ס'קען עם שאטען, און איינמאל ער שטארבט דערציילט מען עס, ווייל ער לעבט דאך שוין סייווי נישט.
אזוי איז אויך באקאנט פון צדיקים אז נאכ'ן שטארבען ווערט מען געוואויר ווי זיי האבען געהאט א פויערישע פעלץ און ארומגעגאנגען אין די ועלדער און קרעטשמעס אינמיטען די נאכט.
על כל פנים, ילמדנו רבינו. פארוואס איז הארבער צו רעדען אויף א מענטש נאכ'ן שטארבען ווי פארדעם, א מין שטעלונג וואס איז קעגען יעדע מענטשליכע שכל?
בא ליטאי לפני ר' יואל מסאטמאר ואמר לו: רבי לימדני דרך הבעש"ט על רגל אחת. דחפו בויואל משה ואמר לו: נשתכח.
בא לפני ר' מענדל מויזניץ ואמר לו לימדני דרך הבעש"ט. אמר לו: דהיינו שוואנצאנות, ואידך פירושא זיל גמור.
גדליה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 452
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:02 pm

בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:39 pm

רעדן אויף א לעבעדיגן איז א איסור דאוריתא פון לשון הרע, אויף א טויטן ווי דער איסור לשון הרע איז נישט חל איז דא א חרם הקדמונים אז מען זאל אויך נישט רעדן. למעשה האבן מענטשן מער מורא פון א חרם ווי פון א לאו.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:43 pm

איז דער חרם הקדמונים נישט בלויז אויף "מוציא לעז"?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:38 pm

הייסט אז רעדן אמת אויף א מת איז מותר לכתחילה? קען זיין.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:56 pm

ווען מען בארעדט א לעבעדיגען האט מען דעם געפיל אז מען רעדט זיך פשוט אפ, הלואי וואלט ער געווען בעסער. משא''כ אויף א טויטן איז די שלעכטע רייד פיינעל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:54 pm

דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:17 pm

חוץ דעם שרעקעדיגן ח-ר-ם הקדמונים פון וואס מענטשן(?) ציטערן ווי פון פייער נאך מער ווי איסורי דאורייתא (וצוואת ר"י החסיד יוכיח) איז לכאורה אויך דא א שטיקל פחד פון טויט וואס איז דער גרעסטער נושא אין אלע רעליגיעס כמבואר כמ"פ בדברי הרב ד"ר אברם העברי. יעדע זאך וואס האט צו טון מיט טויט ווערט אויטאמאטיש פארוואנדלט אין א שרעקעדיגע זאך, גיי פארשטיי פארוואס מענטשן האבן מורא צו גיין נעבן א בית הקברות ביינאכט. אזוי איז עס.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 540 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:46 pm

מיימון: יישר כח. איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס האט מורא אדורכצופארן. כש"כ אדורכשפאצירן נעבן א בית הקברות ביינאכט. ס'איז נאך דערווייל קיין איין נפטר נישט אויפגעשטאנען פון זיין קבר. און געגאנגען פאר א שפאציר...אבער דאך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12286
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: גדליה און 3 געסט