דער עץ הדעת אין א פארמאכטן גארטן

מחשבה, השקפה ועיון

דער עץ הדעת אין א פארמאכטן גארטן

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:57 pm

אויב ווילט איר דעפינירען עמיצען וואס טוט שלעכטס און האט נישט קיין חרטה דערויף קומט באלד ארויף די בילד פון סטיוו דזשאבס. דזשאבס איז געווען פארנומען מיטן טוישן די וועלט, אבער האט זיך קנאפ געקימערט מיט די מענטשליכע הרגשים. דזשאבס פלעגט טון זאכן דורך זיין אייגענארטיגע וועג, כמעט פאר אים אליין, ער פלעגט בויען זאכן וואס ער האט געוואלט, און אויב מענטשן וואלטן עס ליב געהאט וואלט דאס געווען צו זייער אייגענע בענעפיט. אויב וואלטן עס מענטשן נישט ליב געהאט וואלט עס געדויערט א לאנגע צייט ביז דזשאבס האט משיג געווען אז קליענטן זענען גערעכט, און ער איז נישט גערעכט. אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער אים. און איך וויל דא ארויסברענגן זייערע א טיפע נקודה וואס דער מענטש האט אונז געלערנט. א מאראל אוו די סטארי וואס נישט אדער יא צו טאן. וואס האט אין אים געבוזשעוועט, און וויאזוי האט אזא הארטנאקיגער מענטש געקענט איבערדרייען א פירמע וואס איז געשטאנען ביים שוועל פון אפגרינד, צו די רייכסטע פירמע אויף דער וועלט.

דזשאבס איז געווען א סאסיעפעט (Sociopath) אבער א סוקסעפולע ריז וואס האט געטוישט די וועלט לויט וויאזוי ער האט געטראכט אז עס זאל זיין. מענטשן האבן זיך פארלאזט אויף דזשאבס און האבן אפילו טאלערירט זיין אביוז און פארלאנגען וויסענדיג אז פאקטיש גייט ער זיי דעליווערן זאכן וואס קיינער אנדערש וואלט נישט געקענט. יעדער ווייסט פון ביישפילן וואו דזשאבס האט זיך געשוואוירען אז עס קען נישט זיין בעסער, אבער צום סוף האט ער נישט 'חרטה' געהאט, נאר האט פונדאסניי געטוישט די סטאנדארט, ווי גלייך ער וואלט דאס יעצט ערפינדען. דזשאבס האט געשוואוירען אז א פאון קומט נישט גרויס, אבער עווענטועל האט ער זיך געבראכן כהנה וכהנה.

עפל'ס באוויסטע רעפוטאציע אלס 'נישט אזוי העפליך', אדער 'זייער סודות'דיג' איז א ריפלעקשען פון דזשאבס, און נישט די מענטשן וואס האבן דארט געארבעט. דזשאבס איז געווען א ראלע מאדעל פון זיין פראדאקטיוו מער אלס זיין ווילדע כאראקטער ווי אלס זיין בריליאנטענע טאלאנטען. און טאקע דאס האט געמאכט די קאמפעני אלס די גרעסטע קעש פירמע אויפן ערד פלאנעט. עס איז דא צאללזע פראזען פון דזשאבס וואס שטעלט ארויס זיין טיפע כאראקטער און אינאיינוועגס זיין ווילדקייט און שארפקייט. דזשאבס האט אמאל געזאגט: דו קענסט נישט פרעגן קונדן וואס זיי האבן ליב און עס פראבירן זיי צו געבן, ווייל מיט די צייט וואס דו גייסט עס בויען וועלן זיי ווילן עפעס ניי.. מיר האבן געמאכט די באטענס אויף די סקרין אזוי גוט אז איר וועט זיי וועלן לעקן.. דיזיין איז נישט בלויז וויאזוי עס זעט אויס אדער שפירט זיך, עס איז וויאזוי עס ארבעט.. צו זיין די רייכסטע מענטש אין די בית הקברות איז נישט עפעס וואס אינטערסירט מיך, נאר צו גיין אין בעט ביינאכט און זאגן איך האב געטון עפעס וואונדערליך דאס איז וואס אינטערסירט מיך.. אויב דו טוסט עפעס און עס שטעלט זיך ארויס גוט, דאן זאלסטו טון נאך עפעס וואונדערליך, רוה דיך נישט אפ פאר צו לאנג, בלויז שטודיר וואס קומט נעקסט.. וואס א קאמפיוטער איז צו מיך, איז די מערסט אינטערסאנסטע זאך וואס איך האב נאר געקענט אויפקומען מיט, עס איז גלייך אזוי ווי א ביציקעל פאר אונזערע מחשבות.. עס איז ענדערש צו ווערן א ים רויבער, ווי איידער דזשוינען די נעווי..

דזשאבס האט געטשעפעט אין די זעלבע צייט וואס ער האט אינטערדאסט מייסטער פראדוקטס איינס בעסער פונעם צווייטן. דזשאבס האט געטוישט די וועג וויאזוי מען פארקויפט טעכנעלאגיע. זיין פיליזאפיע איז געווען, איך פארקויף דיר די מאשין וואו איך וועל דיר אויסשטעלן די סקריפט און די פאנט, די סטייל און די אינטערפעס, אבער די פראגרעמס און זייערע אויסשטעלן דאס לאז איך פאר דיך. איך וועל דיר זאגן וואס איז וויכטיג פאר דיך, אבער דו וועסט נעמען מיין וויכטיגקייט צו דיין אייגענע ערפארונג. אזוי אויך איז געווען זיין געדאנקען גאנג אין אלע זאכן. דזשאבס האט נישט אינווענטעט קיין קאמפיוטערס, אבער האט אינווענטעט די בעסטע קאמפיוטערס. דזשאבס האט נישט אינוועטעט קיין טאטש סקרין, אבער ער האט אינווענטעט די בעסטע טאטש סקרינס. דזשאבס האט נישט אינווענטעט קיין פאונס, אבער האט אינווענטעט די בעסטע פאונס און געטוישט וויאזוי זי ארבעט. דזשאבס האט נישט אינווענטעט קיין מוזיק פלעירס, אבער האט אינווענטעט די בעסטע מוזיק פלעיערס און געטוישט וויאזוי א מוזיק פלעיער ארבעט. עפל איז אויך די איינציסטע פירמע וואס פארמאגט א אייגענע סאפטווער און א אייגענע הארדווער. ביז דאן האט יעדע פירמע וואס האט געוואלט מאכן א קאמפיוטער, האט ווינדאוס געזאגט: איך מאך די סאפטווער און דו מאכסט די הארדווער. אבער דזשאבס האט געזאגט: איך מאך די סאפטווער מיט די הארדווער. איך האלט אז ווינדאוס סאפטווער איז שלעכט! עס איז באקאנט די אינטערוויאו וואס דזשאבס האט געהאט מיט ביל געיטס, צווישן אנדערע האט דזשאבס געזאגט: אייטאנס אויף א ווינדאוס קאמפיוטער, איז אזוי ווי א גלעזל וואסער אין גיהנם.. עפל איז אויך די איינציגסטער פירמע אויסער ווינדאוס און ענדרויט וואס פארמאגט א אייגענע פאון סאפטווער. דזשאבס פלעגט זיך אייסערן: איר ווייסט נישט וויאזוי מען נוצט א טעלעפאן!

און טאקע זיין זעלבסט געטריבענע אמביציעס און מאטיווען באגלייט דורך זיין שטייפע הארץ, דאס איז וואס האט געטוישט די וועלט אויף אייביג. דזשאבס האט געהאט א אויסטערלישע שלעכטער הארץ מיט אויסנאמע כשרונות און טאלאנטען. אין א לענגערע דאקעמענטעריע איבער דזשאבס וואס איז יעצט ארויסגעקומען, איז דא דארט עפעס וואס האט מיך צוריסן דאס הארץ און מיר באוואויגען צו שרייבן דעם ארטיקל. פאלגענד איז א קורצע סקריפט פון די דאקעמענטעריע: אין יאפאן איז דא אן אינטערסאנטע איידיע וואס רופט זיך mono no aware דאס מיינט: די טיפע באוויסטזיניגקייט פון זאכן. עס סעלבערירט די טיפע אינהאלט פון די פארשטארבענע לעבן, עס זעט מער שיינקייטן אין די אראפגעפאלענע געשטארבענע בלעטלען, ווי די וואס זענען נאך אויבן פארבליבן. אפשר איז דאס וואס יאפאן האט געהאלטן פאר דזשאבס. די טרויעריגקייט פון די נשמה, ווערט אויסגעדריקט אין די שיינקייט פון זאכן.. צום סוף זענען מיר געבליבן מיט די זעלבע קשיא פון אנפאנג, פארוואס האבן אזויפיל פרעמדע מענטשן געוויינט ווען דזשאבס איז געשטארבען? עס איז צו פשוט צו זאגן, אז וויבאלד ער האט אונז געגעבן פראדוקטן וואס מיר האבן ליב. עס איז צו פשוט צו זאגן אז מיר האבן זיי ליב ווייל עס קאנעקט אונז צו א ברייטערע וועלט, צו מענטשן פון אונזערע לעבן וואס זענען ווייט אוועק. נאר ווייל די מאשינען איזאלירן אונז אויך. אונזער קאנטרעדיקשען וואס מיר ערפארענען מיט די אלע מאשינען, שפיגעלט אפ די קאנטרעדיקשען פון דזשאבס אליין. ער איז געווען אן ארטיסט וואס האט געזוכט פרעפעקציע אבער האט קיינמאל נישט געקענט טרעפן קיין שלוה. ער האט אונז פארגעשטעלט פרייהייט, אבער בלויז אין א פארמאכטע גארטן, וואו ער אליין האט געהאלטן די שליסל.. כדי משלים צו זיין די קאנטרעדיקשענס וואלט אינטערסאנקייט געווען צו קוקן אויף אונז אליין. אזוי ווי איר ווייסט האט דזשאבס דיזיינט די סקרין פון די אייפאנס טינקעל. א לענדסקעפ וואס איז אומזעבאר. אויב איר קוקט אריין דערין, קענט איר זען בלויז א ריפלעקשען פון אייער פנים, אבער עס האלט אן בלויז אין א אויגן בליק ווילאנג איר דריקט די האום באטען און די סקרין צינד זיך אן. אפשר וואלט כדי געווען איר זאלט משקיע זיין א מינוט צו טראכטן וועגן יענע ריפלעקשען. צו טראכטן וואס איר טוט ווען איר קויפט אדער נוצט די פראדוקט. וואס איז די פילע נאטור פון די טרענסעקשען מיט די ערפינדער פון די אינטימישע מאשין.. (עס זעט מיך גראדע אויס צו זיין א בודהיסטישע מהלך המחשבה. מכל מלמדי השכלתי..)

עס זענען דא קאנספארירער וואס ווילן זאגן אז די שלאגווארט פון עפל [דזשאבס] איז געלעגן אין זייערע ערשטע לאגא, און טראגט ווייטער אויס אין די נאכפאלגענדע לאגאס. די ערשטע לאגא איז געווען א בילד פון עמיצער וואס זיצט הינטער א עפל בוים, און עסט א עפל. נעמליך די "עץ הדעת". די לאגא טוט סימבאליזירן א ביס פון די עץ הדעת. און איז שפעטער געבליבן אלס א בלויז עפל מיט א ביס דערינען. עס צירקולירן אלע סארטן לעגענדעס און טעאריעס איבער די לאגא. און לויט די פשוט'ע באדייט פון די דיזיינער האט ער געמאכט די ביס אינעם עפל צו ארויסהייבן אז דאס איז א עפל און נישט א טשערי. אזוי צו אזוי וועט אייביג בלייבן א מיסטעריע איבער די ריכטיגע אפטייטשט פונעם לאגא. עס וועלן אייביג בלייבן מענטשן וואס וועלן זאגן אז די לאגא דערציילט איבער די פינסטערע גלעצענדע מאטיווען וואס דזשאבס האט געוואלט און ער האט געמאכט אין דער וועלט.


בילד
עפל'ס ערשטע לאגא אין 1976

PDF
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:51 pm

ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה, אבער דיין אפשאצונג אויף דזשאבס גופא איז פעלערהאפטיג.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:59 pm

אדרבה, קום ארויס מיט אן אנדערע ביאגראפיע, איך וועל מיך פרייען צו הערן אן אנדערע זייט פון די פילע צענדליגער הערכות וואס איך האב געליינט איבער אים.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:29 pm

הלואי אז כ׳האב צייט צו שרייבן א לענגארטיגער אפהאנדלונג/ביאגראפיע, אבער אין קורצן:

ס׳איז נישט ריכטיג אים צו דעפינירען אלץ איינער וואס ״האט געטאן שלעטס און נישט חרטה געהאט דערויף״. יא, ער האט געמאכט טעותים, אסאך טעותים, אבער רוב פון זיינע ״שלעכטע״ טעותים איז ער באגאנגען ווען ער איז געווען יונג און אומערפארן, און לויט זיינע נאענטע האט ער חרטה געהאט דערויף שפעטער.

דיין אפשאצונג אז ער האט זיך נישט ״געקימערט מיט מענטשליכע הרגשים״ איז זייער ווייט פונעם אמת, דזשאבס איז געווען גאר א גרויסער בעל הרגש, פילפאכיג מער ווי רוב מענטשן. ער איז געווען אן עקשן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז ער האט געהאט ״א שטייפע הארץ״.

ער האט אויך אפשר פארמאגט שטריכן פון א sociopath (וואס מען טרעפט אסאך ביי פירער, גענעראלער, וכו׳), אבער ער איז קיינמאל נישט דיאגניזירט געווארן און דאס איז נישט באמת געווען זיין כאראקטער. מען קען גרינג פארטוישן אייגנארטיגקייט און עקשנות צו רשעות און בלינדע אומווילנדקייט, דזשאבס איז ע״פ רוב געווען זייער שטארק פראגמאטיש אין זיין צוגאנג.

דיין עיקר נקודה איז עדיין במקומה עומדת, ס׳איז א הערליכער ארטיקל, כ׳האב באמת הנאה געהאט צו ליינען.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:42 pm

א דאנק.

אויב דו וועסט אנהייבן צו ליינען איבער אים וועסטו זיך באגעגענען מיט א ענדלאזע שלל פון עפיזאדן וואס צייכנט אן זיין שטייפקייט. מען דערציילט נישט אז ער איז געווען א רשע וכדו׳. נאר א וואונדערליכע כאראקטער וואס האט אין זיך פארקערפערט שלעכטקייט, שארפקייט, גאונישקייט אפילו זיסקייט און שעפערישקייט אויף איינמאל. וואטש זיינע אינטערוויאוס אדער עפל קינאוטס וועסטו עס אביסל כאפן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 5:04 pm

פרייוויליג האט געשריבן:
אויב דו וועסט אנהייבן צו ליינען איבער אים

:)
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג יאנואר 24, 2016 1:10 pm

כוונתי, אויב דו וועסט ליינען אסאאך איבער אים.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יאנואר 27, 2016 3:09 am

שיינע רייכע אפהאנדלונג. ייש"כ.



א קליינע פראגע נאר: דאס באלאנגט אין 'אנשי שם', וויאזוי איז עס אריינגעפאלן אין 'העמק דבר'?
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15477 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:22 am

שש משזר האט געשריבן:שיינע רייכע אפהאנדלונג. ייש"כ.



א קליינע פראגע נאר: דאס באלאנגט אין 'אנשי שם', וויאזוי איז עס אריינגעפאלן אין 'העמק דבר'?

איך האב געוואלט מאכן די ארטיקל עקסקלאסיוו פאר מיינע קאלעגע שרייבער אויף קאווע שטיבל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron