אם הקידושין נתבטלו בלא ביאה

מחשבה, השקפה ועיון

אם הקידושין נתבטלו בלא ביאה

הודעהדורך שאראש-פאטאק » פרייטאג יולי 31, 2020 4:42 pm

א מאן אין ווייב וואס האבען אפגעמאכט נישט צו טין די מצות עונה למשל לשם פרישות אין ביידע האבן שוין מקיים געווען מצוות פו''ר אויב עס איז דא א שאלה להלכה
שאראש-פאטאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: אם הקידושין נתבטלו בלא ביאה

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 11:19 pm

לכאורה איז דאס נישט קיין פראבלעם, ועיין באהע״ז סימן עו סעיף ו. הגם, דער משנה למלך (הלכות אישות פט״ו ה״א) נעמט אן פונעם רמב״ם אז זי קען דאס נאר מוחל זיין לאחר הנישואין(/קידושין) און נישט פאר דעם, ווייל דעמאלטס איז נאך נישט חל די חיוב עונה ע״ש. דער לחם משנה זאגט דארט אויך אז ווען אימער זי וויל צוריקציען קען זי ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1417
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1049 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 12:11 am

אז זי איז מוחל וואס איז די פראבלעם. פו"ר האט ער מקיים געווען, עונה איז זי מוחל, הרהור עבירה האט ער נישט. דער ענין פון פרישות איז מסתמא דוחה די מצוה דרבנן פון אל תנח.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2219 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:07 am

ער זאל נאר נישט מקיים זיין אל תנח ידיך כפשוטו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2422
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1279 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:אז זי איז מוחל וואס איז די פראבלעם. פו"ר האט ער מקיים געווען, עונה איז זי מוחל, הרהור עבירה האט ער נישט. דער ענין פון פרישות איז מסתמא דוחה די מצוה דרבנן פון אל תנח.


זייט ווען איז דא אן ענין פון פרישות?
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 02, 2020 5:09 pm

פראבלעם להלכה? אדער די קידושין איז נתבטל?

להלכה איז דא א מצוה דרבנן, אדער א הידור מצוה, פון בערב אל תנח ידך, לויט די גדרים דערפון.

אבער קידושין איז זיכער נישט בטל אן ביאה, והוא דבר פשוט עד מאד. נישואין ווערט אויך נישט בטל אן ביאה, אבער קידושין קומט לכתחילה אן ביאה. אפשר מיינט דער שרייבער דער מחלוקת אביי ורבא ביי קידושין שלא נמסרו לביאה, אבער דאס מיינט נישט אז מ'מאכט אפ נישט צו מאכן א ביאה, נאר ווען עס איז אוממעגליך, כדוגמת המקדש אחת משתי אחיות
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9446
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8960 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 02, 2020 5:13 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קידושין קומט לכתחילה אן ביאה.

ס'איז אפילו דא א ירושלמי אין פסחים פ"י ה"א וואס זאגט אז א בועל ארוסתו באקומט מלקות.
אריינצושיקן א קוויטל אדער באקומען א ברכה אדער סתם דורכצושמועסן ספיקות און חקירות, פארבינדט זיך צו: torahbelidaath@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3457
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2565 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט