אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם

שליחה דורך געוואלדיג »

אנארכיזם איז א טערמין וואס ברענגט ארויס די אידיאלאגיע אז יעדער איז זיין אייגענער בעה"ב און אלס דעם מעג יעדער טוהן וואס איהם געפעלט, און רעגירונג, געזעצן, נארמאלקייט, באאמטע, שטייערן, וכו' דאס אלעס איז ביי זיי אסור, זיי קוקן דאס אהן ווי מוקצה מחמת מיאוס. ווער איז יענער מיר צו זאגן וואס צו טוהן, און ער רעדט מיר נאך איין אז ער מיינט מיין טובה.. כאילו די ברייטע מאסן קענען זיך נישט אליין פארזארגן וכו' וכו'.

אונז וועלן געווענטליך קוקן אויף אזעלכע מיט א קרום אויג, ווייל כאטש יעדער איז טאקע מסכים אז די היינטיגע רעגירונגען און סיסטעמס טויגן אויף כפרות, אנגעהויבן ביי די יוסטיץ סיסטעם וואס איז קארופטירט דורך און דורך, אריבער צום רעגירונג סיסטעם מיט די איבריגע נארישע און מאדנע געזעצן וואס וועלן עפ"י רוב סתם שווער מאכן דאס לעבן, צו די איבערגעטריבענע שטייערן אויף יעדן אטעם, אבער פארט אן קיין מורא מלכות איז איש את רעהו חיים בלעו זאגט שוין די משנה, סדר מוז הערשן, און אויב יעדער וועט טוהן וואס איהם געפעלט וועט מען אויף די וועלט נישט קענען לעבן.

גראדע זענען די אנארכיסטן היפאקריטן, ווייל זיי אליין וואס לאכן אפ פון יעדע סדר אדער ארדענונג וועלן ארגאניזירן פראטעסטן און מחאות קעגן ארדענונג, אבער באמת איז דאס נישט אין איינקלאנג מיט זייער אייגענע שיטה, ווייל ווי קענסטו פאררופן א פראטעסט אויף למשל 11:00 איך וויל קומען 4:00 אדער וויל איך קומען מארגן, ווער ביסטו מיר צו איינטיילן וואס צו טוהן.

אבער דער אמת איז אז דאס איז די אידיאלע וועג פון לעבן אונז אלע וואלטן אזוי געדארפט לעבן. די שענסטע תקופה ביי כלל ישראל ווערט ארויסגעברענגט אין סוף ספר שופטים מיט אפאר געציילטע ווערטער וואס ווערן היינטיגע צייטן גענוצט אין א נעגאטיווע בליק אבער זענען געזאגט געווארן דווקא מיט א פאזעטיווע בליק, 'איש כל הישר בעיניו יעשה', יעדער האט געטוהן וואס האט איהם אויסגעזעהן ריכטיג, און דאס איז געזאגט געווארן דווקא אלס א מעלה און א גוטע זאך אויף כלל ישראל, אז כאטש עס איז נישט געווען קיין רעגירונג אדער סיי וועלכע קערפערשאפט וואס האט געצווינגען כלל ישראל זיך צו פירן גוט, פארט האבן זיי זיך אויפגעפירט כדבעי.

דאס איז די אידיאלע וועג פון לעבן, נישט קיין לעבן מיטן פחד פון א שטעקן, נישט קיין לעבן ווייל איך מוז אדער ווייל מען הייסט מיר, נאר מיט א טיפע הכרה אז אזוי דארף מען און דאס איז די ריכטיגע וועג, יא היינט אז דאס מער נישט מעגליך, נישט לאנג האט אנגעהאלטן די הערליכע תקופה, אביסל שפעטער האבן די אידן אליין געפילט אז זיי דארפן שוין א קעניג און זיך אליין וועט דאס נישט ארבעטן, אבער לכה"פ א ציהל דארף דאס זיין, א מאדעל אויף וואס צו שטרעבן.

דער פסוק זאגט אונז לא בחיל ה', לא בכח ה', די אידיאלע וועג איז נישט מיט מיליטער און כח, פארקערט בקול דממה דקה, מיט א שטילקייט וואס דעקט אויף די אינערליכע ישרות, די אינערליכע דראנג צו וואס איז אמת און ריכטיג, דאס איז די ריכטיגע דרך ה', דאס איז צו וואו אונז דארפן שטרעבן, צו א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה וואס מען טוהט תורה ומצות ווייל אזוי איז ריכטיג, און נישט וויל מען איז א אנוס.

אונז דארפן ווערן אנארכיסטן וואס טוען און זענען מקיים תורה ומצוות ווייל אונזער אינערליכע נשמה טרייבט אונז צו דאס טוהן, און נישט דער אויסערליכער שטעקן.

איש כל הישר בעיניו יעשה, טאקע אזוי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר