פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יולי 08, 2019 9:34 pm

גדליה האט געשריבן:הקטן
פון ווי ווייסט איר וואס ר' יוסף יעבץ מיינט?

איך ווייס וואס ער שרייבט!
ער אסרט נישט גארנישט!

ער שרייבט פאקט:
בגזירות צרפת ופורטיגאל, כל אותן החוקרים אשר חקרו בפלסופיא ועמדו על האמונה
במופת השכליי המירו את כבודם ביום זעם, וקלי הדעת ונשים אשר אמונתם הוא
רק בקבלה קדשו שם הנכבד והנורא הש"י ינקום דמם במהרה,


ער מאכט א סעלס פיטש פאר ווער ס'וויל זיך האלטן ביי די אמונה וואס ער האט.
דער וואס האט ספיקות ארבעט בכלל נישט זיין סעילס פיטש, און זיינע ווערטער קלעבט בכלל נישט צי אזא איינעם, און צי דעם רעדט ער בכלל נישט.
זיכער וועט אזא איינער דארך פאלן בשעת השמד, און נאך איידער שעת השמד, נישט קיין נפקא מינא צי ער טוט יא אין חקירה צי נישט.

אויב ביי איינעם ברענט א רויטע לייט זאל ער שנעל טון וואס ער קען נאר ס'זאל אים ליכטיג ווערן.
ויפה שעה אחת קודם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג יולי 09, 2019 4:45 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יולי 09, 2019 10:37 am

זאגסט אז זיין סעילס פיטש ארבעט נאר פאר איינעם וואס וויל עניוועי קויפן.
מסתמא האט ער גאנץ שוואכע סחורה, איי געס.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 09, 2019 3:12 pm

אויב מען טאר נישט חקירה אין די יסודות, און אפילו אויב מען מעג איז עס נישט קיין חילוק ווייל מען מוז דאך ממילא גלייבן, אפשר וואלט מען געדארפט מאכן א חקירה ספר אויף חסידות בכלל און אויף אלע חסידות'ער בפרט, ווי אויך אויף די רבי'ס ווי ווייט זייערע קדושה גייט וכו'. קודם איז עס מותר, און אויך איז עס נוצבאר, ווייל מען קען אויסרעכענען דער אמת'ער צדיק וקדוש וכו'.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1756
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יולי 09, 2019 4:14 pm

דו האלסט דער ארוני מיט די זאלויני, מיט דער זעלבער מאס אינטעלעקט, וועלן אנקימען צי די זעלבע מסקנה??
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 09, 2019 7:11 pm

פארוואס נישט?

מען מאכט אן ערענסטע חקירה וואס חסידות מיינט, און מען טוט אדורך ווער איז דער מער אויטענטישע רבי, און מען ווערט ביי אים א חסיד.

מאכט נישט קיין סענס?

אז מען האלט שוין דא, אפשר קען איך מאכען א ערענסטע חקירה ווער איז מער גערעכט, דער בעש"ט אדער דער גר"א? אדער מוז איך גלייבען אין דער בעש"ט ווייל דער רבש"ע האט צוגעפירט איך זאל ווערען א חסיד פאר איך האב געקענט טראכטען.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1756
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יולי 09, 2019 7:18 pm

אישתישבי האט געשריבן:מען מאכט אן ערענסטע חקירה וואס חסידות מיינט, און מען טוט אדורך ווער איז דער מער אויטענטישע רבי, און מען ווערט ביי אים א חסיד.

און דער חבדסקר און ברעסלעווער וועלן אנקימען צים זעלבע מסקנה וואס חסידות מיינט??
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:51 pm

וויאזוי די בעלי החקירה האבן צוגרונד געלייגט אידישקייט, ועיין עוד כאן בקטע המתחיל "ומה יפלא הדבר", ובביאור הגר"א על שו"ע יו"ד סימן קע"ט ס"ק י"ג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:10 pm

ראציאנאלע אידישקייט (שיטת החקירה) איז אן אפיציעלע דורכפאל.

https://www.thelehrhaus.com/commentary/ ... 9hkSkSGvYA
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:47 pm

בנוגע דאס וואס ר' יעבץ זאגט אז די בעלי החקירה האבן ענדערש אפגעלאזט אידישקייט ווי די בעלי אמונה פשוטה איז די סיבה זייער פשוט, די סיבה פארוואס א מאמין איז גרייט אויף מסירות נפש איז נישט ווייל ער האט מורא אז גאט וועט זיין בייז צו וואס, ער קען זיך אויך אמאל פארזינדיגן אין צייט פון נויט, נאר ווען ס'קומט ברגע האמת ווען ער פילט ווי ער גייט פארלירן זיין גאנצע אידענטיטעט איז איהם שוין ענדערש צו שטארבן, וואספארא ווערד האט דאס לעבן ווען די עגא האט נישט אויף וואס זיך אנצוכאפן. און דא שטעקט די יסודות'דיגע חילוק צווישן די פילאזאפישע בעלי החקירה און די בעלי אמונה פשוטה, רוב מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט זייער לעבנסשטייגער, איז זיי ליבערשט צו שטארבן ווי אויפצוגעבן אויף זייער לעבנסשטייגער. א פילאזאף פון דער אנדערע זייט אידענטיפיצירט זיך מיט זיינע שיטות, ווען מ'צווינגט איהם צו עסן חזיר אדער זיך איבער'צלמ'ען פילט ער נישט ווי זיין אידענטיטעט ווערט באדראעט, זיין עגא קען זיך ווייטער אנכאפן איז זיין לאגישע אמונה אין תורת משה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:49 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע דאס וואס ר' יעבץ זאגט אז די בעלי החקירה האבן ענדערש אפגעלאזט אידישקייט ווי די בעלי אמונה פשוטה איז די סיבה זייער פשוט, די סיבה פארוואס א מאמין איז גרייט אויף מסירות נפש איז נישט ווייל ער האט מורא אז גאט וועט זיין בייז צו וואס, ער קען זיך אויך אמאל פארזינדיגן אין צייט פון נויט, נאר ווען ס'קומט ברגע האמת ווען ער פילט ווי ער גייט פארלירן זיין גאנצע אידענטיטעט איז איהם שוין ענדערש צו שטארבן, וואספארא ווערד האט דאס לעבן ווען די עגא האט נישט אויף וואס זיך אנצוכאפן. און דא שטעקט די יסודות'דיגע חילוק צווישן די פילאזאפישע בעלי החקירה און די בעלי אמונה פשוטה, רוב מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט זייער לעבנסשטייגער, איז זיי ליבערשט צו שטארבן ווי אויפצוגעבן אויף זייער לעבנסשטייגער. א פילאזאף פון דער אנדערע זייט אידענטיפיצירט זיך מיט זיינע שיטות, ווען מ'צווינגט איהם צו עסן חזיר אדער זיך איבער'צלמ'ען פילט ער נישט ווי זיין אידענטיטעט ווערט באדראעט, זיין עגא קען זיך ווייטער אנכאפן איז זיין לאגישע אמונה אין תורת משה.


WOW

לויט דעם, קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן אויף די באן רייזע קיין אוישוויץ. כידוע, אז אויב ס'דא צוויי יודען איז דא דריי דעות. ס'דא גענוג שעות פאר טיפע אינטעלעקטואלע דיסקאשענס, זה אומר בכה וזה אומר בכה. די מער אינטעלעקטואלע טענה'ן אז ס'נאר א עגא'איסטישע קאמף, אבער לעומת זה טענה'ן די דארפישע יודען, אז דא רעדט מען פון אן איידענטיטי קריזיס. אזוי גייט אן די הייסע דיסקאשען כאילו מ'האלט תיכף נאך א טיפע פיליסאפישע לעקטשור אין די גרעסטע אונעווערסיטעט אין בערלין. אריינפארענדיג אונטער דעם אומפארשעמטע "ארבייט מאכט פריי" טויער, וואס מיינסטע? זה פורש לקלויסטער, וזה לגאז קאמער? א נעכטיגען טאג. נישט ר"י יעב"ץ האט געוואנען די דיבעיט, נישט שפינאזע האט געוואנען, און נישט קיין דריטער. היטלער ימ"ש אליינס האט געוואנען די דיבעיט, אזוי צו אזוי.

השם ינקום דמם...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2220
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3093 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2901 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:30 am

ביי די מלחמה איז נישט געווען קיין אפציע צו ווערען א גוי און געראטעוועט ווערען, ממילא קומט נישט אריין דער שמועס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1756
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:36 pm

אישתישבי האט געשריבן:ביי די מלחמה איז נישט געווען קיין אפציע צו ווערען א גוי און געראטעוועט ווערען, ממילא קומט נישט אריין דער שמועס.

נו דאס זאגט ער דאך. היטלער האט געווינען די דעבאטע ״מיהו יהודי״ נאך פאר ס׳האט זיך אנגעהויבען.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט