וואס איז דע דעפינישן פון סוקסעס

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 251 מאל

וואס איז דע דעפינישן פון סוקסעס

שליחה דורך אייז קריעם »

מען קומט אריין צו א חתונה, ווי שטייען דאס מערסטע מענטשן? ביי די מוזיק. טאמער איז דא א גרופעע זינגערס, שטייען האלב פון די געסט דארטן אין אמאל אפילו נישט געלאדנטע קענען זיך אהינשטעלן קוקן. לכאורה מיינט דאס אז דער זינגער/זינגערס זענען סוקסעספול, לכל הפחות אינעם פעלד פון זינגען.

ווי העט זיין אז איך זאל וויסן אז יענער זינגער וואוינט און זיין מאמעס בעיסמענט און איז אלס געווען א לא יוצלח? הא קעירס, למעשה ער לייגט אראפ א שטיקל אויפן טאהן אין ביעט און דעטס אלל דעט קאונטס.

די זעלבע זאך איז מיט יעדע פעלד. עס קען זיין א רב און א גרויסע קהילה און א גרויסער תלמוד חכם און א געשליפענער רעדנער, אבער זיינע קינדער זענען אומגעראטן אזש מען קען חאלישן צו קוקן אויף זיי. (איך כאפ נישט אן דא דע נושא פון געלט, פשוט ווייל מענטשן שארן זיך צו צי א גביר טאמער וועט זיך אויף זיי אנראבן אפאר גראשן).

יעצט, ווען די פרעגסט ווען א חשובער יוד וועגן דעם זינגער וועט ער דיר זאגן וואס פארא לוזער דער איז און עס אינטערעסירט עם בכלל נישט. משא"כ אויף דעם סוקסעספולן רב וועט ער פארקיקן אויף דע פאקט אז זיין שטוב איז זיבורית שבזיבוריות. איי עפעס מיז דאך דארטן ראנג זיין, הא קעירס.

טא מיין שאלה איז, פון א יודישן שטאנדפונקט, ווען קיקט מען אויפן גאנצט פיקטשער און ווען נישט?

פערזענליך, ביי מיר איז א סוקסעס אפילו א באס דרייווער וואס האט א שיעור צויי מאל א טאג, האט א רעדי שמייכעל פאר עני באדי און האט א פיינע well rounded שטוב, שלום בית, קונדער, וכו. אבער ביים היימישן ציבור איז אזא איינער ווערט א פייג.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר