גבולי הבחירה החופשית והשתלשלותה

מחשבה, השקפה ועיון

גבולי הבחירה החופשית והשתלשלותה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 9:17 am

דבר זה ברור לכל מעמיק בשכלו שהבחירה החפשית שלנו מוגבלת היא. הקב"ה נתן לנו את הכח לקיים מצוות ולעבור עבירות, וגם להחריב חלק גדול של העולם ע"י העבירות שלנו. אמנם לא לעולם חוסן, אין אפשרות שיעברו האנושיות על התורה באופן שהעולם תיחרב כליל. הקב"ה יתערב בבריאתו וימנע את זה ממנו. הבחירה שלנו מוגבלת היא לתרי"ג מצוות, ומה שנוגע להם אפשר לנו לקיים או לעבור, והחיים באה עם הקיום והמות באה עם הביטול.
הנה אדם הראשון לא היה יכול לבחור בכל, רק במצוה אחת שהיא אי אכילה מעץ הדעת. כנראה שכוחו היתה מוגבלת בהרבה יותר מכוחינו.
בביאור הגר"א על יעלה ויבא (נדפס בשו"ע או"ח, בדפוס שיש בבית הדפיסו את זה אחרי ההקדמה, בדפוסים אחרים הדפיסו את זה אחרי סי' רמ"א) ביאר ענין 'ויראה', עפ"י הגמ' 'כשם שבא לראות כך בא ליראות', והיינו שחוץ ממה שהאדם זוכה לראות את פני האדון ה', דהיינו שהוא זוכה לקיים מצוה ונהנה מזיו המצוה, כמו"כ הקב"ה רוצה שהוא יקיים המצוה וכוחו מתרבית ע"י זה שבניו באים לעלות לרגל. וביאר בזה מש"כ בפרשת וירא 'וַיִּקְרָא אַבְרָהָם שֵׁם הַמָּקוֹם הַהוּא ה' יִרְאֶה אֲשֶׁר יֵאָמֵר הַיּוֹם בְּהַר ה' יֵרָאֶה' שהתפלל אברהם אבינו על שני דברים, שיזכו בניו לראות את פני ה' בהר המוריה, וגם שיזכו ליראות שם, דהיינו להגדיל כחו ית'. ומבואר מזה שמאז נהיה ענין זה שבן ישראל יכול לשנות את ההשפעה שמלמעלה ע"י עלייה לרגל.
כתב רש"י עה"פ 'מפי עליון לא תצא הרעות והטוב', אמר רבי יוחנן מיום שאמר הקב"ה (דברים ל') ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב וגו' לא יצא רעה וטובה מפיו אלא הרעה באה מאליה לעושה רע והטוב לעושה טוב לפיכך מה יתאונן למה יתרעם האדם אם לא על חטאיו ע"כ. ומבואר שבערבות מואב נתחדשה ענין זה, שא"א לשום רע לרדת מלמעלה ללא מעשי בני אדם ובחירתו, ונראה שניתוספה לכח הבחירה מימים אלו שלא היה מקודם.

אבקש מאת חו"ר הפורום אם יש למישהו איזה מראה מקומות להוסיף על העניינים או פירכות והערות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 10:02 am

קודם כל הענין שישראל מוסיפין כח בפמליא של מעלה שחוזרת ונשנית כו"כ פעמים בספרי חסידות למיניהם מקורו במדרש רבה: בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מוסיפין כח בגבורה של מעלה כמד"א: "באלהים נעשה חיל" וכתיב "ועתה יגדל נא כח השם", ובזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום, כביכול מתישין כח גדול של מעלן דכתיב: "צור ילדך תשי" והולכין גם הם בלא כח לפני רודף. (איכה רבה א,לג ועיין גם בזוהר חלק ב לב:)

שנית, הענין של בחירה ע"פ דעת תורתנו הקדושה מסובכת מאוד, והיא כבר מחלוקת ראשונים אם ועד כמה יש באמת בחירה חופשית, והשוללים את הבחירה מסתמכין בחלקו על מאמרו של רבי יוחנן במסכת סוכה: אלמלא שלש מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהן של ישראל חד דכתיב "ואשר הרעתי" וחד דכתיב "הנה כחומר ביד היוצר כן אתם" וגו' ואידך "והסרתי את לב האבן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר" רב פפא אמר אף מהאי נמי "ואת רוחי אתן בקרבכם". (נב:)

ומבואר מארבעת הכתובים אלו ארבע שלבים שיד הקב"ה מעורבת בהן, ואין להאדם שליטה עליהם כלל. הפסוק הראשונה מדבר על שלב הראשון שבו הקב"ה ברא את יצר הרע, ועל זה אמר הקב"ה "ואשר הרעתי" - אני הוא זה שאשם בבריאת יצר הרע. הפסוק השנייה מדבר על שלב הראשון שבו יצר הרע כבר מעורב בבן אדם, ועל זה אמר הנביא "כחומר ביד היוצר כן אתם" - לא די שאני אשם בזה שיש לכם דחף לעשות רע, אלא אפילו הרצון והיכולת לכוף את הרע זה רק תלוי בי. הפסוק השלישית אומר, עובדה שהכל תלוי בהקב"ה, שסוף סוף לא תכלו לכוף את הרע שבתוככם עד שאני בעצמי אעשה את זאת בשבילכם, "והסרתי את לב האבן מבשרכם". ועל זה אמר רב פפא, שמשלשת הפסוקים הללו היה אפשר לחשוב שאכן לבן אדם אין יכולת ללחום ברע, אבל ברגע שהקב"ה יסיר את יצר הרע כבר יהיה להם בחירה לעשות טוב. על זה מוסיף את הפסוק הרביעית שאומר שאפילו לאחר שתעקר הרע מקרב האנושות לא יהיה להם בחירה לעשות טוב, אלא "ואת רוחי אתן בקרבכם", סוף כל סוף תצטרכו שאני בעצמי אתן לכם את הדחף לעשות טוב.

ואף שבמבט ראשון מאמרו של רבי יוחנן במסכת סוכה נראה סותרת להמדרש איכה, אבל האמת היא שהם בכלל לא סותרים זה את זה, אלא זה עובד דרך השתלשיות. הקב"ה לא נותן לבן אדם צרות בסתם, אלא מקודם הוא מניע אותו לעשות רע, ואח"כ נותן לו עונש. וכן להיפך, לבן אדם שהקב"ה החליט שהוא רוצה לתת לו חסדים, תחילה הוא מניע אותו לעשות טוב, ואח"כ הוא נותן לו שכר. אז כשבן אדם שואל למה לי יש צרות ולבן אדם אחר יש טוב? משיבין לו שאתה עשית רע, מגיע לך רע, הוא עשה טוב, מגיע לו טוב. אבל אם הוא שואל, אז למה הקב"ה עשה שאני אעשה רע, הוא היה יכול לעשות שאני אעשה מצוות ואז יגיע לי שכר? התשובה היא שככה הקב"ה רצה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:51 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2779
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 10:26 am

עפעס אן אויבער חכם האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש צו ער ווייסט אז ער איז די גדול הדור, האט איהם דער חזון איש געענטפערט אוודאי אז יא. "נו" - האט יענער ווייטער געפרעגט - "דער רב קומט נישט צו גיאות דורך דעם?" "קוק אהער" - זאגט איהם דער חזו"א - "ווען ס'זאל זיין א צווייטער מענטש מיט די זעלבע שכל און מידות און די זעלבע קלוגשאפט ווי מיר. ער זאל אויפוואקסן אין די זעלבע סביבה ווי מיר, ער זאל האבן די זעלבע מעגליכקייטן ווי מיר, ער זאל הערן דורכאויס זיין לעבן די זעלבע דברי מוסר והתעוררות ווי מיר, און ס'זאל פונקט אנטרעפן די ריכטיגע פלאץ אין הארץ ווי ס'האט אנגעטראפן ביי מיר, וואלט דאך עפעס געווארן פון איהם..." והיא פשוט ועמוק גם יחד.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2779
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:31 pm

נארמאטיווע אידישקייט נעמט אן אז בחירה עגזיסטירט, און נאך די קורצע תקופה אין היסטאריא ווען מ'האט זיך געטענה'ט ארום דעם איז געבליבען די פסק אז מענטשן האבען בחירה. די חסידישע ספרים וואס באהאנדלען דער ענין לייקענען אויך נישט בחירה, נאר זיי זאגען אז עס איז באגרעניצט, זה בכה וזה בכה. דעריבער איז דאס נישט די נושא. די שאלה איז נאר וואס זענען באמת די באגרענוצינגן.

דער חזו"א'ס מימרא איז ביי אונז געווען א שטארקן קשיא אלס בחור. איך געדענק אלס פופצן יעריגע בחור האט מען דאס ארום געשמועסט, נישט מיט די מעשה, נאר מיט די הנחה קדומה אז צוויי בחורים מיט די זעלבע כוחות, געלעגענהייטן, שאיפות און ערציאונג, וועלען גיין אין ישיבה, דער וועט לערנען און דער וועט בטל'ן, ווייל כך הוא כחו של בחירה. וויאזוי ווערט דאס? וואס איז די סבה אז דער איז געשטיגען? וואס איז די סבה אז דער האט געבטל'ט? מ'האט געטראפען דער ענין אין מכתב מאליהו, אבער זיין תשובה איז געווען סתם אן עד הומינום אטאקע אויף די שואלים, מיט א כלל אז 'מ'איז צוגעוואוינט צו א וועלט פון סבה ומסובב, דעריבער מיינט מען אז אלס מוז אזוי גיין' (אזוי ליגט מיר אין קאפ, עס איז שוין 25 יאר צוריק, אלזא האלט מיר נישט דערצו)

די שאלה איז אויך אין די רשימה פון שאלות בענייני כפירה.

דער חזו"א'ס מימרא זעט אויס היבש חסידיש על נוסח חב"ד. דער גדול הדור איז אויסגעוויילט און מ'האט איהם קיין צוויי ברירות נישט געגעבען. ער איז דער צדיק אויף וועמען די יצה"ר איז נישט שולט און זיין לעבען איז אלס געפיהרט אז ער זאל זיין גדול הדור. דאס איז ביי אונז נישט די חינוך, און איך האב קיינמאל נישט אנגעקוקט קיין שום גדול אלס אן אנדערע מציאות ווי אונז אלע. (עס ליגט מיר אין קאפ אז איך האב געזען א בריוו פון הרב נתן מברסלב אז ער האט געטראפען צוויי מתנגדים און ער האט אלס געמיינט אז זיי קוקען אן דער גר"א ווי ער קוקט אן זיין רבי און צו זיין ערשטוינונג האט ער פון זיי געהערט ווערטער אויף זייער רבי, אז מ'קען זיך דינגען אויף איהם ווען מ'האלט אזוי וכדו'. ער האט עס נישט געקענט דערהייבען, אבער איך פארשטיי זיי זייער גוט לויט מיין חינוך.) איך ווייס אז די שיטת החסידות פון חב"ד איז אז דער צדיק האט נישט קיין טראפ שלעכטס, אבער דער רמב"ם זעט נישט אויס אזוי, און נאכ'ן זוכען א מקור האב איך נישט געטראפען דערצו, אויסער דער תניא זעלבסט. איך האב געפרעגט ביי ידענים אין די עניינים און זיי ווייסען נישט דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:55 pm

דאס אליינס צו ס'איז שייך א פסק אויף השקפה און אמונה זאכן איז אויך א מחלוקת ראשונים, און אפילו לו יהא אז מ'האט דאס אויך שפעטער אויסגע'פסק'נט אויף יא, קען מען נאכאלץ דן זיין אין די מקורות פון פאר'ן פסק (די ערשטע צו די צווייטע). די שאלה איז נאר צו דו ווילסט דווקא נאר מקורות פון נאכ'ן פסק, אדער פריערדיגע מקורות זענען דיר אויך אינטערעסאנט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2779
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 3:27 pm

איך זוך מקורות אויף בחירה ווי מיר גלויבען דערין. אז עס איז נישט דא קיין בחירה, איז נישט דא. איך וויל וויסען אבער וועגען די בחירה וואס מיר רעדן, וואס זענען איהר גבולות? איך זוך נישט צו וויסען ווי גרויס איז דער Loch Ness Monster, אימעדזשינערי גבולות קען איך אויך מאכען. עס קען גאר זיין אז די תירוץ צו די ראיות פון די שוללי הבחירה נעמן אריין די גבולות דערפון, אבער לפי מיטב זכרוני האבען זיי מער א פראבלעם מיט ידיעה און בחירה וכדו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 3:23 pm

איך האב הנאה אז שלא במתכוין האט מען דא ארויסגעברענגט, אז דער איינציגסטע וועג צו זיין א עניו איז דורך ממעט זיין דער כח הבחירה.

אהן דעם זענען אלע חשבונות אויף ענווה פאלש.

ליטוואק
טאמער דו זוכסט א מקור אויף עולם גולם בחירה, איז עס דער פשוטער פשט בחירה פין פסוק. מען דארף נישט אויף דעם קיין מקורות. דער פראבלעם איז נאר אז דער פשוטער פסוק איז פיל מיט סתירות מיניה וביה צומאל אין דער זעלבער פסוק. לעצטער וואך אין דער פרשה, כי ידעתיו (תרגום גלי קדמי) למען אשר יצוה את בניו וכו', למען הקים ד' וכו'. ער ווייסט און ער וועט אים געבן שכר. און להיפוך כידוע.

ווער זאגט עס איז דא א גבול צו דער בחירה בכלל? איי קשיות? פין קשיות שטארבט מען נישט.

כמובן איז עס די אמונה פין דער המון עם, די וואס טראכטען נישט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1915
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1010 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 5:06 pm

איך מיין איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר. איינער האט דערמאנט עניוות? נישט איך. די עבודה פון עניוות איז פונקט ווי אלע מצוות און עבירות, ווי מ'דארף בוחר זיין דערין און וויפיהל מען איז מציח ווענדט זיך אויף די גרעניצן פון בחירה. דער פרי הארץ האט דאך זיין גבולות, כמבואר באשכול ההיא. א מענטש וואס טראכט אז זיין מעשים טון אויף ביים גאט אליינס, אזש יעדער ריר וואס ער טוט ענדערט זאכען אין הימל, איז גאר א בעל גאווה? דער וואס מיינט אז גאט אז דער שאדן פון א מענטשן, אז ווי ער בייגט זיך, בייגט זיך גאט אויך, איז גאר א בעל גאווה? דאס איז דאך די ערשטע טריט פון צלם אלקים לויט דער נפש החיים.

איך ווייס נישט פון המון עם, איך האב איינגעזען דריי טריטען אין בחירה; ביי אדם הראשון, אברהם אבינו און משה רבינו. איך וויל וויסען צו עס איז דא נאך מראה מקומות און טריטען אין דעם, און צו איינער רעדט דערפון מיט א פרטיות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 6:05 pm

דער מעשה פין חזון איש וואס ווערט דא געברענגט, טוט ארויסברענגען קלאר אז זיין איינציגסטע וועג צו מינערען זיין גאות איז דורך אוועקנעמען בחירה.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1915
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1010 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 2:01 am

איך זע נישט קיין סברא צו טראכטן אז א מענטש האט בכלל א בחירה, עס איז פשוט אינפוט און אוטפוט.

איינער קען מיר מסביר זיין עפעס א סברה פארקערט? (באמת וואלט איך זייער געוואלט זיין בעל הבית, איך טראכט פשוט נישט אז עס איז אזוי. אבער אויב קען מיר איינער אויפווייזן אז איך האב יא די בחירה, וואלט איך מיר זייער געפרייט).

.......... איך האב דא געלייגט 10 פינטלעך ווייל אזוי איז מיר איינגעפאלן יעצט, אבער איך גלייב נישט אז איך האב געהאט עפעס א בחירה, דאס איז פשוט ארויסגעקומען פון אלעס וואס איז אריינגעגאנגען אין מיר ביז צו די יעצטיגע מאמענט.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:55 am

שווער צו וויסן אויב די רעדסט לאמיתה אדער סארקאסטיש.

יעדער וועט דיר זאגן אז זיי האבן בחירה לפי הנראה, דער שאלה איז נאר נאך אריינקלערען.

און עס איז גאנץ מעגליך אז דער אמת איז אז עס נישט דא קיין בחירה, און דער תורה רעדט נאר אויף דער יעצטיגער הווה און דמיון צו דער מענטש, אויף אזא אופן,
תורה = א
מענטש = ב

א. טוה נישט.
ב. אקעי. אבער איך וויל!
א. האלט דיך איין.
ב. איך וועל טרייען.
א. פארוואס האסטו געטועהן?
ב. איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן.
א. האסט חרטה?
ב. יא
א. מוחל
און דער שפיל חזר'ט זיך איבער מיליאן מאל.


דער אויבער חכם וועט זאגן


א. טוה נישט
ב. די מאך מיר נישט טוהן.
א. אנטשולדיגט, זעהסט דארט דער עץ הדעת? עס נישט.
ב. פארוואס מאכסטו די מיך וועלען?
א. וויאזוי ווייסטו דעס?
ב. איך האב געזעהן אין ספרים.
א. עס נישט און ליין נישט קיין ספרים.
א. קענסט דיר איינהאלטן אויב די ווילסט, פרעג נישט קיין קשיות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1915
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1010 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 3:39 pm

אישתישבי האט געשריבן:שווער צו וויסן אויב די רעדסט לאמיתה אדער סארקאסטיש.

איך פרעג ערנסט, כאטש איך גלייך צו רעדן סארקאסטיש...

עס זעט מיר אויס ווי דו פארענפערסט די תורה, דאס איז מיר בכלל נישט שווער. אפי' אויב מען האט נישט קיין בחירה, דארף זיין שכר ועונש, ווייל דאס איז דאך זיכער איין גורם. מיין שאלה איז נאר אויב איינער קען זאגן עפעס מסברא.

אויב ווארף איך א מטבע, זעט אויס ווי עס פאלט רענדאם. אבער יעדער וואס טראכט אריין וועט זאגן, אז אויב זאל מען וויסן די וואג, וועלאסיטי, דיסטענס, ווינט, און יעדע פרט פונקטלעך, וועט מען זיכער קענען אויסרעכענען וועלכע זייט עס וועט פאלן.

די זעלבע מיט א בוים, אמאל מאכט ער אפ צו וואקסן רעכטס, אמאל לינקס, אא"וו. אבער עס איז ביי מיר פשוט אז אויב זאל מען וויסן אלעס וואס האט משפיע געווען אויפן בוים, וואלט מען געוואוסט וואס עס טוט.

כי האדם עץ השדה, זע איך נישט פארוואס מען זאל מסברא זאגן אנדערש.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:31 am

Input Output - cause and effect איז זיכער די וועג וואו רוב זאכן (וואס האבן נישט קיין בחירה), דא אויף די מאטריליסטעשע וועלט, ארבעטן
איך זעה אבער נישט דיין שוועריקייט, פארוואס זאל נישט קענען זיין עפעס וואס ארבעט אנדערש?

פייער ארבעט אנדערש פין וואסער - דאס מאכט נישט וואסער זיין א סתירה צי פייער
וואסער, אדער סיי וואס, איז נישט קיין סתירה צי פייער חאטש דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געזען קיין פייער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 10:02 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2311
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1040 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 9:57 am

אישתישבי האט געשריבן:דער מעשה פין חזון איש וואס ווערט דא געברענגט, טוט ארויסברענגען קלאר אז זיין איינציגסטע וועג צו מינערען זיין גאות איז דורך אוועקנעמען בחירה.

פארוואס זעה איך ניטש קלאר וואס דו זעסט אין די מעשה?

קיינער זאגט נישט אז די עקטערנעל וועלט העלפט נישט שעפען א מענטש, מיין לייגען תפילן היינט איז נישט און מיין בחירה, איך בין אזוי אויפגעוואקסען, אויב האלט איך זיך גרויס דערמיט בין איך א שוטה
מיין כונה ביי די לשם יחוד דארט איז גראגע יא מיין סאפט-ספאט מיין נקודת הבחירה, מארגן וועט דאס מעגליך זיין אויף עפעס אנדערש
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2311
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1040 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:39 am

מיין תגובה איז פארלוירען געגאנגען. בקיצור, איך האב עס געשריבען אין אוצה"ח דוקא צו קענען הערן פון א שטאנדפונקט פון גלויבונג אין בחירה. נישט ווייל איך דערהייב נישט די סארט שמועס, נאר ווייל איך ווייס אז עס וועט אין ערגעץ נישט אנקומען.

בחירה איז א סתירה וואס אונזער שכל קען זיך נישט זען אינדערויסען דערפון, ועל זה נאמר לא מחשבותי מחשבותיכם, וכמו"ש הרמב"ם. לאגיק וועט אונז דא פארדרייען א קאפ, און וועט גארנישט אויפווייזען בהחלט.

עס איז דא איינער וואס ווייסט יא דערפון, און ער האט אונז געשריבען א תורה אז פון דארט קענען מיר אויך וויסען. הרב דסלר זאגט אסאך זאכען וואס שטימען שיין אין שכל, אבער קיין ראיות ברענגט ער נישט פון די תורה, און דעריבער איז זיין שטיקל תורה עודך א שטיקל הגיון און טעאלאגיע, אבער נישט קיין קלארער זאך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 12:36 pm

אונזער מוגבל'דיגע שכל קען נישט פארשטיין אסאך זאכן, ס'קען נישט פארשטיין די שילוש הקדוש, וויאזוי אבולוציה שטימט מיט פרשת בראשית, וויאזוי דיטערמעניזם שטימט מיט די פסוק ובחרת בחיים, און נאך אסאך אסאך זאכן, ממילא איז וואס?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2779
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 12:50 pm

עס איז ראטזאם צו ליינען ביז'ן סוף.

ממילא, דער וואס קלערט נאר מיט די אייגענע שכל, גייט אויף אן אנדערן וועג ווי דער וואס קלערט מיט די מקורות. עס איז נישט די זעלבע זאך, און עס באלאנגט נישט אין די זעלבע שמועס. וויבאלד אין דער פאל האב איך געוואלט אזא סארט שמועס, וואס איז געבויט אויף די יסודות פון די תורה, ממילא האב איך עס דארט געשריבען. די אנדערע שמועס איז גאר עפעס אנדערש, א זאך וואס איז נישט געווידמעט צו ברענגן א פארשטענדליכע מסקנא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 1:47 pm

איך פארשטיי זייער גוט אז דיזע אשכול איז געשטעלט אויפ'ן הנחה אז ס'איז יא דא בחירה חופשית, אויף דן צו זיין אין דעם הנחה זענען שוין דא גענוג אנדערע אשכולות, אבער הגבלת השכל קומט נישט אריין דא.

דו זאגסט אז דו זוכסט מקורות אין די תורה, איך גלייב שווער אז דו וועסט קענען עפעס אפירקראצן, ענדערש זוך אין די ספרים פון וואו דער רמב"ם האט גענומען די דאקטערינע. אויב איך געדענק גוט איז אריסטו צו אפלטון געווען דער ערשטער וואס רעדט דערפון, ס'איז אפשר כדאי צו קוקן אין יענע חדר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2779
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט