ועכשיו שנברא

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

ועכשיו שנברא

שליחה דורך זבולון »

נוח לו לאדם שלא נברא משנברא

איך האב נעכטן געהאט א שמועס מיט א פריינד איבער דברים העומדים ברומו ובתחתונו של עולם, ווען מיין פריינד טענה'ט אז ער זעהט נאכנישט איין די גרויסע מעלה פונעם לעבן בכלל, זאגנדיג אז אויב וועלן מיר צוזאמשטעלן די פעין און מוטשעניש וואס א מענטש מאכט מיט אין זיין גאנצן לעבן קעגן די איינצעלנע קארגע מינוטן וואס ער ענדזשויעט דעם לעבן, וועט די ערשטע גאנץ גרינג אראפוועגן דעם וואגשאל.


אין זיינע ווערטער: "גאט האט אונז אראפגעשיקט אין א דזשונגעל, א לעבן פול מיט פיין און ייסורים, צו דעם אלעם האט ער אונז אריינגעפלאנצט א פארשאלטענעם אינסטינקט אז מיר ווילן אנהאלטן אונזער סורווייוול מיט אלע כוחות אין דעם איבערקערעניש, און מיר מוזן נאך דאנקען 'על חיינו המסורים בידיך', מיר דארפן אים דאנקען און לויבן אויף יעדן אטעם".


איך האב נישט געהאט קיין צופרידנשטעלנדן ענטפער פאר אט די מאדנע טענה, איך וואלט געקענט ענטפערן אז דאס גאנצן לעבן איז נישט מער ווי א שפיי קעגן דעם טרקלין וואס ווארט אונז אפ אויבן, אבער איך גלייך נישט דעם ענטפער. אונזער תורה איז נישט קיין תורת מוות, מיר ציהלן נישט צום טויט, די אידישע תורה איז א תורת חיים, א תורה וואס געבט אונז אינסטראקשנס אין לעבן, ווי אזוי צו לעבן אונזער פרוזדור מיט א רואיגקייט און א געשמאק. נישט אומזיסט טרעפן מיר נישט קיין רמז אין תורה שבכתב איבער יענער טרקלין, עס זעהט זיך אויס אז די תורה איז נישט נאר געגעבן געווארן צוליב יענעם טרקלין.


ועכשיו שנברא

דער מציאות איז אז מיר געפונען זיך אין דעם מצב אז מיר זענען שוין באשאפן געווארן, און מיר האלטן נאכנישט ביים קאמיטן סועסייד, איז עס טאקע נאר צוליב די האפענונג אז מארגן וועט זיין בעסער? מיר לויפן נאך דעם מארגן וואס וועט קיינמאל נישט אפיהר קומען? איז אונזער גאנצע לעבן נישט מער ווי א האפענונג צו א צוקונפט וואס ווערט קיינמאל נישט פארווירקליכט?

דער איז'ביצער אין מי השילוח (ליקוטים על הש"ס, עירובין י"ג, ב) איז מדייק אז עס שטייט נישט "טוב" לו לאדם שלא נברא, נאר "נוח" לו לאדם שלא נברא. דאס הייסט עס איז גרינגער און באקוועמער אבער לאו דוקא בעסער. דא ליגט בעצם באהאלטן די תשובה, גרינג און באקוועם איז לאו דוקא גוט, שווער און פיין איז לאו דוקא שלעכט. און דאס איז טאקע וואס איז די מטרה פון די בריאה, דעם אי-נוח לו לאדם שנברא.

אינערליכע סיפוק געפיהלן (ווי למשל פארשטיין גוט א שווערע שטיקל תוספות, העלפן א צווייטער מענטש, אדער להבדיל סאלוון א שווערע טשאלענדזש) שטייגט געווענליך איבער מאטריאליסטישע הנאות. ווען א מענטש לעבט אויף דער וועלט מיט פארקערט פון "נוח", ער איז נישט געקומען צו באקוועם ווערן, נאר צו באקוועם מאכן אנדערע, ער פיהלט אז ער טוהט עפעס אויף אויף די וועלט, זיין עקזיסטענץ אויפן יוניווערס איז נישט איבעריג, דעמאלס האט ער הנאה פון יעדע מינוט וואס ער עקזיסטירט, ער מעג האפן פאר נאך א בעסערע צוקונפט, אבער זיין צופרידנהייט איז נישט פון א צוקונפט נאר פון די יעצטיגע מינוט וואס ער לעבט.

מען קען נעמען עטליכע דוגמאות פון פיגורן אין די היסטאריע וואס האבן נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין לעבן פון א מאטריאליסטישע בליק, אבער קיין איין שלעכטע טאג פון א ספירטואלע בליק. איינס פון זיי איז א לעבעדיגע היינטיגע דוגמא: פראפעסער סטיווען האוקינג, איך וועל נישט דא אנפיהלן דעם ארטיקל מיטן באשרייבן זיין לעבן, (הלא הם כתובים בספר דברי הימים "מיי בריעף היסטערי"), אבער אין קורצן, רעדן מיר דא פון א מענטש וואס ביי זיין עלטער פון 21 יאהר איז ער געווארן דיאגנאזירט מיט די שרעקליכע מחלה פון "עי. על. עס.", ווען די דאקטוירים האבן אים געגעבן א לעבנס ערווארטונג פון נישט מער ווי צוויי יאהר, אבער ער האט עס איבערגעלעבט מיט א שמיץ אריבער, זיין קערפער האט צוביסלעך אויפגעהערט צו פונקציאנירן, ווען זיינע מאסלס זענען געווארן שוואכער און ווייכער, ער איז געווארן א פיזיש באגרעניצטער מענטש אבער א גייסטיש אומבאגרעניצטע נשמה, ער האט ווייטער געשטיגן אינעם לייטער, און איז באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע לעבעדיגע פיזיקערס איבער די וועלט, צוגעבנדיג פאר די סייענטיפישע וועלט אן א שיעור מיט גאונ'ישע אויסטרעפונגען, געשריבן עטליכע וואונדערבארע ביכער, און האט געווינען א שיינע צאל פון אלוועלטליכע פרייזן.

דאס איז א דוגמא פון א לעבן וואס ברענגט אינערליכע סיפוק, און וועגט איבער אלע מאטריאליסטישע געברויכן און הנאות. בשעת ווען מאנכע האבן ליב צו שפאקולירן ווי אזוי האוקינג האט פיזיש איבערגעלעבט די צענדליגער יאהרן וואס ער מוטשעט זיך מיט די שרעקליכע מחלה, מיין איך איז אסאך מער אינטרעסאנט צו לערנען ווי אזוי ער האט גייסטיש געקענט אדורכלעבן אזא לעבן, וועלכע אינערליכע געדראנג האט געטריבן זיין עקשנות צו באווייזן אזעלכע דערגרייכונגען.

דער מענטש איז א חיה וואס זוכט מיינונג אין זיין לעבן, די איינציגסטע באדייט וואס א מענטש קען טרעפן אין לעבן איז ווען ער האט א ציהל וואו ער וויל דערגרייכן, ווי ניטשה פלעגט זאגן "דער וואס האט א 'פארוואס' וואס צוליב דעם לעבט ער, קען איבערלעבן יעדע סארט 'ווי אזוי' צו לעבן". ווען א מענטש האט א באדייטנדע ציהל אינעם לעבן, וועט ער קענען איבערלעבן די שווערסטע אומשטענדן מיט די גרעסטע צופרידנהייט און רואיגקייט.

דאס איז די תורת חיים וואס מיר זענען געווארן געשאנקען, דאס געבט אונז א אמת'ע אינערליכע באדייט אין אלע אספעקטן פון אונזער לעבן, מיר פיהלן אז מיר זענען דא אויף דער וועלט מיט א ציהל עס צו פארבעסערן און פאררעכטן, יעדער לויט זיינע כשרונות און טאלאנטן קען זיך אוועקשטעלן א ציהל צו עררייכן.

----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

[left]National Suicide Prevention Lifeline

Call 1-800-273-8255
[/left]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זבולון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר