שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שיחת עופות: אן אונטערגעהערטע שמועס צווישן הינדלעך

שליחה דורך אדנירם »

[center]פארווארט.[/center]
בין כסא לעשור בין איך געשטיגן אין מדריגות, ביז איך האב זיך דערדראפעט צום דרגה פון זיין א מבין שיחת עופות. האבנדיג דעם פאך אין די האנט, האב איך מיך מיטגעכאפט אויף א טרעילער צו הערן ווי די הינדלעך שמועסן צווישן זיך, בסוד שיח שרפי קודש.

צו מיין נישט-וואונדער, האב איך געזען אז מותר האדם מן התרנגול אין, און פונקט ווי ביינונז פארמאגן זיי די ארבעה בנים שכנגדם דיברה התרנגולת. ס'דא דער חכם וידען, ס'דא דער נייגעריגער אומוויסנדער, און ס'איז דא דער נארישער תם-קאפ, פונקט ווי ביים עולם האנושי. א שמועס צווישן די אלע סארטן הינדלעך, האט געצויגן מיין נייגער און עס האט זיך ארויסגעשטעלט היבש אינטרעסאנט.

מחמת חיבת הקודש בין איך מעתיק די רזי דרזין וואס זענען דארט אדורכגעטון געווארן, מתוך צלילה בכל התורה כולה ובשבע חכמות.


[center]שיחת קודש, שיחה א'.

דרך ארץ קדמה לתורה.[/center]

סעדיה תם: ר' יאנקל, ס'איז אביסל הייס אין טראק, צושטופט, און א לאנגע רייזע. עפעס איז עס מער אומבא'טעמ'ט ווי געווענליך.
יאנקל חכם: נישט געפערליך.
סעדיה תם: וואס הייסט 'נישט געפערליך'? כ'האלט עס קוים אויס. וואס איז פשט פון אזא מאדנע נסיעה?
יאנקל חכם: ווען דו וואלטסט געוואוסט וואו די דעסטינאציע וועט זיין, וואלטסטו פארשטאנען פארוואס ס'איז נישט געפערליך.
ופסי: וואס הייסט? מ'גייט אונז מער נישט הייסן מטיל ביצים זיין צוואנציג מאל אין טאג? מ'גייט אונז לאזן גיין אין א רעגולערע פארם?
יאנקל חכם [לאכט זויער]: הלואי! איך זאג אז די נסיעה איז נישט געפערליך, קעגן די געפערליכקייט וואס וועט אונז אפווארטן ביים דעסטינאציע.
ופסי [באזארגטע מינע]: דו דערשרעקסט מיר! וואס גייט געשען? וואו אהין גייען מיר?
יאנקל חכם: איך האב געהערט פון די עלטערע טשיקענס, אז בערך די צייט אין יאר קומען אפאר באבערדלטע מענטשן און פירן דורך א בלוט באד אויף אונזער פאמיליע. זיי אליינס האבן זיך געראטעוועט דורכן מאכן אן אנשטעל אז זיי זענען שוין כמעט טויט, און ס'איז א שאד צו פארלאזן א קויל/מעסער אויף די טשיקענס [זיי רופן עס 'א טריפה']. זיי זענען צוריק צום פארם מודיע זיין פאר די אנדערע וואס ס'ווארט זיי אפ.
סעדיה: וואאאאאאאס?! דו מיינסט עס ערנסט? כ'מיין אז זיי זענען פשוט געווען בעלי דמיון, פאנטאזירער פונעם ערגסטן סארט. אפשר האבן זיי געוואלט באקומען אפאר עקסטערע קערנדלעך פון זייערע חברים מצד רחמנות. דו גלייבסט זיי?!
יאנקל: מ'קען קיינמאל נישט וויסן, אבער זיי האבן געגעבן א סימן: אויב די וועג דויערט פיל לענגער ווי געווענליך, מיינט עס אז מ'איז אויפן וועג צום מאסן שחיטה. דערפאר האב איך מורא אז ס'איז אמת, דער סימן שטימט.
פלטיאל: חברה, ענק דערמאנען מיך שוין פון די מענטשן אליינס, זיי דערציילן אויך עפעס ענליכעס וואס זיי זענען אריבער צענדליגע יארן צוריק. ס'ארבעט נישט אזוי, מיר וואלטן זיך נישט געלאזט יאר-יערליך גיין ווי שאף צום שחיטה.
סעדיה: מ'קען מיינען אז מיר ווערן נישט גע'בוטשער'ט אזוי אויך אויף א טאג-טעגליכע באזיץ. פונעם אייער ארויס זאגט אונז כסדר די מאמע אז 'סוף התרנגול לשחיטה', און כאפ אריין וויפיל דו קענסט להמשיך הדורות. וואס איז עפעס אזוי שלעכט דא?!
יאנקל: הא הא, די שחיטה איז דאס זעלביגע איבעראל. די שאלה איז נאר וויפיל מ'וועט אונז פייניגן בעפאר דעם. די פליטים האבן פאראיאר דערציילט, אז אנקומענדיג אין קאנצענטראציע לאגער האט זיך אנגעהויבן א קייט פון פיין און געוואלדטאטן, אז זיי האבן זיך געוואונטשן דאס טויט.
ופסי: מאאאאאאמי! איך ציטער!!! וואס טוען די שלעכטע מענטשן?
יאנקל: זיי לאזן אונז הונגערן צום טויט, פשוט כפשוטו. חוץ מזה, לאזן זיי אונז שימלען אין די פיצעלע בהמה-וואגאנען צאמגעדריקט און צאמגעקוועטשט, אז דאס אליינס ברענגט אסאך פאטאליטעטן נאך בעפאר די מאסן מארד הייבט זיך אן. דארט דארפן מיר טון אונזערע באדערפענישן, און ניטאמאל קיין טעפל געבט מען אונז דערפאר. אזוי אויך, לאזן זיי אונז פרירן צום טויט, וויבאלד זיי לאזן אונז אפטמאל איבער אין אפענע וואגאנען ווען אינמיטן נאכט ווערן מיר פארפרוירן צום טויט אדער גאר דורכגעווייקט פון א גאס רעגן. [דאס איז גראדע די איינציגסטע מעלה פון זיין אזוי צונויפגעדריקט, אז מ'האלט זיך כאטש אביסל ווארעם]. ס'ווערט נאר גרויזאמער מיט יעדן פארבייענדן מינוט.
פלטיאל: ווער נאך גלייבט די שטותים? מיר פארן דערווייל אין א באקוועמע טראק, ארומגענומען מיט משפחה און גוטע פריינט. כ'שפיר מיך העכסטס פארזיכערט.
סעדיה: איך גלייב גראדע יא, עפעס זאגט מיר מיין הארץ פאר א שוידערליכער אומגליק. יאנקל, דערצייל ווייטער.
יאנקל: נאך אפאר פיינפולע טעג, נעמט מען אונז ארויס האלב טויט, און מ'דרייט אונז ארום מענטשנס קעפ. אפטמאל ווייבער און קינדער. איך ווייס נישט וויאזוי זייער הארץ ווערט נישט צופיצלט פון רחמנות ווען זיי זעען אונזער פיינפולע מצב.
זיי פארשטייען ניטאמאל, אז נאכן ליגן צוקוועטשט פאר אפאר טעג וואו מ'קען ניטאמאל מאכן הכנות, איז די ערשטע זאך וואס מיר שפירן פריי צו טון - פטור ווערן פון די אפפאל, ארויף אויפן קאפ פונעם מענטש.
נאכמער, זיי דרייען אונז ארום ניין מאל ארום דעם קאפ - נאכן זיין צוקוועטשט אפאר טעג, אוודאי ווערן מיר דיזי און מיר זענען מטיל צרורות. מיר טוען דאס אבער אלס אויפשטאנד, ווי א נקמה פורתא אין אונזערע בעסטיאלישע באצוואונגער.
די פרויען און קינדער, וואס וואלטן געדארפט האבן מער מיטגעפיל מיט אונזער נעבעכדיגע לאגע, און זענען פאקטיש נאר פארנומען אז זייער האר/שייטל זאל נישט צוגערירט ווערן, האבן מיר א באזונדערע הנאה אנצושפריצן. דאס אלעס האב איך מקבל געווען פון די פליטים וואס האבן זיך געראטעוועט, ווי פריער דערציילט.
ופסי: אקעי, אבי מ'הרג'עט אונז נישט.
יאנקל: דו מאכסט מיר שוין נערוועז. כ'האב דיר געזאגט אז דאס אלעס איז נאר אן הקדמה צו ווען מיר ווערן געפירט צום שחיטה. לאמיך טאקע אויספירן די באריכט פון די געראטעוועטע: נאכן ארומדרייען דעם קאפ, געבן זיי אונז א שטויס מורמלנדיג 'מיר צום לעבן און דיר צום טויט' מיט אזא קאלטבלוטיגקייט. שפעטער ווען מיר קומען אן צום גרויזאמען שוחט, שמעקן מיר און מיר זעען בלוט גיסן פון אלע זייטן. דאן דארפן מיר צווזען מיט די אייגענע אויגן ווי אלע אונזערע באקאנטע ווערן אויסגע'שחט'ן, און אריינגעווארפן ווי א נבילה סרוחה אין געלע קאנעס. צולעצט מארדעט מען אונז אויך אויס. ה' ינקום דמינו.
פלטיאל: אזא שיינע האראר-סטארי האב איך שוין נישט געהערט פאר א גוטע פאר חדשים. וועלכע הינדל האט אזא גוטע כח הדמיון?...
ופסי: איך קען עס אויך נישט גלייבן. ווייסטו וואס, איך 'וויל' עס נישט גלייבן, אבער איך ציטעעעעעעעער.

א דערדריקנדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט צווישן די גרופע הינדלעך. אזא מצב פון 'מאמין ואינו מאמין שיבוא מבול'.

[center]***[/center]

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר