לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 03, 2018 11:30 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איידער דער בעש"ט האט נישט עגזיסטירט אזא מושג פון א באוועגונג פון א רבי וואס ער פיהרט אן מיט די ציבור, און אז דער רבי איז דער קאפ פון זיין סטאדע. א רב אין שטאט האט געהערשט אויף די ציבורישע רוחניות פון די וואס וואוינען דארט. אבער ער האט זיי נישט געפיהרט. הרב רייזמאן וויל טענה׳ן אז דאס האט דער בעש"ט ערפינדען, און לא נשתכחה. דאס האט נישט מיט בוקי שריקי, און עס איז אויך נישט אויפגעוויזען עפ"י מקורות, אבער דאס זאגט ער.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס האט סאטמאר רב געמיינט, דו טוסט דיך וואס דו ווילסט, כחפצו וכרצונו, און דו הענגסט עס אן אויפן בעש"ט.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

הודעהדורך האפענונג » דינסטאג יוני 18, 2019 12:45 pm

קודם כל: איז איינער ארויס געגאנגען פון די שיעור מיט א סאלידע קלארקייט? איז איינער ארויס געקומען פונעם שיעור און געזאגט אֵיי-גַאט-אִיט? אדער נאר נתפעל געווען פון א קאנפידענט'ירטער הנחת דברים פונעם רעדנער?!!

צווייטנס: די איידיע אז היינט פאלגט מען א רבי'ן (-א באלעבאס פון א סיסטעם) נאר פונעם פוינט פון זיין עסטאבלישט אין א סיסטעם פון א קרייז, און אויב נישט טראסקעט מען אוועק נישט נאר מיט'ן נישט פאלגן נאר מיט'ן עצם לעבן שפילט מען זיך (ואכהמ"ל), איז עס נישט דַאן אן אויפווייז אז ס'איז - לא הרי היינט כהרי אמאל?!!

ביים בעל שם טוב אמאליגע צייטן איז זיכער געוועזן - אין אלע מדרגות; דעהר וואס האבן געפאלגט. דאס הייסט, די וועשער פון שטאט, די שיסטער פון שטעטל, אפילו אזעלכע וואס האבן געהאט די חוצפה צו פרעגן די רבי'ן זאכן אין פנים, האבן געהאט די מושג פון פאלגן א רבי. און זענען גארנישט געווען אין א סיסטעם (לויט ווי אזוי ס'שמעקט פון די סיפורי צדיקים)?! און די בעש"ט ותלמידיו זענען נאך געפאהרן צו אזעלכע דרגה יודן צו פארקויפן השקפה ומוסר אָהן מאכן זיכער אז זיי זענען אין א סיסטעם וואס ס'זאל זיי העלפן בלייבן אונעם ערליכקייט זייערע, משא"כ היינט. יעצט זאגט מיר, איז דאס א פארגלייך היינט און אמאל??!!

אין אנדערע ווערטער: ס'איז שוין היינט נישט אינגאנצן פון די אייגענע בחירה, ס'איז שוין ענדערשט פִּיער פְּרעשֶער. [מילא מצוות, ס'איז דאך אזוי געבויעט צו קענען ווערן געצוואונגען אויף צו טוהן... אבער] אויף חסידות זאל מען פיהלן געצוואונגען און אויף דעם זאגן אז ס'איז נישט נשתכחה והא ראי' אז ס'גייט נאך אהן??!!!
האפענונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 23, 2019 11:43 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט