ועכשיו שנברא

מחשבה, השקפה ועיון

ועכשיו שנברא

הודעהדורך זבולון » זונטאג אוגוסט 07, 2016 7:16 pm

נוח לו לאדם שלא נברא משנברא

איך האב נעכטן געהאט א שמועס מיט א פריינד איבער דברים העומדים ברומו ובתחתונו של עולם, ווען מיין פריינד טענה'ט אז ער זעהט נאכנישט איין די גרויסע מעלה פונעם לעבן בכלל, זאגנדיג אז אויב וועלן מיר צוזאמשטעלן די פעין און מוטשעניש וואס א מענטש מאכט מיט אין זיין גאנצן לעבן קעגן די איינצעלנע קארגע מינוטן וואס ער ענדזשויעט דעם לעבן, וועט די ערשטע גאנץ גרינג אראפוועגן דעם וואגשאל.


אין זיינע ווערטער: "גאט האט אונז אראפגעשיקט אין א דזשונגעל, א לעבן פול מיט פיין און ייסורים, צו דעם אלעם האט ער אונז אריינגעפלאנצט א פארשאלטענעם אינסטינקט אז מיר ווילן אנהאלטן אונזער סורווייוול מיט אלע כוחות אין דעם איבערקערעניש, און מיר מוזן נאך דאנקען 'על חיינו המסורים בידיך', מיר דארפן אים דאנקען און לויבן אויף יעדן אטעם".


איך האב נישט געהאט קיין צופרידנשטעלנדן ענטפער פאר אט די מאדנע טענה, איך וואלט געקענט ענטפערן אז דאס גאנצן לעבן איז נישט מער ווי א שפיי קעגן דעם טרקלין וואס ווארט אונז אפ אויבן, אבער איך גלייך נישט דעם ענטפער. אונזער תורה איז נישט קיין תורת מוות, מיר ציהלן נישט צום טויט, די אידישע תורה איז א תורת חיים, א תורה וואס געבט אונז אינסטראקשנס אין לעבן, ווי אזוי צו לעבן אונזער פרוזדור מיט א רואיגקייט און א געשמאק. נישט אומזיסט טרעפן מיר נישט קיין רמז אין תורה שבכתב איבער יענער טרקלין, עס זעהט זיך אויס אז די תורה איז נישט נאר געגעבן געווארן צוליב יענעם טרקלין.


ועכשיו שנברא

דער מציאות איז אז מיר געפונען זיך אין דעם מצב אז מיר זענען שוין באשאפן געווארן, און מיר האלטן נאכנישט ביים קאמיטן סועסייד, איז עס טאקע נאר צוליב די האפענונג אז מארגן וועט זיין בעסער? מיר לויפן נאך דעם מארגן וואס וועט קיינמאל נישט אפיהר קומען? איז אונזער גאנצע לעבן נישט מער ווי א האפענונג צו א צוקונפט וואס ווערט קיינמאל נישט פארווירקליכט?

דער איז'ביצער אין מי השילוח (ליקוטים על הש"ס, עירובין י"ג, ב) איז מדייק אז עס שטייט נישט "טוב" לו לאדם שלא נברא, נאר "נוח" לו לאדם שלא נברא. דאס הייסט עס איז גרינגער און באקוועמער אבער לאו דוקא בעסער. דא ליגט בעצם באהאלטן די תשובה, גרינג און באקוועם איז לאו דוקא גוט, שווער און פיין איז לאו דוקא שלעכט. און דאס איז טאקע וואס איז די מטרה פון די בריאה, דעם אי-נוח לו לאדם שנברא.

אינערליכע סיפוק געפיהלן (ווי למשל פארשטיין גוט א שווערע שטיקל תוספות, העלפן א צווייטער מענטש, אדער להבדיל סאלוון א שווערע טשאלענדזש) שטייגט געווענליך איבער מאטריאליסטישע הנאות. ווען א מענטש לעבט אויף דער וועלט מיט פארקערט פון "נוח", ער איז נישט געקומען צו באקוועם ווערן, נאר צו באקוועם מאכן אנדערע, ער פיהלט אז ער טוהט עפעס אויף אויף די וועלט, זיין עקזיסטענץ אויפן יוניווערס איז נישט איבעריג, דעמאלס האט ער הנאה פון יעדע מינוט וואס ער עקזיסטירט, ער מעג האפן פאר נאך א בעסערע צוקונפט, אבער זיין צופרידנהייט איז נישט פון א צוקונפט נאר פון די יעצטיגע מינוט וואס ער לעבט.

מען קען נעמען עטליכע דוגמאות פון פיגורן אין די היסטאריע וואס האבן נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין לעבן פון א מאטריאליסטישע בליק, אבער קיין איין שלעכטע טאג פון א ספירטואלע בליק. איינס פון זיי איז א לעבעדיגע היינטיגע דוגמא: פראפעסער סטיווען האוקינג, איך וועל נישט דא אנפיהלן דעם ארטיקל מיטן באשרייבן זיין לעבן, (הלא הם כתובים בספר דברי הימים "מיי בריעף היסטערי"), אבער אין קורצן, רעדן מיר דא פון א מענטש וואס ביי זיין עלטער פון 21 יאהר איז ער געווארן דיאגנאזירט מיט די שרעקליכע מחלה פון "עי. על. עס.", ווען די דאקטוירים האבן אים געגעבן א לעבנס ערווארטונג פון נישט מער ווי צוויי יאהר, אבער ער האט עס איבערגעלעבט מיט א שמיץ אריבער, זיין קערפער האט צוביסלעך אויפגעהערט צו פונקציאנירן, ווען זיינע מאסלס זענען געווארן שוואכער און ווייכער, ער איז געווארן א פיזיש באגרעניצטער מענטש אבער א גייסטיש אומבאגרעניצטע נשמה, ער האט ווייטער געשטיגן אינעם לייטער, און איז באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע לעבעדיגע פיזיקערס איבער די וועלט, צוגעבנדיג פאר די סייענטיפישע וועלט אן א שיעור מיט גאונ'ישע אויסטרעפונגען, געשריבן עטליכע וואונדערבארע ביכער, און האט געווינען א שיינע צאל פון אלוועלטליכע פרייזן.

דאס איז א דוגמא פון א לעבן וואס ברענגט אינערליכע סיפוק, און וועגט איבער אלע מאטריאליסטישע געברויכן און הנאות. בשעת ווען מאנכע האבן ליב צו שפאקולירן ווי אזוי האוקינג האט פיזיש איבערגעלעבט די צענדליגער יאהרן וואס ער מוטשעט זיך מיט די שרעקליכע מחלה, מיין איך איז אסאך מער אינטרעסאנט צו לערנען ווי אזוי ער האט גייסטיש געקענט אדורכלעבן אזא לעבן, וועלכע אינערליכע געדראנג האט געטריבן זיין עקשנות צו באווייזן אזעלכע דערגרייכונגען.

דער מענטש איז א חיה וואס זוכט מיינונג אין זיין לעבן, די איינציגסטע באדייט וואס א מענטש קען טרעפן אין לעבן איז ווען ער האט א ציהל וואו ער וויל דערגרייכן, ווי ניטשה פלעגט זאגן "דער וואס האט א 'פארוואס' וואס צוליב דעם לעבט ער, קען איבערלעבן יעדע סארט 'ווי אזוי' צו לעבן". ווען א מענטש האט א באדייטנדע ציהל אינעם לעבן, וועט ער קענען איבערלעבן די שווערסטע אומשטענדן מיט די גרעסטע צופרידנהייט און רואיגקייט.

דאס איז די תורת חיים וואס מיר זענען געווארן געשאנקען, דאס געבט אונז א אמת'ע אינערליכע באדייט אין אלע אספעקטן פון אונזער לעבן, מיר פיהלן אז מיר זענען דא אויף דער וועלט מיט א ציהל עס צו פארבעסערן און פאררעכטן, יעדער לויט זיינע כשרונות און טאלאנטן קען זיך אוועקשטעלן א ציהל צו עררייכן.

----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

National Suicide Prevention Lifeline

Call 1-800-273-8255
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זבולון אום מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:06 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 917 מאל

Re: ועכשיו שנברא

הודעהדורך mevakesh » זונטאג אוגוסט 07, 2016 7:44 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט
נאר איין הערה דו ברענגסט סטיווען הוקינג פאר א דוגמא וואס לדעתי איז דאס פראבלעמאטיש
קודם כל גאר וויניג מענטשן קומען בכלל נאנט צו זיינע השגות
צווייטענס והיא העיקר דאכט זיך אז הנאה שכלית הגם עס איז טיפער ווי סתם גשמיותדיגע עסען און טרינקען איז עס נאך אלץ גשמיות און דאס פאר זיך גיבט נישט קיין אמתדיגע טיפע סיפוק פאר דעם מענטש נאר דאס וואס דו האסט ארויסגעברענגט קודם איז מער ריכטיג דהיינו די זיך אוועקגעבען פאר א צווייטען
אבער דער עיקר וואס גיבט סיפוק פאר ר מענטש איז ווען ער פרובירט צו לעבן וואס מער מינוטין מיט א טיפקייט למשל אפילו ווען מען עסט אנשטאט כאפן אן עסס זאל מען עס טוהן מיט א מתינות און התבוננות און דאס איז אפילו ביי גשמיותדיגע זאכן און או ודאי ביי טיפערע זאכן אז מען טוט זאכן דורעכגעטראכט און מיט א טעם קען מען פיהלן דעם טוב לו שנברא
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 863
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 804 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 07, 2016 7:45 pm

איך בין אמאל געווען ביי א שיעור פון הגר״א מיללער זצ״ל, און ער האט געענטפערט אויף א קשיא, וואס פעלט אויס דאס לעבן, עס איז פיל מיט צער און פלאג, טוב מותי מחיי, וויאזוי קען מען דאס אויסהאלטן? האט ער געענטפערט אין זיין קורצע תשובה: ״אויב דו וועסט אפוועגן די תענוגים קעגן צער, וועט די תענוגים אייביג איבערוועגן; אייביג איז דא מער גוטס ווי שלעכטס אויף דער וועלט״ עכ״ד.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך זבולון » זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:19 pm

פרייוויליג האט געשריבן:איך בין אמאל געווען ביי א שיעור פון הגר״א מיללער זצ״ל, און ער האט געענטפערט אויף א קשיא, וואס פעלט אויס דאס לעבן, עס איז פיל מיט צער און פלאג, טוב מותי מחיי, וויאזוי קען מען דאס אויסהאלטן? האט ער געענטפערט אין זיין קורצע תשובה: ״אויב דו וועסט אפוועגן די תענוגים קעגן צער, וועט די תענוגים אייביג איבערוועגן; אייביג איז דא מער גוטס ווי שלעכטס אויף דער וועלט״ עכ״ד.


איך מיין אז דאס אליינס אז די תענוגים זאלן איבערוועגן די צער, איז אויך געוואנדן אין דעם צוגאנג צום לעבן אין אלגעמיין. עס זענען דא ליידער מענטשן וואס האבן נאכנישט געפונען קיין באדייט אין זייער לעבן, און די מענטשן ענדזשויען אויך נישט די תענוגים.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 917 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:21 pm

שיין ארויסגעברענגט.

איך וויל נישט אויסקוקן ווי איינער וואס וויל אפווענדן, אבער דאס איז אקוראט וואס איך וויל טון. (איי פארוואס וויל איך נישט הייסן אזוי? דאס וועט שוין ווערן פארשטענדליך ביים סוף.)

דו ברענגסט טאקע שיין ארויס אז עס איז פארהאן א ספיריטואלע פארגעניגן וואס קען "אמאל" פארגיטיקן פאר די פיזישע, פינאנציאלע און סאציאלע ליידן. איך שרייב אבער אז נאר "אמאל", ווייל זייער אסאך מענטשן ליידן גענוג אז עס איז נישט פארהאן גענוג ספיריטואלע פארגעניגן צו פארגיטיקן, אדער די אנדערע מענטשן וואס, כאטש זיי ליידן נישט אזויפיעל, האבן זיי נישט די קאפעציטעט פאר ספיריטואלע פארגעניגן (א שטייגער פון א סקעפטיקער, א אומפעהיגער, א דערשלאגענער א.ד.ג.), און ווייסן נישט פון וואס דו רעדסט. אמאל קען מען זיי העלפן און אויסלערנען און אמאל איז איינער א קאמפלעטער פויער מיט קיין בית קיבול פאר ספיריטואליטעט.

דער פראגע איז אבער, וואס באדייט "ליידן" און וואס באדייט "פריידן"? ווי אויך, יעדע באזונדערע ליידן\פריידן צושטאנד, ווי הויך און נידריג איז עס?

די ענטפער איז נישט אבסאליט, נאר רעלאטיוו. איך רעד נישט וויפיעל א פארלוסט פון הונדערט דאלער שפירט זיך פארן ארעמאן אין פארגלייך ווי צום עושר, דאס איז זעלבספארשטענדליך. איך רעד פון די פארלוסט פון - למשל - 5% פונעם זעלבס-ווערד, אדער פון דעם בן יחיד (איך נעם א משל ווי ביידע האבן די זעלבע סכום קינדער) וואס פארט זיך אויף נישט ווי עס באדארף אדער ענדיגט מסכת עירובין. געוויסע טשילעקס'ד מענטשן נעמען זאכן אהן ווארעם(ער) ווי אנדערע.

היוצא לנו מזה, ווען א מענטש שפירט אמאל די "נוח לו לאדם, שלא...", דארף ער טראכטן וויפיעל מענטשן האבן עס ארגער און לאכן מיטן מצב און לאזן עס נישט איבערנעמען זיין לעבן? און איך מיין נישט ווי די יענטעס זאגן "ס'קען זיין ערגער", וויין אויף דעם קען מען ענטפערן "וואס האב איך פון דעם?", "דארף עס יעצט ווייניגער וויי טון?" איך רעד אבער אז דער מענטש קען איינזעהן אז זיין ליידן טוט נאר אזויפיעל וויי, וויפיעל ער נעמט עס אהן ערנסט און נעמט עס צום הארצן, והא ראיה אנדערע מיט די זעלבע\ארגערע ווייטוג דרייען זיך אין פריידען.

דיסקלעימער: די דאזיגע מעדעצין איז נישט אויספראבירט אויף גאר ערענסטע (severe) ווייטוגען. ווי אויך איז עס נישט צו זיך ארויסדרייען פון זיין מפשפש במעשים.

זבולון האקט
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 956 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:26 pm

פרייוויליג האט געשריבן:איך בין אמאל געווען ביי א שיעור פון הגר״א מיללער זצ״ל, און ער האט געענטפערט אויף א קשיא, וואס פעלט אויס דאס לעבן, עס איז פיל מיט צער און פלאג, טוב מותי מחיי, וויאזוי קען מען דאס אויסהאלטן? האט ער געענטפערט אין זיין קורצע תשובה: ״אויב דו וועסט אפוועגן די תענוגים קעגן צער, וועט די תענוגים אייביג איבערוועגן; אייביג איז דא מער גוטס ווי שלעכטס אויף דער וועלט״ עכ״ד.

מי אנוכי: ווער בין איך אז איך זאלל מכריע זיין אדער אפילו אריינלערנען פשט אין ר' אביגדור מיללער'ס זצ"ל ווערטער. אבער לפענ"ד האט ער געמיינט צו זאגן אויב א מענטש איז אן אפטימיסט. דאס הייסט ער לעבט מיט ביטחון. און ער האפט ביי א יעדע סיטואציע אז ס'וועט ארויסקומען גוט. (פארשטייצעך, נאך טון די ריכטיגע השתדלות). לעומת דעם פעסימיסט. וועלכער זעהט אייביג אלעס אין שווארצע, טונקעלע קאלירן. און ער האט גרויסע פארלאנגען. איז ער אייביג פול מיט טענות אויף די גאנצע וועלט. ס'גייט אויך אריין אין דעם וואס די משנה אין מסכת אבות זאגט..."הרודף אחר הכבוד, הכבוד בורח ממנו. הבורח מן הכבוד, הכבוד רודף אחריו"...!
נאר צו צו קומען צו מידת הביטחון דארף מען לערנען מוסר ספרים. ספעציעל דעם שער הביטחון אין ספר חובות הלבבות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:34 pm

זבולון האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:איך בין אמאל געווען ביי א שיעור פון הגר״א מיללער זצ״ל, און ער האט געענטפערט אויף א קשיא, וואס פעלט אויס דאס לעבן, עס איז פיל מיט צער און פלאג, טוב מותי מחיי, וויאזוי קען מען דאס אויסהאלטן? האט ער געענטפערט אין זיין קורצע תשובה: ״אויב דו וועסט אפוועגן די תענוגים קעגן צער, וועט די תענוגים אייביג איבערוועגן; אייביג איז דא מער גוטס ווי שלעכטס אויף דער וועלט״ עכ״ד.


איך מיין אז דאס אליינס אז די תענוגים זאלן איבערוועגן די צער, איז אויך געוואנדן אין דעם צוגאנג צום לעבן אין אלגעמיין. עס זענען דא ליידער מענטשן וואס האבן נאכנישט געפונען קיין באדייט אין זייער לעבן, און די מענטשן ענדזשויען אויך נישט די תענוגים.

לדעתי האט ער געמיינט צו זאגן, תענוגים: בריאת הגוף והנפש, ראיה, נשימה, שמיעה, ריח, בית, שכל, אשה וילדים, פרנסה, אינפיניטי..

אודאי האט יעדער שוועריקייטן ויסורים, זה בכה וזה בכה. אבער רוב פון די זאכן וואס איך האב אויבן אויסגערעכענט האבן מענטשן, און מען ווייסן נישט גענוג די חשיבות ביז עס ווערט כמוצא שלל, אויב מען פאלירט עס ח״ו. די יסורי הנפש וצער איז גארנישט קעגן די ענדלאזע קייט פון טוב והנאה.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

ועכשיו שנברא

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג אוגוסט 07, 2016 10:43 pm

איך ווער צידרייט פאר דעם @זבולון און לאו דוקא פאר זיינע מאמרים נאר דייקי פאר די יסודת וואס פאלט אריין בתוך דבריו כמשיח לפי תומו

איך וואלט געקענט ענטפערן אז דאס גאנצן לעבן איז נישט מער ווי א שפיי קעגן דעם טרקלין וואס ווארט אונז אפ אויבן, אבער איך גלייך נישט דעם ענטפער. אונזער תורה איז נישט קיין תורת מוות, מיר ציהלן נישט צום טויט, די אידישע תורה איז א תורת חיים, א תורה וואס געבט אונז אינסטראקשנס אין לעבן, ווי אזוי צו לעבן אונזער פרוזדור מיט א רואיגקייט און א געשמאק. נישט אומזיסט טרעפן מיר נישט קיין רמז אין תורה שבכתב איבער יענער טרקלין, עס זעהט זיך אויס אז די תורה איז נישט נאר געגעבן געווארן צוליב יענעם טרקלין.


ביטע כאפט א בליק אויף די דברים ברורים און אזוי נישט מיר נישט דיר פארענפערט א קשיא וואס כל גדולי עולם מיטשן זיך (מדוע עוה״ב לא מוזכר בתורה)
און כלאחר יד אהיים געשיקט א משנה אין אבות , און מיט פולע רעכט..
זבולן טייערע די מיסט מיר מגלה זיין פין וועלעכע רבי די האסט מקבל געווען תורה..
כל הפורש ממך כפורש מן ה״חיים״.
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 07, 2016 11:07 pm

יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:איך ווער צידרייט פאר דעם @זבולון און לאו דוקא פאר זיינע מאמרים נאר דייקי פאר די יסודת וואס פאלט אריין בתוך דבריו כמשיח לפי תומו

איך וואלט געקענט ענטפערן אז דאס גאנצן לעבן איז נישט מער ווי א שפיי קעגן דעם טרקלין וואס ווארט אונז אפ אויבן, אבער איך גלייך נישט דעם ענטפער. אונזער תורה איז נישט קיין תורת מוות, מיר ציהלן נישט צום טויט, די אידישע תורה איז א תורת חיים, א תורה וואס געבט אונז אינסטראקשנס אין לעבן, ווי אזוי צו לעבן אונזער פרוזדור מיט א רואיגקייט און א געשמאק. נישט אומזיסט טרעפן מיר נישט קיין רמז אין תורה שבכתב איבער יענער טרקלין, עס זעהט זיך אויס אז די תורה איז נישט נאר געגעבן געווארן צוליב יענעם טרקלין.


ביטע כאפט א בליק אויף די דברים ברורים און אזוי נישט מיר נישט דיר פארענפערט א קשיא וואס כל גדולי עולם מיטשן זיך (מדוע עוה״ב לא מוזכר בתורה)
און כלאחר יד אהיים געשיקט א משנה אין אבות , און מיט פולע רעכט..
זבולן טייערע די מיסט מיר מגלה זיין פין וועלעכע רבי די האסט מקבל געווען תורה..
כל הפורש ממך כפורש מן ה״חיים״.

דער מהר״ל אין די הקדמה פון גבורת ה׳, האט א פשוט׳ע הסבר פארוואס עס ווערט נישט דערמאנט עוה״ב אין די תורה. אין א לענגערע שיינע שמועס איז ער מסביר וויאזוי די שכל פון א מענטש ארבעט. ער זאגט אז א מענטש קען נישט משיג זיין א השגה וואס איז נבדל ממנו לגמרי. ער קען נאר משיג זיין השגות וואס קענען האבן א שיכות מיט אים. און דאס נעמט אריין נאר זאכן וואס זענען במציאות דא אויף דער וועלט. דעריבער, וויבאלד די תורה איז געשריבן געווארן דורך נבואה, און נבואה גייט אויך מיט די מהלך; און וויבאלד עוה״ב איז נבדל פון אונז לגמרי, איז דאס נישט מעגליך משיג צו זיין. אפילו א נביא האט נישט געהאט קיין השגה פון Afterlife. און מיט דעם קענען מיר אויך פארשטיין פארוואס די עונש של גיהנם כאפט זיך נישט ארויף אויפן מענטשנס שכל. אפילו מען וועט איינזעצען אז דאס רעדט זיך פון א עכטע פייער, וועט דאס א מענטשליכע מוח נישט קענען איינזאפען, וויבאלד דאס איז נבדל לגמרי ממני.

דאס איז די בעסטע הסבר וואס איך האב נאר אמאל געקענט הערן אויף דעם געביט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פרייוויליג אום מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:06 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך זבולון » זונטאג אוגוסט 07, 2016 11:10 pm

דער מהר"ל'ס ווערטער קען ווערן אפלייעד צו הלכה למעשה אויך, און דאס איז וואס איך האב געשריבן.

ווייל אויב א נביא קען נישט באגרייפן Afterlife אפילו אין זיינע העכסטע מצבים, על אחת כמה וכמה א בן נביא קען עס נישט באגרייפן. ממילא כאטש מיר גלייבן באמונה שלימה אז עס עקזיסטירט אן Afterlife, אבער די תורה איז א תורת חיים פאר די אקטועל לעבן וואס מיר זענען דערין יעצט און מיר קענען באגרייפן, ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 917 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:08 am

יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:איך ווער צידרייט פאר דעם @זבולון.

איך אויך!

און לגבי ר"א מילער, איך האב אסאך געלערנט זיינע ספרים און איך קען גוט זיין שיטה, פארט קען איך נישט גענצליך צושטימען צו אים, וכבודו במקומו מונח. נוח לו לאדם שלא נברא בלייבט א פאקט, אפגעזען ווי אזוי דו פרובירסט עס צו פארענטפערן. עס איז פאראן מער שאנסן צו זינדיגן (מהרש"א שם), עס זענען פאראן מער שווערע צייטן אין לעבן ווי גוטע, און דריי מיר נישט קיין קאפ אז דאס לעבן איז גוט ווייל מען האט אויגן מען קען זעהן, זיין בלינד איז ערגער, קאמאן, תנחומין של הבל, וועמען וויל מען פאררעדן די ציין, ווען דוד המלך שרייבט ימי שנותינו כו' ורהבם עמל ואון האט ער געמיינט אויכעט די נישט בלינדע....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:25 am

שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט דיר 100%. כאטש איך האלט עולם ומלואו פון ר' אביגדור מיללער זצ"ל. און איך האב זייער שטארק ליעב צו הערן זיינע שיעורים און מוסר שמועסן, ביניך (מי אנוכי) נישט מסכים מיט זיין אפשאצונג אויפ'ן האלאקאוסט. און זיין נתינת טעם פארוואס ס'איז געקומען. כמו שהסברתי במקום אחר. ווייל ער אליינס אדער איינע פון זיינע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן נישט אדורך געגאנגען דעם האלאקאוסט, קען ער נישט פיהלן בעמקי נשמתו דעם צער און פיין וואס די מענטשן און זייערע קינדער זענען אדורכגעגאנגען. פונקט אזוי ווי הרב יוסף מזרחי (כאטש ס'איז דא א גרויסער מרחק פון איהם צו הרב מיללער) האטציך אויסגעדריקט אויף זייער אן אומריכטיגן און פיינפולן וועג לגבי דעם גאנצן ענין פון האלאקאוסט, וועלכע האט גורם געווען גרויס צער פאר די אידן די איבערלעבערס און זייערע קינדער. אז דער נאוואמינסקער רבי שליט"א האט דאס שטארק פארדאמט און ער האט זיך געמוזט אנטשולדיגן און מודה זיין אז ער האט געמאכט א טעות. דאס איז אויכעט די סיבה ווייל נישט ער און נישט קיינער פון זיין משפחה האבן געשפירט דעם ביטערן טעם פון די נאציס ימ"ש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 9:12 am

זבולון האט געשריבן:דער מהר"ל'ס ווערטער קען ווערן אפלייעד צו הלכה למעשה אויך, און דאס איז וואס איך האב געשריבן.

ווייל אויב א נביא קען נישט באגרייפן Afterlife אפילו אין זיינע העכסטע מצבים, על אחת כמה וכמה א בן נביא קען עס נישט באגרייפן. ממילא כאטש מיר גלייבן באמונה שלימה אז עס עקזיסטירט אן Afterlife, אבער די תורה איז א תורת חיים פאר די אקטועל לעבן וואס מיר זענען דערין יעצט און מיר קענען באגרייפן, ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.

קוק אריין אין די מהר"ל'ס ווערטער, שפעטער אין די פאראגראף, ער זאגט ממש די זעלבע נקודה. ואם שאנו נוכל לומר וכו'
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:43 pm

פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:46 pm

כולי האי ואולי.

ר' מאטל פארציילט אסאך מאל אז דער סטיטשינער רב האט געלערנט מסילת ישרים און געמאכט אזא סיכום בקיצור. שטייט דארט "פרק א - מקום העבודה, בעולם הזה. מקום השכר, בעולם הבא" דאס זאגט דער לוצאטו. האט דער רבי צוגעשריבען הג"ה: ולצדיקים, גם בעולם הזה.

נאר וויאזוי ווערט מען אזא צדיק? אנו אין בידינו לא משלוות הרשעים ולא מייסורי הצדיקים..
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:59 pm

@זבולון זייער הנאה געהאט פון דיין מאמר און איך גלייך דיין פליסיגע שריפט.

איין קושיא, איז עס דען נישט ברור אז אונז זעמיר אראפגעקומען אויף די וועלט ווייל אויב נישט האבן מיר נהמא דכסופא אויף יענע וועלט ?

איך זעה נישט פארוואס ס'איז דא צו צווייפלען אין דעם, ס'איז א תורת חיים ווייל דאס איז א וועגווייזער אויף די וועלט, אבער דאס מיינט נישט אז די שכר פון פאלגן די תורה דארף מען צו קענען פארשטיין מיט אונזער גשמיותדיגע שכל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:02 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:@זבולון זייער הנאה געהאט פון דיין מאמר און איך גלייך דיין פליסיגע שריפט.

איין קושיא, איז עס דען נישט ברור אז אונז זעמיר אראפגעקומען אויף די וועלט ווייל אויב נישט האבן מיר נהמא דכסופא אויף יענע וועלט ?

איך זעה נישט פארוואס ס'איז דא צו צווייפלען אין דעם, ס'איז א תורת חיים ווייל דאס איז א וועגווייזער אויף די וועלט, אבער דאס מיינט נישט אז די שכר פון פאלגן די תורה דארף מען צו קענען פארשטיין מיט אונזער גשמיותדיגע שכל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.


האט שוין משה רבינו בפירוש געזאגט אין חומש וַיְצַוֵּנוּ יְהוָה לַעֲשׂוֹת אֶת כָּל הַחֻקִּים הָאֵלֶּה לְיִרְאָה אֶת ה אֱלֹקינוּ לְטוֹב לָנוּ כָּל הַיָּמִים לְחַיֹּתֵנוּ כְּהַיּוֹם הַזֶּה.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:14 pm

דער הייליגער בארדיטשוב'ער האט זיך צוריק באוויזן במחנינו!

אידן כאפטס ברכות, רפואות וישועות, און בעיקר חקירה ודברי הגות.
ס'איז א שעת הכושר, ושערי חכמה בעיה"ת לעיקוואד פתוחים לכל דורש ומבקש.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15477 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:19 pm

פארשוויגען האט געשריבן:סטיטשינער רב

נאר וויאזוי ווערט מען אזא צדיק?
אנו אין בידינו לא משלוות הרשעים ולא מייסורי הצדיקים..

אלא מאי מוז מען זאגן אז דער אנו אין בידינו איז געזאגט געווארן אויף קאצק און איז'ביצא, אבער דער סטוטשינער האט שוין געהאלטן אסאך ווייטער... עטס דארפטס נאר טוען זיין די סטוטשינער האניג לעקעך אין קינדעל... וועט אייך שוין גוט זיין
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:10 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:@זבולון זייער הנאה געהאט פון דיין מאמר און איך גלייך דיין פליסיגע שריפט.

איין קושיא, איז עס דען נישט ברור אז אונז זעמיר אראפגעקומען אויף די וועלט ווייל אויב נישט האבן מיר נהמא דכסופא אויף יענע וועלט ?

איך זעה נישט פארוואס ס'איז דא צו צווייפלען אין דעם, ס'איז א תורת חיים ווייל דאס איז א וועגווייזער אויף די וועלט, אבער דאס מיינט נישט אז די שכר פון פאלגן די תורה דארף מען צו קענען פארשטיין מיט אונזער גשמיותדיגע שכל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.


נהמא דכסופא איז נישט קיין explaination עס איז סך הכל א משל.

לפי האמת אויב דער באשעפער וויל אונז זאלען האבן א גוט לעבן קען ער אונז מהנה זיין מיט זיו השכינה אן די בושות אויך.

ס'קומט צי זאגען אז ס'דא א תכלית פאר די בריאה וואס אונז קענען נאכנישט ארויסהאבן אזוי ווי די פירסט אויס כי לא מחשבותי מחשבותיכם.
דאס האט אבער צי טוהן מיט תכלית און כונת הבריאה פארוואס מ'וואלגערט זיך דא, אבער נישט מיט גוטס און שכר אדער צי ס'לוינט זיך, וואס אויף דעם איז דער נמנו וגמרו אז ס'קען זיין גוט אבער ס'איז נישט נח.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

הודעהדורך אפשר » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:17 pm

וואלווי האט געשריבן:
נהמא דכסופא איז נישט קיין explaination עס איז סך הכל א משל.

לפי האמת אויב דער באשעפער וויל אונז זאלען האבן א גוט לעבן קען ער אונז מהנה זיין מיט זיו השכינה אן די בושות אויך.

ס'קומט צי זאגען אז ס'דא א תכלית פאר די בריאה וואס אונז קענען נאכנישט ארויסהאבן אזוי ווי די פירסט אויס כי לא מחשבותי מחשבותיכם.
דאס האט אבער צי טוהן מיט תכלית און כונת הבריאה פארוואס מ'וואלגערט זיך דא, אבער נישט מיט גוטס און שכר אדער צי ס'לוינט זיך, וואס אויף דעם איז דער נמנו וגמרו אז ס'קען זיין גוט אבער ס'איז נישט נח.


געהערט אמאל א הסבר פון הגאון ר' מרדכי בעכער אז די געדאנק פון נהמה דכיסופא איז אסאך טיפער ווי אויבן אויף. פשט איז נישט אז גאט קען אונז נאר געבן א הנאה וואס מען האט אליינס פארדינט, נאר פשט איז אז די גאנצע עולם הבא איז דאך א relationship מיט הקב"ה, און מען קען נאר אינדזשויען א רילעישענשיפ מיט איינער וואס איז ענדליך צו דיר, ממילא אויב די שכר קומט אומזיסט וואלט מען נישט געקענן הנאה האבן פון די relationship ווייל מיר זענען פונקט פארקערט פון אים, ער איז דאך איינער וואס האט א free will און מיר וואלטן געווען סתם מקבלים.

נקודה למחשבה!
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:50 pm

אפשר האט געשריבן:געהערט אמאל א הסבר פון הגאון ר' מרדכי בעכער אז די געדאנק פון נהמה דכיסופא איז אסאך טיפער ווי אויבן אויף. פשט איז נישט אז גאט קען אונז נאר געבן א הנאה וואס מען האט אליינס פארדינט, נאר פשט איז אז די גאנצע עולם הבא איז דאך א relationship מיט הקב"ה, און מען קען נאר אינדזשויען א רילעישענשיפ מיט איינער וואס איז ענדליך צו דיר, ממילא אויב די שכר קומט אומזיסט וואלט מען נישט געקענן הנאה האבן פון די relationship ווייל מיר זענען פונקט פארקערט פון אים, ער איז דאך איינער וואס האט א free will און מיר וואלטן געווען סתם מקבלים.

נקודה למחשבה!

זייער שיין. ווער איז דער ר' מרדכי בעכער?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 956 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:15 am

ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2275
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1791 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:27 am

א דאנק
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 956 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:53 pm

זבולון האט געשריבן:נוח לו לאדם שלא נברא משנברא



ועכשיו שנברא... זאהל ער זיך מאכען פאר א רבי, און גיין גנב'נן
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט