יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך יאיר » פרייטאג מערץ 13, 2015 5:15 pm

לעיקוואד האט געשריבן:דאך אבער אפילו אין די דעמאקראטיע זענען די מנהיגים וואס ווערן ערוועלט על פי רוב קלוגער ווי די מיינונגען וואס דער המון עם האט אויף די עצם אישוס.

אודאי, זיי דארפן דאך זיין גענוג קלוג צו קענען אפענטפערן אויפ'ן פלאץ פארוואס זיי האבן גענוצט איין אימעיל אקאונט אנשטאט די צווייטע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7966 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » פרייטאג מערץ 13, 2015 5:30 pm

לעיקוואד האט געשריבן:במחכ"ת כאפט איר נישט די מעשה. איר קוקט מיט אזא יידיש-צענטרישע בליק, ווי כאילו אלע זענען מודה אין די התגלות פון משה נאר נאכדעם הייבט זיך אן חילוקים. די פראבלעם איז אז איסלאם קוקט עס נישט אן אזוי. מוחמד בעיסט זיך נישט אויף די כוזרי'ס ראיה און מסורת, בסך הכל איז זיין רעליגיע אזא מין פתי יאמין לכל דבר רעליגיע ער איז מקבל אלע נביאים משה יאשקע און יעדער אנדערע נביא וואס ער האט געהערט. ער האלט אז די בייבל וואס מיר האבען יעצט איז קאראפטירט און זיינע ווערזיעס פון די מעשיות זענען די ריכטיגע. וואס א חילוק אויב דו רופסט דאס מסברא ער איז דאך געווען א נביא. ער דארף בעצם נישט בכלל קיין תירוצים פארוואס ער איז נישט קיין איד עס פאלט עם נישט איין די קשיות וואס דיר פאלט איין. פארקערט, ער האלט אז משה רבינו מיט אברהם אבינו מיט נח מיט בלעם זענען געווען מוסלעמעינער און די אידען האבען פארדרייט. איך זעה נישט מיט וואס זיין מסורה איז שוואכער פון די אידישע. אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז דו קומט פאר בכלל א דיון.

וואס איז געווען פאר מוחמד זענען געווען יודען און קריסטן און געצן דינער, וואס הייט אז ער האלט אז משה רבינו וכו' זענען מוסלעמענער וויאזוי קוקט ער אן די מעשה פון יציאת מצרים, אדער וועלכע היסטאריע דען ווייסט ער אויף יודישע פאלק?
די קבלה פון קריסטן איז פון איין מענטש און מוחמד איז ווייטער איין מענטש וואס קומט מאכן נייע תורות עס איז בכלל נישט רעלעוואנט צו שטעלן וואס איין מענטש וואס האט נישט קיין ראיות אז ער איז נישט קיין חולם חלום האלט אקעגן די תורה וואס א גאנץ פאלק האט מקבל געווען.
מתן תורה איז שטותים אבער מוחמד איז א נביא?!
עס איז נישט קיין יודישע קשיות איז ראציאנאלע קשיות וואס איז די היסטאריע פון כלל ישראל ווי אזוי זענען זיי צושטאנד געקומען און מיט וועלכע כח קומט מוחמד יעצט טוישן?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג מערץ 13, 2015 5:46 pm

ווארט זאגער איר כאפט נישט וואס מען רעדט צו אייך. ביטע ליין איבער.
ווער זאגט מתן תורה איז שטותים? איסלאם זאגט אוודאי נישט אזוי, אבער זייער מעשה גייט נישט ווי איר פארציילט עס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מערץ 15, 2015 11:02 am

יאיר האט געשריבן:קומט אויס אז די זון נס באפעסטיגט גאר דעם כוזריס ראיה. ווארום יעדער וואס גלייבט די בילדער באשטעטיגט דערמיט דעם מעמד הר סיני אויף א וואונדערבארע אופן.

יא נס נישט נס איז א באזינדער שאלה. (דאס איז שלב ב)
קודם די פאקט'ן איז געווען א לייט צי נישט? - קיינער זאגט נישט אז ער האט נישט געזען קיין לייט.

איז געווען
דם, צפרדע, כינים, ערוב, דֶּבֶר, שחין, ברד, ארבה, חושך, מכת בכורות, קריעת ים סוף, האבן אידן געגעסן מן 40 יאר. איז געווען קולות וברקים
האט אויס געזען וואו סדא קולות וברקים וענן כבד על ההר וקול שופר ?
האט זיך געדאכט פאר טוזענטער אז זיי זענען געווארן פיזיקילי געשאקעלט - וירא העם וינעו?
אויף אזוי ווייט אז זיי זענען געווען גרייט צי טוישען זייער לייף סטייל רעדיקעלי
איז פאר טויזענטער טויזענטער געווען וכל העם רואים את הקולות - סיי פאר די המון עם אין זיי פאר די רעפעריס.
גאר גאר אנדערשט וואו א געווענדליכע באל געים וואו טייל מענטשען שווערן זיך דער באל איז געפלויגען אזוי און אנדערע שרייען ניין עס איז געפלויגען אזוי.

די ערשע שאלה איז, איז בכלל געווען די אלע זאכן?
איז דאס א היסטרישע פאקט?
אדער איז דאס סך הכול א דימיון - א שטייגער וואו א גרויסע ספארטס איווענטס אדער א א געוויסע גרויסע לוויה.

נאך וואס אינז קעמ'ר אננעמען דאס פאר א היסטאראישע פאקט לאזט זיך פרעגן שלב ב שאלות.
וואו למשל אפשר איז משה געוווען א כושף מאכער?
ווער זאגט אז גאט'ס פיס שטייט טאקע אויף די מארמויער שטיין?

דו אלע שאלות איז ,און ענדליך צי דיע, זענען לעגיטעמעט שאלות.
גרעסערע סקעפטיקער וואו יאיר האבן דאס געפרעגט.
פרעה מלך מצרים וואס האט געפרעגט מי השם אשר אשמע בקלו האט נישט אזוי שנעל מודה געווען און אצבע אלהים הוא.
דער איז ע ריזען פאר וואס מעמד הר סיני איז געקימען דווקא נאך יציאת מצרים אין א קריעת ים סוף
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג מערץ 15, 2015 11:19 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מערץ 15, 2015 11:06 am

לעיקוואד האט געשריבן: ווען עס קומט זיך צאם הונדרעט טויזנט מענטשען אויף איין גאס דער עולם איז אין אן עקסטאז מען שטופט זיך מען ווייסט נישט פונקט וואס גייט פאר הונדרעט מענטשען ארויפציער איז די גרינגסטע זאך אנהייבען א רומאר און נאך צען מינוט שווערט זיך די גאנצע גאס זיי האבען עס אליינס געזעהן. איך האב אליינס בייגעוואוינט אזא זאך ביי א געוויסע גרויסע לוויה.

ס'קוקט מיר אויס אז דארט ביי די גרויסע לוויה האסטו - אזוי וואו אסך אנדערע - זיך נישט געלאזט פארפירן - good for you
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מערץ 15, 2015 11:42 am

לעיקוואד האט געשריבן:איך קלער אז דער וואס האלט אז אן עדות פון הונדרעטער טויזנטער מענטשען ביי איין איווענט איז בעסער פון איין אדער אפאר איז קיינמאל געווען ביי אזא מאסן איווענט. איך בין ב"ה געווען ביי עטליכע ריזיגע לוויות און פראטעסטן אין ארץ ישראל, מיין התרשמות איז אז אויב אויסטראכטען מעשיות שלא היו איז דארט די גרינגסטע פלאץ צו מאכען דער עולם גלייבען. ווען עס קומט זיך צאם הונדרעט טויזנט מענטשען אויף איין גאס דער עולם איז אין אן עקסטאז מען שטופט זיך מען ווייסט נישט פונקט וואס גייט פאר הונדרעט מענטשען ארויפציער איז די גרינגסטע זאך אנהייבען א רומאר און נאך צען מינוט שווערט זיך די גאנצע גאס זיי האבען עס אליינס געזעהן. איך האב אליינס בייגעוואוינט אזא זאך ביי א געוויסע גרויסע לוויה. די זעלבע קען מען זעהן ביי גרויסע ספארטס איווענטס ווי מענטשען שווערן זיך דער באל איז געפלויגען אזוי ניין עס איז געפלויגען אזוי.


די האלסט טאקע אז מען קען ביי אזא איווענט אנרעדען די אלע מענטשען אז זיי האבן אלע נעכטן געגעסן אייער-שפייז פאר וועטעשרע. און וועגן דעם זאלן זיי מנדב זיין $100 פאר די ארגינעזעשן
אויב יא ברענג פליז אזא פאל

די האלסט אויב גאט אדער א כשוף מאכער, משה, זעלעטס מיט גיטע סאנד אין ספעשיל עפעקטס זאגן אנכי יהוה אלהיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים מבית עבדים so what i want from you now is לא תנאף קען ארבעטן, אויך נאך וואס די דאסט סעטעלט?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מערץ 15, 2015 7:19 pm

יאיר האט געשריבן:און די אפיקורסים ומינים נוצן נאך די האלאקאוסט גאר צו פרעגן קשיות אויף גאט. א באנדע טפשים.

איך האב אמאל געטראפן א אלטען פולישע איד וואס איז געווען נעבעך אזוי בייז און זיך גערעגט אויף גאט - דער גאט וואס ער זאגט אז ער עקזעסטיריט בכלל נישט.

דו רופסט אים א טיפש.
איך ריף אים א "אין אדם נתפס על צערו-נוק"

בדרך אגב, די קאנסעפט פארוואס די מענטשהייט איז פארווייטאגט ווען עס געשענט אזא טראגעדיע אויף א scale וואו א האליקאסט אדער א צינאמי ווייזט לדעתי אז טוף און די סייקי פין מענשהייט ווייסן זיי אז ייש מנהיג לבירה! און עס באדערט ווען ס'געשעט עפעס וואס זעט אויס זייער נישט fair.

ווען נישט וואס ביסטו אזוי shocked ווען א וועלט פין chance ביהעווד אזוי?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מערץ 15, 2015 8:43 pm

הקטן, ווער באשליסט וואו עס ענדיגט זיך שלב א און וואו עס הייבט זיך אן שלב ב?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7966 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג מערץ 15, 2015 9:31 pm

הקטן האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: ווען עס קומט זיך צאם הונדרעט טויזנט מענטשען אויף איין גאס דער עולם איז אין אן עקסטאז מען שטופט זיך מען ווייסט נישט פונקט וואס גייט פאר הונדרעט מענטשען ארויפציער איז די גרינגסטע זאך אנהייבען א רומאר און נאך צען מינוט שווערט זיך די גאנצע גאס זיי האבען עס אליינס געזעהן. איך האב אליינס בייגעוואוינט אזא זאך ביי א געוויסע גרויסע לוויה.

ס'קוקט מיר אויס אז דארט ביי די גרויסע לוויה האסטו - אזוי וואו אסך אנדערע - זיך נישט געלאזט פארפירן - good for you

ניין איך האב בתמימות געמיינט אזוי ביז מארגען איז ארויסגעקומען בילדער און צייטונגען האב איך געזעהן איך האב א טעות געהאט. אמאל איז אבער נישט געווען קיין צייטונגען..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג מערץ 15, 2015 9:34 pm

הקטן האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך קלער אז דער וואס האלט אז אן עדות פון הונדרעטער טויזנטער מענטשען ביי איין איווענט איז בעסער פון איין אדער אפאר איז קיינמאל געווען ביי אזא מאסן איווענט. איך בין ב"ה געווען ביי עטליכע ריזיגע לוויות און פראטעסטן אין ארץ ישראל, מיין התרשמות איז אז אויב אויסטראכטען מעשיות שלא היו איז דארט די גרינגסטע פלאץ צו מאכען דער עולם גלייבען. ווען עס קומט זיך צאם הונדרעט טויזנט מענטשען אויף איין גאס דער עולם איז אין אן עקסטאז מען שטופט זיך מען ווייסט נישט פונקט וואס גייט פאר הונדרעט מענטשען ארויפציער איז די גרינגסטע זאך אנהייבען א רומאר און נאך צען מינוט שווערט זיך די גאנצע גאס זיי האבען עס אליינס געזעהן. איך האב אליינס בייגעוואוינט אזא זאך ביי א געוויסע גרויסע לוויה. די זעלבע קען מען זעהן ביי גרויסע ספארטס איווענטס ווי מענטשען שווערן זיך דער באל איז געפלויגען אזוי ניין עס איז געפלויגען אזוי.


די האלסט טאקע אז מען קען ביי אזא איווענט אנרעדען די אלע מענטשען אז זיי האבן אלע נעכטן געגעסן אייער-שפייז פאר וועטעשרע. און וועגן דעם זאלן זיי מנדב זיין $100 פאר די ארגינעזעשן
אויב יא ברענג פליז אזא פאל

די האלסט אויב גאט אדער א כשוף מאכער, משה, זעלעטס מיט גיטע סאנד אין ספעשיל עפעקטס זאגן אנכי יהוה אלהיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים מבית עבדים so what i want from you now is לא תנאף קען ארבעטן, אויך נאך וואס די דאסט סעטעלט?


איר טאנצט פון טענה צו טענה אזוי קען מען נישט פירען קיין שמועס.
טענה א: א מיליאן עדים זענען בעסער פון אפאר. אויף דעם האב איך געטענה'ט אז פארקערט גאר.
טענה ב: עס איז דא א חילוק פון איינרעדן דער מיליאן וואס געשעהט יעצט און וואס געשעהט נעכטן. לדעתך איז נעכטן שווערער. דאס איז א מאדנע טענה אבער איך שיהיה אז עס אומרעלעווענט ווייל עס איז גענוג איינרעדן די פון היינט און זיי פארציילן שוין בתמימות מארגן.
טענה ג: כישוף וכדומה איז נישט גענוג שטארק אויף לא תנאף. שתי תשובות בדבר. א מעמד הר סיני איז אויך נישט גענוג שטארק, והא ראיה המציאות. ב, די מציאות אז אלע אנדערע רעליגיעס וואס זענען לדעתך פאלש האבען בערך די זעלבע מאס הצלחה מיט זייערע איסורים פרעגט אפ אייער הוכחה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 10:46 pm

וועלעכע אלע רעליגיעס האבן אסאך איסורים? נאר איסלאם וואס האט מצליח געווען מיט כח פונעם שווערד
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג מערץ 15, 2015 11:29 pm

מיט עמארצות איז שווער זיך צו דינגען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:59 am

לעיקוואד האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: ווען עס קומט זיך צאם הונדרעט טויזנט מענטשען אויף איין גאס דער עולם איז אין אן עקסטאז מען שטופט זיך מען ווייסט נישט פונקט וואס גייט פאר הונדרעט מענטשען ארויפציער איז די גרינגסטע זאך אנהייבען א רומאר און נאך צען מינוט שווערט זיך די גאנצע גאס זיי האבען עס אליינס געזעהן. איך האב אליינס בייגעוואוינט אזא זאך ביי א געוויסע גרויסע לוויה.

ס'קוקט מיר אויס אז דארט ביי די גרויסע לוויה האסטו - אזוי וואו אסך אנדערע - זיך נישט געלאזט פרארפירן - good for you

ניין איך האב בתמימות געמיינט אזוי ביז מארגען איז ארויסגעקומען בילדער און צייטונגען האב איך געזעהן איך האב א טעות געהאט. אמאל איז אבער נישט געווען קיין צייטונגען..

אהא, דו האסט אויך געגלייבט, נאר די צייטאנג שרייבער'ס און די בילדער כאפער האבן געוויסט דעם סוד. ok

פארוואס זאלסטו נישט מיט טיילן מיט די ליינער די ווינדערליכע אימגלויבליכע רומאר וואס די גאנצע גאס האט זיך געשוירן?
ס'מיז זיין זייער זייער אינטערעסאנט, אפילו ס'איז נאר רימאטלי דומה צי מעמד הר סיני.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מערץ 16, 2015 9:42 am

לעיקוואד האט געשריבן:טענה א: א מיליאן עדים זענען בעסער פון אפאר. אויף דעם האב איך געטענה'ט אז פארקערט גאר.

צווישען די מיליאן איז אויך דא דיינע 5 באזעצענע מענטשן - יש בכלל מאתים מנה - די פרעמעטיווע און די עליטע. די צייטונג שרייבער פערסענאלעטי אין די תמימות'דיגע לעקוואד
לעיקוואד האט געשריבן:טענה ב: עס איז דא א חילוק פון איינרעדן דער מיליאן וואס געשעהט יעצט און וואס געשעהט נעכטן. לדעתך איז נעכטן שווערער. דאס איז א מאדנע טענה אבער איך שיהיה אז עס אומרעלעווענט ווייל עס איז גענוג איינרעדן די פון היינט און זיי פארציילן שוין בתמימות מארגן.

איך ווייס יעצט נישט צי די האסט באמת פארשטאנען פין מיינע ווערטער אז איך וויל מחלק זיי צווישען איינרעדן וואס געשעט יעצט אין איינרעדן וואס איז געשען נעכטן. איך האב נישט קיין וועג דאס צי וויסען ווייל איך בין אין דיין קאפ קיינמאל נישט געווען.
איך קען אנעמען אז אפשר איך בין שילדיג, איך דארף זיך בעסר מסביר זיין וכד'.
הגם ליבי אומר לי אז דו ווייסט וואס איך האב געשריבן נאר די זיכסט אויפצישטעלן א straw man.
הקטן האט געשריבן:די האלסט טאקע אז מען קען ביי אזא איווענט אנרעדען די אלע מענטשען אז זיי האבן אלע נעכטן געגעסן אייער-שפייז פאר וועטעשרע. און וועגן דעם זאלן זיי מנדב זיין $100 פאר די ארגינעזעשן

מיין פוינט: די קענסט מיך איינרעדן אזאך וואס איז געשען מיט א צווייטען דו קענסט אבער מיך און נאך טויזענטער מענטשען נישט איינרעדען אז עפעס איז געשען מיט מיר און זיי זעלבסט בו בזמן וואס איך און זיי ווייסן קלאר אז דאס איך נישט אמת.
לעט עלאן מיר דערנאך מצווה זיין לא תנאף
אין החי יכול להכחיש את החי?
מען דארף זיין היינט נאאיוו צי האלטן אז דאס האט מען געקענט טון נעכטן ווייל מענטשן זענען געווען פרימאטיוו
לעיקוואד האט געשריבן:טענה ג: כישוף וכדומה איז נישט גענוג שטארק אויף לא תנאף. שתי תשובות בדבר. א מעמד הר סיני איז אויך נישט גענוג שטארק, והא ראיה המציאות. ב, די מציאות אז אלע אנדערע רעליגיעס וואס זענען לדעתך פאלש האבען בערך די זעלבע מאס הצלחה מיט זייערע איסורים פרעגט אפ אייער הוכחה.

מען דארף ניטאמאל קיין כישוף דו קענסט זאגן האסט באקימען א געטליכע זענדונג אדער די זאגסט צו ווירג'ענס כמספר סא-סייד און קיינער קען דיך נישט אפוועדען און אסך וועלן גלייבן אדער נעמען א טשענס און טון פיל מער וואו לא תנאף

דו קענסט אבער נישט דאס טון אויב די פארקויפסט א ליגענט - וואס אלע ווייסן אז דאס איז א ליגענט - דו זאגס'ט דאך אז דאס איז געשען צי זיי.
די קענסט נישט זאגן א הוצאתיך - איך האב דיך ארויסגעצויגן ווען דאס איז נישט פארגעקימען אין די ווירקליכקייט
אזא זאך איז קיינמאל נישט געווען
אויב די ווייסט פין א גלויבינוג וואס האט דאס געזאגט פאר זייער פאלאערס, ענד איט ווארקט ביטע זאג.

דאס איז די גאטס באלט קלעם צי זיין פאלק:
או הנסה אלהים לבוא לקחת לו גוי מקרב גוי במסת, באתת, ובמופתים, ובמלחמה, וביד חזקה, ובזרוע נטויה, ובמוראים גדלים, ככל אשר עשה לכם יהוה אלהיכם במצרים לעיניך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג מערץ 16, 2015 10:07 am

הקטן, ביסט מודה אז געוויסע זאכן איז יא מעגליך איינצורעדן א ריזן פאלק, אבער נישט די זאכן וואס די תורה זאגט אז ס'איז געשען ביים מעמד הר סיני. און דערנאך זאגן לא תנאף, יא?

אויב אזוי קען דאך זיין אז ביי מעמד הר סיני (אדער ווען מ'האט אנגעהויבן דערציילן אז ס'געווען א מעמד) האט מען געזאגט זאכן וואס מ'קען יא איינרעדן, און דאדורך באגרינדעט דעם לא תנאף, שפעטער ווען לא תנאף און די איבריגע זאכן זענען שוין געווארן אנגענומען האט מען צוגעלייגט די זאכן וואס לויט דיר קען מען נישט איינרעדן (און מבסס זיין מיט דעם לא תנאף) און מענטשן האבן זיך געמאכט א חשבון "יא אמת נישט אמת, לא תנאף איז דאך סיי ווי פארהאן, וואס גייט מיר אן צו גלייבן דאס איבריגע."
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 3:25 pm

מאטי טייערער דו מיינסט צו זאגן אז קודם האט מען איינגערעדט דעם עולם זאכן וואו למשל אז משה האט געזעהן גאט און גאנץ כלל ישראל האט מחליט געווען צו גלייבן און צוליב דעם אנגענומען די תורה און אפאר דורות שפעטער האט מען צוגעלייגט אלע מעשיות ווי יציאת מצרים און מתן תורה ואין פוצה פה ומצפצף???????
און משה האט אויך אריינגעלייגט די מעשה פון מי מריבה פשוט להגדיל תורה ?????
איך גלייב נישט אז דן האלטסט טאקע אזוי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:33 pm

ס'איז נישט וואס איך האלט, איך פרעג אויפן לאגיק פון הקטן וואס זאגט אז מ'וואלט געקענט איינרעדן א ריזן ציבור סתם מעשיות ווי מ'זעט אין די יוטיוב קליפס, אבער נישט מעשיות וואס איז געשען מיטן ציבור אליינס און דערנאך הייסן מקיים זיין לא תנאף, און דער עולם נעמט דאס אן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:37 pm

איך פרעג צו דיין לאגיק וואלט אנגענומען אזא מעשה?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:44 pm

פארגעס פון מיין לאגיק, הקטנ'ס לאגיק וואלט דאס געדארפט אננעמען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:54 pm

נישט אמת, מענטשן נעמען נישט אן אז עס איז געשען מיט זיי זאכן אפילו אויב עס מאכט נישט אויס אין מציאות,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך chusid » מוצ"ש יאנואר 02, 2016 9:30 pm

נישט ערלויבט לויט תקנת המקום.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג יאנואר 03, 2016 2:23 pm

מורנו ר' @chusid די בריוו איז אינטרעסאנט צו אויסשמועסן און דעבאטירן אבער עס איז אסאך אויף איין מאל, אולי בטובך צו ברענגען איין נקודה ביי נקודה און מען וועט אויסשמועסן בדיבוק חברים.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך מצפצף » דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:11 am

The rambam says that the first 2 commandments we did hear and that's the only reason why we believe in god
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מצפצף אום זונטאג יולי 14, 2019 3:48 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מצפצף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: יסודות פון אמונה 1 כוזרי

הודעהדורך חתן בחור » דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:39 am

מצפצף האט געשריבן:מען קען עס יא אפרעגן, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן.
עס שטייט אין  דברים ד, יב. וַיְדַבֵּר ה' אֲלֵיכֶם, מִתּוֹךְ הָאֵשׁ:  קוֹל דְּבָרִים אַתֶּם שֹׁמְעִים. זאגט די רמב"ם אז פארוואס שטייט קול דברים און נישט פלעין דברים? ווייל די יודן האבן נישט געהערט קיין ווערטער זיי האבן נאר געהערט א קול, און משה רבינו האט זיי געזאגט וואס די קול האט געזאגט.

אויב אזוי קען איינער קומען זאגן אז עס איז טאקע געווען א מתן תורה, אבער וואס איז שוין געווען דארט? מען האט געהערט א קול? נו, יעדע כישוף מאכער קען טון אזא זאך.

וועגן דעם איז נישט ווערט צו חוקר זיין נאר גיין מיט אמונה פשוטquoteThe rambam says that the first 2 commandments we did hear and that's the only reason why we believe in god


ווי איז די רמב"ם?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:27 am

מו"נ ח"ב פל"ג. דאכצעך ער זאגט עס נאר אויף די לעצטע אכט דברות, ווארום אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענום. וממילא אזל טענות @מצפצף, ווייל צוויי דברות האבן זיי שוין געהערט קלאר, אלזא קיין כישוף איז דאס נישט, און אויף זייערע אייגענע בקשה האבן זיי דאס איבריגע געהערט בלויז פון משה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ריכטיג אום דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:30 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2275
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1791 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט