וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באזוך)

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באזוך)

שליחה דורך העניך »

עס טוט זיך א טומל אין אנבליק פון דעם באזוך פון א דעלעגאציע פון היימישע עסקנים ביים פויבסט פראנציס יר"ה אינעם וואטיקאן. ביי דעם באזוך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויף דעם פסוק "אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי." טייל זענען אויפגעברויזט אז מ'גיט כבוד פאר דעם "אבי אבות הטומאה", און קענען נישט צו זיך קומען אז מ'האט גענוצט א פסוק תהלים אים צו באזינגען.

עס איז ידוע די מעשה פון דעם ערליכן און אויפריכטיגן מלך כוזר, וואס א מלאך האט זיך באוויזן צו אים אין חלום, און האט אים געזאגט, "כוונתך רצויה אך מעשיך אינם רצויים." דער קעניג האט פארשטאנען פשט אז דאס זאגט אים אז אין הימל איז באוויליגט זיינע געהויבענע און ערליכע כוונות, אבער למעשה, היות ער פאלגט נישט דעם ריכטיגן דת, יהדות, זענען זיי מעשים נישט באוויליגט. דאס האט געברענגט דעם קעניג צו שטודירן פארשידענע רעליגיעס, און צום סוף האט זיך זיין קעניגרייך מגייר געווען.

די מעשה לערנט אונז צוויי אספעקטן פון דעם מענטש אויף וואס מ'קוקט אין הימל, די כוונה און די מעשים. אין פאל פון דעם מלך כוזר האט נאר די כוונה געטויגט אבער די מעשים נישט, און איך מיין אז א איד א מאמין דארף דאס אויך זען אינעם היינטיגן פויבסט. דער היינטיגער פויבסט פראנציז איז א גאר געהויבענער און ערליכער מענטש, א פירער וואס זוכט צו העלפן ארימע און קראנקע, און זוכט צו הייבן צעבראכענע, אומגליקליכע און באקריוודעטע. ווען עס קומט צו זיין רעליגיע נעמט ער עס אויך מיט הארץ און געפיל, און נישט ווי אן עקסטרעמיסטישער ביוראקראט. ער פרובירט צו פארשטיין דעם רצון ה', און פרובירט צו ברענגען ווי מער גוטס אויף דער וועלט.

גוט, פון אונזער פערספעקטיוו איז ער טאקע נישט אנגעקומען צו דער ריכטיגער רעליגיע, מעשיו אינם רצויים, אבער דאס איז זיכער אז כוונתו רצויה. איז א מענטש וועלכער שטייט אויף א גאר הויכער מדריגה פון רצויה'דיגער כוונה אזא שלעכטער מענטש בלויז ווייל זיינע מעשים זענען נישט די ריכטיגע?

וואס וואלט איר געזאגט אויף איינעם וועלכער שטייט פונקט פארקערט: זיינע מעשים זענען רצויה, ער איז א שומר תורה ומצוות כהלכה, אבער כוונתו אינה רצויה – אלעס וואס ער טוט איז מצוות אנשים מלומדה, אן קיין אמונה, אן קיין נשמה, אלעס נאר נאכצוטאנצן די געזעלשאפט? א מענטש וואס האט נישט קיין ערליכע און אויפריכטיגע כוונות צו זיין א גוטער מענטש און צו ברענגען גוטס אויף דער וועלט, אבער זיינע מעשים זענען יא רצויים – מה דינו?

צום באדויערן קענען מיר א סך אזעלכע מענטש, און אפילו טייל רבנים פאר וועמען מ'קען זינגען מיט א פייער "אורך ימים אשבעהו" פאלן פערפעקט אריין אין דער קאטעגאריע פון כוונתו אינה רצויה אך מעשיו רצויים.

ווער האט מחליט געווען וואס איז וויכטיגער, כוונה רצויה אדער מעשים רצויים?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר