צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

מחשבה, השקפה ועיון

צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך מיימון » זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:39 pm

אין די לעצטע עטליכע טעג האט מען דא געשריבן וועגן דעם טאהש'ער רבי'ן ז''ל, עטליכע וועלכע זענען נישט פון חסיד'ישן אפשטאם האבן פארפירט אנטקעגן וואס לויט זיי האט ער פארלעצט די הלכה, איך וועל פרובירן בקיצור אנצורירן עטליכע נקודות וואס וועט אפשר קלארשטעלן דעם ענין.

איך וועל נישט דא אריינגיין אין דעם ענין פון אויטאריטעט פון הלכה און דעם שולחן ערוך, איך וועל אבער זיך באציען צום חלק פון דעם וויכטיגקייט און בינדנקייט פון הלכה, וואס אפילו לויט די וואס וועלן זאגן אז די הלכה טוט פארפליכטן יעדן איד פונקטליך לויט ווי עס שטייט, וועלן מיר אבער זען אז עס איז פארהאן אויסער-הלכה'דיגע מציאות'ן און די הלכה איז מלכתחילה ווייט נישט אזוי בינדנד געווען ווי דאס וואס טייל נעמען איר היינט אן.

ר' נחמן קרוכמאל אין ערשטן קאפיטל פון זיין ספר מורה נבוכי הזמן ברענגט דריי קאטעגאריעס פון מענטשן וועלכע נעמען זאכן צו אן עקסטרעם און ענדיגן שלעכט. 1) מענטשן וועלכע זענען זיך מתלהב אין עבודת ה' ביז זיי פארמיאוס'ן גשמיות, דערנאך טוען זיי אוועקמאכן דעם שכל און נוצן נאר דעם געפיל צו אנקומען צו העכערע מדריגות, דערנאך הייבן זיי אן צו דמיונ'ען אז זיי זעען מלאכים, ביז זיי פילן זיך שותפים צום באשעפער און אז זיי קענען טוישן די טבע, זיי האלטן זיך העכער פון די חוקי התורה און זאגן אויף זיך מורא'דיגע טיטלען. 2) מענטשן וועלכע שפירן זיך צובראכן אז זיי זענען גארנישט, הייבן זיי אן צו נוצן פארמיטלער'ס צו מתפלל זיין פאר זיי, זיי זענען מתפלל צו מלאכים און צו נעמען פון פריערדיגע צדיקים און צינדן ליכט פאר זיי, דערנאך הייבן זיי אן צו גלייבן אין שדים און אלע מיני כוחות און ער טוט אלע מיני מאדנע זאכן זיך צו באשיצן פון די שלעכטע און צו באקומען שטיצע פון די גוטע מלאכים. 3) מענטשן וואס זעען וואו די צוויי אויבנדערמאנטע פירן, דעריבער כאפן זיי זיך אן אין טרוקענע קיום המצוות, און כאטש וואס דאס איז גוט פאר זיך, ווערט דאס אבער עקסטרעם, און ער הייבט אן צוצולייגן אלע מיני פרטים און דקדוקים עד אין קץ און איז אין דעם עוסק א גאנצן טאג, און דער שלעכט'ס וואס פאסירט איז אז דער מענטש פארלירט די כוונה הפנימית וואס איז די נשמה פון די מצוה, און נאך מער אז די עיקר מצוות וואס דאס זענען די חובות הלבבות דאס לאזט ער אינגאנצן אפ, און שפעטער הייבט ער אן אפילו ביי די מצוות מעשיות צו נאכלאזן פון די מצוות שכליות וועלכע זענען דאך צו פשוט, און איז עוסק מער אין די חוקים און אומפארשטענדליכע מצוות, און דאס ברענגט דעם מענטש צו אפלאזן דעם עיקר תכלית העבודה וואס איז אויפצוהייבן דעם מענטש און זיין נפש, און ער מאכט זיך פאר א עבד כושי וואס שטייט שטענדיג גרייט צו טון זיין ארבעט און באקומען זיין שכר, בבחינת פרוש מה חובתי ואעשנה. ע''כ דברי החכם הנ''ל וש''י.

דער געדאנק אז די מצוות מעשיות זענען נאר געגעבן געווארן צו ברענגען דעם מענטש צו העכערקייט איז נישט קיין נייער, ווי דער אבן עזרא שרייבט ''כי יחשבו כי המעשה עיקר, ואיננו רק הלבב, והמעשה והלשון להרגיל, וכן כתוב בפיך ובלבבך לעשותו, וקדמונינו אמרו רחמנא לבא בעי, ושרש כל המצוות עד שיאהב את השם בכל נפשו וידבק בו וכו''' ע''ש און אזוי שרייבן אלע גדולי ישראל, דער רמב"ם אין זיין מורה הנבוכים איז מסביר באריכות אז די טעמי המצוות זענען נאר צו העלפן דעם פאלק צו קענען אנגיין און לעבן אינאיינעם, רוב פון די מצוות מעשיות זענען נאר געגעבן געווארן כדי דער מענטש זאל קענען לעבן רואיג אויף דער וועלט און זיין מוח זאל זיין רואיג און ערמעגליכט צו פארשטיין די סודות הבריאה וואס איז לויט אים דער עיקר תכלית.

כאטש וואס קיינער קריגט נישט אויף דעם וויכטיגקייט פון קיום המצוות בפועל און דער זהירות אפצוהיטן יעדן דקדוק ההלכה, איז אבער געווען במשך הדורות כסדר תקופות ווען מענטשן האבן פרובירט מער ארויסצונעמען דעם עיקר דערפון און געפינען דעם פנימיות וואס ליגט אין די תורה.

נאך אין די צייטן פון חז''ל זענען שוין געווען די אלכסנדריים וועלכע האבן אויסגעטייטשט די מצוות אלעגאריש, זיי האבן גע'טענה'ט אז דער קיום המצוות איז בכלל נישט וויכטיג ווען איינער נעמט שוין ארויס דעם עיקר נקודה, דאס זעלבע זענען געווען די נעא-ראציאנאלן אין שפאניע נאכ'ן רמב"ם וועלכע האבן מבטל געווען אסאך מצוות, און דאס זעלבע ביי די שפעטערע רעפארמער, אבער דאס אלעס איז געקומען מכח זוכן דעם פנימיות, דעם נשמת המצוה, און אין אלע תקופות האבן אידן דאס געזוכט אויף פארשידענע וועגן.

חז''ל האבן טאקע גאר שטארק פארברייטערט דעם קאודעקס פון הלכה, טויזנטער נייע דינים און הלכות זענען צוגעקומען אין יעדן קליינטשיגן פרט פון די תורה, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם וויכטיגקייט פון זוכן דעם עיקר, דעם ליכט פון די תורה, און דאס האבן אסאך אידן געפונען אין קבלה, קבלה האט פון  איין זייט מקדיש געווען די פרטי המצוות, יעדער דעטאל פון הלכה האט באקומען א טעם על פי סוד און איז פרעזערווירט געווארן אלס חוב צוליב די קדושה דערפון, אבער פון די אנדערע זייט האט קבלה ווידער אויפגעוועקט דעם פלאם פון נשמת המצוות, די מצוות פאר זיך זענען נישט בלויז דאס אויספאלגן די טרוקענע הלכה, די מצוות האבן א סוד, א פנימיות, און זייער ציל איז צו דערנענטערן דעם מענטש צום באשעפער, און צו מאכן תיקונים אין די עולמות, דער ציל איז שטענדיג געשטאנען פאר די אויגן.

אין די צייט פון פאר'ן בעל שם טוב איז אידישקייט דורכגעגאנגען א גאר שווערע תקופה, עטליכע הונדערט יאר פון ווילדע רדיפות און גירושים דורך יעדן לאנד איבער אייראפע, אין די פוילישע שטעט איז דער מצב געווען אז די רבנים האבן זיך געשריבן לאנגע תשובות אנגעפילט מיט בירורים און סוגיות אין הלכה, און דער פשוט'ער המון עם איז געשלאפן, לויט הלכה זענען אסאך פון זיי געווען פסולי עדות, זייערע מקוואות זענען עפ''י רוב געווען שאלה'דיג, זיי האבן הלכה'דיג נישט יוצא געווען קיין איין טאג קרי''ש ותפילה, און זיי זענען געווען אין א מצב פון ייאוש.

דער בעל שם טוב און חסידים האבן אויפגעוועקט דעם פלאם דורך ארויסברענגען נאכאמאל די נשמה פון אידישקייט, ער האט גענומען פראסטע פויערן און געטאנצט מיט זיי, ער האט גערעדט פון זייער תהלים זאגן און ער האט עס געמיינט, פאר זיינע דערהויבענע חסידים האט ער אויך גערעדט וועגן אהבת ה' און יראת ה', וועגן שמחה, וועגן דביקות, דער טרוקענער הלכה און פלפול האט ביי אים נישט אויסגענומען, ער זאל זיך האבן אויסגעדרוקט שארף אנטקעגן חומרות אין הלכה, דער עיקר איז צו האלטן דעם ציל פאר די אויגן: קרבת ה'.

און פונקט ווי די קבלה וואס זיי האבן אנגעהויבן לערנען, האבן חסידים אויך פון איין זייט מורא'דיג מחמיר געווען אויף פארשידענע מצוות ווי שחיטה און תפילה און נאך פילע חומרות, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי געלייגט דעם דגוש אויף דעם פנימיות המצוות אפטמאל אויפ'ן חשבון פון דקדוק ההלכה, ברענגענדיג אפטמאל פאראדאקסאליש מחמיר צו זיין אויף הלכה אויפ'ן חשבון פון עובר זיין אויף הלכה, ווי עובר זיין זמן תפלה צוליב גוף נקי, הפסק בתפילה צוליב כוונה, און גיין אין מקוה שבת צוליב טהרה.

פיל מער ווי די דקדוקי ההלכה וואס חסידים האבן צובראכן איז געווען דער ענין פון מנהגים, ביי מענטשן וואס זעען נאר דעם חיצוניות'דיגן טייל פונעם לעבנ'ס פירונג איז יעדע זאך שווארץ אדער ווייס, אסור אדער חייב, א מימרא פון א גדול אויף להחמיר מאכט דאס פאר א כמעט מדאורייתא, אבער א קרום פון א וואויל'ן איד אויף א דבר שברשות פארוואנדלט דאס אין א תועבה, דער גרעניץ צווישן גוטס און שלעכטס איז מורא'דיג קלאר, יעדע זאך איז טוב אדער רע, און דער מח ווערט אויסגעלערנט צו טראכטן אויף דעם וועג, עס איז נישט דא קיין לפנים משורת הדין, הוראת שעה, אדער שכל הישר, יעדע זאך האט זיין באשטימטן קאטעגאריע אין הלכה, עס איז אדער שווארץ אדער ווייס, דאס ברענגט מענטשן צו הרג'נען מארשירער'ס ביי א געי צערעמאניע, און דאס ברענגט אנדערע צו גנב'נען פון דער רעגירונג אויפ'ן סמך פונעם היתר פון גניבת עכו''ם.


ביי די בני אשכנז איז יעדע זאך געווארן א הלכה, די צענדליגער טויזנטער מנהגים זענען אפגעהיטן געווארן דורי דורות, און נישט איינמאל האט מען זיך שיעור גע'הרג'עט צוליב חילוקי דעות איבער וועלכן פיוט מען זאגט ביי מערבית אויב אחרון של פסח געפאלט אום שבת, חסידים האבן צובראכן דעם בנין, חסידים האבן געשטרעבט צו אויפבויען פונדאסניי דעם קשר צווישן מענטש און זיין גאט אן די אלע צוגעלייגטע הוספות וועלכע האבן זיך אנגעזאמלט, חסידים האבן דאס געטון אויף אלע אייגנארטיגע אופנים, אבער האבן געשטרעבט צום עיקר, און האבן דאס טיילמאל ערפאלגרייך דערגרייכט.

חסידות היינט איז ווייט נישט דאס וואס עס איז אמאל געווען, דער לאקשן יויך איז ווידעראמאל פארהייליגט געווארן, און מענטשן טוען כל מיני וואנזיניגע זאכן אין נאמען פון גאט, אן אריינטראכטן א מינוט פארוואס און פארווען, אבער אז מען זעט א מענטש וואס טראכט פונעם באשעפער, לעבט מיט'ן באשעפער און אטעמט מיט אים, אפגעזען צו דאס איז דער ריכטיגער וועג אדער נישט, דארף מען דאס באטראכטן מיט'ן ריכטיגן בליק, און פרובירן צו פארשטיין וואס עס איז אונזער תכלית אויף דער וועלט.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:49 pm

א שטיקל אגרת הרמב"ם לנבוכי העיר ניו יורק.

הפלא ופלא, טיפיקל @מיימון!!!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל

הודעהדורך כפתור » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:03 am

ישר כח ר' מיימון!!

כ'האב שוין געלייקט גלייך פון אנפאנג. אזא קלארקייט איז מבהיל את הרעיון
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 195
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:54 am

שיינע ארבעט, גוט אראפ געשריבן, אבער א שוואכער קעיס אלל אין אלל.

פארן מתנגד (כ'האב נישט געליינט דעם טאהש'ער אשכול אבער איך שטעל זיך פאר די רעדע איז איבער ליטוואק פון בודאפעסט) איז די אלע מקורות וואס דו האסט געברענגט, אז צוגעבונדנקייט צו הלכה איז נישט "אזוי" וויכטיג, גאר קנאפע מקורות.

סיריעסלי, קרוכמאל? די רעפארמער (מיט זייער ריינע כוונה צו דערטאפן די פנימיות פון אידישקייט...)? און אפילו דער בעש"ט הקדוש ותלמידיו זענען גאר שוואכע ראיות אז אזוי ברויך עס טאקע צו זיין. ערבך ערבא צריך. און ער וועט דיר זאגן אז מה"ט גופא איז ער זיך מנגד צום דרך החסידות.

עס איז גראדע דא גענוג מקורות בחז"ל צו אונטערשטיצן די סארט געדאנקן גאנג, אבער נישט די אלע - ברובם מופרך'דיגע - פערזאנען אדער טראנדן ביי כלל ישראל במשך הדורות קענען דינען ווי א ראיה צו מצדיק זיין א הנהגה קעגן הלכה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1742 מאל

צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:07 am

ווען מרעדט וועגן עובר זיין אויף הלכה ביי חסידים , מיינט דאס נישט חס ושלום אז חסידים האבן געגעסן טרפות כדי צו זיין בשמחה , כנראה אז סאיז נאר ביי די הלכות וואס געהער צום חלק עבודה שבלב תפילה וכדו׳ וואס די עיקר פון דעם איז די כוונה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:17 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:14 am

די הגדרה איז: "אזאלכע עבירות וואס א גוי טוט נישט"...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1742 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך פלאוויוס » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:14 pm

זייער שיין מימון! אמת׳ע ווערטער און גוט ארויסגעברענגט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:19 pm

גוט געזאגט הרב מיימון. איך ווייס נישט אויף ווי ווייט ס'פעלט אויס מקורות אויף זאכן וואס היסטאריע ווייזט אז די עקסטרעמע געבינטקייט וואס ארטאדאקסיע האט היינט מיט הלכה איז נישט געווען פרעוועלאנט ביים המון עם לאורך הדורות.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7509 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:05 pm

א. איך האב גארנישט גערעדט אויף דער טאהשער רעבע'ס צוגעבונדענקייט צו הלכה. מיר איז דער ווידיאו קליפ נישט אנגעגאנגען. וכמו''ש שם. איך האב געזאגט און געמיינט גאר עפעס אנדעריש.
ב. אן אדם השלם פארלעצט נישט קיין אין פליכט זיינער. אבער איינער וואס מרוב עפעס פארזעט ער אפאר חיובים ווערט נאך נישט אינגאנצען אפגעפרעגט. ער דארף תשובה טוהן און זיך פארבעסער'ן, אבער זיין אנדערע מצוות ומעש''ט זענען נאך אלס פאררעכנ'ט. ממילא דער וואס איז טועה אין די זאכען און ער טרייבט איבער זיין דקדוק/דבקות, איז נאך אלס אפשר א וואוילער איד, נאר קיין אדם השלם איז ער נישט. נו נו.
ג. דער נפש החיים, געבויט אויף ספרי המקובלים, איז שטארק מאריך אין דער ענין אז אלע מעלות, כוונות און יחודים זענען אלע מקשט דער צענטראלע זאך - דער מעשה המצוה. מיט די הוספות איז עס שענער, העכער, וויכטיגער און טיפער. אבער אן די מעשה איז עס גארנישט. און דאס איז פון קבלה דייקא.
ג. ס'איז גאנץ א שוואכער מקור אז דער המון עם פאר'ן בע''ש האט זיך געשפירט דערווייטערט פון די ת''ח. משכילים האבען ליעב אזוי צו שרייבען און דער היינטיגע דור האט עס איינגעזאפט, אבער מיר דוכט זיך ס'האט ווייניג צו טוהן מיט די מציאות. חסידיש'ע מקורות ברענגען נישט דאס אלס דער חידוש פון חסידות, און אפילו די זכרונות/דמיונות פונ'ם ריי''ץ ברענגען עס נישט.
ד. דער המון עם היינט איז פריי אין גאנצען. דער קליינע פערצענט אידען וואס זענען שומרי תורה ומצוה היינט זענען נישט פרומער ווי זייער פאראלעל אין היסטוריא, עכ''פ לויט וואס איך ווייס. דער פאראלעל פון דער פויערישע יונגערמאן וואס כאפט א מנחה רעדענדיג אויפ'ן סעלפאון און שמועסט דורך יוכ''פ נעילה, איז מיט צוויי הונדרעט יאר צוריק געווען איינער וואס לערנט צוויי שעה פאר'ן ארבעטען מיט נאך צוויי נאך דעם. העכער ווי איהם איז דער וואס היינט האט א שיעור צוויי מאל א וואך, און אמאל האט אזא איד אויבערפלעכליך געקענט ש''ס, וכו' וכו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8872
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8328 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:10 pm

אינטרעסאנט צו באמערקען אז היינטיגע חסידות האט זיך אזוי פארוואנדעלט אין הנהגה'לעך, און מ'האט אזוי פארהייליגט יעדער קליינעקייט, און דו זאגסט נאך אז דער מחלה האט חסידות געזאלט אויסראטען!
כמעט וואס מ'טרעפט נישט היינט דער קאלטקייט פון א מדקדק במצוות אן קיין הארץ. אפשר במדה ובמשורה טרעפט מען אידען וואס זענען מער מדקדק, אבער קוק זייער שמונה עשרה'ס צו כ יוכ''פ צו וואס. טאמער ער איז נאר נישט קיין בלאפער, האט ער נאך אלס א הארץ אין זיין אידישקייט. נאר וואס? ער שפירט זיך נאר באקוועם ווען ער האט אלע שיטות געדעקט. אז ער שטערט נישט קיינעם, מעג ער זיין באקוועם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8872
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8328 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:31 pm

אפילו ווען מ'וועט נאכגעבען אז די ראשונים זאגען און 'אלע גדולי ישראל' האלטען אז דער עיקר ציל פון די מצוות איז צוצוקומען צום פנים, מ''מ דער באשעפער האט אונז געזאגט וויאזוי דארט אנצוקומען. ווער האלט זיך קלוגער ווי איהם ית' אז זיין געדאנק קען אויך איינפיהרען זאכען צוצוקומען צו דבקות בה'? טאמער עסן מצה פסח ביינאכט ברענגט גוטע זאכען, העלפט עס נישט ווען דער עסן איז שבועות בייטאג און אויך נישט פסח בייטאג. נישט איך זאג עס, נאר דער וואס האט, פאר עפעס א סבה וואס אנדערע זאגען זיי פארשטייען, געשריבען 'בערב תאכלו מצות'.
און טאקע בנוגע עבודה, א מענטש וואס לייגט זיך אינגאנצען אונטער גדרי ההלכה, נישט געזעלשאפטליכע הלכה און נישט אור-אלטע טראדיציע וועגען, נאר תורת ה', האט ער אזוי אויך אויסגעוויזען און זיך איינגעקריצט די הכנעה צום באשעפער גענצליך.'איך טוה נישט מיינס, איך טוה נאר דיינס'. וכבר כתבתי בזה במקו''א ואכמ''ל דוק ותשכח משם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8872
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8328 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:46 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פאראלעל פון דער פויערישע יונגערמאן וואס כאפט א מנחה רעדענדיג אויפ'ן סעלפאון און שמועסט דורך יוכ''פ נעילה, איז מיט צוויי הונדרעט יאר צוריק געווען איינער וואס לערנט צוויי שעה פאר'ן ארבעטען מיט נאך צוויי נאך דעם.

אויף וואסערע קריטעריע בויעסטו דעם פאראלעל, ווער איז דער מזווג זיווגים דא?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7509 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:47 am

די פערצענט'ן. אז מ'רעכענט דער אידענטום מיט די גרעסטע צדיקים פון אויבען און דער משומד פון אונטען און אין צווישען די אלע מדרגות אין פרומקייט, 'עלען מיר זען אז דער גאנצע אכשר דרא איז א חלום. ס'איז נישט דא מער כולל יונגעלייט היינט ווי 'אמאל' און נישט מער מדקדקים במצוות. נאר אז מען איז גרייט אויסצושליסען רוב אידען פון כלל ישראל קען מען אנרופען א פרומע איד דער 'המון עם' פון אמאל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8872
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8328 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:48 am

/
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8872
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8328 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 9:55 pm

אפשר אפשר קען מען אביסל צושטעלן הרב סאלאווייטשיק זצ״ל׳ס טעזע אין The Halakhic Mind (ווי אויך אביסל אין זיין Halakhic Man) צו דעם שמועס. דהיינו, ער וויל ארויסברענגן צום סוף (פון א שטיקל מתנגד׳ישע קוק-ווינקל) אז די אביעקטיוו חלק פון הלכה׳דיגע קאנסטראקטן פארעמען אויס אונזערע סאביעקטיווע פערסעפשנס פון חפצים, געפילן אא״וו [א איד׳ס פענאמענאלאגיע]; דאס איז די ריכטיגע ״טעם״ פאר די מצות און שמירת ההלכה, ע״ש בדבריו העמוקים. (התנצלות: קען זיין איך האב אים נישט אזוי גוט פארשטאנען. ס׳איז די סארט בוך/ספר וואס כ׳האב געדארפט ליינען יעדע פעידזש צוויי מאל פאר׳ן גיין ווייטער, און מיט דעם אלעם...)

איז אפשר לפי״ז אויב נעמט די חסיד׳ישע געפירעכץ בנוגע די הלכה נישט אוועק פון די מכוונ׳דיגע פענאמענאלאגיע (וכל המסתעף ממנה) פון די הלכה, וואס דורך דעם דארף א איד צו שפירן, פערסיוון, און עקספיריענסן די/זיין רעאליטעט (ווי למשל אז אביעקטיווע אביעקטן פון צווייגן פאר סוכות זענען זיינע סאביעקטיווע אביעקטן פון ״סכך״, וואס איינמאל ער בויט די סוכה למעשה (כהלכה) ווייסט ער/פילט ער אז ער דארף זיין פרייליך אין די יו״ט וכו׳, וכדומה), דעמאלטס איז ״צוגעבינדענקייט״ (בכל פרטיה) נישט ממש די עיכוב (און דאס איז וואס מ׳מיינט מיט ״פנימיות״ המצוה; עס גיבט עפעס א שטיקל הגדרה דערצו מכח אן אפילו א ריין ״הלכה׳דיגע״ פערספעקטיוו. ועיין בחילוקו בין ״מעשה״ המצוה ו״קיום״ המצוה).

איך פארשטיי אז דאס אליין איז נאך אלס צו אבסטראקט (וואס זענען די פונקטליכע הגדרות און ניואנסן פון די פענאמענאלאגיע הנרצה). והכל בדרך אפשר גמור (פון א שטיקל פילאזאפישן פערספעקטיוו עפ״י דרכו של הגאון הנ״ל).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 742
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 10:20 pm

מיימון האט געשריבן:נאך אין די צייטן פון חז''ל זענען שוין געווען די אלכסנדריים וועלכע האבן אויסגעטייטשט די מצוות אלעגאריש, זיי האבן גע'טענה'ט אז דער קיום המצוות איז בכלל נישט וויכטיג ווען איינער נעמט שוין ארויס דעם עיקר נקודה, דאס זעלבע זענען געווען די נעא-ראציאנאלן אין שפאניע נאכ'ן רמב"ם וועלכע האבן מבטל געווען אסאך מצוות, און דאס זעלבע ביי די שפעטערע רעפארמער, אבער דאס אלעס איז געקומען מכח זוכן דעם פנימיות, דעם נשמת המצוה, און אין אלע תקופות האבן אידן דאס געזוכט אויף פארשידענע וועגן.

חז"ל אליינס האבן אויך מבטל געווען מצוות וועלכע זיי האבן געהאלטן אז זיי האבן שוין אויסגעדינט זייער ציל, בן סורר ומורה, הסבת נחלות, און נאך וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. און דאס איז נאר די וועלכע זענען דאקומענטירט אין גמרא, ס'מן הסתם געווען נאך אסאך אסאך מער...

אמאל ווען כ'האב געטון אינעם ענין פון תכלת האב איך געזען שטיין פונעם גר"א אז היינטיגע צייטן גיין שוין נישט אן די מצווה פון תכלת, און ער דרש'נט עס דארט פון א פסוק. בשעת מעשה האב איך געלאכט דערפון, אין די תורה שטייט אז מ'דארף אנקניפן תכלת אויף די ציצית, ער האלט נישט דערביי האט ער זיך געבאקן א דרשה אשר לא שערום אבותינו, וויאזוי פונקטליך ארבעט דאס? למעשה האב איך געזען אין ראשונים אז די דרשות פון חז"ל זענען אויך געבאקן געווארן בשעת הצורך, נו, סך הכל גייט ער אינעם אויסגעטרעטענעם וועג פון חז"ל...

לאור האמור לעיל, וואס פונקטליך האט דער טאהשער רבי געטון אנדערש ווי חז"ל? ער האט פשוט אויסגעקרויזט די דרשות און פשט'לעך און געגאנגען גראד צום נקודה, ער האט געטון וואס ער האט פארשטאנען פאר ריכטיג אן זיך משוגע מאכן מיט דרשות מיט מעשות.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1936 מאל

צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך מי אני » זונטאג פעברואר 09, 2020 2:33 pm

אגב, דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג האט גע׳טענה׳ט אז סיי די אסימילירטע אידן און סיי די ארטאדאקסן האבן געשאפן א סיסטעם וואס אנבאלאנגט זייער צוגאנג צו הלכה און עבדות ה׳ וואס מען קען נישט לעבן ביי; דער ווייל ס׳איז צו אומבויגזאם און דער ווייל ער האט אינגאנצן נישט קיין געהעריגע קריד דערצו. ער האט ווייטער גע׳טענה׳ט אז שמירת ההלכה דארף זיין מער אנגעוואנדן אינ׳ם מענטש׳נס ״מעגליכקייט״ ווי איידער (נאר) אין זיין ״רצון״. נאר דער איד וואס האט די ״מעגליכקייט״ צו ״הערן״ דעם אינערליכן געטליכן קול בנוגע (א) הלכה וכו׳, נאר ער קען רילעיטן דערצו אלס אן אינטעגראל חלק פון זיין לעבן ווי אלס א מצות אנשים מלומדה וכו׳. (ער האט דעריבער, צוזאמען מיט מארטין בובער, אויפגעשטעלט א ״לעהרהויז״ אויסצולערנען ״זיין״ דרך אין דעם.)

זיין קאלעגע מארטין בובער האט אויך געזאגט ענליך בנוגע זיין איך און דו פארמולאציע בנוגע קירבת/עבדות ה׳.

ראזענצווייג האט אויך געשריבן, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב פ״ג), אז דורך דעם וואס די אידישע הלכה ודרך החיים ארבעט בעצם דורך לאגישע דעדאקשענס (אין די גמרא), ברענגט מען די דבר והתגלות ה׳ ארויס פונ׳ם עבר און מ׳מאכט דאס א הוה ממש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 742
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

Re: צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

הודעהדורך מי אני » פרייטאג פעברואר 14, 2020 12:12 pm

די קאלעגע פון זיי ביידע, דר. הערמאן [יחזקאל] כהן, האט אויך אזוי געהאלטן - עז פעהלט אויס ביידע: ״טראדישאן״ און ״איננאוועישאן״. יהדות און/אין איר עססענס קען/ען נישט אנגיין אן ביידע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 742
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט