דבר והיפוכו, לעבען צווישען תורה'דיגע מאראלען און אלגעמיינע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

דבר והיפוכו, לעבען צווישען תורה'דיגע מאראלען און אלגעמיינע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מאראלען און זייער מקור זענען שוין אויסגעשמועסט מערערער מאל אין שטיבעל. פארוואס דארף מען זיין א מאראלישע מענטש? פארוואס פארשטייט יעדער בעל דעת אז געוויסע זאכען טויגען נישט? וואס איז די חילוק צווישען א מענטש און א בהמה? פארוואס טראגען מיר פליכטען צו אנדערע מענטשען און נישט צו בהמות?

ווען איינער זוכט זיין מאראלען אין תורה, האט ער א געוויסע שטאנדפונקט. דער תורה שטעלט אוועק א וועלט וואס איז באשאפען געווארען פאר א געטליכע סבה. דער אויבישטער האט געוואלט א וועלט און פאר דער ווילונג האט ער עס באשאפען און אלס וואס טוט זיך אין דער וועלט איז געווידמעט צו די ווילונג, ס'דארף ארויסברענגען דער תכלית פון דער ווילונג. יעדער זאך וואס איז אנטקעגען דער ווילונג טויג נישט, ווייל ס'איז אין קעגענזאץ צו די גאנצע מציאות פון מענטש און וועלט. הייסט'ס מאראלען זענען געבויט אויף דער עגזיסטענץ פון דער מענטש, יעדער סתירה צו אט דער עגזיסטענץ איז אוממאראליש און אלס וואס שטימט מיט דער עגזיסטענץ איז מאראליש.

דער אלגעמיינע, סעקולארער, מענטש געבויטע מאראלען זענען אויך געבויט אויף דעם. הרגנ'ן איז א סתירה צו דער עגזיסטענץ פון א מענטש אין דער וועלט, אז מ'הרג'ט איינער די צווייטע, וועט גארנישט בלייבען פון דער גאנצע זאך. דאס נויט פאר דער וועלט אנצוגייען, דער זעלבסט פארשטענדליכע ווילונג פאר יעדער מענטש צו בלייבען לעבען און זיך דרייען אין דער קליינע וועלטעלע דא פאדערט אז ס'זאל נישט זיין אזא מציאות אז דער שטערקערע מענטש וועט אייננעמען און הרגנ'ן די שוואכערער. פון דעם שטאמט דער מאראלישע פליכט צו היטען מענטשליכע לעבען און דאס צו שעצען העכער ווי סיי וואס.

זאת ועוד, אפילו ווען מיר וועלען זאגען אז דער גאנצע וועלט גייט דאך אזוי, דער שטערקערע חיה הרג'ט דער שוואכערער חיה, ואין פוצה פה ומצפצף, דאך איז עס אנדערש. דער לייב עסט דאך נישט קיין צווייטע לייב, נאר די פארשידענע באקען און אנדערע חיות וואס געפונען זיך אין וואלד. הייסט'ס דער לייב און דער באק זענען אין קאמפף, און זיי טרעפען זיך א וועג וויאזוי אויסצוקומען. דער מענטשהייט איז אנדערש, ווייל איין מענטש קען דאך הרגנ'ן די צווייטען, אן ערשיינונג וואס טרעפט זיך נישט ביי חיות (אחוץ פיש, כמבואר בגמ' עבו"ז ד.).

וואס איז דער חילוק? ווייל כדי די וועלט זאל אנגייען, דארף מען א ריזיגע פארשידענהייט פון מענטשען, מ'דארף דקאטוירים און שיך פוצערס, קוימען קערערס און אדוואקאטען (דאס אפשר נישט), און דאס מעסטען דער וויכטיגקייט פון א מענטש נאר לויט זיין אויסזיכטען צו געווינען אין א ראנגעל איז קורצזיניג. דעריבער קען דער וועלט נישט אנגייען אז די שטארקער נעמען איין די שוואכער, און צוליעב דעם איז עס זעלבסט פארשטענדליך אז הרגנ'ן איז אוממאראליש.

א גרויסע חילוק איז אבער פארהאנען צווישען דער תורה'דיגע מאראל און דער אלגעמיינע, און נישט נאר א חילוק זאגאר א טאטאלע סתירה איינער צו דער צווייטע. דער תורה לייגט דער וועלט אלס א חלק פון רצון הוי"ה, דער אויבישטער וויל עס, און ער דארף איהם דינען. לעבען האט א חשיבות כדי איהם צו דינען, און דער שטארבען איז נישט קיין שלעכטע זאך פאר זיך, נאר ווען ס'איז אין קעגענזאץ צו דער דינסט פון דער פון אויבען. דער חשיבות פון לעבען איז צוליעב דעם אז לעבען איז דער וועג פון דינען דער באשעפער און דער גאנצע לעבען איז נאר פאר דער צוועק.

אין דער אלגעמיינע גלויבונג, שטייט דער מענטשנ'ס לעבען אלס א מיטעל צו אנדערע מענטשנ'ס לעבען און צו דער וועלטס עגזיסטענץ. פארוואס דער וועלט דארף עגזיסטירען איז שוין נישט קיין שאלה, און דעריבער איז דער וויכטיגקייט פון לעבען א זעלבסט פארשטענדליכע זאך, עפעס וואס מ'קען נישט אויפווייזען, נאר דער מענטשהייט אליינס פאדערט עס. ווען אלס שטארבט און ווערט היסטוריה וואס קיינער געדענקט נישט ווייל קיינער עגזיסטירט דאס צו געדענקען, ווייס איך נישט וואס איז דער געפערליכע צרה פאר דער בירגער פון דער אלגעמיינע סעקולארער וועלט. עכ"פ דער לעבען האט אן אייגענע חשיבות און זי דארף געשעצט ווערען פאר דעם אליינס.

דעריבער פארשטייט דער אלגעמיינע וועלט נאר איין היתר צו הרגנ'ן א מענטש, ווען ער איז א sociopath הייסט'ס ער איז אנטקעגען דער סאציאלישע פיערשאפט פון דער וועלט, דער פארבינדונג צווישען איין מענטש און א צווייטע ווערט געשטערט דורך זיין מעשים, ער איז איינער וואס דער וועלט, וואס שעצט אזויפיהל דער לעבען, קען נישט פארטראגען. דעריבער איז ער א בן מות. אין אידישקייט איז דער religiopath אדער דער deopath דער בן תמותה. ער איז איינער וואס שטייט אין קעגענזאץ צו דער מלכות שמים אין דער וועלט, און ער איז א סתירה צו דער עגזיסטענץ פון דער וועלט און פאר דעם איז ער א בן מות.

ווען איינער לעבט צווישען צוויי וועלטען, און ער גלויבט אי אין תורה'דיגע ווירדען אי אין מענטשליכע ווירדען, האט ער א פראבלעם. ווייל די צוויי ווירדען שטייען אין קעגענזאץ איינער צו דער צווייטען. דער תורה שעצט נישט דער לעבען אזוי ווי דער אלגעמיינע וועלט און דער אלגעמיינע וועלט שעצט נישט דער לעבען ווי דער תורה שעצט עס.

לאמיר ברענגען א משל. דער תורה זאגט אונז אז מ'דארף הרגנ'ן עמלק, די גאנצע פאלק אנשים נשים וטף דארף מען טויטען. א מענטש וואס האט מערבי'שע ווירדען דארף זיך טרייסטלען פון אזא מצוה. ס'הייסט, קינדער וואס האבען קיינעם וויי געטוהן, אומשולדיגער מענטשען וואס זייער גאנצע עבירה איז נאר זייער געבורטס זאלען אלע שטארבען? די שאלה איז נישט אזוי פיל ואס קומט זיך זיי די טויט, וואס איז נישט דער יסוד פון די עוולה פון הרג'נן, נאר דאס אז טויטען איז אוממאראליש ווען איינער שטערט נישט די וועלט. נאר איינער וואס פארשטייט אז דער וועלט שטייט נישט פון זיך אליינס, זי האט א מנהיג וואס האט א פלאן דערפאר, און דער מנהיג זאגט אונז אז זיין הנהגה פאדערט אז זיין פאלק זאלען דוקא אויסראטען א גאנצע פאלק מיט זייער קינדער, ווייל זייער עגזיסטענץ איז אין קעגענזאץ צו זיין פיהרערשאפט אין דער וועלט, דער קען אננעמען די מצוה. איינער וואס וויל לעבען אין צוויי וועלטען מוז זיך אויסדרייען פון די מצוה.

און בשעת אבלות אויך. דער וואס גלויבט אז דער אויבישטער פיהרט אלס, נאר די ווירדען זיינער זענען מערביש'ע, קען נישט איינשלינגען דער טראגישע טויט פון א יונג קינד. ס'הייסט, א קינד פון זיבען וואכען אלט, האט אין זיין\איהר לעבען קיינעם נישט וויי געטוהן, וויינט עסט און שלאפט, און יעצט איז ער\זי טויט? און ווען א בחור פון פופצען גייט אין גאס און א קאר קלאפט אריין אין איהם און אלע זיינע חלומות און האפענונגען ווערען צו שטויב, ווי שלינגט מען דאס איין? איינער וואס גלויבט נישט אין גאט און אין השגחה פרטית, האט א לייכטערע תשובה, דער מענטש איז סתם געשטארבען אזוי ווי ער האט סתם געלעבט. אבער דער וואס גלויבט אין גאט האט נישט קיין ברירה נאר אנצונעמען אז דער לעבען איז נישט אזוי וויכטיג פאר זיך אליינס, זי דינט א העכערע ציל. ווען דער אויבישטער מאכט זיין חשבונות אז זעקס מיליאן דארפען שטארבען פאר זיין מלכות אין דער וועלט, איז עס גאנץ פארשטענדליך צו דער וואס לעבט אין א וועלט וואס צילט אלס צום תכלית פון מלכות ש-די. דער וואס האט א הומאניסטישע צוגאנג צו ווירדען האט א פראבלעם מיט אזא באשעפער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר