די מאראלישע אנטוויקלונג

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

די מאראלישע אנטוויקלונג

שליחה דורך קל וחומר »

לארענס קאהלבערג האט געגלייבט אז מאראלישקייט ווערט אנטוויקלט צוביסלעך פון קינדווייז אהן.
אין יאר 1956 האט ער אנגעהויבן מיט א שטודיע אויף 72 קינדער צווישן יארגאנג פון צעהן ביז זעכצן יאר, ער האט זיי געגעבן צו אויסקלויבן צווישן צוויי אלטערנאטיוון וואס ביידע זענען נישט געווען צו מאראליש און אזוי האט ער געפארשט זייער אנטוויקלונג. איין ביישפיל, ער האט זיי געפרעגט אויב איז עס מאראליש פאר איינער וואס האט נישט קיין פרוטה לפורטה צו גיין גנב'ענען דראגס לצורך רפואה פאר זיין גאר קראנקן ווייב וואס נויטיגט זיך דערין דרינגענד (ביידע צדדים קענען זיין אוממאראליש, אבער די החלטה וועט זיך ווענדן לויט דקות'דיגע חילוקים, ואיכמ"ל).

קהאלבערג איז נאכגעגאנגען 58 פון די קינדער במשך די קומענדיגע צוואנציג יאר, און פלעגט בוחן זיין זייער מאראלישע אננעמונגען. נאכן גוט אדורכגיין אלע אנטוויקלונגען איז ער געקומען צום מסקנה אז די מאראלישקייט פונעם מענטש אנטוויקלט זיך אין זעקס שלבים, אונטער דריי שטאפלן (יעדע שטאפל פארמאגט צוויי שלבים).

Preconventional
Conventional
Postconventional

די ערשטע שלב פונעם ערשטן שטאפל (preconventional) וועט זיך אנטוויקלען אין די ערשטע ניין יאר פונעם לעבן, די החלטות זענען דאן מבוסס אויף פאלגן און עונש, דהיינו דאס קינד וועט זיך צוריקהאלטן פון עפעס טוהן, ווייל ער האט מורא פונעם עונש (אדער ווייל ער איז פראגרעמירט צו פאלגן, וואס דאס קומט געווענליך דורך ענישה).
די צווייטע שלב אין דעם שטאפל איז צו טוהן זאכן ווייל ס'גייט זיך לוינען, בבחינת שמור לי ואשמור לך.

די צווייטע שטאפל פאנגט זיך אן ביי ארום די צעהן יאר און ציעט זיך אריין לימי הבחרות/בגרות, דאס איז ווען דער מענטש הייבט שוין אן צו געבן א סיבה פאר זאכן וואס ער טוט, געווענליך וועט זיין מאראלישע החלטה זיין געוואנדן אויב די מעשה וועט איינעם צוליב טוהן אדער נישט, ביים ערשטן שלב וועט דאס קינד זיך אויפפירען מאראליש ווייל ער/זי וויל הייסן א גוט קינד, ביים צווייטן שלב וועט ער/זי שוין אנערקענען אינעם חיוב המשמעת און אז ס'פאדערט זיך אוטאריטעט מיט געזעצן פאר א געזונטע סאסייעטי.

די דריטע שטאפל איז ווען מ'גייט ארויס פון די באקוועמע געוואוינהייט (לפנים משורת הדין), אבער קאהלבערג טענה'ט אז בלויז ארום צעהן ביז פופצן פראצענט מענטשן קומען בכלל אן צו דעם שטאפל. די ערשטע שלב דערפון איז ווען מ'אנערקענט אז אמאל קען זיין געוויסע געזעסן אדער זאכן אינעם 'סיסטעם' וואס טויגן נישט און זענען נישט קיין טובה פארן מענטשהייט, און אז א מענטשליך לעבן איז מער ווי סתם פאלגן תקנות בלינדערהייט. די צווייטע שלב איז ווען א מענטש קומט צום אמת'ן הכרה אין אייניגע רעכטן, און דער מענטש פסק'נט זאכן לפי וואס זיין פארשטאנד זאגט אים אז ס'יז ריכטיג, און קימערט זיך בכלל נישט איבערן מנהג העולם.

זיינע מסקנות זענען געווען א חידוש בזמנו ווען מ'האט געהאלטן אז מאראלישקייט ווערט ארויפגעצווינגען אויפן קינד בהכרח און נישט אז ער אנטוויקלט עס אליין. אדער עכ"פ דאס קינד פיהרט זיך אזוי אויף כדי צו פארמיידן שלעכטע געפיהלן. ער האט ווידער געהאלטן אז מאראלישקייט ווערט אנטוויקלט דורך זיין און געגנווארג פון חברים.

א הלכה למעשה קען מען קלערן בנוגע ווען מ'איז מחנך א קינד איז גוט זיך מתבונן צו זיין ביי וועלכע שטאפל ער/זי האלט און לפי דעם מחנך זיין, דהיינו א קינד פון זיבן אכט יאר וועט געווענליך נישט דארפן קיין הסברים, ער דארף א קלארע אוטאריטעט. א קינד פון צעהן עלף דארף מער א גוט ווארט און אנערקענונג ווי אוטאריטעט. ווי אויך קען מען שוין מסביר זיין מער בסיבת הדבר. כנלע"ד.

קאהלבערג איז געבוירן אין ניו יארק, ביים צווייטן וועלט קריג נאכן עדניגן שטודירן איז ער געווען א שיף'ס קאפיטאן און ער האט געשווערצט אסאך פליטים קיין א"י, שפעטער איז ער געווארן א מגי"ש אין יעיל אוניווערסיטעט, דערנאך אין הארווארד. אום 1971 איז ער קראנק געווארן פון א שטארקע אינפעקציע, און האט זיך צאמגעליטן יסורים און דעפרעסיע, ביז איינמאל האט ער געבעטן מ'זאל אים ארויסלאזן פונעם טעראפי סעציע, און האט זיך גענומען דאס לעבן אין די אייז קאלטע וואסערן פונעם אטלאנטישע אקענען ל"ע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר