ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ארי נוהם »

מיט א ציטערדיגע האנט, וועל איך צום ערשטן מאל נעמען א פעדער, און פרובירן אראפצושרייבן מיינע רוישיגע שטורמישע געדאנקען, אינעם איינציגסטן פלאץ וואו עס איז נאך [האפנטליך] ערלויבט: קאווע שטיבל.


שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך א פלאץ אויסצוגעבן מיינע קשיות, סברות, ספיקות, טענות, ומענות. אין געווענליכן שול'כל, ווען איך לאז נאר פאלן א ווארט, ווער איך גלייך ארונטערגעריסן אלס משכיל, אפיקורס, אנארכיסט, אדער גאר סתם שוטה. נאכן גלייבן די טיטלען א לאנגע צייט, האב איך זוכה געווען צו קענען לערנען קאווע שטיבל, וואו איך האב געפונען א פלאץ מלא תורה ומדע, שכל הישר, און מענטשליכקייט. דער איינציגסטער אידיש רעדנדע פלאץ, וואו מ'קען פרעגן און אפילו אויסדריקן טענות אויף אנגענומענע נארמען, און אנדערע וועלן זוכן דאס צו פארענטפערן, אדער גאר מסכים זיין, אבער נישט אנצו'שגצ'ן דער בעל הטענות. דערפאר האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבן דא, כדי צו טרעפן א פלאץ אויסצולופטערן אלע ספיקות.

ספיקות אין אונזער חסיד'ישער געזעלשאפט, ספיקות אין אונזער חרד'ישער געזעלשאפט, און אפילו ספיקות אין אונזער תורה הק'. לא באתי כמתריס אלא כמתנצל, איך וויל נישט אפפרעגן נאר טרעפן תשובות. תשובות וואס מ'געבט נישט פאר די יוגנט, תשובות וואס מ'נעמט אוועק פון די יוגנט וואס וויל שוין יא פרעגן, און תשובות וואס באשטייען פון 'מען טאר נישט פרעגן' - אנשטאטס תשובות אויף די פראגעס וואס זענען שוין געפרעגט געווארן.


די גמרא זאגט, אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר. ליידער זאג איך, אז איך בין אן ארי נוהם נישט מתוך קופה של בשר, נאר מתוך קופה של תבן. דהיינו, צוליב דעם וואס מען האט אונז אנגעגעסן מיט 'שטרוי' אנשטאטס מיט 'פלייש', בין איך אן ארי נוהם, איך שריי, איך וויין, און איך פאדער תשובות!


אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט, האט געלעבט אן ארי החי, הלוא הוא מרן הגה"ק רבי יהודה אריה די מודינא זי"ע, וואס איז אין א געוויסע הינזיכט מיין רבי. ער איז טאקע געווען א גאון אדיר בכל התורה כולה, ער האט אפילו מחרים געווען ברוך שפינאזא, אבער ער איז גלייכצייטיג געווען אנדערש פון אלע אנדערע גדולים בעפאר אים און נאך אים. ער האט געשפילט קארטן, ער האט געפירט א טעאטער, א גוי'אישע מוזיק אקאדעמיע, און געקענט אסאך גוי'אישע חכמות ומדעים.

זיין ספר מיט וואס ער איז אזוי באוואוסט אין די גאס, איז דער ספר ארי נוהם. דאס איז א גאנצע חיבור אנטקעגן ספר הזוהר וחכמת קבלה, וואס ער צייכנט אפ אלס פאלש, עבודת אלילים, און נאך שארפע לשונות. אפגעזען פון מיין מיינונג אויף זיין ספר, איז אבער זיין ספר א נר לרגלי מיט דעם וואס ער האט נישט מורא געהאט ארויסצוטרעטן אנטקעגן עפעס וואס ער האט געהאלטן פאר אומריכטיג, א זאך וואס קיין איין רב בזמנינו וואלט נישט געטון.

טראץ דעם וואס ער איז געווען א גאון בתורה, און ארויסגעגעבן פילצאליגע ספרים בכל מיני מקצועות התורה, איז ער געבליבן א פארלוירענע נשמה, מיט קשיות און ספיקות, און דאס האט אים נישט אפגעשטעלט פון טון וואס איז ריכטיג אין זיינע אויגן. און דערפאר 'אין מיינע אויגן' איז ער א העלד, יחיד בדורו ובדורות אחרים, צו ווייזן אז מ'מעג זיין פארלוירן און צומישט, און עס נעמט נישט אוועק פון די גדלות בתורה און גדלות האדם. און אזוי אויך פארקערט, דער פאקט אז מ'איז א גדול בתורה ובחכמה, מיינט נישט אז מער קען מען קיין טענות, קשיות, און ספיקות נישט פארמאגן.


צוליב די צוויי טעמים האב איך אויסגעוועלט מיין נאמען ארי נוהם, און איך האף טאקע צו קענען ארויסברענגען מיין נהימת הלב אינעם איינציגסטן פלאץ וואו א נוהם ווערט אנגעקוקט ווי אן ארי, און נישט ווי אן אפיקורס. און בקרוב וועל איך ארויסברענגען פארשידענע פונקטן אין אונזער לעבן וואס עגבערט מיך: אריה שאג, מי לא יירא?!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 143 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר