שיר השירים - פה-סח

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

שיר השירים - פה-סח

שליחה דורך shem-tov »

שיר השרים בקיצור מיט גראמען. מלוקט פון מדרשים ומפרשים. אלץ א שמועס מיטן בורא פארוועם מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צוליב די נסיונות בכלל ובפרט. א עלענדער צובראכענר יוד וואס האט ליב דעם באשעפער מיט זיין תורה מיט זיין פאלק ישראל אהבת נפש אבער געפינט זיך זייער אליינס און פארלוירן, צוביסלעך הייבט ער אן שפירן ווי דער באשעפער האט אים אויך זייער ליב, ער הייבט אן צו פארשטיין אז גענוי אזוי איז אלעמאל געווען דער קשר בין ישראל לאביהם שבשמים אייביג שטארקע ירידות מיט שטארקע עליות כי כך רצונו יתברך שמו יעצט גייט אים שוין דאס הארץ ממש אויס פאר אהבה. (צו זינגען מיטן ניגון: געלויבט בוסטו קוב"ה די ווייס דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן וכו'.)


פזמון:
שיר השירים אשר לשלמה. שיר השירים אשר לשלמה.
אני לדודי ודודי לי. אני לדודי ודודי לי



פרק א
שיר השירים לאמיר שמועסן, וואס עס ליגט מיר אין הארצן טיפן.
צום באשעפער א געזאנג, ווייל נפשי חולת ממש קראנק.
רבש"ע גיב מיר ליבשאפט, ווייז מיר דיין פריינטשאפט.
באגיס מיך מיט השפעות, לאמיך זעהן פלאות.
ברענג מיך צו דיר נענטער, אריין צו דיינע וויינגערטנער.
ווייל מיט דיר זיך פרייען, איז מיר בעסער ווי די בעסטע לחיים.
שחורה אני איך בין שווארץ, אבער צו טאן דיין רצון גלוסט מיין הארץ.
פון עבירות בין איך שמוציג, אבער צו זיין א יוד בין איך לוסטיג.
קוק נישט אויף מיין שווארצע זייט, דער יצה"ר האט מיך פאר'נער'ט.
דעריבער בעט איך דיך, העלף מיר צו זיין א יוד.
אויף מיינע קינדערלעך ברויך איך היטן, מיין אייגענע יצה"ר קען איך שווער באזיגן.
רבש"ע עס איז מיר זייער ענג, איך בין פארלוירן אין וועג.
איך דריי מיך צווישן וועלף, איך שריי רבש"ע העלף.
אן א שעור צרות, געפערליכע מחשבות זרות.
נישטא צו וועם צו רעדן א ווארט, אוי באווייז דיך צו מיר אויפן ארט.
איך פרוביר נאכגיין בעקבי הצאן, נישט אזוי פשוט דא ווי איך וואוין.
שפאן איין מיין פערד, נאכיאגן מיין שונא פאר ער לייגט מיך אין דער ערד.
דיינע חסדים וועל איך מער נישט ווידערשפעניגען, מיך אינגאנצן אינטערטעניגן.
זיי מיר מוחל דא אין גלות, בזכות מתן תורה און די הייליגע אבות.
בוי שוין דיין הייליג הויז, הבו לה' כבוד ועוז.




פרק ב
ווי א רויז צווישן דערנער, ליידן מיר פון רשעים און מערדער.
איך דריי מיך ארום פארלוירן, פארוואס בין איך געבוירן.
ווי א עפעל בוים טרעף איך דיך אין וואלד, איך ריק מיך נישט פון דיר אפילו מיט געוואלד.
דיינע פירות זענען זייער זיס, פון דיין גוטע וויין איך גיס.
איך בעט דיך האלט מיך אויך אונטער, אזוי ווי האסט געהאלטן די יודן אין מדבר,
אוי רבש"ע ברענג שוין די גאולה, אליינס טוה איך נישט קיין פעולה.
דערווייל פון אונטערן וואנט, האלט אויף מיר דיין אויג און האנט.
ווען וועט שוין קומען די ישועה, אזוי ווי פון מצרים די גרויסע גאולה.
ווען ענדיגט זיך שוין דער שווערע ווינטער, האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדער.
ווען שפראצן שוין די ביימער, ווען איז שוין דער עת הזמיר, זאג מיר.
אצינד בין איך פארכאפט דא אין פעלזנשטיין, איך שריי בסתר המדריגה אליין.
הראיני את מראיך, השמיעיני את קולך.
די קינדער שרייען אין חדר, זיי לערנן דיין תורה און זאגן שירה כסדר.
איך קען קוים באווייזן מיין צורה, איך שעם מיך אן תשובה.
היט מיינע קינדערלעך פון פארקראכענע, זיך נישט מערן קיין צובראכענע.
באשעפער איך בין דיינס, די ביסט מיינס, גיב מיר נאך א טשאנס.




פרק ג
אכט און דרייסיג יאר אין בעט, שרעקליך אנגעזעצט.
ליבשאפט איך טו זוכען, אויך אין שטאט ארומקריכן.
גארנישט געטראפן, די טרערן זיי טראפן.
צום וועכטער איך וויין מיך אויס, נישטא קיין וועג ארויס.
פלוצלינג א שעת הכושר, געטראפן די שכינה הקדושה.
איך לאז איר נישט אפ, שוין געענדיגט מיט מיין פלאג.
דערנאך ווידער געווארן פארטריבן, פון ביטערע צרות געשריגן.
אצינד גיי איך נישט אפטרעטן, איך טו מיך ביי דיר בעטן.
איך ווארט אויף א פייער די גרויסע אורות, כעין די עמוד האש און קטורת.
ווי לאנג נאך איז די גלות, שכינתא בגלותא א רחמנות.
בלויז ששים גבורים, צו באקעמפן די אומות העולם.
איך וועל אלעמאל זיין גרייט פאר מלחמה, און צו באקעמפן יעדע שלעכטע מחשבה.
מיר האבן געבויט דיין משכן, איך בעט דיך לעולם ועד תשכון.
יעצט אין מיין הארץ ושכנתי בתוכם, ובקרוב אין ירושלים לעולם.




פרק ד
הערט מיך אויס מיינע טייערע קנעכט די שיינע אויגן, געטריי ווי טויבן.
אויך די שוואכערע, היטן מיינע מצוות כי טוב סחרה.
מיינע גבורים פאר קיינעם טוען זיי זיך שרעקן, פון גוטע בשמים זיי שמעקן.
זייער איידעלע שפראך, ווי זיידענע פאדים גלייך.
מלאים מצוות כרימון, מיט יעדע יוד טו איך מיך רימען.
אמאל דער פעסטער מגדל דוד, דארט געגאנגן א קול תורה תמיד.
צוויי פאסטעכער האבן אייך הערליך געפירט, ביז אייערע זינד האבן אייך פארפירט.
דערנאך אייך צוריגענומען, אייערע הערצער צוריקגעווינען.
צוליב ענקער אמונה בלייבן מיר אינאיינעם, נאר אין מיר טוט איר גלייבן.
מיין הארץ האסטו צו דיר געצויגן, צוליב דיין שיין געשטעל און מעשים טובים.
איר לערנט מיין תורה און היט מיינע מצוות, ביי אייך איז נישטא קיין פריצות.
איר זענט גלייך צו געשמאקע געווירצן, צומאל פעלט אויס צו באשפריצן.
וועקט אייך אויף ווינטעלע, בלאזט אהער דעם גוטן ריח פון א יודעלע.
יבא דודי לגנו קום אין גארטן, צו די קרבנות און פרוכטן.




פרק ה
באתי לגני דעם משכן באנייען, מיינע פריינד טוט אייך פרייען.
עסט און טריקט אייך אן, אבער פארשלאפט נישט ביז גאר.
באשעפער איך הער דיין קול, איך בין מקבל דיין עול.
דאן אויסגעטאן מיין העמד געווארן נאס, נתפעל געווארן פון די גאס.
שפעטער פון חרטה גענומען שרייען, מיינע קישקעס אנגעהויבן דרייען.
שטארק געטאן תשובה, מיט גוטע מעשים פארשידענע.
האסט געווארט איך זאל אריינקומען אין דיינע טויערען, אנשטאט בין איך געבליבן פוילעצן.
ווען איך בין געווארן גרייט, האסטו דיך פון מיר אוועקגעדרייט.
איך בין ממש אויסגעגאנגן פאר צער, ווי קען איך זיין אזא נער.
ארויס אינדרויסן געטראפן די כוליגאנעס, געכאפט פון זיי שווערע מכות.
דערנאך פארברענט דיין הייליג הויז, באשעפער ווי האלט מען דאס אויס.
איך האב געוויינט אן אויפהער, עס האט שוין גארנישט געהאלפן מער.
השבעתי אתכם בנות ירושלים, געהערט אז די גוים טוען זיך פרייען.
געב איבער איין מעסעדש פונעם דל ועני, שחלת אהבה אני.
וואס פעלט אייך אויס די שטארקע אמונה, פרעגט דער גוי מיט קנאה.
ווייל אונזער באשעפער איז מעכטיג און גרויס, מיט זיין תורה און זיין הייליג הויז.
גארנישט גלאטיג גוואלדיגע סודות, נישט פאר ענקערע מוחות.
ער האט אלעס באשאפן דער בעה"ב פון וועלטן, אפשר דיין שכל עפען.
זיין תורה איז גאר פעסט, יעדע אות אריינגעזעצט.
זיינע צדיקים האלטן אונטער די תורה, אן קיין פשרות אן קיין מורא.
זיס זענען די הייליגע ווערטער, זאלן דאס וואוסן אלע לענדער.




פרק ו
דער גוי פרעגט מיט שפאס, ווי איז דיין פריינד איז ער נאך אין כעס.
זאג איך זיי קוקט אין יודישע שטובער און שוהלן, השי"ת שעפט דארט פארגעניגן.
אני לדודי ודודי לי, מיין באשעפער הרועה אותי מעודי.
השי"ת זאגט איר קענט מיך היינט אויך דערפרייען, פונקט ווי אין ירושלים.
הייבט אויף אייער תורה דגל דעם פלעק, אויך צו ווארפן אויף די שונאים א שרעק.
זיי ממשיך די הייליגע ארבעט, מיט דיינע תורה ומצוות ווער איך געשטארקט.
יעדע יוד איז ביי מיר זייער טייער, ווער נאך גייט פאר מיר אין פייער.
צוזאמן האלטן זיי זיך מיינע שעפעלעך, ווי מילגרוים אנגעפילט מיט קערעלעך.
פארהאנען פיל פעלקער, אבער בלויז איין פאלק ישראל מיינע געטרייע קעמפער.
די גוים פרעגן אויף אייך, ווער זענען זיי צו די זון און לבנה גלייך.
ביים צווייטן ביהמ"ק ירדתי געקוקט ארום, מיינע צדיקים ישרים קיינער נישט קרום.
אוי דערנאך האבן מיר ווייטער אנגעזעצט, ליידער נאכאמאל אלעס פארלעצט.




פרק ז
שובי שובי שרייט דער גוי קערט אייך אפ, וואס דארפט איר די פלאג.
אמאל האט איר נאך געהאט גליקן, אבער ווער טוט אויף ענק היינט קוקען.
אין די גוטע צייטן געגאנגן עולה רגל, מיט אן אייגענעם דגל.
אורים ותומים מיט כהנים, אייערע פנימ'ער געטון שיינען.
איר זענט געווען אויפן טאפ פון די וועלט, השי"ת האט נאר פון אייך געקוועלט.
פעסט ווי טייטלביימער, געטשעפעט האט אייך קיינער.
דאן האט זיך דער באשעפער בארימט מיט זיינע צדיקים, וואס שמעקן ווי תפוחים.
אבער היינט אויסגעשפילט, ירושלים בלויז א בילד.
אוי רבש"ע מיר בלייבן דיר געטריי, נישט קיין חילוק וואס גייט אויף אונז פארביי.
צו דיר איז מיין גלוסטעניש, זייערע חנופה איז גארנישט מיט נישט.
לאמיר טאקע קוקן אויף די וועלט, די גוים מעכטיג מיט געלט.
אבער והעיר אלקים מושפלת, די יודן איבעראל ללעג ולקלס.
מיר זענען ממשיך צו לערנען דיין תורה, מיר האבן דיך אלעמאל אין הארץ הייליגער בורא.
האב שוין רחמנות, לאמיר שוין הערן חדשות.




פרק ח
אנא ה' מיט בכיות אן א שעור, בעט איך האלט אונטער מיין קעפל נאנט צו דיר.
די גוים טו באשווערן, אונזער ליבשאפט נישט שטערן.
מיר האלטן שטארק דיינע מתנות, צוליב דעם פארגעסן מיר פון צרות.
שמני כחותם על לבך, כחותם על זרועך, מיר לאזן זיך הרג'נען על קידוש שמיך.
צוליב דעם האט מען אונז פיינט, אוי טאטע לאז נישט אויס דיין האנט
מיר זענען ווי קליינע שעפעלעך וואס הויערן, מיר ברויכן זיך ארומנעמן מיט פעסטע מויערען.
אז נישט וועלן מיר ח"ו ווערן פארציקט, וויפיל איז די שעור פאר אומגליק.
אבער איך וועל מיך פאר דיר ווייטער שיין מאכן, ווייל נאר פון דיר טו איך טראכטן.
באשעפער לאז דיין וויינגארטן קיינמאל מער איבער, שוין געפאלן גענוג שטיקער.
די וויינגארטן איז דאך דיינס, די רשעים מוזן באצאלן א פרייז.
באווייז אונז דיינע וואונדער, פארגעס נישט פון דיינע קינדער.
יהי רצון מיר זאלן ווייטער זיצן על מי מנוחת, באשעפער נעם אן אונזערע תפלות.

ת.ו.ש.ל.ב.ע.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר