דורך העניך » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:43 pm
קלערט איר אז די אנשי סדום פלעגן אויסרופן מיט פאטאס אז זיי זענען רשעים? בלויז אין דער קינדערישער פאנטאזיע איז דער שלעכטער כאראקטער אין א געשיכטע אזא איינער וואס רופט אויס, "איך בין א רשע!" ערוואקסענע ווייסן אז רוב מענטשן האלטן זיך אין די אייגענע אויגן פאר אנשטענדיגע מענטשן, און אפילו די גרעסטע רשעים, א שטייגער ווי היטלער, זענען נישט געווען באוואוסטזיניג צו דעם פאקט אז זיי זענען אביעקטיווע רשעים.
אבער מיר נעמען אן די זייט פון דער געשיכטע וואס פסק'נט אז די אויפפירונג פון אלע אנשי סדום איז געווען דורכגעפוילט מיט שלעכטס; די מענטשן זענען געווען רשעים, און זייערע מנהגים זענען געווען געבויט אויף רשעות. די גאנצע שטאט האט זיך אזוי געפירט, ניטאמאל צען מענטשן אין שטאט האבן געטראכט אנדערש פון דעם סיסטעם; איין אויפגעקלערטער, לוט האט ער געהייסן, האט געהאט ספיקות אין דער גאנצער זאך.
אבער צי מיינט איר אז אין שטאט זענען נישט געווען קיין ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן? צי מיינט איר אז אינערהאלב דער פארדרייטער סדומישער אידעאלאגיע האבן זיך נישט געבויט אנשים חשובים וועלכע זענען געווען פאררעכנט ווי צדיקים און אויטאריטעטן אויף מאראלישקייט? ווי יעדע שטאט און יעדע ציוויליזאציע האט סדום פארמאגט מענטשן פון אלע סארטן, מחוטב עציך עד שואב מימיך – דער "עמך" און די עליטע. לויט דעם סדומישן חינוך און השקפה האבן בולט געווען פערזענליכקייטן וואס זענען ראוי צו ווערן ארויסגעהויבן פאר מוסטערן פון מאראלישער דערגרייכונג.
און לוט? ס'האבן אים געברענט ספיקות אין הארץ. ער איז געווען כל כולו ארומגענומען אין דער סדומישער אטמאספערע און אידעאלאגיע, דאס האט ער געזען און געהערט יעדן טאג, דאס האבן זיינע קינדער געהערט פון זייערע מחנכים. קיין ביבליאטעק האט ער נישט געהאט וואו ער זאל קענען לייענען פרעמדע געדאנקען, און אוודאי האט ער נישט פארמאגט קיין אינטערנעט וואו ער זאל קענען ארויסבליקן צו דער וועלט און זען אנדערע פערספעקטיוון. אבער זיין פעטער אברהם אבינו איז געווען זיין אינטערנעט פון וועמען ער האט זיך אנגעהערט כל מיני אויפגעקלערטע רייד אנדערש ווי ער האט געהערט פון אלע חסידים ואנשי מעשה אין סדום.
קענט איר זיך פארשטעלן ווי לוט'ס מחשבות זענען געלאפן. פון איין זייט האט אברהם גערעדט שכל'דיגע רייד – ער האט געזאגט געדאנקען איבער דער וועלט וואס האט זיך מער געלייגט אויפ'ן שכל ווי די סדומישע אידעאלאגיעס; פון אברהם האט ער געהערט מאראלישע אידעען וואס האבן געשטעלט אונטער א שטארקע פראגע-צייכן די אויפפירונג פון זיינע סדומישע לאנדסלייט.
לוט האט טאקע אמאל אמאל זיך פאררעדט עפעס אויפגעקלערט, און ער איז אוודאי באלד פארשריגן געווארן כהוגן דורך זיינע סדומישע חברים. "א גאנצער אויבער-חכם ביסטו מיר געווארן," האבן זיי געלאכט. "ביסט געווארן קליגער פון דער גאנצער וועלט." ביי לוט אליין האבן זיך כל מיני ספיקות געריסן אין קאפ: בין איך טאקע קליגער פון יעדן? מיר האבן דאך דא אין סדום ר' פלוני און ר' אלמוני, אזעלכע צדיקים און חשוב'ע לייט – זענען זיי זיך אויך טועה? אפשר בין איך סתם אן איפכא-מסתברא'ניק וואס גלייבט ענדערש וואס זיין פעטער זאגט אים, ווי וואס "יעדער" האלט און פארשטייט?
"אבער וואס דער פעטער זאגט לייגט זיך דאך אויפ'ן שכל!" שרייט איין זייט מוח.
"אויב איז עס אזוי שכל'דיג, וויאזוי קען זיין אז אלע חכמים דא אין סדום זעען דאס בכלל נישט איין? פארקערט, זיי זאגן אז נאר אונזער וועג איז ריכטיג, און אז מיר זענען די עכטע צדיקים."
"פארוואס זאל איך ענדערש גלייבן אברהם ווי די אלע סדומישע חכמים?"
"איך גלייב נישט אברהם, נאר וואס אברהם זאגט לייגט זיך אויפ'ן שכל, און יעצט פארשטיי 'איך' אז דאס איז ריכטיג."
"אויב איז דאס נאר 'איך', איז דען דאס נישט סתם גאווה און אראגאנץ צו זאגן אז 'איך' פארשטיי בעסער פון אלע מיינע חברים, ידידים, מלכים ושרים, אין סדום?'
איך שפיר שלעכט פאר לוט, ווייל איך פארשטיי וויאזוי זיין מוח איז שיער משוגע געווארן פון ספק. און דער אמת איז אז לוט איז טאקע קיינמאל נישט געקומען צו א גראדער מסקנא – ווען עס איז געקומען צום מהפכת סדום האט לוט געדארפט צוקומען צו דער פראטעקציע פון אברהם אז מ'זאל אים ארויסראטעווען פון דארט.
ס'איז שווער, ס'איז שווער. לוט'ס דילעמא בימים ההם ובזמן הזה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
העניך אום פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:33 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.