ר' יואל ראטה קומט ארויס שארף קעגן לצנות אויף תלמידי בעש"ט

מחשבה, השקפה ועיון

ר' יואל ראטה קומט ארויס שארף קעגן לצנות אויף תלמידי בעש"ט

הודעהדורך דאכצעכמער » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 3:48 pm

איך האב געהערט לעצטענס אזוי געריפענע היימישע יונגעלייט לייגן ארויף אז חס ושלום עפרא לפימייהו אז גדולי ישראל זאלן מאכן מופתים קפיצת הדרך דורך נעמען דראגס,
אין די חוצפה האט נישט קיין גרעניץ עס פארט ארום פון איינער פון אונזערע געטרייע מנהיגים (אויב זענט איר באוויסטזיניג צום פאקט אז אונזערע מנהיגים היינט זענען די זינגערס נישט די רבנים) א קליפ ווי ער באזינגט מיט גראמן לצנות איינס נאכן אנדערען אז צדיקים האבן געמאכט מופתים זיי האבן געגעבן גראזליך און JOINTS פאר זייערע חסידים וואטס זענען געקומען צו זיי מיט פראבלעמען עפ"ל
די דור קען שוין נישט גיין נידיריגער ואין פוצה פה ומצפצף

ברוך השם לא אלמן ישראל די געוואלדיגע חילול השם איז פארשריגן געווארן דורך ר' יואל ראטה
https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 8997144577
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דאכצעכמער אום פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 4:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 3:52 pm

דאכצעכמער האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אזוי געריפענע היימישע יונגעלייט לייגן ארויף אז חס ושלום עפרא לפימייהו אז גדולי ישראל זאלן מאכן מופסים קפיצת הדרך דורך נעמען דראגס,
אין די חוצפה האט נישט קיין גרעניץ עס פארט ארום פון איינער פון אונזערע געטרייע מנהיגים (אויב זענט איר באוויסטזיניג אז אונזערע מנהיגים היינט זענען די זינגערס נישט די רבנים) א קליפ ווי ער באזינגט מיט גראמן לצנות איינס נאכן אנדערען אז צדיקים האבן געמאכט מוספים זיי האבן געגעבן גראזליך און JOINTS פאר זייערע חסידים וואטס זענען געקומען צו זיי מיט פראבלעמען עפ"ל
די דור קען שוין נישט גיין נידיריגער ואין פוצה פה ומצפצף

ברוך השם לא אלמן ישראל די געוואלדיגע חילול השם איז פארשריגן געווארן דורך ר' יואל ראטה
https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 8997144577

מופסים אדער מוספים
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2069
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 4:13 pm

ליפא האט געשריבן:

א דאנק פארן אויפמעקזאם מאכן
טעןת לעולם חוזר
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 4:27 pm

דאכצעכמער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אזוי געריפענע היימישע יונגעלייט לייגן ארויף אז חס ושלום עפרא לפימייהו אז גדולי ישראל זאלן מאכן מופסים קפיצת הדרך דורך נעמען דראגס,
אין די חוצפה האט נישט קיין גרעניץ עס פארט ארום פון איינער פון אונזערע געטרייע מנהיגים (אויב זענט איר באוויסטזיניג אז אונזערע מנהיגים היינט זענען די זינגערס נישט די רבנים) א קליפ ווי ער באזינגט מיט גראמן לצנות איינס נאכן אנדערען אז צדיקים האבן געמאכט מוספים זיי האבן געגעבן גראזליך און JOINTS פאר זייערע חסידים וואטס זענען געקומען צו זיי מיט פראבלעמען עפ"ל
די דור קען שוין נישט גיין נידיריגער ואין פוצה פה ומצפצף

ברוך השם לא אלמן ישראל די געוואלדיגע חילול השם איז פארשריגן געווארן דורך ר' יואל ראטה
https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 8997144577

מופסים אדער מוספים

א דאנק פארן אויפמעקזאם מאכן
טעןת לעולם חוזר

עמי בבית?...
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2069
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 4:43 pm

דאכצעכמער: בת ...סמ"ך" כבת "תי"ו"...מופתים אדער מופסים...!

אבער דער מעסעדזש איז שטארק...!

יא. איך בין א חסיד פון ר' יואל ראטה. כ'מיין אז ס'איז נישט דא אין דעם היינטיגן דור איינער וואס געט אזויפיהל חיזוק און דערהאלט ביים לעבן אידישע קינדער אזוי ווי ער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:45 am

געדענקט איין וויכטיגער כלל

יואלי ראטה איז נעווער רייט!
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך real fake news » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:26 pm

ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....
real fake news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:28 pm

real fake news האט געשריבן:ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....

די מעשה שטייט אויף שלמה המלך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2675
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

הודעהדורך real fake news » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:42 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:ס'איז קלאר אז אסאך אויב נישט רוב פון די הימלישע מופתים זענען שטותים ממילא, סאו די ליצנות הייבט זיך אהן ביי די וואס דערציילן מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,
למשל א מעשה וואס מדערציילט דאכצעך אויף שינעווער רב אז איין יום כיפור האט ער געשיקט די עולם אויספאסטן ווייל ער האט געזען אין הימל אז מהאט שוין אלעס אויסגעפועלט....

די מעשה שטייט אויף שלמה המלך.

וואס ברענגסטו ארויס? אז אויב שלמה המלך האט געקענט קען שינעווע רב אויכעט?
real fake news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:46 pm

אדער דאס, אדער אז די לצנות האט זיך שוין אנגעפאנגען פון פריער. איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די מעשה פון שיניעווער רב, זעהט אויס ווי א פראדוקט פון יוסף פערל. די מעשה פון שלמה המלך איז זיכער אמת, דאס שטייט דאך אין גמרא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2675
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

הודעהדורך real fake news » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:56 pm

שלמה רובין פון ק"י האט אמאל דערציילט די מעשה.
סאטמאר רב האט געזאגט אז די מעשה האט קיינמאל פאסירט
real fake news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:49 pm

ווייל ס'איז דא אן אייזערנער כלל. א יעדע מעשה וואס איז אקעגן די הלכה איז נישט אמת. ווייל ס'איז נישט עולה על הדעת אז א צדיק זאלל הייסן טון עפעס וואס איז אקעגן די הלכה.

נאר ווי איך בין אינפארמירט איז די מעשה וואס דער רבי האט געהייסן פאר'ן עולם אויספאסטן יא אמת. נאר אויף א צווייטן צדיק. דער שר שלום מ'בעלזא. נאר ער האט געהייסן פאר'ן עולם אויספאסטן אום יום כיפור צוליעב אן אנדער'ן טעם. ווייל ס'איז דאמאלס ארומגעגאנגען א געפערליכע מחלה. און די דאקטוירים האבן געזאגט אז כדי געראטעוועט צו ווערן פון די מחלה טאר מען נישט פאסטן. האט די רבי געהייסן אז מ'זאלל עסן...!

ס'איז אבער דא א צווייטע מעשה וואס מ'פארציילט אויפ'ן בארדיטשעווער רב. (ניין. נישט דעם היינטיגן.) דער בעל קדושת לוי זי"ע. אז אמאל שבת אינדערפריה ווען ער איז געגאנגען אין ביהמ"ד איז איהם אקעגנגעקומען א פושע ישראל וואס האט גערייכערט א ציגארעטל. און ער האט הויעך געזאגט גוט שבת פאר'ן בארדיטשעווער רב. פרעגט איהם דער בעל קדו"ל אויב ער ווייסט אז היינט איז שבת. זאגט ער יא. איך ווייס. פרעגט איהם דער רב ווייטער אויב ער ווייסט אז אום שבת טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער, יא. איך ווייס. פרעגט איהם דער רב ווייטער. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעלט אייך אויס פאר'ן געזונט צו רייכער'ן. זאגט ער ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט מיר פאר'ן געזונט. און דאך רייכער איך. האט דער בארדיטשוב'ער רב אויפגעהויבן די אויגן צום הימל און געזאגט...ריבונו של עולם קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען. איך האב איהם געגעבן אלערליי תירוצים און ער זאגט נאר דעם אמת...!

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז געווען באוואוסט אלס א שטארקער מוכיח. און ווען ער וואלט געזעהן א איד רייכערן א ציגארעטל אום שבת וואלט ער זיכער מוחה געווען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:43 pm

אודאי מוז מען נישט גלייבן קיין ספעציפישע מעשיות אבער בעצם אז ס'איז דא אזא זאך אז צדיקים קענען משנה זיין די טבע איז זיכער אמת. דאס שטייט אין תנ"ך און אין די גמרא און ווער ס'גלייבט נישט דערין צריך בדיקה אחריו.
שולדיג זענען די וואס טרייבן איבער און מאכן גרויס פשוטע מענטשעלעך און די וואס ליינען די מעשיות און ווייסן אז ס'איז נישט אמת באקומען נאכדעם ספיקות און אלע אנדערע מעשיות ווייל מ'האט דאך אים פארקויפט אז זיין רבי ז"ל איז געווען אזוי גרויס ווי משה רבנו און פונקט ווי זיין רבי'ס מעשיות זענען נישט אמת טראכט ער די זעלבע אויף ביז ארויף.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2639 מאל

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט