פון רוסישער חסידות ביז אינדיאנער מעדיטאציע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אורים ותומים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 03, 2017 9:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

פון רוסישער חסידות ביז אינדיאנער מעדיטאציע

שליחה דורך אורים ותומים »

[justify]"תורת החסידות" איז אן אביוזד נאמען, און מיט רעכט.

מילא ווען מען ערקלערט נאכן קעפל "תורת החסידות", וואס דאס איז טאקע, ניחא. אבער ווי מיר אלע ווייסן, וועט מען ווייניג מאל געפונען אמת'ע ארגומענטן וואס טוען אונטערהאלטן דעם נאמען "תורת החסידות". חוץ פון איבערבלעבלען די ווערטער שמחה, בל ידח ממנו נדח, התקשרות לצדיקים, פשוטי עם, און ענליכס, פארשטייען מיר געווענליך נישט די טיפע לערע פון חסידות, וואס האט בשעתה אזוי אויפגעשאקלט דעם אייראפעאישער אידנטום.


תורת האר"י פון אן אקאדעמישער בליק
עטליכע יאר צוריק איז ערשינען א גאר געלונגענער ספר, וואס איך וואלט ענדערש אנגערופן אן אקאדעמישער פוליצער פרייז ווערטפולער ווערק, מיטן נאמען "קבלת האר"י" (דריי בענדער). דער פארפאסער פונעם ספר איז א פרומער איד מיטן נאמען יוסף אביב"י, וואס האט זיך אריינגעלייגט אין תורת הקבלה מיט די בליק פון א פארשער, און ביים אדורכטון תורת האר"י, תורת הרש"ש, און תורת הרמח"ל, האט ער באמערקט פארשידענע יסודות'דיגע נקודות וואס פריערדיגע גדולים וטובים - פון מחנה המקובלים און פון מחנה חוקרי תורת הקבלה - האבן פארפאסט.

ער איז אויך ארומגעגאנגען אין מוזיאומס, און אויסגעזוכט כלערליי כתבי ידות פון פריערדיגע בעלי מקובלים, און אזוי ארום האט ער אויסגעשניטן א וועג וויאזוי דער אריז"ל האט אויסגעלערנט תורת הקבלה פאר זיינע תלמידים, וואס ער האט געזאגט פריער און וואס שפעטער, וויאזוי ער האט אויפגעבויט זיינע געביידעס פון השתלשלויות העולמות, א.א.וו. זיינע אויפדעקונגען זענען געווען ממש א סענזאציע בעולם הקבלה, און האט נאכמער איבערראשט דעם אקאדעמישער וועלט ווען דער מאסיווער ארבעט איז אדורכגעפירט געווארן דורך דעם אביב"י וואס פארמאגט ניטאמאל קיין אקאדעמישער טיטל צו זיין נאמען.

איינע פון די פונדאמענטאלע זאכן וואס אביב"י האט באוויזן צו טון אין זיין ספר, איז געווען א נושא אויף וואס איך וועל ווידמען דעם מאמר. אביב"י האט אויפגעוויזן אז תורת האר"י איז נישט געקומען סתם אויפצובויען הררים התלוים בשערה אומזיסט. דער אריז"ל האט נישט געזוכט בלויז צו בויען געביידעס וואס וועלן שטימען גוט מיט פריערדיגע יסודות אין קבלה, נאר ער האט אויך פרובירט צו פארענטפערן יסודות'דיגע פראבלעמען וואס האבן געמוטשעט דעם פילאזאפישער וועלט פאר טויזנטער יארן.

אזעלכע פונדאמענטאלע פראגעס און מוטשענישן, ווי "פארוואס האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט", "צי האט א מענטש א כח הבחירה", "וויאזוי קען א מענטש זינדיגן אויב ער איז א חלק אלו-ה ממעל", און "וואס איז די תכלית פון אונזער עבודה", ווערן מייסטערהאפטיג ערקלערט דורכן אריז"ל - פארשטייט זיך אז עס איז שיין פארפאקט אין העכערע פראזן געבארגט פון מיסטישער קבלה וועלטל.



תורת החסידות איז נישט אנדערש
איך בין נישט אויסן אריינצוגיין אין זיינע געוואלדיגע אנטפלעקונגען, נאר ארויסצוברענגען דעם פאלגענדן פונקט: די גרינדער פון חסידות האבן אויך געוואלט "מסדר זיין" געוויסע יסודות'דיגע פראבלעמען, אדער ארויסברענגען יסודות'דיגע נקודות, וואס זיי האבן שיין אריינגעלייגט אין חסידישע בחינות און העכערע ענינים סטיל גערעדעכץ.

ווען א חסידיש ספר (פון די ראשוני תלמידי בעל שם) רעדט איבער עבודת השמחה, דארפן מיר זען די נקודה הפנימית וואס ליגט אונטער דעם. אפטמאל קען עס זיין א טיפע פילאזאפישע געדאנק פארפאקט מיט א חסידישע עבדו את ה' בשמחה. ווען א חסידיש ספר רעדט איבער ענוה, התקשרות צו א העכערע פערזענליכקייט, און אזוי מיט אלע אנדערע נייע בחינות, קען מען אפטמאל כאפן אז זיי האבן סך הכל געזוכט נייע מיטלען צו אלטע פראבלעמען.

און אזוי איז אויך מיט עבודת התפילה, דער העלד פון דעם פאלגענדן מאמר, וואס נאך א רייזע איבער א שיינע פאר חסידישע ספרים, וועלן מיר זיך דערזען אין אינדיע, צווישן גורו'ס און מאדיטאציע-לערער.



דרגה א': העכערע כוונות בתפילה? ניין, ענדערש "ברעך אויף" די שלאס
איינע פון די פלעצער וואו תורת החסידות האט גענצליך אפגענויגט פון תורת הקבלה, איז אין פעלד פון עבודת התפילה. אויב תורת הקבלה איז געקומען צולייגן פרישע כוונות, צירופי שמות, און ביאורים אין די ווערטער פון דאווענען, האט תורת החסידות דאס שטארק געזוכט צו פארמינערן, און אפטמאל אפילו אונטערמינעווען.

אין ספר "יושר דברי אמת" פון רבי פייבוש'ל זבאריזשער, א תלמיד פון רבי מיכעלע זלאטשובער תלמיד הבעש"ט, שרייבט ער איבער די געדאנק פון "כוונות" באופן כללי (סוף אות מ"ב):
ובאמת עיקר הכוונה היא שבירת הלב בהכנעה ודביקות להשי"ת, כמו שכתוב בכתבים [-ספר אור האמת י"ד ע"ב] בשם הרב ר' בער [-ממעזריטש] ז"ל, משל על זה הענין: שיש לכל מסגר מפתח שפותח בכיון, ולפי המסגר כן מכוין המפתח, ויש גנבים שפותחין בלי מפתח, דהיינו ששוברים המסגר. כן הענין, יש לכל דבר נעלם מפתח, והיא הכוונה המכוונת לאותו דבר, אבל עיקר המפתח להיות כגנב ששובר הכל, דהיינו לשבור הלב היטב בהכנעה גדולה, ויושבר המסך המבדיל למעלה, שעל ידו הוא ההסגר לאדם.


גלייך דערנאך, זעצט ער פאר צו שרייבן פיל שארפער, איבער כוונת האריז"ל ספעציפיש (אות מ"ג):
ובאמת אתה ידעת, אע"פ שבילדותי למדתי קצת כוונות, אבל איני מכווין בהם כלל, כי עיקר הכוונה היא שבירת הלב... ואם היינו זוכים לזה בנקל היינו יכולים לכוון כל כוונת האריז"ל, שבאמת לא נאמרו אלא לאנשים כמותו או פחות מעט, שכבר לבם טהור מכל סיג המפסיד המתאוה לכל התענוגים הגשמיים, ומתאוים לתענוג רוחני...

לזאת בחרתי לי לכוין כוונת אחת, לכוין הלב להשי"ת בכל מה דאפשר, לכוונת התיבות והמלות כפי האפשר...

ער פירט אויס אז דאס איז געשריבן געווארן לויט וואס ער האט געהערט פון רבי מענדעלע פרעמישלאנער, א תלמיד פונעם בעש"ט.


ממש באותו לשון דרוקט זיך אויס נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער חסידישער "שר בית הזוהר", רבי הערשעלע זידיטשובער, אין זיין ספר "פרי קודש הלולים", שרייבנדיג (בהקדמתו):
אמנם כוונת התפלה ביחודים איך המאורות מזדווגים ומתיחדים, תלמוד אותם מזה הספר... אבל עיקר כוונת התפלה היא מסירת נפשך לה'.



דער יסוד אז מיר זענען נישט אין די מדרגה פון מכוין זיין העכערע כוונות, כדרך המקובלים, ווערט ווידערהאלט דורך פארשידענע תלמידי בע"ש זעלבסט, א שטייגער ווי דער פונדאמענטאלער חסידישער ספר "תולדות יעקב יוסף" (ריש פ' תצוה), און דער ספר דברי משה (פ' בא) וואס איר פארפאסער - רבי משה דאלינער, א זון פון רבי דן דאלינער - איז געווען א תלמיד נאך ביים בעל שם זעלבסט.

זיי ביידע שרייבן אז דאס מייחד זיין יחודים איז נאר פאסיג פאר גאר העכערע מענטשן, און סתם מענטשן זאלן זיך מזרז זיין ביים דאווענען כדי נישט צו קריגן מחשבות זרות. דער לעצטער ברענגט דאס זאגאר פונעם בעש"ט אליינס.



דרגה ב': מכוין זיין כוונות טויג נישט פאר אונז/מיר דארפן זיך "מתדבק" זיין אין די אותיות התפילה
אין ספר "אור המאיר" פון רבי וועלוול פון זיטאמיר, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד, זאגט ער אויך אן אז פשוט'ע מענטשן האבן נישט פארוואס מכוין צו זיין העכערע כוונות ביים דאווענען, און ער לייגט נאך צו א שארפע ווארט פונעם בעש"ט זעלבסט, הא לך לשונו (הפטורה לפ' וירא):
אכן כשהוא בעצמו עדיין רחוק מהכוונה, תועלתו לא נחשב למאומה. ושמעתי בשם הבעש"ט זללה"ה אמר משל על זה, אדם שרוצה לאכול ותאב ביותר לדבר מאכל הנערב אליו, ואח"כ רואה על מקום גבוה מונח הדבר מאכל הישרה בעיניו ואין ידו מגעת לשם, ומכוון כאילו אוכל, ונמצא מה מועיל בכוונתו, וכל מה שהוא מכוון ביותר הוא רעב ביותר.

וכמו"כ אותם האנשים המכוונים כוונות נוראים ורמים העומדים ברומו של עולם, ואין יד שכלו מגעת לשם להיות שהוא רחוק מאד מהכוונה, ומה מועיל בתקנתו... אלא כוונת כל מעשיו יהי' לש"ש בתם לבב, וישמור עצמו לבלתי הוציא משפתיו אותיות בלא מחשבה טהורה, שאז האותיות המה יבישות בלתי לחלוחית...

זיינע ווערטער זענען טאקע אזויווי די ווערטער פון די פריערדיגע תלמידי בעל שם, אבער ער לייגט שוין צו צוויי נקודות: 1) דער וואס איז נישט קיין בעל מדרגה, טויג נישט פאר אים צו מכווין זיין כוונות, וכלשונו "וכל מה שהוא מכוון ביותר הוא רעב ביותר", 2) אז עס ליגט עפעס א טיפערע באדייט אין עבודת התפילה, נישט נאר העכערע כוונות ויחודים עילאים, נאר אויך צו לאזן די אותיות ארויסקומען מיט א קאך און נישט טרוקן.

אט די לעצטע ווערטער, וועלן עווענטועל ווערן א יסוד גדול אין תורת החסידות, מיט א שמיץ אריבער.


אבער קודם כל לאמיר אפירברענגען ענליכע ווערטער פון הרה"ק רבי אהרן מזיטאמיר זי"ע, א תלמיד פונעם פייערדיגער "דאווענער" - דער בארדיטשובער רב. אין זיין ספר "תולדות אהרן" שרייבט ער ביידע נקודות, פיל קלארער און שארפער (ימים נוראים בסופו):
ועיקר הוא שצריך ליזהר בכל השנה - ובפרט בר"ה ויוה"כ - להתפלל סתם בפירוש המילות, ולא כאותם שמתפללין מתוך סידור האריז"ל ואינם יודעים בין ימינם ושמאלם בשום כוונה, והם מכוונים כוונות זרות.

רק העיקר שיהי' האדם שפל ברך, ולהתפלל פשוט בפירוש המלות, ולהתדבק עצמו אל אותיות התפלה, והאותיות עצמם הם באים למעלה... נמצא הכלל הוא רק לדבק עצמו אל האותיות... ואח"כ מהאותיות בא הערות הקדושה אל האדם, ואח"כ יכול להתפלל בדביקות.



דרגה ג': אפילו צדיקים זאלן נישט דאווענען מיט כוונות האריז"ל/חשיבות דביקות בתפילה עצמה
לאמיר גיין צום נעקסטן שטאפל, ווען דער רבן של ישראל און רבי פון רבי'ס, רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, האט מעיד געווען איבער זיך זעלבסט אז ער דאווענט נישט מיט כוונות האר"י.

זיין בארימטער תלמיד, רבי קלמיש פון קראקא, שרייבט אין זיין ספר "מאור ושמש" צוויי מאל דערוועגן, איין מאל אן אנזאג פון זיין רבי'ן, און איין מאל אפילו זיין רבי'נס אייגענע מנהג. אט איז וואס ער שרייבט איינמאל (סו"פ נצבים):
אכן בזמנינו זה, לא יתכן לאדם לכוין כוונת התפלה המסורים בידינו בסידור האריז"ל, הן מתוך הכתב והן ללמדים ולכוונם בעל פה. וכן שמעתי מאדמו"ר הרה"ק האלקי רשבה"ג רבינו אלימלך זצוק"ל, לבל יחשוב אדם מחשבות וחשבונות כוונת השמות, רק יקשר נגלו ונסתרו שהוא נפשו ורוחו ונשמתו באין סוף ב"ה, ועי"ז הוא מקשר כל התגלות העולמות ופנימיות העולמות בו יתברך.

וכל כך תהי' מחשבתו דבוקה בנועם ה', עד שלא יהי' לו פנאי אפילו רגע לכוין כוונות. ואדם אשר בתפלתו בבחינה זו, נעשים הכוונות והיחודים מאליהם ע"י תפלתו.

דער מאור ושמש זאגט דא א שטארקע חידוש, אז עס ליגט גאר א געוויסע חשיבות אין פשוט'ע דאווענען, מער פון א דאווענען מיט כוונות, און אז מיט א ריכטיגע דביקות בתפילה קען מען ניטאמאל טרעפן קיין רגע צייט צו מכוין זיין כוונות, און דאס איז אזוי חשוב אז די כוונות ויחודים געשעען ווי פון זיך אליין. די דאזיגע נקודה וועלן מיר שפעטער טרעפן אין אנדערע מקורות פיל שארפער ארויסגעברענגט, אבער מיר זעען שוין א שטיקל דורכברוך אינעם בליק פון עבודת התפילה, אז עס איז דא א שטיקל עדיפות וחשיבות מיטן פשוט'ן דביקות בתפילה ווי א תפילה מיט העכערע כוונות.


דער אנדערער פלאץ וואו דער מאור ושמש ברענגט דאס ארויס, דערציילט ער שוין א פערזענליכער עדות'שאפט פון זיין רבי'ן (פ' עקב ד"ה הן לה'):
בדורות האלו א"צ להתפלל בכוונות השמות, וכן שמעתי מאדמו"ר בוצ"ק מוה"ר אלימלך זצוק"ל, שאמר על עצמו שאינו מתפלל עפ"י הכוונות, ומה שמתפלל בסידור האריז"ל הוא מפני שהשם הוי"ה נכתב שם בכתיבה תמה.

והוא ביאור הדבר, לפי שעיקר כוונת השמות הוא עפ"י הניקודות... ומילא כשאדם משים נרו"נ בקריאת האות כפשוטו, ממילא השם נעשית באותיות אלו, כי ע"י קריאתו הוא מבטא הנקודות בדיבורו.

אין דעם שטיקל האט ער צוגעלייגט א טעם לדבריו, אז דורכן זאגן די אותיות זאגט ער דאך ממילא אויך די נקודות, וואס דאס איז ווי די נפש פון די ווארט, און דורכדעם ווערט מתוקן דער נפש האדם וואס זאגט עס. די ווערטער זענען בעצם געגרינדעט אויף געוויסע פונקטן אין תורת הקבלה, וואס דא איז נישט דער פלאץ אריינצוגיין אין דעם.

מיר וועלן אבער יא געדענקן זיין יסוד, אז די אותיות המילים פונעם דאווענען, האבן א גרעסערע חשיבות ווי כוונות התפילה, אויב דורך די אותיות קומט מען צו צו א דביקות. וואס נאך די אויבנדערמאנטע ווערטער פון רבי אהרן זיטאמירער, פארשטייען מיר שוין עטוואס מער וואס דאס מיינט.

אבער דאס איז פארט נישט די לעצטע שטאפל וואו חסידות האט געטראגן די נושא פון עבודת התפילה.



דרגה ד': דאווענען מיט די פירוש המילות בכוונה, בדביקות, ובהתלהבות איז די העכסטע מדרגה
לאמיר אנהייבן מיט א ווארט פון הרה"ק רבי צבי אריה מאליק זי"ע, א חבר פונעם אויבנדערמאנטער רבי פייבוש'ל קרעמניצער, וואס זיי ביידע זענען געווען תלמידים ביים זלאטשובער מגיד - תלמיד הבעל שם. דער אליקער איז בשעתו געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין כלל ישראל, און זיינע ווערטער טראגן היבש געוויכט איבער משנת החסידות.

אין זיין ספר "אור חכמים" שרייבט ער (פ' שלח ד"ה והיה באכלכם), אז ס'זענען דא דריי דרגות - זו למעלה מזו - אין מקיים זיין מצוות: 1. די וואס טוען אזוי ווייל עס שטייט אין די תורה על פי ה', אבער ער ווייסט נישט די הסבר דערינטער. 2. די וואס ווייסן יא די כוונות המצוות און טוען די מצוות מיטן ריכטיגע כוונה. 3. איז ווי פאלגענד:
אשר עיקר כוונתם בקיום המצוות הוא לדמות צורה ליוצרה, ולדבק ולקשר עצמו בהבורא ית"ש, ואינם משוקעים בכוונת המצוה רק הכוונה נעשית ממילא, ויש להם גודל תענוג מהמצוה מעין עוה"ב.

אין אן אנדערן פלאץ (פ' ואתחנן ד"ה ואפשר) רעדט ער אויך ספעציפיש איבער עבודת התפילה, עיב"ד.


אט די געדאנק איז בעצם איינע פון די יסודות החסידות, און עס ווערט ארויסגעברענגט די מערסטע קלאר און שטארק אינעם ספר "שארית ישראל" פונעם ווילעדניקער צדיק, וואס איז געווען א תלמיד פון רבי מאטעלע טשערנאבילער. ער שרייבט בזה"ל (שער התקשרות, דרוש ה' מאמר א'):
וכן הוא בתפלה, העיקר הוא שצריך השעה קודם התפלה, הן בהתבוננות... ועצם התפלה צריך לצמצם את עצמו בתיבות הסדורות שסדרו אנכנה"ג. ויש בזה כמה אופנים גבוה מעל גבוה.

יש מי שיוכל להכין כל ההכנות קודם התפלה, ואח"כ לומר כל התפלה רק תיבות ואותיות לבד בלי שום כוונה, כי הוא מופשט לגמרי מחושי גופו בביטול עצום לאין סוף ית' בלי שום מהות עצמו וד"ל. רק דלאו כל מוחא סביל דא, ולכה"פ יכין עצמו קודם התפלה לפי ערכו... ועצם התפלה עם פירוש המלות יהי' רק בהתקשרות לאלופו של עולם אין סוף ב"ה.



דער ווילעדניקער ברענגט זאגאר א הפלא'דיגע מקור צו זיין געדאנק: דער בעש"ט'ס אייניקל, רבי ר' ברוכ'ל מעזיבוזשער. אלו דבריו בהמשך:
ושמעתי בשם הקדוש רבי ברוך ממעזיבוז, שפירוש המלות בפשוט, גבוה מכל הכוונות. כמו ברוך אתה ה' - געלויבט ביסטו גאט.




עבודת התפילה על פי רבינו אברהם בן הרמב"ם: "מעדיטאציע"
איינע פון די מערקווירדיגסטע פערזענליכקייטן אין תקופת הראשונים, איז רבינו אברהם בן הרמב"ם, וואס אין א געוויסע הינזיכט איז ער פיל אינטערעסאנטער ווי זיין פאטער. אויב דער רמב"ם'ס מהלך אין אידישקייט און אין וועלטליכקייט איז גלאט ווי א מעסער נאכן אויסשארפן, איז אבער דער זון געווען א מיזוג פון צוויי אנדערע וועלטן וואס זענען געווענליך אויך קעגנגעזעצט.

פון איין זייט האט רבינו אברהם געהאלטן פונקט ווי זיין פאטער, אין אלע שארפע שיטות איבער דברים על-טבעיים, געטליכקייט, עולם הבא, א.א.וו. און ער האט זיך שטארק אנגענומען פאר זיין טאטן ווען מ'האט אים אטאקירט פונעם רעכטן לאגער. ווידער פון די אנדערע זייט, איז רבינו אברהם געווען א חסידישער דורכגעווייקטער איד. זיין דאווענען איז געווען בהתלהבות און מיט עקסטאז, א לאנגע עבודה פון שעות, און ער האט זאגאר אנגעפירט א חבורה פון פייערדיגע עובדי ה' שהלכו בדרכיו, מיט סיגופים און העכערע סארט עבודה.

אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן דורך פארשער, צו ערקלערן דעם פאנאמען, און לויט אסאך איז ער נשפע געווארן פון די סאלאפן אין מצרים - עובד'ישע סארט מוסולמענער וואס האבן זיך אויך אזוי געפירט, און זיי געפונען זיך נאך עד היום אין זעלבן עגיפטן, און אין אנדערע לענדער.


אלנפאלס, האט רבינו אברהם פארשריבן אסאך אייגנארטיגע געדאנקען אין זיין פונדאמענטאלן חיבור "המספיק לעובדי ה'", און צווישן זיי ערקלערט ער די וויכטיגקייט פון זיין מהלך אין עבודת התפילה. ער באמיט זיך שטארק אויפצואווייזן, אז דאס איז דער אריגינאלער דרך העבודה אין כלל ישראל, און ווייזט אויף פון פסוקים אז פון אברהם יצחק ויעקב, דורך משה רבינו, ביז די נביאי ה' א.א.וו. האבן זיי אלע געפראוועט התבודדות און זיך פארטיפט אין עבודה דורך זען דעם באשעפער'ס נאטורליכע בריאה, צו וואס זיי פלעגן אפט גיין אין פעלד אדער זיין עמטליכע פאסטוכער, כדי זיך צו קענען מתעמק זיין אין געטליכקייט אין שטילקייט און רואיגקייט פון נאטור.

די געדאנק אונטער זיינע ווערטער איז, אז דאס דאווענען איז נישט קיין עבודה פאר זיך "דאווענען לשם דאווענען", נאר עס איז אן אמצעי וויאזוי זיך מדבק צו זיין אין באשעפער און אין געטליכקייט, און דאס דאווענען דרך אנשים מלומדה פארפאסט די יסוד אויף וואס עס איז באזירט. דורכן דאווענען קומען מיר צו א דביקות בה', און אט די דביקות איז דער ציל.


צו ערקלערן די חילוק צווישן התבוננות, התבודדות און דביקות, און צו ערקלערן אלערליי סארטן מהלכים אין "מעדיטאציע", פאדערט זיך א לענגערע אבזערוואציע פאר זיך - וואס עס איז יעצט נישט דער פלאץ פאר דעם. עס איז נאר וויכטיג ארויסצוברענגען, אז געוויסע פארמען פון מעדיטאציע געפונען מיר קלארערהייט ביי פריערדיגע גדולי ישראל, פון דער מאדנער (משיח שקר און) מקובל מופלג רבי אברהם אבולעפיה, ביז דער רמח"ל, און אוודאי די לעצטיגע דורות ווען עס איז היבש פארברייטערט געווארן דורך דער פיאסעצנער און רבי אריה קפלן.

אפטמאל האבן די גדולים זעלבסט נישט געהאט דעם פאסיגער נאמען פאר די מהלך העבודה וואס זיי האבן אויסגעשמועסט, אבער היינט צוטאגס וואלט מען דאס גלייך דעפינירט אלץ "מעדיטאציע".



חסידישע ספרים פאדערן דאס אויך: "מעדיטאציע"
איינע פון די באקאנטע אופנים פון מעדיטאציע איז דורך איבערזאגן א געוויסע טעקסט אסאך מאל (און רבי אברהם אבולעפיה רעדט שוין דערוועגן), ביז דער מענטש זעלבסט 'ווערט ווי א "חלק" פון די ווערטער.

ווען מיר זעען אין חסידישע ספרים איינמאל און ווידעראמאל די געדאנק, פון זיך מדבק זיין אין אותיות התפילה, און דורכדעם צוקומען צו א משונה'דיגער דביקות בה' עד כדי כך אז מ'זאל ניטאמאל האבן די מעגליכקייט מכוון צו זיין ווי עס דארף צו זיין, פארשטייען מיר שוין אז די ערשטע תלמידי בעל שם האבן דא געהאט א קלארע מהלך אין קאפ, איבער עבודת התפילה.

ניין. זיי האבן דייקא נישט געמיינט נאר די "פשוטי עם" וואס קענען נישט אינזין האבן העכערע כוונות. זיי האבן געהאט אן אויסגעבויעטער שיטה איבער וואס דאס דאווענען דארף אויפצוטון, און דערפאר האבן זיי געלייגט אזא גרויסע דגוש אויף זיך מדבק זיין אין די ווערטער גופא פונעם דאווענען.


ווען דער רבי ר' אלימלך דערציילט איבער זיך אז ער דאווענט דווקא אן די כוונות האריז"ל, און אזוי שרייבט אויך רבי פייבוש'ל קרעמניצער איבער זיך, אדער ווען דער רבי ר' ברוכ'ל מעזיבוזשער זאגט אז די בעסטע כוונה אויף "ברוך אתה ה'" איז "געלויבט ביסטו גאט", דאן פארשטייען מיר אז זיי האבן געוואלט מחדש זיין די אויבנדערמאנטע פארגעסענע יסוד, אז דאס דאווענען איז נאר א וועג וויאזוי צוצוקומען צו דביקות בה', און די בעסטע וועג דערצו איז - דורך זיך מדבק זיין אין די "אותיות התפלה".

ווען תלמידי המגיד מזלאטשוב, תלמידי המגיד ממעזריטש, תלמידי הבעל שם טוב זעלבסט, און תלמידי תלמידיהם פון רוסלאנד און גאליציע, שרייבן אלע די זעלבע יסוד, זעען מיר אז דאס איז איינע פון די יסודות'דיגע געדאנקען גראד פון בעל שם טוב זעלבסט, און ווי דער "אור המאיר" ברענגט טאקע אראפ אין זיין נאמען.


דאס איז נאר איין ביישפיל, וויאזוי דורכן זיך פארטיפן אין די ספרים פון "ראשוני" תלמידי בעל שם, וועלן מיר זען אז זיי האבן געהאט א טיפערע כוונה מיט זייערע ווערטער, און באציען זיך צו אלטע יסודות מיט נייע ווערטער.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר