חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5559 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך טמיר »

יעדער ווייסט אז די אקסעדזשין פאר א מענטש'ן נפש איז אנערקענונג, שעצונג. אנדערע זאלן האלטן פון עם אז ער איז קלוג, געלונגען וכו'.
יש לחקור פארוואס איז דאס אזוי? צו ווייל ער וויל זיין א יש אין אנדערע מענטשן'ס אויגן, אדער ווייל אז ער איז ארויפגעקוקט ביי אנדערע איז א ראי' פאר זיך אליין אז ער איז עפעס ווערט? אין די ישיבה'שע שפראך פרעגט מען אין קורצן: איז עס א סיבה אבער א סימן?
אן אנדערע שאלה: וויאזוי וואלסטו געפילט אין אזא סינעריע. האסט געעפענט א אשכול אין ק"ש און געשריבן א לאנגע תגובה, און אנשטאט באקומען לייקס איז נאר געקומען אזאלכע תגובות ווי "אריין אין אייוועלט..." וכו', כ'מיין די ענטפער איז אז די פילסט זיך זייער געטראפן און פארשעמט, און להיפך אויב באקומסטו א באנטש לייקס איז א גוטע פילינג.
אבער געוואלד, "האא קעירס"? וואס די גיהנם גייט דיך אהן וואס יענער האלט אויף דיין ניק, ער ווייסט דאך נישט ווער "דו" ביזט! פון דעם איז לכאורה א ראי' צו די צווייטע צד אז ס'איז א סימן.
האב איך אבער א קשיא. אויב די גאנצע סיבה פ"וו ער דארף הכרה איז ס"ה ער זאל געוואר ווערן די אמת אויף זיך, שרייבסט א שיינע ארטיקל און דו ווייסט שוין אז דר'עולם וועט עס גלייכן און וועסט ווערן געשעצט, וואס די גיהנם פעלט דיך אויס די גאנץ געפלאגאכטץ. דו ווייסט דאך שוין אז ביזט זייער געלונגען!
עכ"פ איך נעם ארויס א מוסר השכל פון דעם. א מענטש וויל פארשטיין ג-ט, פארוואס טוט ער אזוי און אזוי, ידיעה ובחירה וכו'. זאג איך עם: טיפש דו! דיין אייגענע מח וואס דו ניצט צו טראכטן הייבסטו נישט אן צו פארשטיין, ווילסטו פארשטיין די קריעטער דערפון??
באדדעם ליין, איך האב ליב לייקס. פארוואס? איך ווייס אויך נישט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר