והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

מחשבה, השקפה ועיון

והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:02 pm

viewtopic.php?f=4&t=10853
הקטן האט געשריבן:דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט, אדארבא זיי דיך בעסר מסביר, בכלל אופן אז דאס נישט וואס דאקינס זאגט


נישט @הקטן אדער דאקינס, נישט שבת אחים און נישט די רבי ר' אמנון יצחק זענען געווען דא ביים בריאה.

אויב וויל איינער וויסען ווי אזוי איז דאס געשען און ער פרעגט זיך נאך, ווי דארף ער קוקען? וועם זאל ער פרעגען?

ווען איך בין געווען א אינגעל האט מיין טאטע און רבי מיר געזאגט ווי צו קוקען. זיי האבען מיר דערציילט פון א בוך, א הייליג בוך, דער ערשטע בוך, דער בעסטע בוך וואס לויט מיין טאטע און רבי זאגט עס אז קעץ און הינט זענען צוויי עקסטרע נבראים און נישט צוויי תולדות פון איין באשעפעניש.

ווען איך האב שוין געהאט אן אייגען קינד און איך האב געליינט דארט ווי מיין טאטע און רבי האבען געזאגט אז מ'טאר נישט קוקען, האב איך געהערט זייער שטארקע ראיות אז ניין, קעץ און הינט זענען יא תולדות פון איין באשעפעניש.

וואס הייסט ראיות? קיין "בעיני ראיתי" איז נישט דא. קיין פיקטשערס מיט ווידיאו איז אויך נישט דא. וואס איז יא דא?

פליגען פון מאנטשעסטער.
העלזער פון דזשיראפעס.
ד.נ.א.
סערט און מונסי ווישניץ.
ועוד ועוד ועוד באשכול הסמוך.

איך מיין עס ערענסט. די זעלבע וועג ווי שבת אחים קען אונז באווייזען אז עס קען נעמען אונטער 100 יאר פון די אהבת ישראל פון גרויסווארדיין ביז סערט און מאנסי, רבי ר' שרולצ'ע און רבי ר' מענדעלע, קען ער אויך ווייזען אז עס קען נעמען 6000 יאר פון איין אדם ראשון זאל ווערען סיי אידען סיי איראפעישער גויים און סיי אינדיאנער שבטים.

די זעלבע וועג ווי אזוי נאטורליכע סעלעקציע קען מאכען שווארצע פליגען פון ווייסע און פארקערט, קען מען אויך מאכען אומנאטירליך פון א וואלף צו א הינט. מען דארף נעמען א קליינע בעבי וואלף, אויפהאדעווען אין א קעידש און פון יעדער דור נאר לאזען די ווייניגסטער ווילדע וואלף געבוירען קינדער. פארשערס אין סיביר האבען עס געטוהן אין אונטער 50 יאר. נאטורליך קען עס אויך געשען, אבער, פארשטייט זיך אז עס וועט נעמען לענגער.

ווי אזוי ארבייט עס? די ענטפער ליגט אין אונזער דנ"א!

א יעדער לעיבעדיגע בריה באשטייט פון צעלען, די צעל האט אינערווייניג א בלופרינט וואס זאגט עס ווי אזוי זיך צופירען. די בלופרינט הייסט ד.נ.א. די דנ"א זאגט פאר אן עובר במעי אימו ווי צו וואקסען הענט ווי צו מאכען אויגען, וואס די קאליר פון די אויגען זאל זיין וכו' וכו'. נישט נאר פיזיש, נאר אויך טוט די דנ"א מאכען זיכער אז א מענטש/חיה זאל וועלען בלייבען לעבען, זאל וועלען ממשיך זיין דורות און ביי מענטשען טרייבט עס צו וועלען זיין אנגענומען, וועלען זיין א גוטער און אלעס וואס די הארץ באגערט נאך. אלעס איז פאשריבען אין דעם בלופרינט. עס איז דא דארט ביליאנען צירופי אותיות (להמחשה, גאנץ ש"ס צוזאמען האט ארום 10 מיליאן אותיות - דא רעדט מען פון באלד 1000 שס'ן. אלעס אויף א חודו של מחט)

ווען א טאטע מאמע זענען זיך מייחד לשם מצוה ראשונה שבתורה ווערט א מישעניש פון ביידע'ס דנ"א. אזוי ירש'נט מען אלעס, סיי קאליר אויגען און סיי מידות. דער פראגראם קען נאר מוליד זיין אויב ביידע עלטערען האבען די כמעט די זעלבע דנ"א. פארדעם קען א מענטש מיט א מאלפע נישט געבוירען א חציו עבד וחציו בן חורין (אונז האבען אן אנדערע צאל כרומאזומס ואכמ"ל), און פארדעם קען א חיטה וגפן נישט געבוירען כלאיים.

דער ווונדערליכען דנ"א האט אין זיך געוואלדיגע חכמות ווי אזוי עס היט זיך אפ פון מאכען טעותים. א שנעלע זוך אויף וויקיפעדיע וועט דיר צייגען ווי מורא'דיג ס'איז. אבער נאכאלס, טאקע ווייל ס'איז אזוי קאמפלעצירט מאכט זיך אמאל א טעות. רובא דרובא טעותים זענען געפערליך. א קינד מיט אן עקסטערע פינגער רח"ל. א פינגער וואס פעלט. א לאך און הארץ ועוד כהנה וואס מען זאל נישט וויסען.

אבער אמאל מאכט זיך א טעות וואס ארבייט יא. עס מאכט זיך אמאל א קליין לייב וואס זיינע פוס ביינער זענען אביסעל געדרייט אויף ארויף און ממילא קען ער שנעלער לויפען פון זיינע עלטערען. אזא קינד האט מער שאנסען צו איבערלעבען שונאים און כאפען חיות פאר זיין אייגענע קינדער. דאס איז די בעסיס צו דארווין'ס המצאה. זיין חכמה ליגט און דעם וואס ער האט דאס פארשטאנען נאך פאר מענדעלעיעוו האט אויסגעפונען גענעטיקס.

מיט דעם פארשטאנד קוק איך ווייטער ווי מ'טאר נישט (mitochondria), זאגען זיי אז איין מאמע קען געבוירען א קינד וואס זאל זיין אן אדם הראשון וואס אונז זענען מיר אלע געשאנקען מיט די זעלבע דנ"א.

נאך אביסעלע עיון ווייזט אז מיט דעם כמעט פערפעקטע דנ"א סיסטעם קען אין 250,000 יאר, דארך קליינע צוביסעלעכע טושינגען אין די דנ"א, נעמען אן עיפ - א מאלפע, און זייער אייניקלעך קענען זיין סיי טשימפאנזיס בוים קריכערס און סיי מענטשען כפרות שלעגער.

אזוי קען מען גיין למעלה בקודש. עס איז מעגליך צו גיין פון איין פראטא קאץ צו אלע פארשידענע מיטגלידער אין די פאמיליע - פון די גרויסע לייב ביז די קלענסטע יאפאנישע קעצל - דארך נאטורליכע קליינע טוישען אין אונטער א מיליאן יאר. עס איז מעגליך צו גיין פון איין יונק mammal בלע"ז און אין בערך 50 מיליאן יאר זאל עס ווערען צו אלע מיני משונהדיגע מאמעלס וואס עס געפינט זיך אויף דעם קליין וועלטעל אונזערס.

יעצט נאכאמאל, איך בין נאך נישט כבן ארבעים. איך בין זיכער נישט געווען דערביי ווען די טוישונגען זענען שטאטליך געווארען. ממילא ווען איך האב דאס די ערשטע מאל געהערט האב איך אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. מיליאנע יארען, אזוי גאר? חחחחחח

נו, קדמות העולם איז נישט די נושא דא (איך זאג דיר צו, אז די ווילסט וועל איך דיר אויך עקלערען פארוואס זיי זאגען אזוי.*) אבער ערשט לאמיר דן זיין אז לו יצוייר די וועלט וואלט יא געווען מיליאנע יארען אלט, און אויב וואלטען אונז דעמאלטס אראפגעלייגט צוויי פישעלעך אין וואסער און אוועקגעגאנגען ביז צו די היינטיגע טאג וואס וואלטען מיר געטראפען?

אויב ליידיגען מיר אויס אלע ברואים פון די וועלט היינט און מיר לאזען נאר איבער צוויי פישעלעך -א זכר ונקבה - און מיר קומען צוריק אין 500,000,000 יאר וואס וועלען מיר טרעפען?

ווען איך האב אריינגעטראכט אין די הייפאטעטיקאלע קשיות און איך האב גענוצט דאס וואס מען ווייסט ווי אזוי נאטור ארבייט, ווי אזוי א קאץ געבוירט א קאץ און א ווישניצער געבוירט א ווישניצער תסמרנה שערות ראשי. וואס הייסט? א נברא דארף שוין נישט א בורא? גלייב מיר בנאמנות אז איך האב דעמאלטס געכאפט דעם תכלית הידיעה שלא נדע. Ignorance is bliss בלע"ז.

שבתי וראיתי אז יעדער פלאץ ווי עס מאכט זיך נאך א וועג, נאך א טעכנעלאגיע, נאך א מאשינקע וואס קען אונז פארענטפערען ווער איז גערעכט באווייזט עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז כולנו בני איש אחד אנחנו, אלע ווישניצער רביס, אלע רביס, אלע חסידים, אלע אידען, אלע מענטשען שטאמען פון איין אדם. און אלע באשעפענישען שטאמען פון איין באשעפעניש.

נאכאמאל, נישט אז איך ווייס קלאר אז עס איז נישט געווען קיין עקסטרע נבראים. נאר לויט ווי אונז זעהן יעצט בימינו ווי אזוי ס'ארבייט איז ברור כשמש אז אויב וואלט נישט חלילה געווען קיין השגחה פרטית וואלט עס אויך געקענט געשעהן!

אויף נאפאליאן פארציילט מען אז ווען מען האט עם געוויזען די הילוך החמה והכוכבים לויט די נייע פארשטאנד וואס די חכמי אוה"ע האבען זיך נאר געכאפט בימיו, האט ער געפרעגט "און ווי איז די מסבב כל הסיבות"?

האט זיך די פארשער אנגערופען "עס ארבייט אויך אן קיין מסבב"!

וואס הייסט? יא, קען זיין אז ס'דא איינער וואס קאנטאלירט די הילוך החמה די לבנה און די שטערענעס. אבער אפילו אן אזא קאנטאלירער ארבייט עס אויך.

נו, פאר די שרייסט אז ס'כפירה חלילה וחס וויל איך דיר עקלערען. ווען איך האב צום ערשט געטראכט ביים דריי יאר אלט: ווער זינגט דארטען אין די טעיפ-ריקארדער? איך האב מיר פארגעשטעלט א קליינער פיצי ירמי' דמן וואס מיינע עלטערען האבען זיך געשאפט אין די ספרים געשעפט. ווען איך האב געפרעגט מיינע עלטערען האבען זיי מיר מסביר געווען כפי השגותי אז עס קען אויך ארבייטען אן אריינלייגען א קליינע קאפעליע אין די מאשינקעלע. ס'מאכט נאך נישט ירמי' דמן פאר א קלענערע בעל מחבר!

די זעלביגע איז דא אויך. קיינער קען נישט זאגען אז די מסבב כל הסיבות האט נישט אנגעדרייט אט די סיסטעם וואס אונז רופען די הילוך הכוכבים - gravity בלע"ז. קיינער קען אבער נישט זאגען פאר די פארשערס אז גאט טוט עס ווען זיי זעהען אז עס ארבייט פונקט אזוי גוט אן קיין גאט.

יעצט לאמיר אריין גיין נאך אביסעלע טיפער און איך גיי דיר עקלערען אז די גרעסטע מסיתים ומדיחים זענען די וואס האבען אונז איינגערעדט אז עס איז דא א פיצי ירמי' דמן אין די קאסעט שפילער! די וואס שרייען בראש כל חוצות אז ווען מיינע עלטערען האבען מיר געזאגט אז ס'דא א קליינע קאפעליע אינערווייניג האבען זיי געמיינט מלאכים ממש זענען די שורש פורה ראש ולענה!

דיינע קינדער גייען אמאל אויפברעכען די קאסעטעל. אויב נישט דיין בנים דאן דיין בני בנים. זיי גייען איינזעהן אז עס ארבייט אן קיין מלאכים ממש. ומה יעשה הבן ולא יחטא?

אונזער קינדער גייען אויפהייבען מרום עיניהם, זיי וועלען גלייך זעהן אז מי לא ברא כל אלה. ומה יעשה הבן ולא יחטא?

ירמי' דמן, ולהבדיל גאט אליינס דארפען נישט אז מיר זאלען גלייבען אין זיי כדי צו מהנה זיין נפש כל חי. די טעיפ זינגט ווייטער אין די דנ"א פאטשקעט ווייטער.

די רב האט אמאל נאכגעזאגט "קושטא קאי שיקרא לא קאי. ריבונו של עולם, די שקר באווייזט לכל דורש. עס ליגט אין יעדער קרן זוית די אמת וואס צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. ומה נענה ליום הדין?

ווען דיינע קינדער גייען דיר פארהאלטען מיט די הבנה ברורה וואס גייסטו זיי פארציילען, אז ער האט תאוות? ר' אלחנן'ס בייעס? אז חכמה בגויים אל תאמין? מיינסט טאקע אז דיין זוהן גייט נישט אויפען פלאץ כאפען אז ר' אלחנן איז אויך בייעסט?

------

*אז מ'רעדט שוין לאמיר אריינגיין אין די עלטער פון די וועלט - ביי מיר איז דאס געווען די סיבה פארוואס איך האב משנה געווען מדרכי אבותי ורבותי.

פאר באלד צוואנציג יאר צוריק בין איך געגאנגען באזוכען די ניאגארע טייך ביי די אמעריקאנער/קאנאדישען גרעניץ - דארט ווי די באקאנטע וואסערפאל שטורעמט אן אויפהער. ווייזט מיר א גוי אז די וואסער לויפט מיט אזא כוח אז עס קריצט אריין אין די ערד בערך א פוס א יאר! דאס מיינט אז יעדער יאר הייבט זיך אן די וואסערפאל מיט א פיס נענטער צו ניו יארק און א פיס ווייטער פון טאראנטא. נאך מער, זאגט ער מיר, ווינטער איז די קראפט פון די וואסער שוואכער ווי זומער, ממילא ווערט א יעדער יאר א קריץ ביי די זייטען ווי א האלבע לבנה. די שטערקסטע קריץ בתקופת תמוז און די קלענסטע קריצען ווען די וואסער איז קאלט אדער געפרוירען.

נו, טראכט איך ביי מיר, וויפיל אזעלכע פיסיגע קריצען זענען דא? זאגט ער מיר אז ער האט שוין געציילט 12,900.

אפאר חודשים פארדעם רעד איך מיט נאך עפעס אן אויפגעקלערטען (עבר ושנה… די רבי האט אונז דאך געווארנט נישט צו רעדען מיט זיי) און ער פארציילט אז א יאר פריער איז ער געווען אין סיביר אויף אן עקספעדישען. צופעליג האבען זיי געטראפען א ליידיגע בעקעלע וואס די עקפעדישען פון 12 יאר פריער האט איבערגעלאזט אויפען שניי.

דער בעקעלע איז געווען האלב פיל מיט א דיקען שיכט פון אייז. דער בחור איז ווייט פון פויל, ר'האט אויסגעקלאפט די אייז און עס געשניטען אויף האלב האט ער באמערקט אז עס האט 12 באזונדערע שיכטען. ער, צוזאמען מיט אנדערע פארשער האבען איינגעזען אן אינטרעסאנטע זאך: ווינטער פאלט אביסעל רעגען יעדער יאר וואס ווערט גלייך געפרוירען. די חודש צוויי פון זומער שמעלצט א קליין שיכט פון די נייע שניי און א חודש דערנאך פרירט עס צוריק, ובא לציון גואל. אבער עס בלייבט א זכרון לדורות. מ'קען איבערדרייען דעם בעקעלע און זעהן וויפיל יאר צוריק מ'האט דאס אראפגעלייגט.

"עפעס אלטע בעקעלעך האסטו אויך געטראפען"? פרעג איך עם. "ניין", זאגט ער. "איך האב אראפגעגראבען הונדרעטער פיס און קיין איין בעקעלע נישט געטראפען".

ערררר, ר' שייגעץ, וויפיל שיכטען האסטו געטראפען אין דעם געגראבענע אייז? 800,000 זאגט ער מיר. פארשטייט זיך אז איך האב אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. די וועלט איז דאך נישט אזוי אלט.

אבער אויפען לאנגע וועג אהיים פון ניאגרע, ווען איך האב געהאט צייט צו טראכטען האב איך מיר דערמאנט א מעשה שהיה:

מעשה שהיה אז א בוים איז אראפגעפאלען אין חצר פון תלמוד תורה. דער בוים, האבען אונז אלע געוויסט, האט איינגעפלאנצט די ערשטע מנהל פון חדר גראד נאכען מלחמה, ווען די געראטעוועטע האבען זיך צוזאמען גענומען און צוריק אויפגעבליהט די מוסדות. אפאר וואכען דערנאך קומט די נייע מנהל און ווייזט אונז די שיינע שטענדער וואס מען האט געמאכט פון די בוים. "א חפץ דקדושה" האט ער עס גערופען.

די שטענדער איז געווען קונצליך איבער קונצליך. די האלץ איז געווען מקשה אחד, ממש ווי עס פאסט פאר א בית מקדש מעט. איך פלעג אלעמאל ליב האבען צו שטיין דארט ווען מען האט נישט געדאווענט און אויפהייבען די פרוכת'ל און שפילען מיט מיין פינגער אויף די האלץ, איך האב ליב געהאט די טונקעלע רינגען וואס ביימער האבען. די נאטורליכען אויסקוק פון רינגלעך, איינער גראבער איינער דינער פון אנדערען.

אין דא האט נאך עפעס א מעשה שטן אריינגעברענגט א גוי. דער גוי האט מיר מסביר געווען אז די רינגלעך קומען צו א יעדער יאר. מ'קען פעסטשטעלען די עלטער פון די בוים לויט וויפיל רינגלעך ס'האט.

"קענט בי" זאג איך דעם גוי. ס'קען נישט זיין. איך ווייס ווען דאס איז איינגעפלאנצט געווארען. זיכער נאך די קריג. ניטאמאל 50 יאר איז דאס געשטאנען. "לאמיר קוקען און ציילען די רינגעלעך צוזאמען וועל איך דיר קענען אויפווייזען אז 280 רינגלעך נעמט נאר 50 יאר"

דעם גוי געבט נאר א קוק אויף מיין בא'חנ'טע אידישע פנים מיט לאנגע פאות און כאפט מיט וואס דא האנדעלט זיך. ער האט זיך נאר צושמייכעלט.

זיצענדיג אויפען באס אויפען וועג צוריק פון ניאגארע האב איך מיר דערמאנט פון די מעשה און כ'האב אויסגעפלאצט און א געוויין. און איך וויין נאך עד היום הזה.

שבתי וראיתי אז יעדער פלאץ ווי עס מאכט זיך נאך א וועג, נאך א טעכנעלאגיע, נאך א מאשינקע וואס קען אונז פארענטפערען ווער איז גערעכט באווייזט עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז די בריאה איז מיליאנען יאר אלט! טאקע תירוצים איז דא לרחצה, אבער וואס זאג איך פאר מיין קינד וואס האלט מיך פאר אז די תירוצים זענען זייער גוט אבער די בוים האט מער ווי 50 רינגלעך? מיין רבי טענה'ט אז די מבול האט עס גענדערט. זיין רבי זאגט אז מ'טאר דאס נישט טראכטען. וואס זאג איך עם, אז די האסט תאוות?

ומה יעשה הבן ולא יחטא?

זאלסטו וויסען אז די געדאנק איז שוין נישט בגדר הלכה ואין מורין כן, ס'שוין לאנג נישט קיין נקרא ולא מתרגם אדער א די למבין, דער אינפארמאציע איז א דבר השוה לכל נפש. א יעדער ראצער מיט א סמארטפאון זעט דאס ביום הראשון. דאס ליגט אויף די פראנט-פעידש פון די אינטערנעט. און וואס טוט מען? מ'אסרט די סמארטפאון.

מורי ורבותי, די וועלכע שטאפען די קינדער מיט הוילע שקרים און ווילדע דמיונות דעבידי להתגלי זיי זענען די מהרסי ומחריבי הדת!

די ערגסטע פון די ערגסטע איז אז נאכדעם ווי מיין אמונה איז זיך צוגאנגען, ווען איך האב נאכאמאל אריינגעקוקט אין חומש האב איך קיינמאל נישט געטראפען קיין איין זאך וואס איז זיך סותר מיט'ן תורה. דארט שטייט קיין ערגעץ נישט פון קיין תשע"ז. אדער פונקטליך ווי אזוי די מסבב כל הסיבות האט אהערגעשטעלט די ברואים. פארקערט, גלייך ביים ליינען די ערשטע פרשה פון די תורה ויהי ערב ויהי בוקר נאך פאר ס'געווען א זון מיט א לבנה זעט מען קלאר אז די בריאה איז נישט ווי מ'האט אונז געזאגט נאר דייקא ווי די פארשער זאגען.

ומה נענה ליום הדין? גלייב מיר בנאמנות אז עס איז נישט דא קיין גרעסערע יום התוכחה ווי דאס טאג וואס דיינע בנים גייען דיר פארהאלטען מה זה ועל מה זה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך shtriemel אום דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:09 pm, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:10 pm

:like
זייער שיין געשריבן און גוט אראפגעלייגט!

האללא! עס איז מיר א כבוד אז דו באנוצט זיך מיט מיינע לשונות ווי ״חכמה בגויים אל תאמין״... שכח!
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3406 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:19 pm

שבת אחים האט געשריבן::like
האללא! עס איז מיר א כבוד אז דו באנוצט זיך מיט מיינע לשונות ווי ״חכמה בגויים אל תאמין״... שכח!

האסט באצאלט פאר א קאפירייט?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 5:26 pm

דער אשכול איז זייער ארעם זיך מתייחס צום קעפל, דו ביסט זייער קורץ און אומקלאר מסביר פארוואס דאס איז נישט קיין סתירה צו די תורה (איך האלט אויך אז עס איז נישט קיין סתירה, נאר דיינע ווערטער דא צום סוף זענען זיך עפעס נישט מתיישב על הלב. לאידך גיסא בין איך נישט מסכים מיט דיין באהויפטינג אז עס איז אזא וויכטיגע יסודות'דיגע נושא אזש ממש דא ליגט די חורבן, אויב וועל איך איין טאג ווערן איבערצייגט אויף הונדרעט פראצענט אין די ווארהייט פון גיל העולם וועל איך דאס מיישב זיין עפ"י תורה אן קיין שום פראבלעם אדער הארץ קלאפעניש, איך פארשטיי נישט די גרויסע טראומע דערפון פארוואס מען דארף בועט זיין אין אבותינו ורבותינו).

אנטשולדיגט פארן פרעגן: דו האסט נארוואס געגיבן אנצוהערן אז דו ביסט שטריימל בלאגער, שטריימל בלאגער - לויט ווי איך געדענק - האט זיך בשעתו אידענטיפיצירט אלץ א הערעטיק, ווידעראום דא אויף ק"ש שרייבסטו ווי א שטארקע מאמין וואס איז באזארגט אז מיר זאלן האבן די ריכטיגע אמונה, מורא האבן פארן יום הדין וכו'. דו שפיעלסט? האסט חוזר געווען? פראבירסט דיך פשוט צוצושטעלן צום רוח המקום? אנטשולדיגט פארן פרעגן לגופו של ניק, אבער עס איז מיר זייער אומבאקוועם צו פירן א שמועס ווען איך בין חושש אז דער מיטשמועסער איז נישט אינגאנצן honest.

לעצם הענין:
https://mikyab.net/כתבים/מאמרים/מבט-שיטתי-על-יחסי-אבולוציה-ואמונה/
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2221
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1743 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 5:53 pm

לאז אפ די מדבר. איך וויל פון עם נישט רעדען.

אז די מוזט דוקא זאג איך דיר אז איך קען נישט זאגען אויף מיר אז איך ווייס שוין אלעס...
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:07 pm

ריכטיג.

ווי קומט דא אריין זיין פערזענליכע סטאטוס אין רעליגע? זייט ווען דארף ער מיטיילן מיט דיר זיינע פערזענליכע גלייבונגען?

דעס האסטו ארויסגענומען פון זיין גאנצע תגובה? ער רעדט דאך זאכן וואס ״״שרייעט אין זיין מוח״! ער פארציילט דאך דא זיינע אינערליכע געפילן.

ער מוז זיין אויף דיין לעוועל אין גלויבונג? ער מעג נישט האבן זיין אייגענע ווערסיע?

דאס האבן ענק צוענטפערן? ווען איינער פרעגט וואס ענטפער איך פאר מיין קינד/קינדס קינד אז סאיז דא מעהר רינגעלעך אין די בוים ווי די וועלט שטייט?

שטעלסט דיך אויף יעדע נערישע אויסדרוק אין זיין תגובה? מה נענה ליום הדין? פארשטייסט טאקע נישט וואס ער מיינט?


#אוי גאטעניו
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3406 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:28 pm

ווייסט וואס! איך פרעג דיך א סימפל קשיא, איך ווייז דיך צו א בוים אין שוועדן וואס האט ״אכט טויזנט רינגלעך״. די מבול האט דאך פאר אסאך ווייניגער ווי אכט טויזנט יאהר צוריק אפגעווישט די וועלט? וימח כל היקום שטייט אין תורה, אלעס איז חרוב געווארן.

עפעס שטימט נישט דא

1)אדער איז די מבול נישט אנגעקומען קיין שוועדן און סאיז נישט געוועהן א ״וועלטליכע מבול״ ווי די תורה שרייבט?

קען איך דיר ברענגען א אנדערע בוים אין די אנדערע זייט וועלט מיט די זעלבע מעשה.

2)אדער האט דער אייבישטער דוקא געמאכט אזוי כדאי אונז צו צומישן?

דעמאלטס וואס איז פשט אין פסוק ״לא בשמים הוא״, ״בפיך ובלבבך לעשותו״??? דברה תורה כלשון בני אדם? (לויט איין דעה).

3)רינגעלעך קען געשעהן אין ווייניגער ווי א יאהר

דערווייל ווייסט קיינער נישט אויף די וועלט פונדעם, אונז קענען קלאר זעהן אז סגישעהט נאר פון א ווינטער/זומער סייקעל.
אדרבה יעדער קען היינט איינפלאצן ביימער און קומטס צוריק אין איין יאהר וועט ער זעהן ״איין רינגל״ און 94 יאהר ארום 94 רינגלעך.

דעס איז א״ב, יעדער קינד ווייסט דעס! דאס זאגט דאך שטריימל, וואס דארף מען ענטפערן פאר די קינדער??? ליגענט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:31 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3406 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:30 pm

שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג.

ווי קומט דא אריין זיין פערזענליכע סטאטוס אין רעליגע? זייט ווען דארף ער מיטיילן מיט דיר זיינע פערזענליכע גלייבונגען?

דעס האסטו ארויסגענומען פון זיין גאנצע תגובה? ער רעדט דאך זאכן וואס ״״שרייעט אין זיין מוח״! ער פארציילט דאך דא זיינע אינערליכע געפילן.

ער מוז זיין אויף דיין לעוועל אין גלויבונג? ער מעג נישט האבן זיין אייגענע ווערסיע?

דאס האבן ענק צוענטפערן? ווען איינער פרעגט וואס ענטפער איך פאר מיין קינד/קינדס קינד אז סאיז דא מעהר רינגעלעך אין די בוים ווי די וועלט שטייט?

שטעלסט דיך אויף יעדע נערישע אויסדרוק אין זיין תגובה? מה נענה ליום הדין? פארשטייסט טאקע נישט וואס ער מיינט?


#אוי גאטעניו

שבת, דאס האסטו ארויסגענומען פון מיין גאנצע תגובה?

לייען איבער, כ'האב פונקטליך געשריבן פארוואס עס איז נוגע. ווען ער קומט אריין אזויווי דיר, אפיציעל אלץ כופר, האב איך נישט קיין פראבלעם.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2221
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1743 מאל

Re: עוועלאשען איז נישט קיין סתירה מיט'ן תורה

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:37 pm

זיי ממשך,
נאכדעים וואס די האסט געעפענט די חומש אין געזעין אז סשטימט יא
וואס האט פאסירט ... חזר בתשובה.?
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 186
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:45 pm

יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:זיי ממשך,
נאכדעים וואס די האסט געעפענט די חומש אין געזעין אז סשטימט יא
וואס האט פאסירט ... חזר בתשובה.?


איך ווייס אליין נישט.

יעצט, וואס גייסטו ענטפערען פאר דיינע קינדער? קענסט אונז צוהעלפען?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:47 pm

ריכטיג, איך האב געהאפט אז די וועסט מעקען די תגובה. איך האפ נאך אלס. (ס'מאכט נישט קיין שום נפקא מינא וואס איך האב געגלייבט אמאל, וואס איך גלייב יעצט און וואס איך גיי גלייבען מארגען. נישט נאר ס'מאכט נישט קיין חילוק, איך ווייס אליין נישט!!! דיין נייגעריקייט וועל איך ענטפערען אין אישי.)


יעצט קענסטו ענטפערען מיין פראגע? וואס גייסטו זאגען דיין קינדער? וואס האלסטו איך זאל זיי זאגען?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:09 pm

איך וועל אנפאנגען מיט דיין קעפל פין דעם אשכול
עוועלאשען איז נישט קיין סתירה מיט תורה -

ביסט גערעכט!

דער מאמין בה' דארף נישט האבן קיין פראבלעם, און קען אנגיין מיט עוועלאשען
ווידער דער כופר האט יא א פראבלעם מיט א דיזיינער, און פארדעם וועט ער זיך קלאמערן אויף גראדע ווענט אבי ער זאל קענען מישב זיין זיין לעכעריגע עוועלאציע.
שבת דאס רירט אן דירעקט די נושא פין ווער ס'איז בייעסט

shtriemel האט געשריבן:לידיעתך, איך האב דערווייל נאך נישט געטראפען קיין איין עוועלאשעניסט הכרח וואס זאל צייגען אז ס'נישט דא קיין מצוי וואס איז די מסבב כל הסיבות!

ווידער 100% גערעכט!
אבער דאך שרייט דער עוועלאשעניסט שרייט אז ער האט יא א הכרח אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער
איז וואס גייסטו ענפערען פאר דיינע קינדער ???

למען האמת אויב איז איינער גרייט אנצינען אז ס'איז דא א דיזיינער ווערט אים איבריק זיך מדחק צי זיין מיט די חחחחח פין עוועלאציע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:27 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:16 pm

הקטן האט געשריבן:איך וועל אנפאנגען מיט דיין קעפל פין דעם אשכול
עוועלאשען איז נישט קיין סתירה מיט תורה -

ביסט גערעכט!

דער מאמין בה' דארף נישט האבן קיין פראבלעם, און קען אנגיין מיט עוועלאשען
ווידער דער כופר האט יא א פראבלעם מיט א דיזיינער, און פארדעם וועט ער זיך קלאמערן אויף גראדע ווענט אבי ער זאל קענען מישב זיין זיין לעכעריגע עוועלאציע.


(כ'האב געטוישט די נאמען פון די קעפעל ווייל איך וויל נישט פאדרייען די נושא.)

דאס גייסטו זאגען פאר דיין קינד? אז דער גוי האט א פראבלעם?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:34 pm

שטריימעל האט געשריבען א מאמר פון זיין ערפארונג, אלזא איז זיין צושטאנד יא נייטיג.

איך ווייס נישט וויאזוי ער גלויבט אזוי שנעל די ראיות וואס מ׳זאגט איהם. אז יעדעס יאר רעגענט נאר איין מאל אין סיביר איז באשטעטיגט פונקט וויאזוי? פון די לעצטע פופציג יאר? אז ביימער האבען אייביג געמאכט נאר איין רינגעל א יאר איז באשטעטיגט וויאזוי? ווער האט עס געזעהן?

היינטיגע, נאך רענעיסענס, וועלט, גלויבט אין עמפיריציזם. דער זיכערער וועג עפעס אויפצווויזען איז דורך נאכמאכען. אז מ׳קען נאכמאכען די רעזולטאטען, ווייסט מען וויאזוי זאכען פאסירען (דער רמב"ם, אין סהמ"צ, מאכט חוזק פון דער סיסטעם). אז א פארשער פון דער היינטיגע חדר זאל אננעמען די אויפווייזונגען וואס מ׳קען נישט אויפווייזען אין א לעבאראטארי איז א פשע אין זייער גלויבונג.

דאס אז די זאכען ׳קענען פאסירען אן א גאט׳ האט גארנישט צוטוהן מיט די מציאות. איידער מ׳האט דער בעיסיק קאמפליצירטקייט פון א וועלט, דארף עס שוין איין מאל א גאט. ערשט נאכדעם וואס א מעגליכקייט פון רעדען עברית איז שוין אנטוויקעלט, דעמאלס קענסטו טראכטען אז מ׳דארף שוין נישט קיין הילף. און די ראיה איז טאקע נישט פון דער קיום הטבע נאכ׳ן אויסשטעלונג, נאר פון דעם אז ס׳האט זיך אויסגעשטעלט מעיקרא. די אלע פארשער וואס זאגען אז עוואלוציע איז מוכרח, האבען קיינמאל נישט צוזאמען געשטעלט די צוויי גלויבונגען אינאיינעם, עוואלוציע און געטליכע ארבעט און פראבירט אויפצוווייזען אז ס׳איז איינער אדער די אנדערע. קיין איין ראיה צו עוואלוציע איז נישט קיין קשיא אויף מעשה בראשית, ופשוט.

איך ווייס נישט וואס מ׳זאגט פאר קינדער ווען זיי פרעגען שאלות וואס זיי קענען נישט פארשטייען. דאס האט גארנישט מיט אידישקייט, יעדער קינד קען פרעגען שאלות וואס דער תירוץ דערצו איז ווייטער פון זיין השגה.

*אינטרעסאנט איז די היימישע אבסעסיע מיט נאפאליאן. ער איז דער קנה מדה פון אונזער גלויבונג. נאפאליאן׳ס קשיא אויף מיגו איז א יסוד אין ישיבות. זיין שאלה צום קליין שטאטישע רב איז א מוצ"ש פעיוואריט.
מ׳דארף אבער געדענקען אז ער איז נאר געווען אינטרעסאנט כל זמן ער האט געהאלטען אין איין זיגען. למעשה האט ער פארלוירען, און ער איז שוין נישט אינטרעסאנט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8397
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7871 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:15 pm

הקטן האט געשריבן:אבער דאך שרייט דער עוועלאשעניסט שרייט אז ער האט יא א הכרח אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער
איז וואס גייסטו ענפערען פאר דיינע קינדער ???


איך וועל ענטפערען מיין קינד דאס:

ווייז מיר איינער וואס שרייט אז ער האט א הכרח אויף א נעגאטיוו (ס'נישט דא xyz) און איך וועל דיר ווייזען איינער וואס האט פארגעסען א קלארען משנה: מ'קען קיין נעגאטיוו קיינמאל נישט מכריח זיין. קיינמאל!

פאר מער דרוקט דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Russell%27s_teapot

הקטן לעבען איך האב דיר שיין גענטפערט דיין קשיה זיי מוחל ענטפער מיר אויך מיין קשיה.

פליז.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:36 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שטריימעל האט געשריבען א מאמר פון זיין ערפארונג, אלזא איז זיין צושטאנד יא נייטיג.


(וואס, זאל איך טוישען די קעפעל צו "מעשה שהיה לא כך היה"? וואס גייט ענק צופרידענשטעלען? איך וועל אלעס טוישען כל זמן מ'קען אויפהערען רעדען פון מיר?)

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי ער גלויבט אזוי שנעל די ראיות וואס מ׳זאגט איהם. אז יעדעס יאר רעגענט נאר איין מאל אין סיביר איז באשטעטיגט פונקט וויאזוי? פון די לעצטע פופציג יאר? אז ביימער האבען אייביג געמאכט נאר איין רינגעל א יאר איז באשטעטיגט וויאזוי? ווער האט עס געזעהן?

היינטיגע, נאך רענעיסענס, וועלט, גלויבט אין עמפיריציזם. דער זיכערער וועג עפעס אויפצווויזען איז דורך נאכמאכען. אז מ׳קען נאכמאכען די רעזולטאטען, ווייסט מען וויאזוי זאכען פאסירען (דער רמב"ם, אין סהמ"צ, מאכט חוזק פון דער סיסטעם). אז א פארשער פון דער היינטיגע חדר זאל אננעמען די אויפווייזונגען וואס מ׳קען נישט אויפווייזען אין א לעבאראטארי איז א פשע אין זייער גלויבונג.

די קשיה פון "וויפיל יאר נעמט צו וואקסען א רינגעל אויף א בוים"? איז "וויפיל זומערס און וויפיל ווינטערס ס'לעבט". דעס קען מען, און מען האט שוין, נאכמאכט רעזולטאטען גענוג מאל אז איך זאל עס גלייבען. ווילסט, פלאנץ איין א בוים, ברענג אנדערע ריזאלטס און זיי מנדב די נאבעל פרייז געלט פאר א חשוב'ן צוועק.

די שאלה פון "וואס מאכט שיכטען אויף אייז"? איז "וויפיל זומערס און וויפיל ווינטערס ס'זאמעלט זיך אן" דעס קען מען, און מען האט שוין, נאכמאכט רעזולטאטען גענוג מאל אז איך זאל עס גלייבען. ווילסט, לייג אראפ א קעסטעל אין סיביר, ברענג אנדערע ריזאלטס און זיי מנדב די נאבעל פרייז געלט פאר א חשוב'ן צוועק.

איך האב מורא אז איך פארשטיי דיר נישט ווייל איך גלייב נישט ביסט אזא טועה בדבר הידוע ועמפיריציריש אויפגעוויזען.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:49 pm

אז פופציג יאר זאל זיין א ראיה אויף טויזענט איז נישט אויפגעוויזען.

סתם אזוי, climate science איז גאר א שוואכער סייענס. א ריזיגע פערצענט פון זייער פרעדיקטשענ׳ס קומען נישט צושטאנד. פ"וו זאל איך זיי גלויבען אויף צוריק?

און ווילאנג דו האסט גע׳עפענט אן אשכול וועגען זיך, קום נישט מיט קיין טענות אויף יענעם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8397
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7871 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:50 pm

אינטרעסאנט אז הרב זאקס טענהט זיך דא מיט דער אפיקורס דאוקינס און זאגט קלאר אז עוטעלוציע שטימט מיט בראשית.
בד״א איז ער איהם שיין מסדר בס״ד.
https://youtu.be/B7uwRGHJMbs
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:20 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז פופציג יאר זאל זיין א ראיה אויף טויזענט איז נישט אויפגעוויזען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מארגען טראגט מען אן דיין זיהן א וואלד פון ביימער ווערט א מיליאן, אבער די מוכר דערציילט עם אז עס איז מעגליך אז די ביימער וועלען זיך צוואקסען דריי מאל אזוי שנעל, "ס'אמאל שוין געשען" שרייט ער.

טאמער עצה'סטו עם צו אינוועסטען האב איך פאר עם גאנצע וועלדער אין ניו העמפשיר צו פארקויפען.

טאמער אבער וועסטו עם זאגען "שטיי אוועק פון דעם דיל. ער פארקויפט דיר לאקשען מיט קרויט. נשתנה הטבעיים איז גוט צו זאגען פאר די קטני המוחות, די אידיאטען סייענטיסען וואס ווייסען נישט וואס טוט זיך מיט זיך, אבער זיי נישט קיין פערד, קויף נישט קיין וועלדער און שטיי אוועק פון ביימער".

וואס טוהסטו ווען ער פרעגט דיר והלא דברים ק"ו. מה-דאך ביי דעם דאלער וואס היום כאן ומחר שם פארשטייסטו אז טראכטען אזוי איז נישט נארמאל, כ"ש וכ"ש אויב איינער וויל וויסען מה חובת האדם בעולמו זאל ער נישט ערשט זיכער מאכען אז ס'קלאפט? אז מען פארקויפט עם נישט קיין לאקשען?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:22 pm

מיט דעמאגאגיע האב איך נישט וואס צו רעדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8397
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7871 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:23 pm

@שטרימעל. וואס וועסטו ענטפערן פאר דיין זוהן ווען ער פרעגט אייך צו ס'איז דא א גאט? און פון וואו איר ווייסט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1672
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:25 pm

אויב איז טאקע ווי שבת און שטריימל שרייבן, אז עס איז נישטא קיין שום סתירה אדער הוכחה אז עס איז ח''ו נישטא קיין בורא, וואס האט זיי מכריח געווען צו אפלאזן די אמונה, און פארוואס זאלן די ידיעות מאכן א קינד ח''ו אפלאזן?

קורקלענד האקט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4856 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:26 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט דעמאגאגיע האב איך נישט וואס צו רעדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האפ אז דיין זוהן וועט עס אננעמען "איך בין א דעמאגאג ממילא וואלד נישט גאט יא. אזוי האט טאטי אליין געזאגט".

עליך הכתוב אומר: נו נו.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:31 pm

קורקלענד האט געשריבן:@שטרימעל. וואס וועסטו ענטפערן פאר דיין זוהן ווען ער פרעגט אייך צו ס'איז דא א גאט? און פון וואו איר ווייסט?

איך וועל קיינמאל נישט זאגען וואס איך ווייס נישט. (כ'רעד נישט פון די יינגערע וואס דאס איז אנדרעשט מכוח ההכרח, איך רעד פון אן עלטערען קינד אין אזא מצב ווי ער קען מיר גלייבען אז איך וויל עם נישט מוריש שקר זיין).
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:32 pm

דו האסט נאך קיין עמטליכע טענה נישט געזאגט. דו האלטסט אז קליימעט בלייבט די זעלבע דורך טויזענטער יאר, בשעת אז קליימעט פארשער׳ס ווייסען נישט פון מער ווי הונדרעט יאר. ווי קענסטו באשטעטיגען אז אלץ בלייבט דער זעלבע? נישט אויף דעם איז געבויט דער אמונה, אבער מיט דעם איז דיין טענה גאר פארשוואכט.

און אז דו ווילסט אריבער טאנצען צו מיין קינדער, נאכ׳ן ענדיגען רעדען פון זיך און דערנאך וויינען פארוואס ׳מ׳׳רעדט פון מיר. קען איך דיר זאגען אז מיין אינגעל האט מיר געפרעגט, נישט פארקערט, "ווי קענען זיי זאגען מיליונער יארען, ווער איז דארט געווען צו זע׳ען?"

והשיב לב אבות על בנים.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8397
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7871 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט