שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

מחשבה, השקפה ועיון

שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:00 pm

פארווארט.

בין כסא לעשור בין איך געשטיגן אין מדריגות, ביז איך האב זיך דערדראפעט צום דרגה פון זיין א מבין שיחת עופות. האבנדיג דעם פאך אין די האנט, האב איך מיך מיטגעכאפט אויף א טרעילער צו הערן ווי די הינדלעך שמועסן צווישן זיך, בסוד שיח שרפי קודש.

צו מיין נישט-וואונדער, האב איך געזען אז מותר האדם מן התרנגול אין, און פונקט ווי ביינונז פארמאגן זיי די ארבעה בנים שכנגדם דיברה התרנגולת. ס'דא דער חכם וידען, ס'דא דער נייגעריגער אומוויסנדער, און ס'איז דא דער נארישער תם-קאפ, פונקט ווי ביים עולם האנושי. א שמועס צווישן די אלע סארטן הינדלעך, האט געצויגן מיין נייגער און עס האט זיך ארויסגעשטעלט היבש אינטרעסאנט.

מחמת חיבת הקודש בין איך מעתיק די רזי דרזין וואס זענען דארט אדורכגעטון געווארן, מתוך צלילה בכל התורה כולה ובשבע חכמות.


שיחת קודש, שיחה א'.

דרך ארץ קדמה לתורה.

סעדיה תם: ר' יאנקל, ס'איז אביסל הייס אין טראק, צושטופט, און א לאנגע רייזע. עפעס איז עס מער אומבא'טעמ'ט ווי געווענליך.
יאנקל חכם: נישט געפערליך.
סעדיה תם: וואס הייסט 'נישט געפערליך'? כ'האלט עס קוים אויס. וואס איז פשט פון אזא מאדנע נסיעה?
יאנקל חכם: ווען דו וואלטסט געוואוסט וואו די דעסטינאציע וועט זיין, וואלטסטו פארשטאנען פארוואס ס'איז נישט געפערליך.
ופסי: וואס הייסט? מ'גייט אונז מער נישט הייסן מטיל ביצים זיין צוואנציג מאל אין טאג? מ'גייט אונז לאזן גיין אין א רעגולערע פארם?
יאנקל חכם [לאכט זויער]: הלואי! איך זאג אז די נסיעה איז נישט געפערליך, קעגן די געפערליכקייט וואס וועט אונז אפווארטן ביים דעסטינאציע.
ופסי [באזארגטע מינע]: דו דערשרעקסט מיר! וואס גייט געשען? וואו אהין גייען מיר?
יאנקל חכם: איך האב געהערט פון די עלטערע טשיקענס, אז בערך די צייט אין יאר קומען אפאר באבערדלטע מענטשן און פירן דורך א בלוט באד אויף אונזער פאמיליע. זיי אליינס האבן זיך געראטעוועט דורכן מאכן אן אנשטעל אז זיי זענען שוין כמעט טויט, און ס'איז א שאד צו פארלאזן א קויל/מעסער אויף די טשיקענס [זיי רופן עס 'א טריפה']. זיי זענען צוריק צום פארם מודיע זיין פאר די אנדערע וואס ס'ווארט זיי אפ.
סעדיה: וואאאאאאאס?! דו מיינסט עס ערנסט? כ'מיין אז זיי זענען פשוט געווען בעלי דמיון, פאנטאזירער פונעם ערגסטן סארט. אפשר האבן זיי געוואלט באקומען אפאר עקסטערע קערנדלעך פון זייערע חברים מצד רחמנות. דו גלייבסט זיי?!
יאנקל: מ'קען קיינמאל נישט וויסן, אבער זיי האבן געגעבן א סימן: אויב די וועג דויערט פיל לענגער ווי געווענליך, מיינט עס אז מ'איז אויפן וועג צום מאסן שחיטה. דערפאר האב איך מורא אז ס'איז אמת, דער סימן שטימט.
פלטיאל: חברה, ענק דערמאנען מיך שוין פון די מענטשן אליינס, זיי דערציילן אויך עפעס ענליכעס וואס זיי זענען אריבער צענדליגע יארן צוריק. ס'ארבעט נישט אזוי, מיר וואלטן זיך נישט געלאזט יאר-יערליך גיין ווי שאף צום שחיטה.
סעדיה: מ'קען מיינען אז מיר ווערן נישט גע'בוטשער'ט אזוי אויך אויף א טאג-טעגליכע באזיץ. פונעם אייער ארויס זאגט אונז כסדר די מאמע אז 'סוף התרנגול לשחיטה', און כאפ אריין וויפיל דו קענסט להמשיך הדורות. וואס איז עפעס אזוי שלעכט דא?!
יאנקל: הא הא, די שחיטה איז דאס זעלביגע איבעראל. די שאלה איז נאר וויפיל מ'וועט אונז פייניגן בעפאר דעם. די פליטים האבן פאראיאר דערציילט, אז אנקומענדיג אין קאנצענטראציע לאגער האט זיך אנגעהויבן א קייט פון פיין און געוואלדטאטן, אז זיי האבן זיך געוואונטשן דאס טויט.
ופסי: מאאאאאאמי! איך ציטער!!! וואס טוען די שלעכטע מענטשן?
יאנקל: זיי לאזן אונז הונגערן צום טויט, פשוט כפשוטו. חוץ מזה, לאזן זיי אונז שימלען אין די פיצעלע בהמה-וואגאנען צאמגעדריקט און צאמגעקוועטשט, אז דאס אליינס ברענגט אסאך פאטאליטעטן נאך בעפאר די מאסן מארד הייבט זיך אן. דארט דארפן מיר טון אונזערע באדערפענישן, און ניטאמאל קיין טעפל געבט מען אונז דערפאר. אזוי אויך, לאזן זיי אונז פרירן צום טויט, וויבאלד זיי לאזן אונז אפטמאל איבער אין אפענע וואגאנען ווען אינמיטן נאכט ווערן מיר פארפרוירן צום טויט אדער גאר דורכגעווייקט פון א גאס רעגן. [דאס איז גראדע די איינציגסטע מעלה פון זיין אזוי צונויפגעדריקט, אז מ'האלט זיך כאטש אביסל ווארעם]. ס'ווערט נאר גרויזאמער מיט יעדן פארבייענדן מינוט.
פלטיאל: ווער נאך גלייבט די שטותים? מיר פארן דערווייל אין א באקוועמע טראק, ארומגענומען מיט משפחה און גוטע פריינט. כ'שפיר מיך העכסטס פארזיכערט.
סעדיה: איך גלייב גראדע יא, עפעס זאגט מיר מיין הארץ פאר א שוידערליכער אומגליק. יאנקל, דערצייל ווייטער.
יאנקל: נאך אפאר פיינפולע טעג, נעמט מען אונז ארויס האלב טויט, און מ'דרייט אונז ארום מענטשנס קעפ. אפטמאל ווייבער און קינדער. איך ווייס נישט וויאזוי זייער הארץ ווערט נישט צופיצלט פון רחמנות ווען זיי זעען אונזער פיינפולע מצב.
זיי פארשטייען ניטאמאל, אז נאכן ליגן צוקוועטשט פאר אפאר טעג וואו מ'קען ניטאמאל מאכן הכנות, איז די ערשטע זאך וואס מיר שפירן פריי צו טון - פטור ווערן פון די אפפאל, ארויף אויפן קאפ פונעם מענטש.
נאכמער, זיי דרייען אונז ארום ניין מאל ארום דעם קאפ - נאכן זיין צוקוועטשט אפאר טעג, אוודאי ווערן מיר דיזי און מיר זענען מטיל צרורות. מיר טוען דאס אבער אלס אויפשטאנד, ווי א נקמה פורתא אין אונזערע בעסטיאלישע באצוואונגער.
די פרויען און קינדער, וואס וואלטן געדארפט האבן מער מיטגעפיל מיט אונזער נעבעכדיגע לאגע, און זענען פאקטיש נאר פארנומען אז זייער האר/שייטל זאל נישט צוגערירט ווערן, האבן מיר א באזונדערע הנאה אנצושפריצן. דאס אלעס האב איך מקבל געווען פון די פליטים וואס האבן זיך געראטעוועט, ווי פריער דערציילט.
ופסי: אקעי, אבי מ'הרג'עט אונז נישט.
יאנקל: דו מאכסט מיר שוין נערוועז. כ'האב דיר געזאגט אז דאס אלעס איז נאר אן הקדמה צו ווען מיר ווערן געפירט צום שחיטה. לאמיך טאקע אויספירן די באריכט פון די געראטעוועטע: נאכן ארומדרייען דעם קאפ, געבן זיי אונז א שטויס מורמלנדיג 'מיר צום לעבן און דיר צום טויט' מיט אזא קאלטבלוטיגקייט. שפעטער ווען מיר קומען אן צום גרויזאמען שוחט, שמעקן מיר און מיר זעען בלוט גיסן פון אלע זייטן. דאן דארפן מיר צווזען מיט די אייגענע אויגן ווי אלע אונזערע באקאנטע ווערן אויסגע'שחט'ן, און אריינגעווארפן ווי א נבילה סרוחה אין געלע קאנעס. צולעצט מארדעט מען אונז אויך אויס. ה' ינקום דמינו.
פלטיאל: אזא שיינע האראר-סטארי האב איך שוין נישט געהערט פאר א גוטע פאר חדשים. וועלכע הינדל האט אזא גוטע כח הדמיון?...
ופסי: איך קען עס אויך נישט גלייבן. ווייסטו וואס, איך 'וויל' עס נישט גלייבן, אבער איך ציטעעעעעעעער.

א דערדריקנדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט צווישן די גרופע הינדלעך. אזא מצב פון 'מאמין ואינו מאמין שיבוא מבול'.

***
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15241 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:01 pm

אין א צווייטן ווינקל האב איך געזען אפאר לומד'ישע הינדלעך, פארפירן א טיפזיניגע שמועס מיט מראי מקומות און ידענות מופלגת. כ'בין געווען שאקירט פון זייער בקיאות אין לערנען, הגם - ווי ביי מענטשן - זענען דא געוויסע 'קוועטשערס', געוויסע אויבערפלעכליכע, און געוויסע אויסגעבויטע לומדים.

אמרתי אשיחה וירווח לי, מהם ומהמונם ילמד האדם, לך אצל התרנגול - עצל!


שיחת קודש, שיחה ב'.

תורת ה' תמימה.

גדיאל בקי: איך האב גערעדט מיט אפאר עלטערע תלמידי חכמים. ענק ווייסן וואו מ'פירט אונז? צום מנהג כפרות!
חרבונה בריסקער: דו רעדסט פון די אלטע מנהג וואס איז מקובל מדור דור פאר א כפרה פאר אידן?
גדיאל בקי: יא, הגם לדעתי איז עס א מנהג שטות.
חרבונה בריסקער: דער טאטע האט זיך געלאזט גיין צום שחיטה מיט א שמחה, זאגנדיג 'איך האב די זכיה אומצוקומען פאר אזא חשוב'ע מצוה'. און דער טאטע איז געווען א גאון אדיר כידוע, נו אויב אזוי קען עס נישט זיין קיין מנהג שטות.
תרנגולת נביאה: ס'איז נישט קיין סתירה, דיין טאטע האט געוואוסט די נימוקים פארוואס ס'איז א מנהג, אבער ער איז געווען פארנומען נאר מיט געוויסע ראשונים, איגנארירנדיג די שיטת הגאונים אז ס'איז גאר ערגער פון א מנהג שטות. ס'איז גאר דרכי אמורי רח"ל.
גדיאל בקי: איך האב אויך אמאל געהערט דערפון, אבער ס'קען נישט זיין אז פונקט דא האבן די אידן אנגענומען אזא גוי'אישע מנהג.
תרנגולת נביאה: דו זעסט היינט ארטאדאקסיע, וואס האט שוין מער-ווייניגער אנגענומענע נארמען און אייגענע מנהגים. אבער טויזנט יאר צוריק, זענען אידן פיל מער נשפע געווארן פון זייערע שכנים, ווי וואויל באקאנט פאר אלע חוקרים.
לקיש חריף: איך ווייס נישט פארוואס דו קריכסט אזוי ווייט. די לעצטע פאר הונדערט יאר זענען גאר אסאך גוי'אישע זאכן געווארן אן אינטעגראלער חלק פון אידישקייט, פון א פייער אום ל"ג בעומר ביז גיין צו קברי צדיקים, פון לייגן רויטע בענדלעך ביז נישט לאזן א קינד קוקן אין שפיגל ביז ער איז א יאר אלט. אידישקייט איז אייביג באאיינפלוסט געווארן פון שכנים.
חרבונה בריסקער: די שמועס דא גרעניצט מיט אפיקורסות, און לקיש'ל, נאך אין בויסק האט שוין דער טאטע מעיד געווען אז דו ביזט אן אפיקורס - טראץ דיין אזויגערופענע גאונות.
תרנגולת נביאה: לערן אביסל ספרי קדמונים וועסטו זען אז זיי זענען אלע געווען אפיקורסים לשיטתך, אבער לאמיר נישט פארקריכן, מיר רעדן דא פון מנהג כפרות.
גדיאל: ר' חרבונה, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין. אפילו אויב מיר וועלן נישט אננעמען די ווערטער פון תרנגולת און לקיש, אז עס איז מדרכי אמורי, איז עס נאכאלס א מנהג שטות, ווייל - - -
חרבונה [האקט אריין]: אז דער טאטע האט געזאגט אז ער גייט אויף קידוש ה', איז עס נישט קיין מנהג שטות!
גדיאל: לאז אויסרעדן, איך רעד אפילו לשיטתו פון דיין טאטע. דו טוסט נישט דיין טאטע'ס מנהג בכלל.
חרבונה: וואספארא שטותים רעדסטו? מענטשן לאזן זיך קאסטן 16-20 דאלער פער הינדל מקיים צו זיין דעם זעלבן מנהג ווי זייער פאטער, פארוואס זאגסטו אז ס'איז נישט דער זעלבער מנהג?!
גדיאל: כ'וויל דיך פרעגן א פשוטע פראגע. דיין טאטע וואס האט זיך געפרייט צו גיין צום שחיטה, און האט געקרייט שמע ישראל פאר זיין זכיה, וואס האט מען געטון מיט זיין פלייש נאכן כשר'ן?
חרבונה: וואס הייסט? ס'האבן דען געפעלט עניים מרודים אין שטאט בריסק? מ'האט עס פארטיילט פאר די ארימעלייט.
גדיאל: נאך איין קורצע פראגע. דו ווייסט וואס מ'טוט היינט מיט די פלייש נאכן כשר'ן?
לקיש חריף [האקט אריין]: דו מאכסט אן הנחה אז מ'כשר'ט בכלל די פלייש, דו ווילסט דיך נישט פארמעסטן מיט מיר איבער די מאס פלייש וואס גייט גלייך אריין אין מיסטקאסטן!
גדיאל: איך רעד פון די אפיציעלע ווערסיע וואס די כפרה צענטערן פארקויפן. אלנפאלס, נאכן כשר'ן שיקט מען די פלייש קיין קרית יואל וואו זיי פארקויפן עס ווייטער פאר מענטשן. די פלייש גייט ניטאמאל פאר ארימעלייט.
חרבונה: וואס גייט מיך אן וואו די פלייש גייט? איך דארף טון די מנהג פון מיין טאטע, און אז ער האט עס געטון מיט שמחה איז עס אויטאמאטיש נישט קיין מנהג שטות.
תרנגולת נביאה: חרבונה, דו ביזט מגזים! דיין טאטע האט נאר געזאגט זיין דעה נאכן מעיין זיין אין די ראשונים, נישט פון ארבל ארויס צוליב 'מיין טאטע האט אזוי געטון'. בנוגע לענינינו איז זייער פשוט, אז די גאנצע טעם פון שלאגן כפרות איז דאך כדי מזכה צו זיין ארימעלייט מיט פלייש פארן ערב יום כיפור סעודה, וואס דאס וועט זיין א זכות פאר די וואס האבן גע'שחט'ן די כפרה. אבער אויב ס'גייט נישט צו גיין ארימעלייט, דאן איז די גאנצע טעם המנהג בטל, און דערפאר האט גדיאל געזאגט אז היינט צוטאגס איז עס א פשוט'ע מנהג שטות.
לקיש חריף [ציניש]: חוץ אויב דו האלטסט אז די רייכע מוסדות וואס בעטן פארן הינדל אכט הונדערט פראצענט מער פון וויפיל עס קאסט זיי, זענען בגדר 'ארימעלייט'...
גדיאל: דא גייסטו אריין אין מיין צווייטן סיבה פארוואס ס'איז א מנהג שטות. דו כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מויל. לאמיך דיר פרעגן ר' חרבונה, ווען דיין טאטע איז געגאנגען על קידוש ה', וויפיל האט עס געקאסט פארן קונה דיר אפצוקויפן און שחט'ן?
חרבונה: דאס הינדל האט געקאסט א זלאטע, און דאס שחט'ן נאך צוויי זלאטעס. לאמיר זאגן אין היינטיגע וואלוטע אומגעפער דריי דאלער.
גדיאל: אט האסטו, היינט קאסט דאס זעלביגע - איבער פינף מאל אזויפיל געלט! און ווי אויבנדערמאנט, ווייסן מיר נאכנישט אויב דו וועסט בכלל ווערן גע'כשר'ט אדער געווארפן אין מיסט, און אפילו אויב דו וועסט זוכה זיין אז מ'זאל דיר כשר'ן, האסטו נישט קיין שאנס אנצוקומען צום ארימאן. אבער איך רעד פון די מאס געלט, קאטשעניו אין שבת איז אויך מצוות עונג שבת, אבער ווען ס'קאסט צען דאלער א פושקע איז עס א מנהג שטות.
לקיש חריף: דא גייסטו שוין אריין אין די נושא פון מייקר שער, וואס חז"ל און שפעטערדיגע גדולי ישראל האבן אפטמאל גע'אסר'ט צו קויפן פיש לכבוד שבת וויבאלד מ'האט מייקר שער געווען. אויב מ'זאל דאס מצרף זיין דא אויך, קומט אויס אז מיר זענען אפשר מסייע לעוברי עבירה, ווען מענטשן לאזן זיך קאסטן פאר אונז מיט איבערגעטריבענע פרייזן. חרבונה, אפילו דיין בריסקער לייטזעליגער פאטער וואלט געוויינט גייענדיג צום שחיטה, ווען מ'טוט מיט אים אזא עוולה פון ארויספרעסן געלט פון אידישע קינדער וואס שפירן א שעבוד צו מקיים זיין די 'הייליגע מנהג'.
חרבונה: איך מיין אז ענק האבן א גוטע טענה, און דורך ענק ווערט פארענטפערט אן אנדערע לומד'ישע שאלה וואס כ'האב שוין פאר יארן לאנג.
תרנגולת: רבותי, שא! א בריסקע חקירה איז אונטערוועגנס, לאזט אים קומען צום ווארט!
חרבונה: א חידוש, די ווייבער שול מאכט גאר שטיל... איך קלער שוין אפאר יאר, וויאזוי האט דער טאטע געקענט האלטן אז ס'איז א מנהג ישראל עתיק יומין, ווען מיר ווייסן דאך אלע אז ס'שטינקט געפערליך אין די כפרות צענטערן!
גדיאל: נו, איז וואס? קרייען 'שמע ישראל' איז מותר אפילו במבואות מטונפים!
חרבונה: דו ביזט א בקי אבער נישט קיין עמקן. די פראבלעם איז נישט מיט מיין טאטן, נאר מיט די וואס האבן אים ארומגעדרייט ארום דעם קאפ. וויאזוי האבן זיי געמעגט זאגן פסוקים 'בני אדם', ווען ס'איז געווען פול מיט צואת תרנגולים, ס'שמעקט פון זיי אומדערטרעגליך, און ס'איז אסור צו רעדן בדברי תורה? אזוי אויך איז עס סתם אזוי אן איסור חמור פון בל תשקצו! דאס איז לכאורה א מנהג הבא בעבירה, און מיין טאטע וואלט זיכער נישט געזאגט אז ס'איז א מצוה און ער איז מקדש שם שמים.
אבער יעצט איז עס מיר פארענטפערט געווארן, בזמנו איז עס נישט געווען אין ארגאנאזירטע כפרות צענטערן, און ס'איז נישט געווען אזא שמוץ און שטינק, דערפאר האט מען געמעגט זאגן פסוקים און ס'איז אויך נישט געווען קיין בל תשקצו, אויף אזא מנהג קען מען זאגן קדוש יאמר לו. אבער היינט צוטאגס וואלט דער טאטע - וואס איז געווען א שארפער בעל הלכה - געזאגט אז ס'איז גענצליך אסור, און אין כאן לא קידוש ה' אלא חילול שם ה' וואס ווערט ארויסגעזאגט במקומות המטונפים.
גדיאל: טאקע א שיין שטיקל לומדות. לפי דבריך איז עס נישט נאר א מנהג שטות, נאר זאגאר אן איסור, און דייקא לשיטת אביך הגדול. נו, ס'איז זיכער אן אמת'ער בריסקער חומרא וואס שטימט לפי הקדמונים. הלואי מיר קענען מסביר זיין פאר מענטשן די איסור וואס זיי באגייען ליידער.
לקיש חריף: בריסקע פראבלעמען, אייביג אויפקומען מיט מחודש'דיגע פראבלעמען ווי איידער צו רעדן פון די פשוט'ע יסודות'דיגע איסורים!
גדיאל: וואס רעגסטו זיך אזוי? ס'איז דא נאך א הלכה'דיגע פראבלעם?
לקיש חריף: איך ווייס איין פשוט'ע זאך: חז"ל זאגן אז ס'דא אזא זאך ווי צער בעלי חיים. די מאס צער בעלי חיים וואס ווערט פאראורזאכט אדאנק די כפרות צענטערן, איז האר אויפשטעלנד. מ'דארף זיין א היבשע נאר צו מיינען אז מיטן מצער זיין אזויפיל אומשולדיגע הינדלעך וועלן זיי האבן א פארצייאונג. אויב עפעס, דארפן זיי א פרישע פארצייאונג פאר די שוידערליכע צער וואס זיי פאראורזאכן אונז ללא עוול בכפינו.
אה, און חרבונה טייערע, דאס איז אויך עפעס וואס דיין טאטע האט נישט מיטגעמאכט אין בריסק.
גדיאל: ענק דערשרעקן מיך, וואספארא צער גייט מען אריבער ביזן שחיטה?
תרנגולת: כ'געדענק נישט פונקטליך, אבער כ'געדענק אז כ'האב עס אמאל געליינט דעטאלירט אין קובץ שיחת קודש - שיחה א'. לערן עס איבער, מ'דארף מאכן חזרה.

א דערדריקנדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט צווישן די גרופע לומד'ישע הינדלעך. אזא מצב פון 'הגוי גם צדיק תהרוג'.

***
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15241 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:02 pm

אין א פארבארגענעם ווינקל האב איך געפונען א גרופע געהויבענע הינדלעך. אנגעטון בבגדי לבנים און רעדנדיג מיט א שטילן געהיימניספולן שטימע, האבן זיי געמאכט א ריכטיגן איינדרוק פאר בעלי מקובלים. איך האב מחליט געווען צו הערן וואס זיי רעדן, ווען איך האב קוים געגלייבט מיינע אויערן: סודות הבריאה, נפש תחת נפש, סוד התיקונים והקרבנות, און נאך טיפע נושאים, זענען אויסגעמועסט געווארן דורך די הייליגע חבריא.

טראצדעם וואס עס איז דא אן איסור צו דרש'נען סתרי תורה ברבים, האב איך דא געטראפן פארשידענע נימוקים להקל: קודם כל, זיי האבן גערעדט ברבים, זעט אויס אז זיי האלטן אז בעקבתא דמשיחא וועט זיין א יפוצו מעיינותיך. צווייטנס, עס איז נוגע פאר אונז, ובכי האי גוונא יש להקל. דריטנס, כ'האב ארויסגענומען די גאר טיפע שטיקלעך, נאר די מער קלארע נקודות ווערן אראפגעברענגט.

אלזא, כאפט א טבילה און קומט הערן די הייליגע דברי אלקים חיים.


שיחת קודש, שיחה ג'.

תורת הסוד ורזין דאורייתא.
מסעוד קדישא: מ'דארף זיך גרייטן צו די כוונות היום. די גרויסע טעג פון בין כסא לעשור דערנענעטערן זיך שוין, ווען די תיקוני כפרות ווערן אפגעטון.
צמח תפוחין: די תיקון ווערט אנגערופן בלשונינו 'נפש תחת נפש'. הגם שהענין צריך עיון גדול.
רחמים שרהבני: דו רעדסט פונעם אלטן פראבלעם אז וויאזוי קען א נפש בהמית זיין א כפרה פאר א נפש אלוקית?
צמח תפוחין: ניין, אויף דעם האט שוין דער מארי געזאגט אז ס'קומט מכפר זיין אויפן מענטשליכן נפש הבהמית, ווייל זיין נפש אלוקית האט נישט פוגם געווען.
רחמים שרהבני: איך האב גערעדט שלא לשיטת התניא אז ס'זענען דא צוויי באזונדערע זאכן, א נפש הבהמית און נפש אלוקית. אבער לשיטתך אז אפילו אזוי איז הדבר צריך עיון גדול, וואס איז דער פראבלעם?
צמח: די פראבלעם איז לפי עומק הטעם של בחינת נפש תחת נפש.
מסעוד: דו מיינסט צו זאגן לפי סוד ענין הקרבנות, ריכטיג?
צמח: יא. מ'איז דאך מקריב קרבנות ווייל דאס דארף מעורר זיין דעם מענטש אז ער וואלט בעצם געדארפט צו זיין דער קרבן, און דורכדעם וועט ער נתעורר ווערן לתשובה. דאס איז דאך אויך דער טעם פון שחיטת תרנגולים בעפאר יום כיפור כידוע. קומט אויס אז נאר ווען מ'שחט די הינדל מיט דעם כוונה האט מען יוצא געווען די טעם וסוד הענין, אבער אן דעם האט מען נישט מעלה געווען אונזערע ניצוצות, און כשלעצמו האט דער מענטש גארנישט מתקן געווען.
מסעוד: ווען דו דערמאנסט די נושא פון ניצוצות, קומט אפיר אן אנדערע פראבלעם. ווייל די צווייטע טעם איז דאך, אז בערב יום כיפור ווען אפילו די געהויבענע מסגפים בדור האמוראים האבן געגעסן א סעודה, זאל מען עסן די פלייש פונעם הינדל און עס מעלה זיין בסוד 'מעלה אני עליו כאילו התענה ט' וי''. אבער בזמנינו ווען כמעט קיינער עסט נישט די פלייש ביים סעודה, האט מען נישט מעלה געווען די ניצוצות ולא הועיל מאומה.
רחמים: דאס וואלט מען נאך געקענט פארענטפערן, ווייל פאקטיש קען מען מעלה זיין די ניצוצות אויך א צווייט מאל, אבער כפי השמועה גייען אסאך תרנגולים אין מיסט, און דאס מיינט אז לא די מ'האט נישט מעלה געווען די ניצוצות, האט מען זיי גאר אראפגעברענגט בשאול תחתיה און חרוב געמאכט זייער עתיד.
מסעוד: כ'האב נישט געהערט פון אזא פירצה, נאר אז וויבאלד מ'שיקט עס צוריק צום שלאכט הויז עסט מען עס נאך ערב יום כיפור. פון וואו נעמסטו אזא מעשה אז ס'גייט צומאל גענצליך אין מיסט?
רחמים: כ'האב עס ממש לעצטנס געזען אין קובץ שיחת קודש - שיחה ב', צוזאמען מיט נאך אסאך אנדערע הלכה'דיגע פראבלעמען.
צמח: שוידערליך! ווען די מענטשן וואלטן געוואוסט אז על פי סוד הגלגולים קען זייער טאטע/זיידע גאר זיין דער הינדל, וואלטן זיי געוויס געווען נזהר אין די שחיטה און כשר'ן כדת וכדין.
מסעוד: דו רירסט אן זייער א האקעלע נקודה. ווייל מפי השמועה באגייען זיך די מענטשן מיט שרעקליכע זלזול אין די הינדלעך, צער בעלי חיים איז ליידער פרוץ מאוד. ווען מענטשן וואלטן געוואוסט אז מיר קוקן אן ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך באהאנדלן אונז מיט אזא אכזריות, וואלטן זיי געוויס צוגעגאנגען מיט א חרדת קודש צום עבודת שחיטת התרנגולים.
רחמים: גראדע איז דארטן מבואר נאך א פראבלעם וואס ע"פ תורת האמת ברענגט עס גאר קליפות און חיצונים זאלן האבן אן אחיזה רח"ל. וויבאלד די פלאץ איז פול מיט טינופת, קומט אויס אז די תפילות וואס ווערן ארויסגעזאגט שלא במקום נקי, גייט גלייך צו קליפת נוגה. ליידער אנשטאט ס'זאל זיין א חרב להכרית הקליפות, געבט מען זיי ליידער צו כח.
צמח: ה' ירחם! מיט אזעלכע שרעקליכע מעשים איז ענדערש מבטל צו זיין די גאנצע ענין פון כפרות. ישתקע הדבר לגמרי!
רחמים: לפי דברי המקובלים בסוד רזי דגלגוליא, וועט דער ענין 'נפש תחת נפש' מעגליך נתקיים ווערן ביי זיי זעלבסט, ווען אלס תיקון צו זייער געפערליכע חטא וועלן זיי זעלבסט מגולגל ווערן אין א הינדל וואס וועט גע'שחט'ן ווערן בין כסא לעשור נאכן אריבערגיין די געפערליכע צער, און מי יודע אויב זיי וועלן קומען צו א תיקון אדער אין מיסט ח"ו. בבחינת מדה כנגד מדה.
מסעוד: איך האף אז קומענדיגע יאר וועלן די זאכן ווערן מתוקן, ווייל ליידער איז דא א קטרוג אין הימל אז פונקט די אומות העולם זארגן זיך פאר די אלע ענינים, און אידן באצייכענען זיי אלס ביליגע שונאי ישראל, אנשטאטס אלס עומדים בפרץ וגודרים גדר לקדושתן של ישראל.
רחמים, צמח: אמן! בזכות התנאים הקדושים, רשב"י וחבריו, רבינו האר"י החי, ורש"ש הקדוש, ישובו בתשובה שלימה ויתקנו הענין במהרה, עד שיעלו לשורשם במקום עליון, ונאמר אמן.



ביז דא האב איך באקומען רשות איבערצוגעבן די שיחות קודש, ווייטער איז בבחינת מליבא לפומא לא גליא, והוא רחום יכפר וכו'.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15241 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:05 pm

הרב משזר היט דיר אפ דיינע ביינער, אזא ידען ווי דיר ווייסט דאך זיכער די מעשה מיט די חבר פון שלמה המלך וואס האט זיך אויסגעלערנט שיחת חיה ועוף און ס'געווען צרות צרורת. באט סוכ"ס ביסטו גוטע נייעס. אזויפיל צייט צו האבן ערב יום הקדוש? פון וואנעט קומט דאס???
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:54 pm

הערליך שיין!

אבער למעשה ביסטו א גרויסע רעדענער. דו מאכסט דאך כפרות ווי א טאטעלע, מ'קטנ'ט אויף דיין הויכע ביבער היט און דיין בני בית' הייב און דיין לא טעמו טעם חטא'ס לאקען מיט די טאכטער'ס צעפ, און דו זאגסט נאך בני אדם מיט כוונה.
זיי א העלד, האלט ווארט און זיי געטריי צו דיין גלויבונג, און אדער לערן דו אליינס שחיטה און ברענג די כפרה אהיים(קויף א האנדעל ביי עפעס א גויישע פארם צו א פעט סטאר פאר א דאללאר, טאמער דו קענסט), שעכט עס אליינס אפ, מאך כשר אליינס און עס ביים סעודת המפסקת מיט א פאר עניים הגונים. דאס שעכטען אליינס פארמיידט אלע צומת הגידין צימעס, ויאכלו ענוים וישבעו.

אדער טו ווי איך טו און גיב געלט צו צדקה און פטור אן עסק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6816
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6517 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:56 pm

שש משזר: קודם אויף דיין שיחה א' משיחות קודש. יישר כח. כ'האב מיר באלעקט די פינגערס, ליינענדיג א יעדעס ווארט. ביי אונז אין לאדזש פלעגט מען זאגן אז ...ר'האטצעך פאסמאקעוועט...מיט א יעדן ווארט.
נאר אליבא דאמת, איז דיין שילדערונג נישט אזוי ווייט פון רעאליטעט. ווייל איך האב באמערקט ווען איך גיי שלאגן כפרות עיו"כ פארטאגס אז בשעת מ'שטייט אין די רייע צום שוחט טוען די הינדלעך קאמיוניקירן אויף הינדל-שפראך (וואס איך פארשטיי נאכנישט. אפשר קענמען שמועסן פון געבן לעססנס. וויפיל רעכנסטו א שעה) און אלע הינדלעך הייבן אן צו ציטערן און ווארפן מיט די פליגלען און מיט די פוס. ממש אלע מיט איינמאל. אפילו די הינדלעך וועלכע מ'נעמט ארויס פון די שטייגן...!...? חזק ואמץ. יעצט גיי איך ליינען די איבעריגע שיחות קודש...I will report back to you... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7218 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:23 pm

שש משזר: ייש"כ. כ'האב יעצט געענדיגט ליינען שיחה ב' משיחות ה'קעידעש. איך האב ב"ה מיטגעהאלטן די גאנצע שקלא וטריא פון די לומדישע הינדלעך. אויך האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער די גאנצע צייט. כ'האב ספעציעל א הנאה געהאט פון די בריסקער חקירה אויב מ'מעג מאכן א ברכה אויף אזא עקלדיג און שטונקעדיג ארט. האביך אן עצה פאר די אלע לומדישע הינדלעך, די גרויסע גאונים און רשכבה"ג'ס. אז דער בעה"ב פון די הינדל ביזנעס זאלל זאגן בני אדם און זה חליפתי. און אויך מאכן א ברכה (בורא מיני בשמים). ווייל ער איז זיכער נישט עובר אויף בל תשקצו. ספעציעל ווען ער ציילט איבער די געלט וואס ער האט געמאכט פון די נאאיווע מענטשן...!
אבער, למען האמת. איז דער מנהג כפרות (אפשר נישט מיין פעיוועריט) נישט אזוי געפערליך, אויב ס'גייט צו אזוי ווי אמאל. און איך רעד נישט פאר 100 יאר צוריק אין הוידו נאנאש אדער שאראש פאטיק. נאר טאקע אין די לעצטע 50 יאר. סיי אין מאנטעווידעא, אורוגוויי און סיי אין אנדערע מקומות וואו כ'האב געוואוינט. אין מאנטעווידעא איז דער שוחט געווען ערב יוהכ"פ אין הויף און געשחט'ן די כפרות. און ס'איז געווען א גוי וועלכער האט אפגעפליקט די טשיקנס בשעת דער שלאגער איז געשטאנען דארט. און מ'האט עס אהיימגענומען. אין מאנטריאל איז מען געגאנגען צו דעם טשיקן סטאר, און דארט געשלאגן כפרות. און ער האט ארויפגעלייגט א טעג אויפ'ן טשיקן און מ'האט עס דעליווערט צו א יעדן אין שטוב, כשר געמאכט. באצייטנס אז מ'האט עס געקענט אפקאכן און עסן פאר די סעודה...! אבער דער גזלנ'ישער, רויבערישער און שווינדלערישער וועג וויאזוי ס'גייט צו דא אין די מדינה, איז שוין בעסער ווען די ענימעל רייטס גרופעס זאללן אויספועל'ן אז מזאלל עס פארבאטן. ס'וועט געזינטער זיין סיי בגשמיות און סיי ברוחניות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7218 מאל

שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 9:52 pm

יא..!
דאס יאר האבן מיר געדרייט מיט א צוואנציגער ,
אין אריין געלייגט אין כולל שומרי החומת פישקה.
זאגענדיג אלהי דמאיר עננו.!
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

Re: שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:07 pm

יא שש, איך בין מודה ווארט פאר ווארט, איך האב געהערט דאס זעלבע ביי מיין כפרה.
איך האב אויך געהערט עפעס א פלאן וואס די כפרות האבן אינטער גענומען נקמה, און זיי האבן מיר געזאגט אז שש וועט מאריך סיין מיט די דיטאלען..
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1666
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3500 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 1:14 am

לויט וויפיל שש שרייבט דא הייב איך אן קלערן אז מיר האבן דא ציטאן מיט א AI א ראבאטישע קאמפוטער וואס קען טראכטן און שרייבן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1703 מאל

Re: שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

הודעהדורך גראף » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 1:39 am

אין מיין משפחה איז שוין דא עטליכע וואס שלאגן די לעצטע פאר יאר מיט געלט. ווי אויך אינגעלייט וואס האבן גענוג געהאט אבער מוזן עס נאך טיען פאר די קינדער.
גראף
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 316 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:19 am

יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:יא..!
דאס יאר האבן מיר געדרייט מיט א צוואנציגער ,
אין אריין געלייגט אין כולל שומרי החומת פישקה.
זאגענדיג אלהי דמאיר עננו.!


האסט שוין געהאלטען ביים טוהן צודערזאך, געבען געלט אלס א כפרה אויף די מעגליכע זינד, און דערנאך אריין אין שומרי החומות פושקע?! קיין נארמאלע צדקה קאסע נישט געקענט טרעפען? דער לאקאלע תומכי שבת? אן ארימאן אין גאס? א משפחה אין קריזיס? ס'מוז זיין א קאמפאני וואס......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6816
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6517 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 8:06 am

הערליך באשריבן, און ברייט באווירצט מיט ידיעות און דברי תורה.

כ'האב הנאה פון דיינע נימוקים קעגן כפרות וואס גייען אפילו לשיטתם פון די תמימי לב, און זענען גענוג שטארק אז מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען צו זאגן קלאר אז מיר שלאגן מיט געלט.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1534 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 9:42 am

דער עולם דא איז פארנומען אויסלויבן דער געוואלדיגע ארטיקל. נישט פארגעסן אבער אז דאס איז נאר די משל און עס איז דא א נאך שטערקערע אומגעשריבנע נמשל. איי איי איי איי דער נמשל איז (כאן מנגן תנועת ר' שלמה'לע...) איי איי, די כפרה איז כנסת ישראל וואס מען שלאגט שוין כפרות מיט איר פאר אזויפיל יארן. איי איי איי...

אגב, כתבתי פעם בסגנון של שיחות חיות. עיי"ש ותמצא נחת.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2684
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6055 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 11:29 am

שש משזר האט געשריבן:ביז דא האב איך באקומען רשות איבערצוגעבן די שיחות קודש, ווייטער איז בבחינת מליבא לפומא לא גליא, והוא רחום יכפר וכו'.

איך האב יא באקומען צוטריט צו דעם פערטן שמועס, אבער דאס איז שוין פארגעקומען אויבן אין הימל נאכדעם וואס די נשמות פון די הינדלעך זענען ארויף פאר'ן כסא הכבוד. די הינדלעך האבן געהאט טענות אויפ'ן רבונו של עולם פארוואס ער באשאפט בעלי חיים מיט דער מעגליכקייט צו שפירן פיזישן און פסיכאלאגישן צער, און דערנאך טוט ער גארנישט זיי צו ראטעווען פון די שרעקליכע יסורים אויף דעם עולם וואס ווערט צו זיי אפגעטון דורך מענטשן. "מיר זענען פונקט אזוי דיינע ברואים," האט איין הינדל-נשמה געוויינט, "פארוואס קוקסטו זיך אום נאר אויף די מענטשן און נישט אויף אונז?"

דער רבונו של עולם האט אבער געהאט שובר בצדו, און האט אנגעוויזן אז אפילו ביי מענטשן מישט ער זיך נישט אריין. ער האט באשאפן מענטשן מיט א בחירה, און זיי קענען מחליט זיין צו לייגן אין א זייט אלע זייערע איינגעבוירענע מיסקאנצעפטן קעגן אנדערע מענטשן און קעגן אנדערע ברואים און א פיצקעלע טראכטן פון יענעמ'ס צער. "אפילו א איד?" יא, אפילו א איד. "אפילו א שווארצער?" יא, אפילו א שווארצער. וואס א'חילוק צי דו גלייכסט אים צי נישט, אויב דיינע מעשים ברענגען יסורים, טראכט א רגע פון דעם מוח וואס קניפט זיך מיט אומבאגרייפליכן צער. "אפילו א טשיקען?" יא, אפילו א טשיקען. ס'פילט אויך צער - האב רחמנות. פליז, האב רחמנות.

א פאר מענטשליכע נשמות אין גיהנום האבן אונטערגעהערט דעם שמועס, און נאר געקענט נאכברימען, "יא, ס'איז נאר געווען תלוי אין אונז. וויאזוי האבן מיר נישט געטראכט פון יענעמ'ס צער?"
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2045
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8350 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:16 pm

פאר מיר איז שווער אויפצוגעבן די מנהג הכפרות אויף הינדלעך וואס איז ביי אונז מקובל מדורי דורות, אבער איך פרוביר דאס מערסטע נישט צו פארשאפן קיין צער פאר זיי, איך הענדל זיי מיט CARE, דזשענטל, ווי ווייט מעגליך.
איך האף אז דאס איז יא לרצון לפני אדון כל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14699
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17411 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 4:29 pm

דערמאנסט מיר פון די וויירעל ווידיאוס פון אזעלכע שוהלעכלעך אין וואו מ'גיט זיך נאך "איידעלע גלעטען" עיו"כ אויפן רוקן אלס א זכר צו מלקות.
"והנה מה שעוזר להשגת המדה הזאת הוא ההתבודדות והפרישה הרבה כדי שבהעדר המטרידים תוכל נפשו להתגבר יותר ולהדבק בבורא.." רמח"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2941
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2609 מאל

Re: שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

הודעהדורך חייקל » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 9:45 pm

שש,
א שיינע שמועס וואו אלע פריערדיגע קאמענטירער האבען שוין ארויסגעברענגט.
איין וויכטיגע כוונה וואס וואס וואלט ווען געדארפט ווערן אויסגעשמועסט און די שמועס פון די ת"ח איז דער ענין פון די שעיר המשתלח. ע"פ קבלה אזוי וואו עס איז דא קרבנות למטה אזוי אויך איז דא קרבנות של מטה. און יעצט ווען מיר זענען אין גלות זענען מיר מקיים די קרבנות של מטה מיט די פה וואס איז "כאילו הקריב" . און מיט דעם וואס מיר זאגען די קרבנות זענען מיר כביכול מעורר די קרבנות פון אויבען. א חוץ איין קרבן וואס איז נישט דא למעלה איז די שעיר המשתלח. פארוואס, געדענק איך יעצט נישט פונקט די גאנצע חשבון. הכלל, וועגן דעם פירט מען זיך צו שחט'ן א עוף אדער כדומה פאר כפרות וואס איז אקעגן די שעיר המשתלח וואס "שיח שפתותנו" אליינס העלפט נישט.... און מיר דארפען טון די מעשה אויך למטה.
די תפלה פון די חיד"א אויף כפרות דערמאנט דעס און די שם משמואל אויף כפרות רעדט אויך דערוועגן.

נאר דעס פארענטפערט נישט די כפרות ביזנעס וואס גייט היינט פאר.
ווייל מ'קען יוצא זיין מיט איין הינדעל פאר א יעדען איינעם. פארוואס דארף יעדער שחט'ן פאר זיך?
חייקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:01 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 2:36 pm

איך האב צאמגענומען דעם לענגערן דרייפאכיגן שמועס, אין א לענגערע פי.די.עף. פון אכט בלעטער, להנאת הציבור.

געדענקטס דאס איבערצוליינען און פארשפרייטן דעם דבר ה'/דבר העוף לכל דורש ומבקש...


הרי שלך לפניך:
בייגעלייגטע פיילס
שיחת עופות - אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך.pdf
(161.19 KiB) אראפגעלאדנט 31 מאל
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15241 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:37 pm

אין א געוויסע באר אין דעם געגנט פון אושפיצין אום 1942 האט עמיצער אויפגעכאפט א שמועס ווי פאלגענד:

מר. רייכסטאגער: איר ווייסט חברה וואס דער פירער טוט אלס אפ מיטן אידישן פאלק.

מר. שטרייסבערג. נו די אידן זענען דאך נידעריגע סוב-הומענ'ס, גראדע נעכטן איז מיר אויסגעקומען מיט-צוהאלטן א פרישע טראנספארט אנקומען, איר האט געמוזט זען ווי אויסגעמאגערט און שוואך זיי זענען געווען. א טייל זענען שוין געווען אפגעפייגערט... כ'האב אפילו צוגעהאלפן די אויפזעער ארויסשטויסן די אידישע העפטלינגען פון די וואגאנען. דער פירער וואלט מן הסתם געווען העכסט שטאלץ פון מיר.

און נישט נאר פון מיר! אלע! ממש צענדליגער זענען געקומען צו לויפן און צוגעהאלפן. ס'איז געווען אזא שטופעניש אז מ'האט געדארפט מאכן אן אפיציעלן סדר מיט בילעטן וועלכע האבן געקאסט בערך 16 שילינג. ס'האט אבער נישט געהאלפן, דער שטראם פון מענטשן וועלנדיג צופרידן שטעלן דעם פירער האט זיך כלל נישט אפגעשוואכט.

מר. רייכסטאגער: כ'ווייס נישט, כ'בין מסופק אין דעם גאנצן ענין, כ'האב מורא דער פירער טרייבט איבער מיטן אראפמאלן דאס אידישע פאלק ממש ווי א סכנה פארן עקזיסטענץ פון דעם מענטשהייט, ס'שמעקט מיר עפעס נישט די סיסטעמאטישע אכזריות.

מר. שטרייסבערג: הער אויס! כ'פארשטיי דיינע ספיקות אבער מאך דיך נישט נאריש... אלע טוען אזוי! אלע גלייבן! וועסט אהיימקומען און דיינע קינדער וועלן דיר פרעגן: "טאטי האסט שוין אמאל ארויסגעהאלפן מיט א טראנספארט? וואס הייסט! טאטעס פון די קינדער פון מיין גאנצע קלאס האבן שוין ארויסגעהאלפן נאר דו נישט?" וואס וועסטו ענטפערן דיינע קינדער? ביסט אן אויפגעקלערטער, פארשטייסט בעסער ווי דער פירער אליינס...

מר. רייכסטאגער: כ'ווייס... ביסט גערעכט, אבער ס'קלעמט מיר פארט דאס הארץ. ווייסטו וואס? כ'וועל גיין בלויז יוצא צו זיין, כ'וועל א קלאפ טון א איד צוויי, כ'וועל מאכן א בילד און ווייזן די קינדער. און אפשר איז גאר דער פירער פארט גערעכט... אזוי וועל איך יוצא זיין לחומרא ושלום על ישראל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2965
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4190 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:29 pm

בעלז אין לעיקוואד, א שטיקל תיקון
בייגעלייגטע פיילס
22069334_369000996864669_6337874340087857152_n.jpg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:47 pm

מאטי: ייש"כ. איך האב מיר געריבן די אויגן צו מאכן זיכער אז איך זעה גוט. כ'האב אבער געקוקט אויפ'ן דאטום און געוואלט מאכן א ברכה. וואס מ'זאגט פאר נקדישך...!

אז דו ביסט יא דא פארוואס רופסטו דיך נישט אן. מ'דארף דיך איבערלייגן פאר דעם. די אלטע ניקס ווילן נישט פארשטיין אז זיי זענען די אקסידזשען פון קאווע שטיבל. נישט אז די נייע טויגן נישט. אבער די לופט דא אין קאווע שטיבל איז גאנץ אנדערש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7218 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:53 am

לדעתי קען מען נאר באשולדיגן די כפרה צענטערן, די דעליוועריס, און אלעס ארום, וועלכע שלעפן די טשיקענס שעות ארוכות אין היץ אדער קעלט, צושטופט. די פשוט'ע מענטשן וואס נעמען די כפרה פאר א האלבע מינוט און דרייען איידל אביסל העכער דעם קאפ, דאס הייסט דען אביוז?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14699
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17411 מאל

Re: שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:33 am

איך בין מוחה בכל התוקף קעגן די שענדליכע פארגלייך פון נאציס צו כפרה שלאגערס.

נאך א סימן אז די חיות ליבהאבערס מיינען נישט אזוי ווייט די חיות ווי די מענטשן, וד"ל.

זען מענטשן אין די זעלבע דרגה ווי בעלי חיים, דאס איז גופא נאציזם!

דיסקלעימר: שוין כמה וכמה שנים וואס איך שלאג מיט געלט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:27 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:לדעתי קען מען נאר באשולדיגן די כפרה צענטערן, די דעליוועריס, און אלעס ארום, וועלכע שלעפן די טשיקענס שעות ארוכות אין היץ אדער קעלט, צושטופט. די פשוט'ע מענטשן וואס נעמען די כפרה פאר א האלבע מינוט און דרייען איידל אביסל העכער דעם קאפ, דאס הייסט דען אביוז?

זיכער נישט: זיי ווערן דאך בא'עוולה'ט. זיי צאללן פאר א טשיקן און זיי באקומען עס נישט.

די עיקר טענות זענען דאך טאקע אקעיגן די אייגנטומערס און אנפיהרערס פון די כפרה צענטערס. ווען זיי זאלללן טוישן דעם סיסטעם (און מאכן א ביסל ווייניגער געלט.) וואלט קיינער נישט געהאט קיין טענות צו זיי. אויסער די עקסטריעם צער בעלי חיים גרופס. מיט וועם קיין נארמאלער מענטש רעכנט זיך ממילא נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7218 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט