די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

מחשבה, השקפה ועיון

די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אקטאבער 08, 2019 12:05 pm

אפאר הערות אויף די מורא׳דיגע אשכול:

1)
טאמבל סאס האט געשריבן:פריינט: זאגסט זייער גוט. איך האב גראדע געטראכט אז אונזער קאסמאס איז אפשר אזא פארטיקל אין עפעס א קאלאסאלן קאסמאס, וואו אוניווערסן זענען פארטיקלס. אין דעם ריזיגן אבי אבות האוניווערסן, פירן זיך די "פיצי" אוניווערס-פארטיקלען אויף לויט די געזעצן פון קוואנטום פיזיקס, און דערפאר, "שפרינגט עס אוועק" ווען מען פרובירט עס צו "כאפן".


ס׳גראדע דא אן ענליכע טעאריע, גערופן שווארצע לאך קאסמאלאגיע, וואס לויטעט אז אונזער אוניווערס איז די אינטעריאר פון א שווארצע לאך וואס איז אין אן אנדערע (גרעסערע) אוניווערס (וכן הלאה אפשר).

2). איך מיין אז די מאלפע טעארעם וואס מאטי און געפילטע פיש ווילן ארויסברענגן (און אויף וואס יאיר איז מערער) וואלט בעסער געשטימט ארויסצוברענגן זייער פוינט ווען מ׳״טוויקט״ די טעארעם פון שעיקספיר צו א קאמפיוטער און איר סאפטווער. דהיינו, אז אין סופיות׳דיגע מאלפעס וכו׳ האבן געבויט א קאמפיוטער און געפראגרעמט א פראגרעם וואס זאל לויפן מיט געוויסע געזעצן. איך פארשטיי אז דעמאלטס קען מען נאך אלס מתריס זיין אז אפשר האבן זיי געפרויגרעמט אויך אז עס זאל פלוצלינג צאמקראכן, אבל על זה דנין הסייענטיסטן למיניהם צו דערגיין די געזעצן [פראגרעם] און ווי לאנג איך זעה נישט פארקערט קען מען אננעמען אז די פראגרעם וואס מ׳האט קאאינסעדענטעלי געסעט ׳עט לויפן ווייטער אין לופ (אין חלק הדיזיין ווי עס זעהט אונז אויס).

3). לגבי דעם וואס מ׳האט ערווענט צו פאנטעאיזם שטימט מיט יהדות, קען מען אפשר זאגן אז אויב מ׳טוישט עס אביסל צו פאנענטעאיזם, דאן שטימט דאס אסאך בעסער (ויש אומרים אז דאס איז דרך החסידות).

4). ס׳איז מערקווידיג אז אריסטו האט געהאט אן ענליכע הנחה אויף פארקערט, אז צייט (וממילא היקום) איז דייקא יא אינפיניט/אין סוף [מראשיתו ואחריתו]. דהיינו, ווייל אויב האט צייט געהאט אן אנהויב דעמאלטס קומט עס דאך [אלס איר אייגענע דעפיניציע פון א ״מאמענט פון צייט״] אינצווישן די מאמענט וואס קומט נאכדעם ״און די גארנישט וואס קומט פאר דעם״, וואס ער האט געהאלטן איז א סתירה מיניה וביה.

5). די דוגלים בשיטת היוונית קענען לכאורה פארענטפערן די דערמאנטע פירכא אויף זיי מיט'ן אננעמען (א חלק פון) די B טעאריע פון צייט (וואס האט, מ'קען אפשר זאגן אז ס'איז איראניש, א סעד פונ׳ם טעאריע פון רעלאטיוויטי). דהיינו, (אין א נוטשעל) אז צייט בעצם איז נישט די היה, הוה, און יהיה אלס עקסטערע ענטיטיס בפני עצמן, נאר זיי זענען פשוט ווי אזוי אונז פערסיווען דאס, אבער בעצם זענען זיי אלע דריי צאמגעשמאלצען אלס איינס (אפילו פאר אונז). אויב אזוי לכאורה פאלט אוועק די קשיא אז מ׳האט געדארפט ״דורכגיין״ אן אינפיניט עמאונט פון צייט און מ׳איז ״אנגעקומען״ און זיך ״אפגעשטעלט״ ביי די פארטיקולער מאמענט, וואס צייגט אז עס איז נישט אינפיניט; דאס איז נישט אמת אליבא די טעאריע פון צייט.

(דאס איז אפשר אביסל סותר די הנחה/ראיה פונ׳ם פריערדיגן הערה. אבער נישט ממש ווייל אפילו אין די B טעאריע פון צייט האט די דעפיניציע פון צייט נאך אלס אינהערענטלי אין זיך די הגדרות פון פאר און נאך אין רילעישן צו אן אנדערע צייט, ודוק.)
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט