השתלשלות התורה מדור דור

מחשבה, השקפה ועיון

השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג מערץ 07, 2017 11:07 pm

שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל כאפן א שמועס דערוועגן, אבער קיין צייט פאר א לענגערע אבזערוואציע האב איך נישט. כדי ס'זאל זיך נישט פארשלעפן עד אין קץ, הייב איך אן מיט איין נקודה וואס מקען פארברייטערן צו פארשידענע אנדערע אספעקטן.

אלע וואס האבן שוין אביסל גענישטערט ווייסן, אז די גאנצע השלשלות התורה איז שווער באופן הפשוט, פון די פארשוואונדענע יארן בתקופת בית שני ביז מצוות יומיות. איך וויל נישט מטיל ספק זיין ח"ו, נאר אדרבה, אויסקלארן ספיקות וואס נישטערן אין קאפ. לאמיר אנהייבן מיטן פאלגענדן ביישפיל.

מצות תפילין איז זייער שווער צו פארשטיין פון פארשידענע פראנטן, אבער אממערסטענס באדערט מיך די מחלוקת רש"י ונכדו ר"ת וויאזוי די תפילין דארפן אויסזען בפנים ובחוץ. אמער, שטעלט זיך א פראגע, וואס האבן די אידען געטראגען יענע תקופה? אנשטאטס מאכן א מחלוקת קען מען ריכטיג זאגן פוק חזי מאי עמא דבר! אויב איינער וואלט געזאגט כהיום אז מדארף טראגן די תפילין אינגאנצן אנדערש, וואלט מען עם תיכף פארשריגען: קוק וואס גאנץ כלל ישראל טראגט! אט דאס וואלט געדארפט געשען בתקופת ר"ת, אז מזאל זען וואס די גאנצע כלל טראגט!

וויאזוי קען זיין אז סנישט געווען קיין נארמאלע מסורה וועגן אזא זאך (דאס איז אנדערש ווי געווענליכע מחלוקות, וואס דרייען זיך ארום נייע סארטן מהלכים און סיטואציעס וואס זענען נישט געווען שייך אין פריערדיגע תקופות. דא רעדט מען פון א טאג טעגליכע זאך וואס מ'טראגט אויפן קאפ).


איך האב גראדע עפעס א מהלך דערוועגן, אבער כוויל קודם הערן אויב איינער האט עפעס א אנדערע געדאנק. ותן לחכם ויחכם עוד מיט אנדערע נקודות אויסצושמוסן וואס האבן שייכות מיטן נושא פון השתלשלות התורה.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג מערץ 07, 2017 11:29 pm

עס איז ידוע אז רובא דאנשי האבן נישט געלייגט קיין תפילין. מען זאגט צוליב גוף נקי.

עס איז היינט געווארן אזוי אז מען לייגט שבת מיט תפילין אונטער איין גאלעריע אבער עס איז נישט שטענדיג געווען אזוי.
דאכט זיך עס איז דא דא אן אשכול וואס ברענגט א רשב"א וועגן תפילין בענין זה
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1561 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך מערץ 08, 2017 12:01 am

ריכטיג.

און דער אמת'ער תירוץ איז, עס איז געווען אזוי, און ס'איז געווען אזוי. יעדער האט געטון לויט ווי זיין סופר האט געשריבן. דער רמב"ם כידוע שרייבט אז ער האט קודם געהאט רבינו תם און אויף דער עלטער געטוישט צו רש"י (אדער פארקערט).

בקיצור: מ'האט גענומען ע' פנים לתורה, וכולם מרועה אחד ניתנו, מער ליטעראלי. הלכות זענען נאכנישט געווארן אזוי קאנאניזירט ווי שפעטער, און יעדער האט געטון לויט ווי ער, צי זיין רבי, צי זיין לאקאלער רב, האט פארשטאנען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 08, 2017 12:02 am

כקען נישט היסאטריע אבער פשט קען זיין אז מהאט נישט מקפיד געווען אויפן סדר פרשיות. ביז רשי און רת האבן אנגעהויבן מאכן אן עסק.
דעת תורה האקט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך מערץ 08, 2017 12:08 am

דיין געדאנק קענסטו פרעגן אויף מזוזה אויך וויזוי האט מען עס געלייגט פאר רש"י ליגעדיג צו שטייעדיג
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1226
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 08, 2017 2:57 am

געב עס א 100 יאהר און דיינע אייניקעלעך וועלן חקר'ן: אויב איז דא א מסורה, וויאזוי האט מען גערעכנט שיעורי תורה ביז די תקופה פון הגר"ח נאה און חזון איש.....?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8405 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:39 am

די שאלה פרעגען שוין עמהארצים, נישט וויסענדיג אז די מחלוקת איז לאנג פאר די צוויי פיגור׳ן.

דאס קאנאניזירען הלכה איז טאקע א חידוש פון שפעטערע דורות. מ׳האט פארציילט פאר מיין רבי׳ן זצ"ל אז מ׳האט נאכאמאל מעגליך געטראפען עפעס כלי המקדש און ס׳האט איהם גארנישט בארירט, ׳דברים בטלים׳. האט מען איהם געזאגט אז מ׳קען יעצט פושט זיין ספקות אין הלכות כלי המקדש, האט ער גע׳ענטפערט "דאס מיינט נאר אז די סנהדרין אין יענער דור האט אזוי מכריע געווען. אויב די נעקסטע דור׳ס סנהדרין האט אנדערש געהאלטען, האבען זיי געמאכט אנדערע כלים".

רש"י און ר"ת תפילין זענען אויך אזוי געווען. מ׳האט נאכאנאנד געטוישט לויט די פסקים פון יענער סנהדרין. נאר מיט דעם האט מען נאר ארויפגעשטופט די שאלה אויף פריער. ביים אראפקומען פון בארג סיני האבען אלע אידען געהערט איין הלכה, און געשריבען אדער געלאזט שרייבען תפילין כפי ההלכה. ווען האט איינער זיך מסתפק געווען? אויף תפילין איז נישט אזא שאלה, ווייל ס׳איז ביד יחידים נישט דער רבים צו שרייבען תפילין, און דער מענטש וואס קומט לערנען ספרות מוז געדענקען טויזענטער הלכות, כידוע פאר יעדער וואס האט אמאל פראבירט, פיהל מער ווי שחיטה ניקור וכדו׳, און ס׳קען זיין אז איינער האט פארגעסען צו אויסגעמישט.

ווען איינער האט נישט געהאט קיין אהנונג וויאזוי צו טוהן, האט ער נישט געהאט קיין הו"א צו גייען פרעגען ביי א סופר ווי ער פיהרט זיך. אז מ׳וויל היטען תורה, קוקט מען אין די תורה. דאס איז ווי פרעגען א הלכה שאלה אויף ask.com. מ׳איז געגאנגען אין ביהמ"ד און חקי תושבע"פ זענען געווען דער וועג וויאזוי דאס צו לערנען. מ׳האט געוואוסט הוויות בהדדי, און מ׳האט געזוכט פשט. נאר נאך חתימת התלמוד, ווען נתמעטו הלבבות והידיעות פון די אלע גליות כמו"ש הרמב"ם, מוזען מיר זיך פארלאזען אויף דערויסענדיגע זאכען, און בתוכם דרך ארץ פאר פריערדיגע, קאנאניזירטע ספרים ועוד. דאס איז אלס כפי דער נויט. איינער וואס קען לערנען א סוגיא מיט די ראשונים און אנקומען צו א מסקנא אזוי, איז ער אויך פאררעכענט אלס א דעה, טאמער ער פאפט זיך נישט. אבער אנגענומען איז אז קיינער קען דאס נישט טוהן היינטיגע צייטען, אמאל שיקט דער אויבישטער אן עיר וקדיש מן שמיא ווי הרב משה פיינשטיין וואס קען יא, אבער אין אלגעמיין זענען די חברה מערסטענס בלאפערס וואס קענען נישט קיין צורתא דשמעתתא, ממילא זענען זיי פארזיכערט אין זייער מיינונגען.

היינט איז מה עמא דבר דער אנהייב און סוף פון די סוגיא ביי מאנכע. און דאס איז טאקע א ירידת הדורות, אבער דאס איז א השתלשלות פון דורות פון פאלען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7409
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6999 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך חכם-לב » מיטוואך מערץ 08, 2017 9:58 am

איבער די פראגע רעדן שוין די פוסקים פון, @קאצקע און @קאווע האבן אנגעוויזן וואו נאך דאס איז שייך צו פרעגן. די רמב''ם רירט עס אן ביי שופר (פרק ג' ה''ב) תרועה זו האמורה בתורה, נסתפק לנו בה ספק לפי אורך השנים ורוב הגלייות, ואין אנו יודעין היאך היא, אם היא היללה שמייללין הנשים בנהייתן בעת שמייבבין, או האנחה כדרך שייאנח האדם פעם אחר פעם כשידאג ליבו מדבר גדול, או שניהם כאחד האנחה והיללה שדרכה לבוא אחריה הן הנקראין תרועה, שכך דרך הדואג מתאנח תחילה ואחר כך מיילל; לפיכך אנו עושין הכול, האנחה והיללה. והיללה, היא שאנו קוראין תרועה; והאנחה זו אחר זו, היא שאנו קוראין אותה שלושה שברים. 

די מחלוקת פון רש''י און רבינו תם איז געווען א פריערדיגע, אונז געפונען מיר שוין די גאונים (רבינו האי), נאר רש''י און רבינו תם זענען מסביר און ברענגען ארויס, נישט נאר בלויז די מחלוקת אין מסורה, נאר איבער וואס די מחלוקת איז געבויעט.

עס זענען געווען פילע שיטות, די גר''א האט געהאלטן אז עס זענען דא פיר און צוואנציג שיטות אין תפילין, (דערפאר האט ער געהאלטן אז מען דארף נאר לייגן רש''י) וואס דאס איז אלעס שוין ''נאכן'' חתימת המשנה והתלמוד. די לעצטע לובאביטשע רבי האט געלייגט פיר סארטן תפילין (דוכט זיך ראב''ד און שימושא רבה), געהערט האב איך אמאל אז די בריסקער ראש הישיבה לייגט אויך תפילין לויט ווי דעם רמב''ם. [אין פרשיות האלט די רמב''ם ווי רש''י אבער קען זיין עס זענען דא געוויסע זאכן וואס לויטן רמב''ם איז אנדערש ווי די וועלט טוט היינט].

תפילין פון רש''י איז אנגענומען דורכן גאנצע וועלט פון הלכה אלס די עיקר, אין שולחן ערוך ווערט געפסקנט אז א ירא שמים זאל טוהן ביידע און לייגן תפילין ר''ת אהן א ברכה. (זעה בית יוסף איבער די רא''ש און מהרי''ל). אן אינטערעסאנטן אויסנאם איז די מקובלים, וואס על פי קבלה איז די עיקר די תפילין רבינו תם (אזוי ברענגט ר' שלמה קלוגער).

אין היסטאריע האט מען געטראפן פילע מאל אלטע תפילין, ווי מען האט געטראפן פארשידענע סארטן, ווי אין קומראן (נעבן ים המלח וואו מען האט געפונען די באוואוסטע 'דעד סי סקראלס') און נאך פלעצער, דארט זעהט מען אז עס זענען געווען פארשידענע שיטות, אינטערעסאנט איז אז ר' משה מקוצי אין סמ''ג שרייבט ער אז מען האט געטראפן ביים קבר פון יחזקאל הנביא באגראבן אלטע תפילין ווי רש''י (מ''ע ל''ב) - די דרישה אין הלכות תפילין ברענגט אז ער האט געהערט פון זיין רבי (רמ''א אדער מהרש''ל...?) אז דאס איז נישט קיין ראיה ווייל די רבינו תם קען זאגן אז די אלע תפילין וואס מען האט געטראפן באגראבן האט מען באגראבן ווייל ז'זענען געווען פסול. (זעה אין ב''ח דארט אין סימן לד אדער לה ווי ער שלאגט עס אפ).

נאכן שרייבן זעה איך אז עס זענען דא אסאך וואס רעדן דערויף אויפן אינטערנעט, זעה וויקיפעדיע און נאך.

לא הביישן למד.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 08, 2017 11:17 am

דער רמב"ם איז רש"י פארקערט, דוכט זיך.
אין די פתוחות און סתומות טוהן די בריסקער אויך עפעס א פשרה אין די של יד, איך געדענק הרב אברהם יהושע האט עס דערמאנט אין שיעור אין מנחות, נאר פרטים געדענק איך היינט נישט. עפעס מיט א ט"ז און א רמב"ם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7409
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6999 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך מערץ 08, 2017 11:51 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס קאנאניזירען הלכה איז טאקע א חידוש פון שפעטערע דורות. מ׳האט פארציילט פאר מיין רבי׳ן זצ"ל אז מ׳האט נאכאמאל מעגליך געטראפען עפעס כלי המקדש און ס׳האט איהם גארנישט בארירט, ׳דברים בטלים׳. האט מען איהם געזאגט אז מ׳קען יעצט פושט זיין ספקות אין הלכות כלי המקדש, האט ער גע׳ענטפערט "דאס מיינט נאר אז די סנהדרין אין יענער דור האט אזוי מכריע געווען. אויב די נעקסטע דור׳ס סנהדרין האט אנדערש געהאלטען, האבען זיי געמאכט אנדערע כלים".


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קען זיין אז די עיקר קאנאניזאציע האט טאקע פאסירט שפעטערדיגע דורות, אבער קיין "חידוש" איז דאס נישט, ווארום מיר געפונען שוין אזאנע געדאנקן אין חז"ל ביי ר' מאיר אז לא קבעו הלכה כמותו און הלכה כר' מאיר בגזירותיו, הלכה כבית הלל, י"ח דבר, הלכה כר"ע מחברו, יע"ל קג"ם, כרב באיסורי כשמואל בממוני, און נאך א סך קאנאניזאציע כללים וואס זענען פיהל ברייטער ווי דער איינער כלל מן התורה "אחרי רבים להטות".

ווידער די סנהדרין זענען לכאורה אויך געווען געבינדן צו דעם כלל פון "גדול ממנו בחכמה", (במנין זענען זיי דאך געווען די זעלבע) ואולי אני טועה בזה.
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2089
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך מערץ 08, 2017 11:55 am

ווי אויך לויט דיין טעזע אז יעדער האט גע'פסק'נט פאר זיך לויט ווי ער האט פארשטאנען, דארף מען פארשטיין מה כל הרעש מיט די מחלוקת הסמיכה.
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2089
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 08, 2017 12:29 pm

גדול ממנו בחכמה איז נאר ביי גזירות, נישט פסקי הלכה.

די כללי הפסק זענען, לויט מיין זכרון, עפ׳׳י רוב א צופאל. פארצופאל איז די הלכה ווי רבא אחוץ יע"ל קג"ם. דאס איז נישט קיין אוטאריטעט זיינער. איך מוז זיך דערמאנען פון וואנעט איך געדענק אזא זאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7409
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6999 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך מערץ 08, 2017 12:44 pm

דאן וואס מיינט "קבעו הלכה כמותו"? קוקט אויס ס'איז געווען עפעס א פראצעדור פון "קובע" זיין. די י"ח דבר זענען דען אפן געווען שפעטער פאר טויש? ס'קוקט נישט אויס אזוי.

און צו זענען דען נישט אלע קאנאניזאציעס במשך הדורות א צופאל? מיר פסק'נען ווי דער רמ"א און נישט ווי דער מהרש"ל ווייל דער רמ"א'ס פוסקים זענען קאנאנאזירט געווארן אינעם שו"ע און דער מהרש"ל איז פארבליבן אינעם ים של שלמה, א צופאל למהדרין.
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2089
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 08, 2017 1:08 pm

די י"ח דבר זענען גזירות, ווייס איך נישט וואס דו מיינסט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7409
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6999 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך מערץ 08, 2017 3:43 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ריכטיג אום דאנערשטאג מערץ 09, 2017 2:31 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2089
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך מערץ 08, 2017 3:43 pm

בסדר לגבי י"ח דבר.

אבער וואס איז פשט אין די גמרא וואס פרעגט אויף ר' מאיר מפני מה לא קבעו הלכה כמותו? וואס איז געווען די הו"א צו קאנאניזירן א געוויסע תנא אלץ פוסק?

און צו זענען דען נישט אלע פוסקים וואס זענען קאנאנאזירט געווארן במשך הדורות דעם זעלבן "פערצופאל" וואס דו שטעלסט אוועק?

ומענין לענין וואס ס'שטערט מיר שוין לאנג: דער בית יוסף שטעלט כידוע אוועק בעיקר די פסקים אין שו"ע לויטן רי"ף רמב"ם און רא"ש און ער גייט לויט רוב ציווישן די דריי. די רמ"א בהקדמתו האט צוויי שטארקע טענות אויף די מהלך, א' די רמב"ם איז געווען א תלמיד תלמידו פונעם רי"ף, מילא באופן וואס די רמב"ם גייט בשיטת הרי"ף איז דאס נישט מסברא דנפשיה נאר ער זאגט נאך וויאזוי ער האט מקבל געווען, מילא אנטקעגן דעם רא"ש איז דאס איינס קעגן איינס, נישט רוב. ב' אז דער בית יוסף רעכנט נישט די פוסקי אשכנז.

למעשה אבער די רמ"א בהגהותיו איז נאר חולק ווען ס'שטימט נישט מיט די פוסקי אשכנז, משא"כ דארט ווי דער מחבר פסק'נט בלויז ווי דער רי"ף והרמב"ם נגד הרא"ש בלייבט דער רמ"א שטיל. איז מיין קושיא פארוואס? ער האלט אז דער דרך הפסק איז נישט ריכטיג, פארוואס דינגט ער זיך נישט? פארוואס לאזט ער דאס אזוי קאנאניזירט ווערן?
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2089
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מיטוואך מערץ 08, 2017 11:38 pm

איז געווארען א שיינע שמועס פון מיין שאלה.

moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז ידוע אז רובא דאנשי האבן נישט געלייגט קיין תפילין. מען זאגט צוליב גוף נקי.

עס איז היינט געווארן אזוי אז מען לייגט שבת מיט תפילין אונטער איין גאלעריע אבער עס איז נישט שטענדיג געווען אזוי.
דאכט זיך עס איז דא דא אן אשכול וואס ברענגט א רשב"א וועגן תפילין בענין זה
מושב זקנים איז היסטאריש מעגליך די מערסטע גערעכט. בתקופת הגאונים האט מען אפטמאל נישט געלייגט תפילין אין געוויסע מקומות.
כגעדענק נישט קיין רשב"א וועגן תפילין, אבער כהאב פערזענליך יא אמאל געזען ווי דער מאירי דערמאנט ערגעץ בתוך הדברים אז אין די עשי"ת איז מען מקפיד נישט צו עסן קיין פת פלטר און יא צו לייגן תפילין... ומכלל הן אתה שומע לאו - דורכן גאנצען יאר.


דעת תורה האט געשריבן:דער אמת'ער תירוץ איז, עס איז געווען אזוי, און ס'איז געווען אזוי. יעדער האט געטון לויט ווי זיין סופר האט געשריבן. דער רמב"ם כידוע שרייבט אז ער האט קודם געהאט רבינו תם און אויף דער עלטער געטוישט צו רש"י (אדער פארקערט).

בקיצור: מ'האט גענומען ע' פנים לתורה, וכולם מרועה אחד ניתנו, מער ליטעראלי. הלכות זענען נאכנישט געווארן אזוי קאנאניזירט ווי שפעטער, און יעדער האט געטון לויט ווי ער, צי זיין רבי, צי זיין לאקאלער רב, האט פארשטאנען.
אביסל א שווערערע תירוץ אנצונעמען. געוויסע הלכות זענען שאלות וואס זענען אויפגעקומען אין אנדערע בתי מדרשים, און יעדער רב האט געפסקנ'ט אנדערש, אבער ביי תפילין איז מאדנע אז סאיז נישט געווען קיין אנגענומענע וועג וויאזוי צו לייגן תפילין. כמיין, ווער איז אויפגעקומען מיט א אוואנטורע פון מאכן א שי"ן מיט פיר קווים אנשטאט דריי, און דער עולם האט עס אזוי אנגענומען. אא"וו כהנה וכהנה. אויב ממשה מסיני איז געווען איין וועג וויאזוי צו שרייבן פרשיות, האבן אלע ווען געדארפט זען די עקזעמפלארן פון פריערדיגע פאר תפילין'ס במשך כל הדורות.


נולד מאוחר האט געשריבן:כקען נישט היסאטריע אבער פשט קען זיין אז מהאט נישט מקפיד געווען אויפן סדר פרשיות. ביז רשי און רת האבן אנגעהויבן מאכן אן עסק.
שיינע טעארע, כבין אפילו מסכים דערצי. כוויל נאר פארשטיין לויט דעם, פון ווי זענען אנטשטאנען די אנדערע חילוקים צווישען רש"י-ר"ת, וואס האבען נישט מיט סדר הפרשיות נאר סתם מאדנע חילוקים (ווי די שי"ן).
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

Re: השתלשלות התורה מדור דור

הודעהדורך טמיר » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 1:08 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:געב עס א 100 יאהר און דיינע אייניקעלעך וועלן חקר'ן: אויב איז דא א מסורה, וויאזוי האט מען גערעכנט שיעורי תורה ביז די תקופה פון הגר"ח נאה און חזון איש.....?

די שאלה קען מען שוין בעצם פרעגן יעצט אויך. וויאזוי האט מען געטון ביז יעצט? אבער דאס קען מען גרינגער ענטפערן. ווייל נארמאל גלעזלעך זענען ממילא כאטש 5 אונסעס, ממילא האט די הנהגה ביי די שאלה נאר אויסגעקלאפט ביי א פחות פחות פון א חולה וכדומה. אבער עס איז נישט געווען א טאג טעגליכע הנהגה, משא"כ תפילין וכדומה
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3007 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 496 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 2:16 am

שיעורים זענען אלע דורות נתברר געווארן לויט די מעזשערמאַנט פין יענער דור, אין רמב'ם שטייט שוין, אין מגן אברהם ווערט געברענגט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 2:37 am

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3454
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6694 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט