דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב [tag]ארי נוהם[/tag], א נייעם ניק דא, האט מעורר געווען און צוגעשטעלט א מראה מקום ארומצורעדען א פאר עניינים וואס ס'נאגט איהם. איינער פון זיי איז זייער וויכטיג צו איהם, אזש זיין ניק איז געבויט דערויף. דאס איז דער ענין פון קבלה.
דער ספר ארי נוהם איז געשריבען געווארען מיט בערך 450 יאר צוריק אויף דער ענין פון קבלה. דער ספר רייסט אראפ די גאנצע גלויבונג אין קבלה אלס קעגען די רמב"ם וואס איז א גרעסערע חכם ווי אלע פון זיי.
איך האב נישט גרונטליך דורכגעלערנט דער ענין און נישט דער ספר, איך בין קיין מקובל נישט, ווי אויך נישט קיין חוקר, אבער מ'הערט דאך כסדר זאכען, און ס'איז שווער צו מאכען סדר.
שוין לאנגע יארען וואס די הערה נאגט מיר, קען זיין אפילו זינט אלס קינד אדער יונגע בחור, איך געדענק נישט גענוי, אבער אזוי גייט עס.

איך וויל מקדים זיין אז איך גלויב אין חכמת הקבלה, דאס אז אן א שיעור גדולי עולם אין נגלה האבען עס אנגענומען אלס אמת איז א פיינער ווייז אז יש דברים בגיו, די מושגים עגזיסטירען און די אוטאריטעטען אויף קבלה זענען אוטאריטעטען אין אנדערע זאכען אויך, עכ"פ אין אסאך פעלער. אבער ס'איז נישט נאנט צו די זיכערקייט וואס מ'האבען מיר אין תורת הנגלה. ס'איז ביי מיר אזא פינסטערע אמונה, נישט קיין ליכטיגע, און דער וואס קען עס מיר באלייכטען, יהא שכרו כפול מן השמים.

ווען א מענטש'ס שייכות צו תורה איז אלס א אידישע זאך, ער היט וואס אידען היטען, ער טוט וואס אידען טוהן, און ער וויל עוה"ב מיט אלע אידען, דעמאלס איז קבלה אן עיקר הדת, א גרונטליכע חלק פון די געזעלשאפטליכע אידישע לעבען.
ווען אבער מ'היט תורה פאר אן אנדער'ן סבה, א העכערע סבה, שטויסט מען זיך אריין אין פראבלעמען. דער אמת פון תורת הנגלה איז געבויט אויף א קלארע מסורה איש מפי איש ביז משה רבינו; מ'גייט תפילין ווי ער האט מקבל געווען פון דער אויבישטער און אלס איז געבויט אויף דעם. די גאנצע ש"ס האט מען מקבל געווען מפי משה, און דערנאך דארף מען דאס אפלערנען.
צו דעם איז אויך דא מדרשים, ענייני מוסר וויאזוי א מענטש זאל זיך אויפפיהרען מיט אנדערע, וויאזוי צו זיין א בעל דרך ארץ, און פארוואס דער אויבישטער האט באפוילען די אלע זאכען. אויף דער לעצטע גיבט דאך דער רמב"ם אין מורה, ורימז לה בספר היד, א סאך ביישפילען אז די מצוות זענען לצרף בהם את הבריות, אויסצוראטען שלעכטע דעות און מדות פון א מענטש.

פלוצלונג זאגט מען אונז אז ס'איז דא נאך עפעס, וואס ס'רופט זיך 'קבלה'. דאס איז א מהלך המחשבה, וואס הייבט אן צו פארענטפערען א פילאזאפישע קשיא וואס ס'הייסט צמצום, און מיט עפעס א תירוץ (איך ווייס אז קיין תירוץ איז עס נישט, אויב די קשיא איז טאקע שווער, אבער ס'ווערט אונז פארגעשטעלט אלס א תירוץ) הייבט זיך אן א גאנצע סיסטעם פון השתלשלות, עולמות, ספירות און יסודות.
די אלע זאכען זענען נישט אין ש"ס און משניות, ווי אויך נישט אין מדרשים, זיי זענען נישט מושכלות וואס מ'קען אליינס מוכיח זיין פון די שכל צו חשבונות וואס אנדערע לערנען אויס. דאס איז בלויז א מציאות וואס דער קבלה האט ערפינדען.
אפילו די מדרשים וואס אונז הא'מיר יא אויף קבלה זענען לוטה בערפל. די ירושלמי ווערט דערמאנט אין בבלי, די מדרשים ברענגען פון ש"ס און פארקערט, אבער די נייע ספרים זענען נישט דערמאנט אין ש"ס. דער ספר יצירה המיוחס לאאע"ה, איז נישט דערמאנט אין ש"ס אז מ'זאל קענען צוזאמשטעלען די גאנצע זאך אין איין תורה. און אפילו די קבלה'דיגע באדייט פון ספר יצירה איז לאו דוקא, הרב יהודה אלברצלוני (מחבר ספר השטרות ועוד) האט א פירוש אויף ספר יצירה על דרך הפשט והחקירה (עכ"פ אזוי זאגט מען מיר, איך האב עס אנגעהויבען צו קוקען אבער נאך נישט איינגעזען).

דאס איז בנוגע דער ערשט'ן טריט, אז די מושגים עגזיסטירען בכלל.

אבער אפילו לאמיר אננעמען אז די זהר איז קראנט און די ספר יצירה איז די יסוד פון חכמת הקבלה און די ראשונים האבען געהאט א סיסטעם איש מפי איש אין סתרי תורה. דער אריז"ל בלייבט נאכאלס א שטארקע קשיא ביי מיר. ווען מ'לערנט נגלה, ווייסט מען אז ס'איז געווען א חתימת התלמוד און דערנאך פראבירט מען צו פארשטייען וואס זיי האבען געזאגט. מ'לערנט אריין אין זייער ווערטער, מ'זוכט חידושים אין זייער אויסדרוקען און מ'דערגייט די סברות פון זייער רייד. די ראשונים און פוסקים האבען עס געטוהן און מיר לערנען זייער ווערטער צו דערגייען די פריערדיגע. דער רמב"ן צו דער ריב"ש צו דער שו"ע צו דער קצות זענען נישט די מחותנים דא, זיי זענען בלויז די וואס ערקלערען די זאכען פאר אונז, און מ'גייט אין זייער פיסטריטען צו פארשטייען דער יסוד.

אבער דער אריז"ל איז גאר אן אנדערע מעשה. כבר נחלקו די מקובלים, אנדערע זאגען אז ער האט אלס געהערט פון אליהו הנביא, און מאנכע לייקענען אז ער האט עס געזאגט און אז ס'איז געשען בכלל, און זיי האבען נאכאלס אנגענומען (כמעט) אלס וואס ער האט געזאגט אלס אמת. פארוואס און פארווען? פארוואס זאל מען גלויבען א ילוד אשה א בשר ודם? א מענטש וואס איז אויפ'ן העכסטער מדרגה אין אלס, דארף נאך אלס ברענגען אן אות ומופת אנגענומען צו ווערען אלס א נביא, פארוואס איז מען שא שטיל ביים אריז"ל? וואס איז דא אנדעריש געווען? דער ווילנא גאון האט אזוי זיך באצויגען צו זיין ווערטער עי' כאן ותמצא נחת, און דאס איז על אף ער האט נישט געגלויבט אז ס'איז מפי אליהו (עי' [url=http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?sits=1&req=3751&st=%u05d0%u05dc%u05d9%u05d4%u05d5]כאן[/url] וכאן אויף די נושא).

און ווייטער ווען מ'זעט כתבי הרש"ש צו כתבי הלשם, רבונא דעלמא כולא! וואס איז זייער ראיה, פון וואנעט ווייסען זיי די אלע זאכען? וויאזוי איז דער נושא געמאסטען מיט א גאר אנדערע קנה מדה ווי גאנץ תורה? און טאמער ס'איז יא דא אן אנדערע קנה מדה, וואס איז עס? ס'קען נישט זיין איש כל הישר בעיניו יעשה, ס'מוז דאך זיין עפעס א גאנג. וואס איז עס?

איך האב שוין כמה ספרים געזען אויף דעם, נישט אלע פון היימישע מקורות, אבער מ'דארף נאך. פאלגענד איז א קליינע רשימה עד היום:
ארי נוהם
מגן וצינה (געווידמעט קעגען דער אויבענדערמאנטער ארי נוהם, פון הגרי"א חבר)
חוקר ומקבל (פון די רמח"ל, כנ"ל)
ויכוח על חכמת הקבלה (פון שד"ל, נישט קיין וועלט'ס כניאק)
לשד השמן (געווידמעט קעגען שד"ל)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 238 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר