צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

שליחה דורך אדנירם »

איך האב געשריבן א תגובה אין דעם אשכול, אבער כדרכינו בקודש איז עס פארוואנדלט געווארן אין א לאנגן ארטיקל פאר זיך. די געדאנקען זענען נישט אינגאנצן מסודר, וויבאלד ס'איז מתחילה געשריבן געווארן באופן של תגובה [קצרה...].


[center]1.[/center]
[center]שטאטוס-קווא קהילות.[/center]
איבער די טענות, אז נאר צוליב דעם וואס די נעאלאגן האבן זיך 'ארויפגעצווינגען' אויף די קהילות, האט מען בעל כרחך געמוזט מאכן די ארטאדאקסיע, איז וויכטיג צו דערציילן וואס די פאקט איז, אז מ'האט געקענט בלייבן שטאטוס-קווא קהילות, וואס דארט האט מען גארנישט געקענט 'ארויפצווינגען' אויף קיינעם [ועי' ערך שאר מדינות אייראפע, רוסלאנד, פוילן, דייטשלאנד, וכו'].

די 'ארטאדאקסן' האבן בעצם איינגעפירט די עקסטרעמיזם פון וואס 'חרדיזם' ליידט עד עצם היום הזה, דהיינו אז געוויסע [אפילו גאר חשוב'ע, ערליכע, הייליגע, גאונ'ישע] רבנים דיקטירן בעצם פונקטליך וויאזוי דער יחיד זאל זיך פירן, און סיי וועלכן קהילה.

איך וואלט מייעץ געווען דער אומוויסנדער עולם, אביסל בעסער דורכצוטון די נושא פון 'שטאטוס-קווא' קהילות. סורפרייז פארזיכערט. מיטן שטאטוס-קווא וואלט עס נישט געצויגן קיצוניות'דיג רעכטס [מיט טעראר מיטלען עד ימינו], הגם מאנכע מער וואלט געפאלן [ווי אין אנדערע לענדער].


[center]2.[/center]
[center]נעאלאגן האבן 'ארויפגעצווינגען'?[/center]
און נאך איין וויכטיגע נקודה למחשבה: מ'איז אייביג פארנומען צו זאגן, אז די רעפארמער האבן פשוט געוואלט 'ארויפצווינגען' זייער שיטות און בעלות אויפן קהילה. די רבנים, די המון עם, זענען געשטאנען אנטקעגן די רעפארמער. זיי האבן געמוזט אויפמאכן 'פרישע' קהילות, וויבאלד די רעפארמער האבן זיך 'משתלט' געווען.

מיין שאלה איז נאר, וויאזוי קען זיין אז אין כמעט יעדן שטאט [למעט גלילות טראנסילוואניע/קארפאטן-רוס, וואו - אגב - די מער אומוויסנדע אידן אין גאנץ אייראפע האבן געוואוינט] זענען זיי געווען די רוב?! צו האט איינער זיך אמאל געפרעגט פשט פון דעם, אז דארט פון וואו די ארטאדאקסישע קאנצעליי האט געפירט די ארטאדאקסן [אין בודאפעסט], איז ניינציג פראצענט אידן געווען נעאלאגן?!! אזוי איז געווען אין רוב שטעט.


[center]3.[/center]
[center]נאך א מזל מ'האט געמאכט א טיילונג. אמת?[/center]
מ'איז אייביג פארנומען צו זאגן, אז נאך א מזל מ'האט געמאכט א טיילונג, ווייל 'קוק וואס איז געשען מיט די אנדערע צד, זיי זענען געווארן גוים גמורים' און אונז האבן געראטעוועט אונזער אידישקייט. ס'פאלט קיינעם נישט איין צו טראכטן, אז דאס איז מעגליך א באשולדיגונגס אקט אנטקעגן די מהלך פון ארטאדאקסן [הגם מ'קען נישט דן זיין. כ'רעד נאר פון א היסטארישן פרעספעקטיוו]. הלמאי זיי זענען געגאנגען קיצוניות'דיג הייסנדיג יעדן נאכפאלגן אלע זייערע הוראות, זיך נישט פארלאזנדיג אויפן רב פון שטאט וואס זאל פירן זיין קהילה צוגעפאסט צו זייער מצב און סטאנדארט אין אידישקייט [ווי עס איז אלס געווען די שטייגער בקהילות ישראל, און ווי ס'איז פארבליבן אין אנדערע לענדער, און ווי ס'איז טאקע געווען די מהלך פון די שטאטוס-קווא].

אוודאי מיט אזא מהלך, זענען די נעאלאגן געווארן גענצליך אויסגעשלאסן פון די פרומע מחנה, און זיי האבן מיט געפארפול-שנעלע טריט אראפגעגליטשט לתהומות נשיה. איינמאל מ'טאר נישט דאווענען אין זעלבן ביהמ"ד, עסן די זעלבע שחיטה, ליגן אין זעלבן ביה"ח, זיך משדך זיין כו' [אפגעזען יענעמ'ס פערזענליכע דעות. מיר רעדן דא פון א 'לו יצוייר' אז שטאטוס-קווא ארבעט זיך אויס, וואס דאן טוט יעדער כפי רצונו ודעותיו ביהדות], דאן זענען זיי געפארן לינקס אן קיין איינער וואס זאל זיי אפשטעלן.


[center]4.[/center]
[center]עקסטרעמיזם געווינט די שלאכט, אבער נישט די קריג.[/center]
און ווען איינער וועט קומען מיט די טיפישע אויסגעדראשענע ארגומענט, אז פון דעם וואס שטאטוס-קווא האט זיך נישט אויסגעארבעט זעען מיר אז דאס איז נישט געווען קיין מהלך. וועל איך אים ענטפערן פשוט: שטאטוס-קווא האט זיך יא אויסגעארבעט. אין פאקט, האבן רוב קהילות איבער דער גארער וועלט זיך געפירט פונקט ווי די שטאטוס-קווא קהילות האבן זיך געפירט אין אונגארן. ס'האט זיך פיין אויסגעארבעט.

איי, אין אונגארן האט עס נישט באקומען מאמענטום? אויף דעם איז די תירוץ פשוט: קיצונים געווינען אייביג. וואס מער עקסטרעם דו ביזט, אלס מער שאנסן האסטו איינצושלינגען אידישקייט [די היינטיגע ווילדע גאלאפ אין נושא פון טעכנאלאגיע, איז נאר איין שארפע ראי' דערצו]. אז ס'שטעלט זיך אויף א מחנה חיים מ'פעסט/מונקאטש, און שרייט 'מי להשם אלי', וועט דער עולם נאכגיין דער וואס וועט 'זיכער' ראטעווען אידישקייט/פירן א קאמף מיט די נעאלאגן. דאס מיינט נישט אז נאר אזוי האט מען געקענט אנהאלטן אידישקייט, און דאס אז די נעאלאגן זענען נאכמער פארקראכן געווארן ווייזט נישט אויף די 'ווייטע בליק' פון די ארטאדאקסישע רבנים, נאר ענדערש אויף דאס פארקערטע [הגם מיר קענען נישט דן זיין, וכנ"ל].

לאמיך טאקע נוצן מיין אויבנדערמאנטע ביישפיל דאס קלארער ארויסצוברענגען. מיט אונזער היינטיגער עקסטרעמיזם השולט במחנינו, פון אינטערנעט ביז סמארטפאן'ס, פון לאנגע שייטלן ביז דורכזיכטיגע שטרימפ, פון פרויען דרייוון קארס ביז יונגלעך קומען מיט א 'הארטע' 6 סלייס קאפל, אויב זאל מען אינפארסירן די תקנות אויף אזא אופן ווי אמאל, דאן וועלן א ריזן פראצענט היימישע אידן [וואס דארפן א מהלך פון שטאטוס-קווא כפשוטו, אנהאלטן די שטאטוס פון ביז יעצט] ארויספאלן פונעם סיסטעם. אין הונדערט יאר ארום וועלן די גרויסע חכמים [פון א"וו] אויפווייזן ווי 'נצח ישראל לא ישקר', און 'קוק וואס איז געשען מיט די וואס האבן נישט געוואלט פאלגן די ארטאדאקסיע', און גאר מכאן ראי' אז דער גאון וצדיק ראבינאוויטש זצוק"ל בעל 'קינדער אדער סמארטפאנס', איז געווען גערעכט מיט זיין מערכה קעגן די טריפה'נע כלים, ווייל אלע וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן - 'וואס איז פארבליבן פון זיי?'.


[center]5.[/center]
[center]'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...[/center]
והמבין כל דברינו הנ"ל, וועט ענדליך קענען כאפן וואס ליגט מיר שוין א לענגערע וויילע אין קאפ, בנוגע די גאנצע מאוומענט פון 'השכלה', וואס דארט אזויווי דארט, זענען די חכמים במחנינו אייביג פארנומען 'אויפצואווייזן' אז 'ס'איז גארנישט פאבליבן פון זיי', זיך נישט מאכנדיג וויסן פונעם פאקט, אז מעגליך איז דער מלחמה [קיצוני] אנטקעגן זיי [אנשטאטס אויפצואווייזן 'פארוואס' זיי זענען נישט גערעכט] דער גרעסטער באשטייערער אז זיי האבן געגליטשט ביזן ווערן גענצליכע אפיקורסים. דאס איז וואס עס געשעט טאקע אויך בזמנינו, ווען מ'איז פארנומען אויסצושליסן אנשטאטס ארויסצוהעלפן.

טראצדעם וואס די ליסטע פון רבנים וואס האבן געשטיצט השכלה [השכלה האט גארנישט מיט די וואס האבן רעפארמירט אידישקייט, און השכלה בתחילה האט ניטאמאל געזוכט צו טריצן], ביודעים ובלא יודעים, למחצה לשליש ולרביע, זענען ריזיג גרויס. הגם אין די קוגל וואס איך האב (וואס דערמאנט אביסל פון דעם קוגל...) [פון די גר"א ביז מהר"ץ חיות, פון דער יעב"ץ ביז רשר"ה, פון ר"ש ברלין ביז שי"ר, פון ר' נתן אדלער פון לאנדאן ביז דער תורה תמימה, פון דער רש"ש ורמ"ש ביז דער ר"ר יונתן אייבשיץ, ועוד], איז יעדער געשטאנען אין אן אנדערע מדריגה, איז אבער קלאר אז זיי אלע האבן 'נישט' געהאלטן פונעם מהלך פון תלמידי החת"ס [וואס יא, וועט געדויערן צו לאנג מסביר צו זיין דא על רגל אחת. אפשר א צווייטע מאל], פארט פאטשן מיר זיך אין בייכל 'קוק וואו השכלה איז אנגעקומען'.

אוודאי, אויב מיר 'ווילדעווען' אנטקעגן השכלה, אנשטאט 'ארבעטן' אויף השכלה, דהיינו אנשטאטס ענטפערן אויף זייערע טענות/שאלות/קשיות/חקירות האט מען אפגעענטפערט אז מ'ענטפערט נישט פאר זיי. דאן גייען זיי פארן נאר מער און מער לינקס, און נאך עפעס: זיי גייען ציען צו זיך מער און מער מענטשן. א זאך וואס האט פאסירט דעמאלס, און א זאך וואס פאסירט ליידער היינט אויך [און דעמאלס ווי היינט, אסר'ט מען ביכער/אינטערנעט, אנשטאטס פארשטיין אז אויב דאס ציט די מאסן דארף מען געבן תשובות אויף די שאלות וואס זיי געפונען, אנשטאטס זיך פארלייגן אויף 'אסר'ן' און מאכן 'התבדלות'ן'].


[center]6.[/center]
[center]יא, תורה מיט השכלה.[/center]
א טיפישע ביישפיל פון איינער וואס האט געטון פארקערט, איז דער גאון, צדיק, חכם, ופילוסוף, רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל. אנדערש ווי מ'פארקויפט פאר אונז, אז ער האט געהאלטן פונקט ווי די תלמידי חת"ס, נאר ער האט פארשטאנען אז אין דייטשלאנד דארף מען צוגיין אנדערש דערצו, איז די אמת גענצליך פארקערט. ער האט געהאלטן אז די אונגארישע מהלך איז טאטאל אומריכטיג. זיין לעזונג פון 'יפה תורה עם דרך ארץ' איז נישט געווען לשם גיין געפוצטע בערד און בלייבן ערליך, נאר לשם שיטה אז מ'דארף זיין געלערנט, מ'דארף גיין אין אוניווערסיטעט [צוגעשטעלט כשר'ערהייט], מ'דארף ליינען און וויסן וואס טוט זיך, סיי אין די וועלט און סיי אין די אמונה-וועלט, און מיט דעם איז - 'יפה תורה'.

ער האט טאקע איינגעפירט אזא סארט אידישקייט אין דייטשלאנד, און פון איינער וואס האט אנגעהויבן מיט קנאפע מנין משפחות, האט ער ווירקליך דורכגעפירט א משונה'דיגע רעוואלוציע אין גאנץ דייטשלאנד [שוין נאכדעם וואס די תלמידי חת"ס האבן אפגעקרעכצט אז 'דייטשלאנד איז פארפאלן'], און די תוצאה איז געווען עפעס וואס וואלט באדארפט בלייבן א פראסק אין פנים פון די עקסטרעמיסטן, און וואלט געדארפט געלערנט ווערן פאר אונזערע יונגווארג. די תוצאה איז געווען, אידישקייט האט געבליהט, המאור שבה [ווען מ'דערלייכט עס טאקע] האט אסאך מחזיר געווען למוטב, זיי האבן אויך געהאט פרנסה בדרך כבוד, זיי זענען געווען געלערנט אין וועלטליכע חכמות, אין אמונה ודעת, און פארט פארבליבן ערליכע אידן.

ובמאמר המוסגר, איז טאקע שוין נישט קיין חידוש, פארוואס רשר"ה'ס בליק אויף משה מענדלסאן איז נישט געווען אזוי שווארץ ווי ביי די תלמידי חת"ס [ואדמורי"ם]. רשר"ה האט בכלל נישט געהאט קיין בליק אויף אים אלס עוכר ישראל וכדומה, און זאגן אויף אים שר"י וואלט געוויס אויפגערעגט רשר"ה עד חרמה. פאר מער, און בכלל איבער דעם, ליינט דא.

ענליך צו דעם האט געטון הגאון רבי עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל, וואס ווען ער האט געוואלט מאכן אזא 'היימישע אוניווערסיטעט' [ביהמ"ד לרבנים - ווי זיי פלעגן עס רופן בדרך כלל], האט דער באקאנטער עקסטרעמיסט [הגם אויך גאון וצדיק. איינס האט קיין שייכות מיטן צווייטס] רבי הלל קאלאמייער זצ"ל געשריבן אין א בריוו זיינע אויף הילדעסהיימער: המן הר"ע הזה [מיינענדיג די ר"ת - ר'שע ע'זריאל ה'ילדעסהיימער]. כמובן אז רה"ק איז אריין אין היסטאריע אלס קנאי'שער צדיק, אבער כמובן אז רבי עזריאל איז פארבליבן דער צדיק און חכם וואס האט געוואוסט וויאזוי צו האלטן אידישקייט אין זיינע צייטן.


[center]רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker![/center]
נו, אז מיר האבן א פראבלעם, פון איין זייט קארמען מיר עקסטרעמיזם און פון די אנדערע זייט ווייזן די נעא-ארטאדאקסן [היינו אסכולת רשר"ה] אז מ'קען אנדעם אויך [און נאכמער] מצליח זיין. וואס טוט מען דערצו? אה, ס'איז דא א פשוט'ע וועג ארויס: 'רבי שמשון רפאל הירש האט געטון וואס ער האט געטון, נאר להציל מן הארי ומן הדוב, כדי אפצוראטעווען די שארית הפליטה פון די רעפארמער למיניהם. אבער "בעצם" האט ער געהאלטן פונקט ווי אונז'. דאס מיינט 'בינגאו', חוזק, אדער ווי אויך רוף עס - די Joker קארטל.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר