דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

מחשבה, השקפה ועיון

דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:22 pm

הרב @ארי נוהם, א נייעם ניק דא, האט מעורר געווען און צוגעשטעלט א מראה מקום ארומצורעדען א פאר עניינים וואס ס'נאגט איהם. איינער פון זיי איז זייער וויכטיג צו איהם, אזש זיין ניק איז געבויט דערויף. דאס איז דער ענין פון קבלה.
דער ספר ארי נוהם איז געשריבען געווארען מיט בערך 450 יאר צוריק אויף דער ענין פון קבלה. דער ספר רייסט אראפ די גאנצע גלויבונג אין קבלה אלס קעגען די רמב"ם וואס איז א גרעסערע חכם ווי אלע פון זיי.
איך האב נישט גרונטליך דורכגעלערנט דער ענין און נישט דער ספר, איך בין קיין מקובל נישט, ווי אויך נישט קיין חוקר, אבער מ'הערט דאך כסדר זאכען, און ס'איז שווער צו מאכען סדר.
שוין לאנגע יארען וואס די הערה נאגט מיר, קען זיין אפילו זינט אלס קינד אדער יונגע בחור, איך געדענק נישט גענוי, אבער אזוי גייט עס.

איך וויל מקדים זיין אז איך גלויב אין חכמת הקבלה, דאס אז אן א שיעור גדולי עולם אין נגלה האבען עס אנגענומען אלס אמת איז א פיינער ווייז אז יש דברים בגיו, די מושגים עגזיסטירען און די אוטאריטעטען אויף קבלה זענען אוטאריטעטען אין אנדערע זאכען אויך, עכ"פ אין אסאך פעלער. אבער ס'איז נישט נאנט צו די זיכערקייט וואס מ'האבען מיר אין תורת הנגלה. ס'איז ביי מיר אזא פינסטערע אמונה, נישט קיין ליכטיגע, און דער וואס קען עס מיר באלייכטען, יהא שכרו כפול מן השמים.

ווען א מענטש'ס שייכות צו תורה איז אלס א אידישע זאך, ער היט וואס אידען היטען, ער טוט וואס אידען טוהן, און ער וויל עוה"ב מיט אלע אידען, דעמאלס איז קבלה אן עיקר הדת, א גרונטליכע חלק פון די געזעלשאפטליכע אידישע לעבען.
ווען אבער מ'היט תורה פאר אן אנדער'ן סבה, א העכערע סבה, שטויסט מען זיך אריין אין פראבלעמען. דער אמת פון תורת הנגלה איז געבויט אויף א קלארע מסורה איש מפי איש ביז משה רבינו; מ'גייט תפילין ווי ער האט מקבל געווען פון דער אויבישטער און אלס איז געבויט אויף דעם. די גאנצע ש"ס האט מען מקבל געווען מפי משה, און דערנאך דארף מען דאס אפלערנען.
צו דעם איז אויך דא מדרשים, ענייני מוסר וויאזוי א מענטש זאל זיך אויפפיהרען מיט אנדערע, וויאזוי צו זיין א בעל דרך ארץ, און פארוואס דער אויבישטער האט באפוילען די אלע זאכען. אויף דער לעצטע גיבט דאך דער רמב"ם אין מורה, ורימז לה בספר היד, א סאך ביישפילען אז די מצוות זענען לצרף בהם את הבריות, אויסצוראטען שלעכטע דעות און מדות פון א מענטש.

פלוצלונג זאגט מען אונז אז ס'איז דא נאך עפעס, וואס ס'רופט זיך 'קבלה'. דאס איז א מהלך המחשבה, וואס הייבט אן צו פארענטפערען א פילאזאפישע קשיא וואס ס'הייסט צמצום, און מיט עפעס א תירוץ (איך ווייס אז קיין תירוץ איז עס נישט, אויב די קשיא איז טאקע שווער, אבער ס'ווערט אונז פארגעשטעלט אלס א תירוץ) הייבט זיך אן א גאנצע סיסטעם פון השתלשלות, עולמות, ספירות און יסודות.
די אלע זאכען זענען נישט אין ש"ס און משניות, ווי אויך נישט אין מדרשים, זיי זענען נישט מושכלות וואס מ'קען אליינס מוכיח זיין פון די שכל צו חשבונות וואס אנדערע לערנען אויס. דאס איז בלויז א מציאות וואס דער קבלה האט ערפינדען.
אפילו די מדרשים וואס אונז הא'מיר יא אויף קבלה זענען לוטה בערפל. די ירושלמי ווערט דערמאנט אין בבלי, די מדרשים ברענגען פון ש"ס און פארקערט, אבער די נייע ספרים זענען נישט דערמאנט אין ש"ס. דער ספר יצירה המיוחס לאאע"ה, איז נישט דערמאנט אין ש"ס אז מ'זאל קענען צוזאמשטעלען די גאנצע זאך אין איין תורה. און אפילו די קבלה'דיגע באדייט פון ספר יצירה איז לאו דוקא, הרב יהודה אלברצלוני (מחבר ספר השטרות ועוד) האט א פירוש אויף ספר יצירה על דרך הפשט והחקירה (עכ"פ אזוי זאגט מען מיר, איך האב עס אנגעהויבען צו קוקען אבער נאך נישט איינגעזען).

דאס איז בנוגע דער ערשט'ן טריט, אז די מושגים עגזיסטירען בכלל.

אבער אפילו לאמיר אננעמען אז די זהר איז קראנט און די ספר יצירה איז די יסוד פון חכמת הקבלה און די ראשונים האבען געהאט א סיסטעם איש מפי איש אין סתרי תורה. דער אריז"ל בלייבט נאכאלס א שטארקע קשיא ביי מיר. ווען מ'לערנט נגלה, ווייסט מען אז ס'איז געווען א חתימת התלמוד און דערנאך פראבירט מען צו פארשטייען וואס זיי האבען געזאגט. מ'לערנט אריין אין זייער ווערטער, מ'זוכט חידושים אין זייער אויסדרוקען און מ'דערגייט די סברות פון זייער רייד. די ראשונים און פוסקים האבען עס געטוהן און מיר לערנען זייער ווערטער צו דערגייען די פריערדיגע. דער רמב"ן צו דער ריב"ש צו דער שו"ע צו דער קצות זענען נישט די מחותנים דא, זיי זענען בלויז די וואס ערקלערען די זאכען פאר אונז, און מ'גייט אין זייער פיסטריטען צו פארשטייען דער יסוד.

אבער דער אריז"ל איז גאר אן אנדערע מעשה. כבר נחלקו די מקובלים, אנדערע זאגען אז ער האט אלס געהערט פון אליהו הנביא, און מאנכע לייקענען אז ער האט עס געזאגט און אז ס'איז געשען בכלל, און זיי האבען נאכאלס אנגענומען (כמעט) אלס וואס ער האט געזאגט אלס אמת. פארוואס און פארווען? פארוואס זאל מען גלויבען א ילוד אשה א בשר ודם? א מענטש וואס איז אויפ'ן העכסטער מדרגה אין אלס, דארף נאך אלס ברענגען אן אות ומופת אנגענומען צו ווערען אלס א נביא, פארוואס איז מען שא שטיל ביים אריז"ל? וואס איז דא אנדעריש געווען? דער ווילנא גאון האט אזוי זיך באצויגען צו זיין ווערטער עי' כאן ותמצא נחת, און דאס איז על אף ער האט נישט געגלויבט אז ס'איז מפי אליהו (עי' [url=http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?sits=1&req=3751&st=%u05d0%u05dc%u05d9%u05d4%u05d5]כאן[/url] וכאן אויף די נושא).

און ווייטער ווען מ'זעט כתבי הרש"ש צו כתבי הלשם, רבונא דעלמא כולא! וואס איז זייער ראיה, פון וואנעט ווייסען זיי די אלע זאכען? וויאזוי איז דער נושא געמאסטען מיט א גאר אנדערע קנה מדה ווי גאנץ תורה? און טאמער ס'איז יא דא אן אנדערע קנה מדה, וואס איז עס? ס'קען נישט זיין איש כל הישר בעיניו יעשה, ס'מוז דאך זיין עפעס א גאנג. וואס איז עס?

איך האב שוין כמה ספרים געזען אויף דעם, נישט אלע פון היימישע מקורות, אבער מ'דארף נאך. פאלגענד איז א קליינע רשימה עד היום:
ארי נוהם
מגן וצינה (געווידמעט קעגען דער אויבענדערמאנטער ארי נוהם, פון הגרי"א חבר)
חוקר ומקבל (פון די רמח"ל, כנ"ל)
ויכוח על חכמת הקבלה (פון שד"ל, נישט קיין וועלט'ס כניאק)
לשד השמן (געווידמעט קעגען שד"ל)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8015 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:53 pm

אגב, די אריה"ק איז געווען א רב, און ס'איז נאך געבליבן פון עם פארשידענע פסקים אין נגלה. די חכמת הנסתר איז הערשט נתגלה געווארן צו עם צוויי יאר פאר זיין הסתלקות (לויט זיין תלמוד רבי חיים וויטאל).
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:58 pm

דאס איז אמאל זיכער אז מיסטיציזם איז שוין דא אין מקרא און אין חז"ל, מחשבות אהין אהער, אן קיין שום סיסטעמאטישע שיטה.
ווען ראציאנאליסטישע ראשונים זענען חולק אויף די אלע מיסטישע מאמרים, זענען זיי חולק דערויף פון א פיליזאפישן שטאנדפונקט, זיי גלויבן נישט אין מיסטיק, ד.ה. יעדע זאך איבער גאט, און די בריאה דארף ווערן פארשטאנען ביסודו ראציאנאליסטיש, ד.מ. אבער נישט אז היסטאריש גערעדט געפונט זיך נישט די סארט מיסטישע געדאנקן, פונקט אזויווי מ'געפונט אין חז"ל אסאך אמונות תפילות, און די ראציאנאליסטיש געשטימטע ראשונים זענען בכל אופן מחולק.
ממילא דער רמב"ם איז קלאר שולל קבלה, און דאס איז ער שולל על אף ער ספראוועט זיך נישט מיט קיין סיסטעמאטישע קבלה. ער ספראוועט זיך למשל מיט די אלע וואס לערנען פשוט די אלע תוארים אין תנ"ך וואס זענען למעשה במשותף מיט די חכמי הקבלה וואס זענען אלס פארנומען מיט תוארים.
שפעטער (בזמן הגאונים) האט אנגעהויבן ארויסקומען קבלה ספרים וואס זענען שוין געווען מער קאנצעטרירט מיט מיסטציזים, די אלע ספרים זענען נתייחס געווארן צו אדה"ר, אברהם אבינו, ר' נחוניא בן הקנה ועוד, ביז די גרויסע אנטפלעקונג פון ספר הזוהר, וואס מ'האט מייחס געווען צו רשב"י, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלן סיסטעמאטישע שיטות אין מהלכים
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:05 pm

בן אדם האט געשריבן:אגב, די אריה"ק איז געווען א רב, און ס'איז נאך געבליבן פון עם פארשידענע פסקים אין נגלה. די חכמת הנסתר איז הערשט נתגלה געווארן צו עם צוויי יאר פאר זיין הסתלקות (לויט זיין תלמוד רבי חיים וויטאל).

זיין רבנות ווייס איך נישט, אבער אין אבקת רוכל (הובא בפת"ש חו"מ קע"ו) ברענגט ער א פסק פון ר' יצחק לוריא, וואס איז א טעה בדבר משנה. אינ'ם אבקת רוכל שרייבען זיי א באריכט אז ס'איז מסתמא נישט דער אריז"ל. דארף מען נאכקוקען אלס אויף ר' יצחק לוריא זיכער צו מאכען מ'האט נישט אויסגעמישט

לגבי מיין קשיא'ס האט עס נישט. איז ער א רב, ט'דארף א רב נישט ברענגען ראיות צו זיך?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8015 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:06 pm

בענין די בליק פון ראשונים אויף מיסטיק אין חז"ל איז עס שוין אויסגעשמועסט באריכות אין דעם אשכול
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:11 pm

דארט רעדט מען נישט דוקא פון מיסטיק, דארט רעדט מען בעיקר פון די איבערנאטורליכע, וואס קעגן ביידע זענען די ראציאנאליסטיש געשטימטע ראשונים געווען דערקעגן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:16 pm

דוכט זיך אז די אבקת רוכל האט דער ב"י געשריבן (ווי אויך זיינע אנדערע ספרים) נאך פאר ער האט זיך באגעגענט מיט די חכמת הקבלה. איך ווייס נישט וואס זענען די ראיות פון די מגיהים אין אבקת רוכל, איז געווען נאך איינער מיט די זעלבע נאמען? און חוץ מזה איז דאס נישט קיין סתירה, אפילו אויב דער ב"י האט שוין דעמאלטס יא געלערנט קבלה, מעגל ער נאך אלס זיין מחולק אין נגלה.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:22 pm

ס'מוז זיין א צווייטער. ס'איז א ריזיגע גראבע גרייז
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8015 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:25 pm

די ייחוס פון ספר יצירה צו אברהם אבינו האט נישט קיין צו פארלעסליכע מקורות. רבי סעדיה גאון האט געשריבן א פירוש אויף דעם, און ער זאגט אז בע"פ איז עס מקובל פון אברהם אבינו און די תנא רבי עקיבא האט עס געשריבן. (מיך איז נאר אביסל שווער אז מ'זעט דארט מושגים וואס איז אויך געווען שפעטער אנגענומען ביי די חכמי האומות, ווי אש מים אוויר און רמ"ח איברים וכדו').
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:27 pm

אש מים רוח עפר, איז פון אריסטוי
רמ"ח אברים ושס"ה גידים שטייט אין חז"ל
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:29 pm

היינט איז נישט אנגענומען די רמ"ח אברים און שס"ה גידים.
האסט געמיינט צו ענטפערן?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:32 pm

כ'האב בכלל נישט פארשטאנען דיין שאלה, כ'האב עס נאר געזאגט אלס הערה, אז סיי וואס דיין פראגע זאל זיין קען אפשר ווערן פארענטפערט מיט די הערה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:33 pm

כ'האב געמיינט צו זאגן אז ווי אזוי קען עס זיין פון אברהם אבינו אדער רבי עקיבא, ווען אריסטו האט נאכנישט עקזיסטירט, אין די מושגים זענען נאכנישט געווען מקובל בעולם עס צו נוצען.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:34 pm

די אלע ספרים זענען ערשט ארויסגעקומען בזמן הגאונים, און זענען זיך פשוט תולה באילן גדול
אין די צייטן פון אברהם אבינו האט מען אויך נישט געשריבן בלשון המשנה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום דינסטאג מערץ 29, 2016 2:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:38 pm

איז וויאזוי פארענטפערט מען רס"ג? ס'מסתם געווארן רעדאגירט דורך די כותבי הזמן וכדו'
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:40 pm

רמב''ם האט אויך געגלייבט אז אברהם אבינו איז געווען א פולקאמע אריסטו'דיגער פיליסוף, נאר דערנאך איז די חכמה פארגעסן געווארן,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1768
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2197 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:42 pm

ערשטענס מיז נישט זיין אז רס"ג'ס פירוש אויף ספר יצירה איז קראנט, איך בין נישט באקאנט, אלענפאלס זיין פירוש דערויף איז נישט קבלה נאר פיליזאפיע, והשנית טאמער האט רס"ג יא געגלויבט דערין, וואס דארף מען פארענטפערן, היינט ווייסט מען בעסער וויאזוי צו שאצן די זאכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:44 pm

דאס איז א פשוט'ער זאך, נישט באזירט אויף גרויסע חכמה און ערפינדונגען. ס'איז נישט מסתבר אז אין דעם זענען מיר קלוגער ווי רס"ג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8015 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:50 pm

רס"ג האט נישט געהאט דעם היקף פון אינפארמאציע וואס מיר האבן היינט, ווי אויך איז דאן נאכנישט געווען אנטוויקלט די אקאדעמישע מהלך וויאזוי צו פארשן די זאכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:51 pm

קען זיין, אבער צו דיין טענה אויף די יחוס פון ספר יצירה האט עס נישט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8015 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:53 pm

ס'איז נישטא קיין איין אקאדעמיקער וואס וועט זאגן אז דאס איז פון אברהם אבינו.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:57 pm

ליטוואק האט אויפגעברענגט א ערנסטע שאלה וואס באמת דארף דאס אונז אלע באדערן ביז מען האט א תשובה, און די שאלה וויאזוי ער לייגט דאס אראפ איז

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אבער דער אריז"ל איז גאר אן אנדערע מעשה. כבר נחלקו די מקובלים, אנדערע זאגען אז ער האט אלס געהערט פון אליהו הנביא, און מאנכע לייקענען אז ער האט עס געזאגט און אז ס'איז געשען בכלל, און זיי האבען נאכאלס אנגענומען (כמעט) אלס וואס ער האט געזאגט אלס אמת. פארוואס און פארווען? פארוואס זאל מען גלויבען א ילוד אשה א בשר ודם? א מענטש וואס איז אויפ'ן העכסטער מדרגה אין אלס, דארף נאך אלס ברענגען אן אות ומופת אנגענומען צו ווערען אלס א נביא, פארוואס איז מען שא שטיל ביים אריז"ל? וואס איז דא אנדעריש געווען? דער ווילנא גאון האט אזוי זיך באצויגען צו זיין ווערטער ...
און ווייטער ווען מ'זעט כתבי הרש"ש צו כתבי הלשם, רבונא דעלמא כולא! וואס איז זייער ראיה, פון וואנעט ווייסען זיי די אלע זאכען? וויאזוי איז דער נושא געמאסטען מיט א גאר אנדערע קנה מדה ווי גאנץ תורה? און טאמער ס'איז יא דא אן אנדערע קנה מדה, וואס איז עס? ס'קען נישט זיין איש כל הישר בעיניו יעשה, ס'מוז דאך זיין עפעס א גאנג. וואס איז עס?


איך וועל מיך נישט באציען צו זיין אנדערע שאלה וועגן די עצם מציאות פון חכמת הקבלה ווייל דערמאנונגען וועגן די חכמה טרעפט מען שוין אין גמ' צו אין מדרשים און אזוי אויך אין ראשונים וכו', אבער די שאלה דארף מען יא אדרעסירן, עס קומט א אינגערמאן וואס ווען ער איז אוועק איז ער נאך קיין 40 נישט געווען און ער איז מגלה רזין דרזין סודות נוראים, און גאנץ כלל ישראל שווייגט, מען נעמט דאס אן ווי תורה מסיני, קיינער איז נישט מפקפק, קיינער האט נישט קיין טענות וכדו'.
נאר די ענטפער אויף דעם איז נעוץ מיט א צווייטע נקודה.

ביי כלל ישראל איז דא א כלל אז מען קען נישט ווערן קיין מורה הוראה אן קיין שימוש און היתר הוראה פון איינער וואס איז שוין א מורה הוראה ווייל ער האט באקומען א היתר הוראה פון איינער וואס איז שוין געווען א מורה הוראה וכו' וכו' ביז משה רבינו ע"ה (ביטע נישט אריינגיין דא אין מסורת התורה).

פארוואס איז דאס אזוי פארוואס זאל נישט קענען איינער וואס האט גוט דורכגעלערנט ש"ס און פוסקים שו"ע מיט די נושאי כלים פסק'ענען שאלות, וואס פעלט איהם פארוואס נישט, נאר די ענטפער איז און עס ווערט שוין געברענגט אין די ראשונים, אז דאס איז ווייל פון געשריבנס זעהסטו נישט די גאנצע בילד, מען דארף זעהן וויאזוי א רבי גייט צו צו א שאלה, וויאזוי ער איז מעיין דערין, וועלכע צדדים בעפארצוגט ער מער ווי אנדערע, די טאן פון ענטפערן, די הבעת פנים וכדו', אזוי אויך זענען דא זאכן מפה לאוזן וואס ווערט נשיט פארשריבן, און נאר אזוי קען פארזיכערט ווערן די אמיתיות און המשכיות פון די תורה ווייל אזוי לא כל מי שרוצה ליטול את ה' יבוא ויטול, און אזוי אויך וועט דער מורה הוראה זעהן צו דער מענטש איז ראוי צו באקומען די הוראה, אדער כאטש וואס ער קען גוט די טעקסט איז ער פארט נישט ראוי לאותו דבר.

אבער איינמאל דער איינער האט באקומען די הוראה דארף ער שוין מער נישט חיזוק פון אנדערע אויף זיינע פסקים, נאר ער איז שוין יעצט עומד בזכות עצמו און אויב פסק'נט ער עפעס מוז ער נישט ברענגען א מ"מ (איך רעד נישט פון ד"ת) ווייל ער איז שוין מוסמך.

ביי נבואה טרעפן מיר די זעלבע זאך א נביא דארף אויף ווייזן זיין נביאות נאר אויב ווערט ער א נביא פון זיך אליין, אבער אויב איינער וואס איז שוין מקובל אלס א נביא באשטעטיגט אז ער איז א נביא ברויך ער גארנישט מער און אלע הלכות פון פאלגן א נביא גייט ארויף אויף איהם, און ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות יסודי התורה פרק י סעי' י"א וז"ל,

נביא שהעיד לו נביא אחר שהוא נביא הרי זה בחזקת נביא, ואין זה השני צריך חקירה: שהרי משה רבנו העיד ליהושוע, והאמינו בו כל ישראל קודם שיעשה אות. וכן לדורות.


דהיינו ווי געזאגט, א נביא איז א נביא אמת מיט א עדות פון א צווייטער נביא, ומכאן נבוא לביאור הענין, דער אר"י הק' האט נישט געברויכט צו אויפווייזן גארנישט, ווייל די גדולי המקובלים האבן געהאלטן פון איהם און ווי מען זעהט אז בכל דור ודור איז קבלה געווען אויף אזא אופן אז איין מקובל האט מעיד געווען אויף א צווייטן מקובל, כמובן אז די מקובלים זענען געווען גדולים בתורה וביראה און מורי הוראה אזוי אז כלל ישראל האט אנגענומען זייער עדות, ווייל אי לאו איז דאך ערבך ערבא צריך, און דאס איז בעיני די סיבה פארוואס דברי האר"י ווערט אזוי אנגענומען ווייל די עכטע מבחן אויף א מקובל איז וואס זאגן אויף איהם חבריו המקובלים.

איז ווען עס איז געקומען א אינגערמאן א תלמיד פונעם שיטמ"ק א גאון אדיר, און ער האט מחדש געווען א דרך אין קבלה און די אנדערע גדולי המקובלים האבן געהאט ד"א פאר איהם, דאס איז די מבחן און די סיבה פארוואס אונז נעמען אן זיינע ווערטער.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4865 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:58 pm

מ'זעט עס אויף די שפראך און וויאזוי ס'געשריבן געווארן אז ס'איז פון אסאך שפעטער.

(געוואלדיג האקט הערשט נאכן שיקן)
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 3:01 pm

געוואלדיג, א מקור ביטע צו דעם אז מ'טאר נישט פסק'נן שאלות נאר אויב מ'האט געלערנט ביי א רבי'ן (היינט צוטאגס אז סמיכה איז שוין בטל)
דאס וואס מ'נעמט א כתב קבלה איז נישט מעיקר הדין, נאר מכח א תקנה אין געוויסע מקומות, אדער איז עס געמאכט אז איינער וואס האט יא א רבו מובהק נעמט ער דערמיט רשות צו פסק'נן ער זאל נישט זיין בכלל פון המורה הלכה בפני רבו.
פון ווי קלערסטו האט דער חזון איש געהאט התרת הוראה ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום דינסטאג מערץ 29, 2016 3:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 3:02 pm

ייש"כ געוואלדיג, אבער איך דינג זיך מיט כמעט יעדער ווארט. מ'עט באלד האבען צייט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8015 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט