זוכער האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:זוכער, ווי אזוי ביסטו מסביר אז ביליאנע מאמינים זעען איין די אמת פון עוואלושען אפילו ס'שטימט נישט 100 % מיט רעלגיע , אבער עס איז נישט דא קיין איין כופר וואס האלט אז עוואלושען איז א אויסגעטראכטע זאך??
עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.
1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.
2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.
עס איז א נאטורליכע דראנג פון יעדן וואס איז נישט קיין סייענטיסט צו זיין מאמין
א ] ווייל ער מוז אנעמען תורת משה! ער ער דריקט זיך צו גלייבען און א מבול, און ווייל די מבול שטימט נישט מיט די געזעצען פון נאטור וועט ער לייקענען די געזעצן און ער וועט זיך דראפענען אויף גראדע ווענט און נישט גלייבען און די געזעצן.
ב ]מענטשען האבען א GOOD אינקלינעישאן ( יצר טוב ) אויב איז דא א גאט איז אית דין ואית דיין סאיז דא עפטער-לייף, און מקען זיך אריינרעדן אז מאראלישע געזעצן עקזעסטירן.
דאס איז לשיטתך דער דיפערענץ פון כפירה און אמונה, און די די יידישע אמונה האט לדבריך וואס די האסט געשריבען קיינע ראציאנאלע איבערווייזונגען, און האט נישט קיין אינטעלעקטואלע יסודות, עס איז נאר געבויעט אויף עפעס אזא מין שפיל, איך גלייב און תורת משה גלייב איך נישט און נאטור, גלייב איך נישט און תורת משה גלייב איך יא און נאטור, די סיבה פאר וואס תורת משה איז אמת ביי מיר, איז נאר אויב טו איך מיר אן א טלית איבערען קאפ און איך שריי סייענטיסטען כופרים שקרנים נואפים, און די סיבה פארוואס איך לייקען תורת משה ווייל איך בין א מציץ מן החרכים, אזאנע כפירה האב כ'שוין לאנג נישט געהערט, ברח מן הארי ופגע בדוב, אנטלויפסט פון די שרעליכע כפירה פון עוועלאציע, און די שטויסט זיך מיט כפירה באמיתות תורת משה.
מורינו הרמב"ם האט מחבר געווען א גאנצע חיבור וואס זאגט פונקט להיפך, תורת משה שטימט מיט וואס חכמים און פילעזאפען און אויך סייענטיסטען זאגען, א גאנצע חיבור וואס ער זאגט קלאר און דייטליך ווען איך גלייב און תורת משה איז דאס נישט קיין סיבה צו לייקענען וואס די מציאות ווייזט קלאר, ונקטינן הלכה כמותו בפרט בעניני דיעות, וכן רבים וטובים האבען מפרש געווען דארוועניזעם און עוועלאציע על פי תורה, וכן תלמידו של הנשר הגדול ותלמידו של החוזה האלוקי רבי גדליה נדל ז"ל, האט גענומען עוועלאציע און איר אריינגעטייטש און בראשית ברא, בזה יצאתי ידי חובתי למחות על האי מלגלג על תורתינו תורת אמת.