סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

מחשבה, השקפה ועיון

סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 9:38 am

אין א דערנעבעדיגן אשכול האט זיך געמאכט א שמועס איבער בעלי חי. הקטן געשריבן וועגן סורווייוועל אף די פיטיס און די סעלפיש גענע. היות יענע אשכול רעדט פונעם ריבניצער צדיק און סקומט נישט אריין דארט האב איך געפענט דא א נייע אשכול ווי מקען שמועסן איבער בעל חי.

הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איה״נ. איך האב טאקע זייער רחמנות אויף די בעל חיים. און טאמער עס איך פלייש פיל איך שלעכט און אין מיין געוויסן פיל איך ווי איך באגיי ״א אומרעכט״.

פארוואס?!?
אנדערע בעל חיים פילן נישט אז זיי באגייען אן אומרעכט ווען זיי עסען דיך!


קודם כל,
די בעלי חי׳ וואס עסען אנדערע בעל חי׳ זענען דאך טאקע ״חיות״ אן קיין consciousness.
...
...
דריטענס:
וועלכע חי׳ הארגט מענטשען? כמעט קיינער נישט. דא דארטן, אבער וואס פארגלייך איז דאס וואס מיר טוהן צו חיות? מיר טעסטן אלע קרענק אויף זיי, מיר ניצן זיי אויס פאר אלע אונזערע בענעפטין, איך וויל גארנישט האבן מיט דעם צוטוהן. איך האלט נישט פון דעם.


מה זה consciousness???

דאס איז סך הכול א מיסטעק וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
און איז זיכער גארנישט מחייב!
don't fall for it

די לייב טוט די בעסטע וואס ער קען, צי פרעזערווען זיך - אז ער עסט נישט קיין מענטשן איז ווייל ער בענעפיט נישט פין דעם, איז עסט ער אנדערע בעלי חיים, איז וואס? פארדעם האט ער בא דיר קרעדיט?

פארוואס זאל נישט דער מענטש טון די בעסטע וואס ער קען צי העלפן די homosapien
פארוואס נישט ניצן אלע סארט מיטלען וואס מיר קענען נאר, די לייב האט זיין ציין פאר זיין tool און די האסט שכל פאר דיין tool
נאך אלעם איז דאס די law of the jungle
"סערווייוועל אף די פיטעס" האט אינז געברענגט ביז אהער, פארוואס זאלסטו ברעכן די קייט און יעצט סטאפן



אנטשולדיגט מיר טייערער הקטן איך פארשטיי ממש נישט וואס איר רעדט, וואס האט עסען פלייש היינטיגע צייטן מיט ״סורווייוועל אף די פיטיס״?

סאיז דא בערך א האלבע ביליאן מענטשען אויף דער וועלט וואס לעבן איבער אן אנרירן קיין בעל חי׳ אדער א שטיקל פלייש. אלזא איז עס בכלל נישט אין די בחינה פון סורווייעל נאר ענדערש אין די בחינה פון איכא דרכא אחרינא... רוב בודהיסטן זענען וועגעטעריענס, און די נומבערס פון vegetarians and vegans שטייגן דראסטיש פון יאר צו יאר.

ווען איך וואלט וועין געלעבט אין די ווילדערנעס אן קיין עקסעס צו קיין לאקאלע מארקעטס און געשעפעטן און איך וואלט געוועהן אזוי הונגעריג ווי די בעלי חיים וואלט איך אויך מסתמא זיך אויפגעפירט ווי די בעל חי׳ און געשחטן און צופליקט דאס ערשטע הינדל וואס איך באגעגן כדאי איבערצולעבן, דעס מיינט טאקע סורווייוועל אף די פיטיס. אבער די מעשה איז דאך גאר אנדערש, איך וואוין אין א ריזיגע שטאט וואס הייסט ניו יארק ווי אויף א יעדע ווינקל ממש איז דא געשעפעטן וואס מקען זיך איינהאנדלן כל דבר טוב אן הארגענען אדער פייניגן קיין שום באשעפענישן. אלזא האט דאס גאר ווייניג צוטוהן מיט סורווייוועל נאר מיט געוואוינהייט פון עסען פלייש פאר דורי דורות.

לאמיר אייך געבן א משל כדאי איר זאלט פארשטיין די פשוטע חילוק פון סורווייועל אף די פיטיס און וויאזוי אונז הומאנס פירן זיך היינט אויף צו בעל חי.

לאמיר זאגן אז סאיז דא צוויי פעלקער אויף די וועלט וואס הייסן עמון און מואב.

זיי ביידע קאנקרירן מיטן צווייטן אויף עסען און מלחמה ברעכט אויס צווישן זיי, יעדער פרובירט זייער בעסט בייצוקומען די אנדערע פאלק און צונעמען זייערע פעלדער און בהמות, יעדער ברענגט זייער בעסטע און שטערקסטע וואפן, נאך א לאנגע וויילע פון געפעכטן שטעלט זיך ארויס אז עמון איז למעשה שטערקער ווי מואב און עמון הארגעט זיי אויס אין די מאסן און באזיגט ענדליך מואב.
אט דאס איז די נארמאלע סדר פון נאטור און סורווייעל אף די פיטס, ווער סאיז שטערקער געוואונט.

לאמיר געבן א אנדערע ביישפיל, וואס געשעהט אויב איינע פון די פעלקער, לאמיר זאגן אז מואב איז מעהר אינטעליוקטשיול און פארגעשריטן און זיי האבן דיוועלעפט עלקטעריק, טעכנאלגיע און סייענס. ווידער עמון איז גאר גאר צוריקגעשטאנען און קענען נישט קיין פשוטע מאטאמאטיקס און ווייסן נישט בחייכון צוזאגן. און די קלוגע מואב קומט אריין צו עמון מיט פארגעשריטנע פליגערס, טאנקן און באמבעס, און זיי נעמען איבער דאס לאנד און נעמען אלע עמונים פאר שקלאפן פאר טויזענטער יאהרן און מאכן אויף זיי גרויזאמע מעדיצינישע עקספערעמנטס ווי להבדיל אלף הבדלות מענגלע ימ״ש מיט זיינע גרויזאמע עקספערעמענטן אויף אידישע צווילינגס ביי די האליקאוסט. עמון קען זיך נישט דיפענדען ווייל מואב האט די קלוגשאפט און טעכנאלגיע אלזא האבן זיי די אויבערהאנט.

אט די ביישפיל איז ענדליך צו וואס מיר טוהן היינט מיט די בעלי חי׳ מיר דאנמירן און געוועלדיגטן אויף זיי און נוצן זיי פאר אלע אונזערע געברויכן, ענטערטענמענט, און פאר סייענטיפישע עקספערימענטן, מיליאנען חיות ווערן אנגעשטעקט א יאר מיט אלע פארשידענע מיני קרענק און כאלערעס אין אמעריקע אליינס. א יעדע סייענטיסט וואס האט נאר געוואלט וויסן אויב עפעס א כעמיקל אדער א פוד-קאלירינג שאדט פאר די מענטשען האבן זיי עס געטעסט און פראבירט אויף חיות קודם. גאר אסאך פון די עקספערימנטס איז איבערגעטריבן און זייער קאנטראווערסיול הגם איך בין א גרויסע חסיד פון קאנטעמפּערערי סייענס און איך באנוץ זיך מיט זייערע ריסורדזש און מעדיצינען, האלט איך אז אסאך פון די עקספערימענטס איז צו גרויזאם און איך אליינס וואלט קיינמאל נישט אטיילגענומען אין אזא ארבעט. למעשה ווערט פון יאר צו יאר מעהר awareness אין די סייענטיפישע קאמיונטי, און היינט צוטאגס האבן זיי טאקע אפגעשטעלט אסאך שטודיעס וואס איז געוועהן צו פיל פיין פאר די בעלי חי׳, יעדן טאג און יעדעס יאר ווערט עס בעסער און בעסער, נייע רעגוילאציעס קומען צו וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די בעלי חי׳ אז די שטודיעס זאלן זיין מיט א מינאמלע צער און שאדן פארן די חיות. רובא דרובא היינטיגע סייענטיסן האלטן טאקע אז מ׳דארף זיך אויפפירן צו די בעל חי מיט מעהר רחמנות און נישט מאכן קיין מעדיצינישע שטודיעס פאר אונז מענטשען אויף זייער חשבון.

ארויסצוברענגן ווי נעריש און מינדערוויכטיג געוויסע פון די שטודיעס זענען וועל איך אייך געבן איין קליינע ביישפיל וואס די פרעסטישפולע American Museum of Natural History אין מאנהעטן האבן געטוהן פאר צוואנציג יאהר נאכאנאד ביז בערך 1975 ווען ענימעל רייט ארגאנזאציעס האבן עס ענדליך אפגעשטעלט.

זיי האבן גענומען 40 זכרים קעטץ אריינגעלייגט אין cages דערנאך האבן זיי געגעבן א איינשפריץ פארן די קאטץ וואס הארגעט אפ געוויסע פון זייערע ברעין-צעללס און מאכט די קאטץ ׳הייפערסעקסיול׳. דערנאך האבן זיי אריינגלייגט די קאטץ אין גאר א טונקלע ׳יחוד שטיבל׳ מיט א Rabbit (וואס איז גאר פון אנדערע משפחה און זיי זענען זיך קיינמאל נישט משדך) און זיי האבן געמאכט אז די קעטץ זאל ברידן מיט די ראביט. וואס זיי האבן געהאט פונדעם ווייסט קיינער נישט עד היום הזה, אבער עכ״פ דעס איז זיכער אז סאיז נישט עטיקל דעס צוטוהן ספעציעל אז סברענגט נישט קיין שום נוצן פאר די וועלט, און די גרעסטע חוצפה פונדעם איז אז סהאט געקאסט די שטייערצאללער א נישטיגע סומע פון $430,000 על לא דבר.

דעס איז נאר אחת מיני אלף פון משלים וויאזוי אונז מענטשען באנוצן זיך מיט חיות פאר אלע אונזערע צוועקן, און אפילו אסאך מאל פאר לויטערע נישטיקייט וועלן מענטשען מצער זיין חיות.

כדאי ענק נישט צו פארעקלן האב איך אויסגעוועלט גאנץ א שיינע ביישפיל וואס איז נישט אזוי גרויזאם, סאיז דא מיליאנען ערגערע עקספירעמענטס וואס איז טויזנט מאל ערגער און מעהר אכזריותדיג ווי די אויבענדערמאנטע געשיכטע אפגערעדט אין דריטע וועלט לענדער.



אינטערסאנט ווי איר מאכט אזוי אוועק די גאנצע נושא פון צער בעל חיים ווען געווענטליך זענט איר א שטארקע אדוואקאט פאר די תורה און פאר קריעשאניזם.

א ערליכע פרומע איד דארף געדענקן אז צער בעל חיים איז לויט רוב שיטות א דאורייתא, עכ״פ א דרבנן האלט יעדער אז סאיז.

די תורה האט פארשטאנען אז מ׳דארף אכטונג געבן אויף חיות און אויף זייערע געפילן.

אין קיצור שלחן ערוך ווערט געבערענגט:

"אָסוּר מִן הַתּוֹרָה לְצַעֵר כָּל בַּעַל חָי. וְאַדְּרַבָּא, חַיָב לְהַצִּיל כָּל בַּעַל-חַי מִצַּעַר, אֲפִלּוּ שֶׁל הֶפְקֵר, וַאֲפִלּוּ שֶׁל נָכְרִי. אַךְ אִם הֵם מְצַעֲרִין לְאָדָם, אוֹ שֶׁצָּרִיךְ הָאָדָם לָהֶם לִרְפוּאָה אוֹ לִשְׁאָר דָּבָר, מֻתָּר אֲפִלּוּ לְהָרְגָן, וְאֵין חוֹשְׂשִׁין לְצְַעֲרָן, שֶׁהֲרֵי הַתּוֹרָה הִתִּירָה שְׁחִיטָה..." (ספר קצור שו"ע סימן קצא - איסור צער בעלי חיים ואיסור סירוס, סעיף א)

אין די תורה שטייט:

"לֹא תַחְסֹם שׁוֹר בְּדִישׁוֹ"
(דברים, כ"ה, ד')

"כִּי תִרְאֶה חֲמוֹר שֹׂנַאֲךָ רֹבֵץ תַּחַת מַשָּׂאוֹ וְחָדַלְתָּ מֵעֲזֹב לוֹ, עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּו "
(שמות, כ"ג, ה')

"אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו"
(ספר בראשית ט, ד)
(אבר מן החי)

די רמב״ם זאגט אז די טעם פארוואס דער אייבישטער האט געהייסן מזאל מקריב זיין קרבנות נאכדערצו א עולה וואס קיינער האט נישט הנאה פונעם פלייש איז ווייל אין יענע פארצייטישע קולטורן האט מען ליידער געהארגעט מענטשען פאר קרבנות צו זייערע געטער. א שטייגער ווי די צודרייטע פאלק, די Aztecs וואס האבן געלעבט אין מעקסיקא ביז אין די 1520 יאהרן, ווי זיי פלעגן עמטליך מקרב זיין אויפן מזבח זייערע אייגענע קינדער, די בכורים. אין איין נאכט ווען זיי האבן געבויעט זייער נייע טעמפל האבן זיי מקריב געוועהן אויפן מזבח אזא 80,000 פון זייערע אייגענע קינדער, און דערנאך האבן זיי ארויסגענומען די הארץ פון די קרבנות און עס געגעבן צועסען פאר די קענגליכע פאמילע (קאניבאליזאם)... :-o

אלזא דער אייבשטער האט נישט געוואלט אז די אידן זאלן מקריב זיין חלילה אייגענע מענטשען האט ער איינגעפירט אז מזאל מקריב זיין בהמות אנשטאט. די רמב״ם פירט אויס אז וויבאלד למעשה היינטיגע צייטן פעלט עס נישט אויס דארף מען טאקע נישט מקריב זיין קייין קרבנות. (ריכטיג?)

איך זאג אז אויב וועט מען היינטיגע צייטן מחנך זיין אונזערע קינדער און אריינפרעגלן אין זיי אז אפילו א בעל חי׳ טאר מען נישט מצער זיין וועלן די קומענדיגע דורות מאכן א קל וחומר, חיות טאר מען נישט מצער זיין, כ״ש מענטשען טאר מען זיכער נישט מצער זיין און מיר וועלן אנקומען צו א בעסערע וועלט מיט א שטארקע consciousness פון נישט מצער זיין קיין שום בעלי חי.

ס׳געפעלט מיר ווי איר שרייבט:

מה זה consciousness???
דאס איז סך הכול א מיסטעק וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
און איז זיכער גארנישט מחייב!
don't fall for it

סאיז אמת אז consciousness האלט זיך אין איין טוישן לויט די דורות, היינטיגע עטיקס איז גאר אנדערש ווי 150-200 יאר צוריק, אפגערעדט 1000-2000 יאר צוריק ווען מענטשען זענען בכלל נישט געוועהן נארמאל.

איך קען דיר נאר זאגן מיינע אינערליכע געפילן. איך בין נישט אנגעקומען צו די החלטה ווייל איך בין נתפעל געווארן פון פיטער זינגער אדער פון ליבעראלע ׳וועסטערן פילאספיע׳
איך בין אנגעקומען צו דעם דורך מיינע אייגענע עקספירענס:

איך פלעג אמאל ציטערן פון הונט פונקט ווי אלע חסידים. די לעצטע פאר יאר האב איך מיך באקענט געמאכט מיט הונט און קעטץ, איך האב מיך אסאך געדרייט מיט מענטשען וואס האבן פעטס אינדערהיים און פאר אפאר חדשים צייט האב איך געלעבט מיט צוויי גרויסע שווארצע פיטבול הונט. וויפל איך האב גארנישט געוואוסט און פארשטאנען צו קיין בעל חי׳ בין איך נתפעל געווארן מעהר און מעהר ווי קלוג און ענדליך הונט זענען באמת צו אונז מענטשען. אוואדי זענען זיי ווייט פון אונזער קלוגשאפט אבער מיט געוויסע זאכן זענען זיי גארנישט אנדערש ווי אונז, זיי האבן געפילן, זיי ווילן פראטעקטן זייער בעה״ב און מאכן לעבן פונקט ווי אונז, ווען זיי זענען אין צער קען מען עס באמערקן זייער גרינג. איך פלעג ביינאכט אהיימקומען פלעגן זיי טאנצן און שפרינגן אויף מיר פאר פרייד און זיך געשפילט מיט מיר און ארויסגעוויזן בלינדע ליבשאפט און געטריישאפט אפילו איך בין נישט געוועהן זייער בעה״ב. מקען האבן גאנצע קאנווערסעישאונס מיט זיי וואס זיי פארשטיין. איינמאל איך האב עקספירענסט די ליבשאפט צו חיות האב איך געטוישט מיין מיינוג איבער די וועג וויאזוי מיר הומאנס-די קלוגסטע חי׳ פירן זיך אויף צו אנדערע אומבאהאלפענע בעל חי׳, די וועג וויאזוי מיר האדעווען אויף טשיקענס מיט קיען איז אוממענטשליך און דארף א גרויסע תיקון.

איך זאג נישט אז מ׳דארף אויפהערן צו עסען פלייש און איך האב נישט קיין טענות צו קיינעם וואס עסט פלייש. וואס איך זאג יא איז אז אפילו מ׳עסט פלייש זאל מען לכה״פ געדענקן אז אין די פראסעס וויאזוי מ׳האדעוועט אויף די בהמות זאל זיין מיט יושר און מיט מיטגעפילן פאר אנדערע בעל חי, צער בעלי חיים איז א וויכטיגע זאך.
"כאייל תערוג על אפיקי מים, כן נפשי תערוג אליך אלוקים צמאה נפשי לאלוקים, אוי אוי לקל חי מתי מתי אבוא ואראה פני אלוקים"
א וויזניצער ניגון-1
jewishmusic.fm/album/a-viznitzer-niggun-1

track 9- k'ayal ta'arog
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5608
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:21 am

א גוי איז נישט מצווה אויף צעב"ח.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2847 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7585 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:25 am

דאכצעך סאיז דא געוויסע שיטות וואס האלטן אז יא.

יש שכתבו שאף בני נח מוזהרים שלא לצער בעלי חיים, שהרי מלאך ה' הוכיח את בלעם‏[15]: "עַל מָה הִכִּיתָ אֶת אֲתֹנְךָ?!" (במדבר כב, לב) ורואים שאף נכרי נתבע על שהיכה את אתונו לחינם (שו"ת עטרת פז, לרבי פנחס זביחי, ח"א כרך ג חו"מ, הערות סי' ז הע' ג, ד"ה ואיידי דעסקינן בבן נח, וש"נ)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5608
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:42 am

בשעה"ד יש להחמיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2847 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7585 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 3:53 pm

פון ווען כ'האב פארשטאנען אז איזהו גיבור הכובש את יצרו מיינט טאקע כפשוטו - ליטעראלי, איז מיר דארווינ'ס טעאריע פון סוירווייוועל אף די פיטעסט אסאך ליכטיגער געווארן. פארדעם איז מיר פשוט נישט פארשטענדליך געווען, 'מראשית, פארוואס איז ער די פיטעסט אויף אנצוהויבן?' והדברים עמוקים.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3177
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2711 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 3:55 pm

באנו למסקנה אז יעדעס בריה דארף האבן א מושג פון בחירה צו א געוויסע עקסטענט; און דאס איז רעספאנסיבעל פאר וועריעישאן.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3177
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2711 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:05 pm

שבת אחים האט געשריבן:איך האב מיך אסאך געדרייט מיט מענטשען וואס האבן פעטס אינדערהיים און פאר אפאר חדשים צייט האב איך געלעבט מיט צוויי גרויסע שווארצע פיטבול הונט.


האלטן א הונט איינגעשפארט אגאנץ לעבן איז נאך אזוי אומעטיש ווי 'שחט'ן א הינדל, איך וואלט ערווארט מער פון אזא גוטהארציגע מענטש ווי דיר. (ניין, איך טרייב נישט קיין שפאס)
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:05 pm

שבת אחים, די טייגער, די קאץ, האט א קליינע פראבלעם מיט "פשוטע אכזריות"!
פארוואס דו יא?

סורווייוועל אף די פיטיס האט קיינמאל נישט געמיינט אז מען מעג יענעם אויפעסען נאר אויב פעלט דאס פשוט אויס פאר "סערווייוועל"
אנדערע בע"ח עסען וואס זיי גליסט
סורווייוועל אף די פיטיס ווערט פראקטעצירט דארך מען עסט און מען טרינקט און מען לאזט זיך וואויל גיין אויף יעדעמס חשבון



שכח פארן אפטיילן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:07 pm

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב מיך אסאך געדרייט מיט מענטשען וואס האבן פעטס אינדערהיים און פאר אפאר חדשים צייט האב איך געלעבט מיט צוויי גרויסע שווארצע פיטבול הונט.


האלטן א הונט איינגעשפארט אגאנץ לעבן איז נאך אזוי אומעטיש ווי 'שחט'ן א הינדל, איך וואלט ערווארט מער פון אזא גוטהארציגע מענטש ווי דיר. (ניין, איך טרייב נישט קיין שפאס)

די היינטיגע הינט זענען דאמעסטיקירט אז זיי דארפן צוקומען צו מענטשן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2327
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9035 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:15 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:באנו למסקנה אז יעדעס בריה דארף האבן א מושג פון בחירה צו א געוויסע עקסטענט; און דאס איז רעספאנסיבעל פאר וועריעישאן.

און וואו אזוי קימט צי זיי דעם מושג?
איז דאס א יש מאין?
אויב איז דאס א יש מיש פארוואס נישט זאגן אז זיי זענען לכתחילה געקימען מיט די וועריעישאן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:30 pm

ראובן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב מיך אסאך געדרייט מיט מענטשען וואס האבן פעטס אינדערהיים און פאר אפאר חדשים צייט האב איך געלעבט מיט צוויי גרויסע שווארצע פיטבול הונט.


האלטן א הונט איינגעשפארט אגאנץ לעבן איז נאך אזוי אומעטיש ווי 'שחט'ן א הינדל, איך וואלט ערווארט מער פון אזא גוטהארציגע מענטש ווי דיר. (ניין, איך טרייב נישט קיין שפאס)

די היינטיגע הינט זענען דאמעסטיקירט אז זיי דארפן צוקומען צו מענטשן.



אבער זיי האלטן איינגעשפארט איז אומעטיש.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:49 pm

הקטן האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:באנו למסקנה אז יעדעס בריה דארף האבן א מושג פון בחירה צו א געוויסע עקסטענט; און דאס איז רעספאנסיבעל פאר וועריעישאן.

און וואו אזוי קימט צי זיי דעם מושג?
איז דאס א יש מאין?
אויב איז דאס א יש מיש פארוואס נישט זאגן אז זיי זענען לכתחילה געקימען מיט די וועריעישאן

די אינעיט יכולת צו מאכן א בחירה, גייענדיג אנטקעגן אינסטינקט, איז בהכרח אייביג דא אבער צו אקאונטען פאר וועריעישאן, ברויך זיין אן אינטערנעל בחירה בטוב אהנע שום סיבה חיצוני, און דאס איז אוודאי א יש מאין; און מיטדעם שאפט זיך דיפערענץ צווישן בריאים. דער סאבדזשעקט, ד.ה דער פאטענציעל איז אבער קיינמאל נישט גענצליך אן אין.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3177
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2711 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:59 pm

מה שנוגע לעצם נושא האשכול. אלע עסן מיר סייווי לעבעדיגע זאכן. וואסארא חילוק צווישן חי, צומח ואפילו דומם? אלא די חילוק איז וויפיל צער כלפי וויפיל סעלף אווערנעס. עסן חיות ובהמות וואס זענען עצמם דברים המתחדשים ובלתי יציבים מאכט א מענטשן זיין א חלק פון דער בריאה המתחדש ומתהווה בכל זמן. כ'קען מיך נישט פארשטעלן א בריאה אנדערש. דאס איז חידוש ורצון. ווען ספרים הק' רעדן פון די חיות ובהמות וואס ווערן נתעלה למדרגת מדבר איז פשט אז אנדערש וואלט נישט געווען א חומריות וואס גובר צו זיין און לכן קיין קונץ ואף לא מעגליכקייט פאר דער מדבר נתעלה צו ווערן למדרגה יותר גדולה. און די תורה איז דוקא נישט געגיבן געווארן צו מלאכים.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3177
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2711 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 5:05 pm

די דזשעין רעלידזשען האלטן אז אפילו גראז זענען אווער. זיי האלטן דאכטצעכמיר אז סעלף אווערנעס איז קארעלעיטעד נעגעטיוולי מיט הרגשה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3177
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2711 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 5:49 pm

הקטן האט געשריבן:שבת אחים, די טייגער, די קאץ, האט א קליינע פראבלעם מיט "פשוטע אכזריות"!
פארוואס דו יא?

איך מיש זיך נישט אריין דא, כאטש איך גיב 100% גערעכט פאר שבת אחים, נאכ'ן זעהן געוויסע קליפס מיט וועלכע אכזריות מען פירט זיך אויף צו בעלי חיים, רחמנא ליצלן.
איך בין זיכער אז דו, הקטן, ווילסט ארויסברענגען א פוינט, אבער וואס איז פשט אז דו פארגלייכסט א חי' וואס ארבעט בלויז מיט אינסטינקט, און האט נישט באקומען די אייגנשאפט פון רחמנות, צו א מענטש מיט הארץ און מח?
איך מיין צו פרעגן, האט עס דען צו טון מיט וואס דער טייגער טוט? הייסט עס איז פשוט נקמה? ווייל ער האט נישט רחמנות אויפ'ן הערשעלע ממילא מעג איך אים גיין מצער זיין?

דאס אליינס אז די תורה האט אונז באפוילן דווקא צו שחט'ן שטייט אין די מפרשים ווייל דאס איז די גרינגסטע, שנעלסטע וועג צו טויטן די בהמה, זעהט מען דאך באשיינפערליך אז די תורה וויל נישט פאראורזאכן קיין איבריגע צער פאר די בהמות חיות ועופות. שבת אחים זאגט דאך אז ער רעדט נישט פון בעצם עסן פלייש, מען רעדט דא פון זיך אויפפירן ברוטאל צו זיי און מאכן אלע סארט אכזריות'דיגע עקספערימענטן וואס נאר א שטיינערנע הארץ קען דאס טון! דאס טוען דאך זיכער נישט די טייגערס און די לייבן, זיי עסן פשוט וואס זיי דארפן צום לעבן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15064
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17979 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 5:57 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:די אינעיט יכולת צו מאכן א בחירה, גייענדיג אנטקעגן אינסטינקט, איז בהכרח אייביג דא
וואס איז די הכרח?
זאג, וועריעישאן זעלבסט, איז אינעיט, און חאלס!
האבן מיר נישט שוין פין לאנג געסעטעלט וועריעישאן? האסט פארגעסען פין מיאטעשענס און דריפטס?


אבער צו אקאונטען פאר וועריעישאן, ברויך זיין אן אינטערנעל בחירה בטוב ??? אהנע שום סיבה חיצוני,
אלס וועריעישאן דארף דאס נישט זיין בטוב פאר דעם איז רענדעם אויך גוט
בכלל וואו אזוי ווייסטו וועלעכע ריכטאנג איז טוב
און דאס איז אוודאי א יש מאין; און מיטדעם שאפט זיך דיפערענץ צווישן בריאים. דער סאבדזשעקט, ד.ה דער פאטענציעל איז אבער קיינמאל נישט גענצליך אן אין.
און דער פאטענציעל נעמט זיך פין?


ווער איז אינטערעסירט און וועריעישאן און די פערסט פלעס, אויב איך מעג פרעגן?
@טאמבל סאס וואס קוועשט דיך, שעם דיך נישט, איך בין דא צי הערן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:54 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:08 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:שבת אחים, די טייגער, די קאץ, האט א קליינע פראבלעם מיט "פשוטע אכזריות"!
פארוואס דו יא?

איך מיש זיך נישט אריין דא, כאטש איך גיב 100% גערעכט פאר שבת אחים, נאכ'ן זעהן געוויסע קליפס מיט וועלכע אכזריות מען פירט זיך אויף צו בעלי חיים, רחמנא ליצלן.
איך בין זיכער אז דו, הקטן, ווילסט ארויסברענגען א פוינט, אבער וואס איז פשט אז דו פארגלייכסט א חי' וואס ארבעט בלויז מיט אינסטינקט, און האט נישט באקומען די אייגנשאפט פון רחמנות, צו א מענטש מיט הארץ און מח?

באקומען???
באקומען פין וועם?
ווער האט דיך געזאגט אז די וועג וואס דיין "הארץ און מח" דיקטעטירט איז מער אויסגעהאלטן אדער מער אמת וואו די טייגערס "אינסטינקט"
ביידע זענען סך הכול בייעלאגישע טעתים וואס האלטן זיך נאך אינמיטען דיוועלאפען - און גייען קיינמאל נישט פירן צי קיין אבסעלאטער אמת

לאמיך אויך מסכים זיין צי דיר אז דער טייגער טוט דאס בלויז פאר הנאה און דער מענטש מיט זיין מח טוט דאס פאר אכזריות, איז וואס?
דאס איז נישט עפעס א סארט נקמה, ביידע קריטשערס טוען פשוט וואס זיי ווילן
אויף וועם האסטו טענות?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:16 pm

הקטן האט געשריבן:לאמיך אויך מסכים זיין צי דיר אז דער טייגער טוט דאס בלויז פאר הנאה און דער מענטש מיט זיין מח טוט דאס פאר אכזריות, איז וואס?
דאס איז נישט עפעס א סארט נקמה, ביידע קריטשערס טוען פשוט וואס זיי ווילן
אויף וועם האסטו טענות?


אנטשולדיגס, אבער די איגנארסט די חילוק פון אינסטינקט און אכזריות, ביידע זענען נישט אייניג צו זאגען אז זיי טוען פשוט וואס זיי ווילן, זיי מוחל אין פארענטפער ווי די זעסט פשוט'ע גלייכקייט צווישען די צוויי.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1927
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2739 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2554 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:42 pm

ווער זאגט זיי זענען אייניג?
אינסטינקט איז איין סארט ביילאגישער צאמשטעל
און אכזריות איז א אנדערע ביילאגישער צאמשטעל
איז וואס?

קיין איינץ פין זיי האט נישט מער "רעכט" פין די אנדערע

אפשר וועלן מיר מיזן מוחל זיין דעם אינסטינקט ווייל ער איז אן אונס
און נישט מוחל זיין דעם אכזר ווייל ער האט בחירה
האט ער דען??? - איז דען נישט אכזריות סך הכול דער אינסטינקט פינעם אכזר

(להעיר: לויט טאמבעל האט דער בע"ח אויך בחירה)

אויב וועל איך דיר ווייזען אז דער אכזר האט דער די זעלבע high פין זייענדיג cruel צי בעלי חי וואו דער טייגער ווען ער באפאלט זיין קרבן,
ביסטו דען גרייט צי זיין מער סימפאטיש צים אכזר?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

הודעהדורך החוקר » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 7:01 pm

וואלווי האט געשריבן:אנטשולדיגס, אבער די איגנארסט די חילוק פון אינסטינקט און אכזריות, ביידע זענען נישט אייניג צו זאגען אז זיי טוען פשוט וואס זיי ווילן, זיי מוחל אין פארענטפער ווי די זעסט פשוט'ע גלייכקייט צווישען די צוויי.

אויב פארשטיי איך גוט הקטן'ס נקודה, מיינט ער ארויסצוברענגען אז ווער איז מחליט וואס מעג ווערן געטון אלס סורוויייוועל אף די פיטוס. אפשר איז אכזריות פונקט אזא נויטוועדיקייט פארן אכזר, ווי פלייש פאר א טיגער. מהיכי תיתי אז איינער ברויך זיך איינהאלטן און דער צווייטער נישט.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 8:23 pm

החוקר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אנטשולדיגס, אבער די איגנארסט די חילוק פון אינסטינקט און אכזריות, ביידע זענען נישט אייניג צו זאגען אז זיי טוען פשוט וואס זיי ווילן, זיי מוחל אין פארענטפער ווי די זעסט פשוט'ע גלייכקייט צווישען די צוויי.

אויב פארשטיי איך גוט הקטן'ס נקודה, מיינט ער ארויסצוברענגען אז ווער איז מחליט וואס מעג ווערן געטון אלס סורוויייוועל אף די פיטוס. אפשר איז אכזריות פונקט אזא נויטוועדיקייט פארן אכזר, ווי פלייש פאר א טיגער. מהיכי תיתי אז איינער ברויך זיך איינהאלטן און דער צווייטער נישט.


איך באצו מיך צו דעם וואס הקטן שרייבט אז ביידע זענען אייניג מיט אונזער פארשטאנד פון דער וואס טוט דער פעולה.
הקטן האט געשריבן:קיין איינץ פין זיי האט נישט מער "רעכט" פין די אנדערע
אפשר וועלן מיר מיזן מוחל זיין דעם אינסטינקט ווייל ער איז אן אונס
און נישט מוחל זיין דעם אכזר ווייל ער האט בחירה
האט ער דען??? - איז דען נישט אכזריות סך הכול דער אינסטינקט פינעם אכזר

אודאי איז גרינגער צו עקסעפטען און מוחל זיין דער אונס. און אודאי איז אכזריות נישט א "סך הכל" אן אינסטינקט נאר אסאך מער פון דעם, ממילא איז עס שווערער צו מוחל זיין.

איך בין מודה אז אכזריות קען זיין א נויט פאר'ן אכזר און דאס איז זיין אייגענארטיגע צוזאמשטעל. אזוי ווי הקטן שרייבט אז:
הקטן האט געשריבן:ווער זאגט זיי זענען אייניג?
אינסטינקט איז איין סארט ביילאגישער צאמשטעל
און אכזריות איז א אנדערע ביילאגישער צאמשטעל
איז וואס?

קיין איינץ פין זיי האט נישט מער "רעכט" פין די אנדערע


נאר אפילו אז ביידע זענען א נויט און ביידע זענען א ביאלאגישע צוזאמשטעל נאכאלס מאכט נישט ביידע פאר אן איקאל אינסטינקט חוץ אז די וועסט זאגען אז אכזריות ביי מענטשען איז א טאטאלע אינסטינקט און בלויז אן אינסטינקט דעמאלטס איז דאס היינו הך דעמאלטס איז הקטן גערעכט מיט דער טענה אז:
הקטן האט געשריבן:אויב וועל איך דיר ווייזען אז דער אכזר האט דער די זעלבע high פין זייענדיג cruel צי בעלי חי וואו דער טייגער ווען ער באפאלט זיין קרבן,
ביסטו דען גרייט צי זיין מער סימפאטיש צים אכזר?

אבער ביזדערווייל אז ס'איז נישט ממש אייניג האט ער פארפעלט צו ענטפערען שמעקעדיג'ס ארגומענט:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין זיכער אז דו, הקטן, ווילסט ארויסברענגען א פוינט, אבער וואס איז פשט אז דו פארגלייכסט א חי' וואס ארבעט בלויז מיט אינסטינקט, און האט נישט באקומען די אייגנשאפט פון רחמנות, צו א מענטש מיט הארץ און מח?

ביזדערווייל פארשטיי איך נישט די טענה אז "קיין איינס פין זיי האט נישט מער "רעכט" פון די אנדערע", און איך בין נישט גרייט צי זיין מער סימפאטיש צום אכזר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1927
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2739 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2554 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 1:27 am

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב מיך אסאך געדרייט מיט מענטשען וואס האבן פעטס אינדערהיים און פאר אפאר חדשים צייט האב איך געלעבט מיט צוויי גרויסע שווארצע פיטבול הונט.


האלטן א הונט איינגעשפארט אגאנץ לעבן איז נאך אזוי אומעטיש ווי 'שחט'ן א הינדל, איך וואלט ערווארט מער פון אזא גוטהארציגע מענטש ווי דיר. (ניין, איך טרייב נישט קיין שפאס)


נערישקייטן! פארוואס זאגסטו אזוי? מאן יימר? פארקערט דער בעה״ב פונעם הונט איז דאך ווי א טאטע צו א קינד און שפייזט זיי און געט זיי ליבשאפט. די דאסמעטיקעטעט הונט זענען פון די מערסטע גליקליכסטע חיות אויף דער וועלט!

ווייסט וויאזוי הונט האבן זיך אנגעהויבן און וויאזוי זיי זענען געווארן דאמעסטיקעטעט?

סאיז אמאל נישט געוועהן אזא זאך ווי הונט נאר וועלף, די מענטשען זענען נאך דאן געוועהן Hunter-gatherers, זיי האבן געלעבט אין געצעלטן און געפאנגען חיות און עס ארויפגעלייגט אויפן פייער מיט די גאנצע משפחה צו עסען די סעודה. ווען זיי האבן גענעדיגט עסען און אריין אין געצעלט שלאפן זענען די וועלף געקומען און גענומען די איבערגעבליבנע ביינער וואס די מענטשען האבן איבערגעלאזט. פאר יאהרן איז דעס אזוי אנגעגאנגען, רוב וועלף האבן מורא צוצוגיין נאנט צו מענטשען אבער סהאט זיך אייביג געמאכט אפאר אויבער חכמים וואס האבן יא געהאט די חוצפה, מיט די צייט האבן די מענטשען און די וועלף אנגעזעהן אז זיי קאנקיורירן נישט איינע מיטן צווייטן פאר די עסען, די וועלף האבן נאר געדארפט די ביינער וואס די מענטשען האבן ארויסגעווארפן. און היות די וועלף זענען צוריקגעקומען יעדע נאכט צו די געצעלטן און זיי האבן פונקטליך געוואוסט זייערע אדרעסען האבן זיי מיט די צייט געמאכט א בונד מיט די מענטשען, אז זיי וועלן היטן אויף די מענטשען בשעת זיי עסען און שלאפן פון אנדערע חיות מיטן תנאי אז זיי גייען באקומען די איבערגעבליבנע ביינער. מיט די צייט איז די מענטשען איינגעפאלן נאך א בעסערע פלאן אונז וועלן נוצן די וועלף זאלן אונז העלפן מיטן פאנגן די חיות אויך, אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר דורי דורות, מענטשען האבן געבריד דוקא די הונט וואס זענען קיוט, וואס מעהר קלוגער און געטרייער זיי זענען געוועהן האבן זיי געהאט א גרעסערע טשענס אז מזאל זיי ברידן-סעלעקטן.

אט די פראצעס ווערט אנגערופן ״ארטיפישעל-סעלעקעציע״, ווי אונז הומאנס האבן זיך אריינגעמישט אין די קורס פון נאטור און באשאפן א נייע ספישיע פאר אונזערע געברויכן און צוועקן, די זעלבע איז מיט קארן און פאטעיטעאס און אסאך אנדערע זאכן גייען אויך אריין אין די קאטעגאריע.
"כאייל תערוג על אפיקי מים, כן נפשי תערוג אליך אלוקים צמאה נפשי לאלוקים, אוי אוי לקל חי מתי מתי אבוא ואראה פני אלוקים"
א וויזניצער ניגון-1
jewishmusic.fm/album/a-viznitzer-niggun-1

track 9- k'ayal ta'arog
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5608
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 2:02 am

ישר כח פאר די הערליכע שיעור אין ארטיפישל סעלעקשן, אבער דו האסט זיך בכלל נישט באצויגן צו מיין טענה. קען זיין אז דו וואוינסט אויסער'ן שטאט ווי דארט באהאנדלט מען די שטוב באשעפענישן פיל מער מענטשליך ווי אין שטאט וואו זיי זענען איינגעשפארט אדער איינגעבינדן 24/7.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 6:58 am

וואס רעדסטו? פון ווי נעמסטו דיינע מיינונגען? קענסטוך אויס מיט כלבים?

אויף דעם האט דיך שוין ראובן גענטפערט אז זיי זענען דאמעסטיקעטעט געווארן, זייערע זיידעס און עלטער זיידעס זענען צוגעוואוינט צו לעבן מיט מענטשן אין הייזער פאר טויזענטער יאהרן.

קיין שום חיות עקספערט קיין שום זואלגיסט וועט זאגן אז דאס איז א פראבלעם. פארקערט, זיי באקומען אכילה שתיה לינה פלאס עטענשאן.

רוב ווילדע חיות זענען טאקע פראבלעמאטיש אויב מ'נעמט זיי ארויס פון די וואלד און מ'לייגט זיי אריין אין צווייטע האביטאט ווי זענען נישט צוגעוואוינט צו די ענווייראמענט. הונט אבער וואוינען שוין טויזנטער יאהרן מיט מענטשן, זיי דארפן נישט די גאס/וואלד נאר פאר שפילן, שפאצירן און מאכן זייערע געברויכן.

דו מישסט אויס די יוצרות מיט ווילדע חיות אין קעפטיוויטי וואס איז טאקע קאנטערווערסיאל, א טיגער למשל וואס לויפט יעדן טאג 50-70 מייל דארף וואוינען אין די וויילעד און נישט אין קיין זו, אבער א הונט מאן דכר שמי'? די גאנצע מושג פון הונט איז דאך דאמעסטיקעטעט וועלף - דאס הייסט אז מ'האט זיי אריינגענומען אהיים צו אונז.

ביטע פאר איר רעדט ווייטער, זאגט מיר פון ווי איר נעמט אייער אינפארמאציע און אויף וואס דיינע טענות זענען באזירט.
"כאייל תערוג על אפיקי מים, כן נפשי תערוג אליך אלוקים צמאה נפשי לאלוקים, אוי אוי לקל חי מתי מתי אבוא ואראה פני אלוקים"
א וויזניצער ניגון-1
jewishmusic.fm/album/a-viznitzer-niggun-1

track 9- k'ayal ta'arog
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5608
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 10:06 am

שבת איז גערעכט, אבער ער אליין לייקענט אביסעל אין זיין שיטה כדי עס צו מאכען מער באפיצט פאר אונז. כלומר, שבת אחים האלט אז מען טאר אינגאנצען נישט עסען קיין פלייש וכו', שרייבט ער נאר וועגען די גרויזאמע אכזריות וואס גייט פאר אויף די חיות צ.ב.ש. הינדלעך און קיען און אקסען וואס מען איז מגדל לשחיטה, און איז זיך סותר צו עס איז ריכטיג צו עסען פלייש.

די ריכטיגע תשובה צו שבת אחים איז, מאן יימר אז די הינדלעך וואס ווערען אויפגעצויגן אין צוזאמען געקוועטשטע אומשטענדן איז פאר זיי א צער? ביסט אמאהל געוועהן א הינדל און זיך פארשטאנען צו זייער דעת בכלל? מען נעמט א חיה בהמה ועוף מען לייגט אריין מענטשליכע געפילען און זיי אז מען דארף זיי טריטען ווי מענטשען!!! דאס מיינט הומאניסטיזירען חיות וכו', זיי האבען זייערע געברויכן, און נישט מענטשליכע געברויכן, און פארדעם מעג מען זיי שחט'ן און טוהן אלעס וואס מען דארף פאר אונזער צורך, ווייל זיי פארשטייען נישט וואס אונז פארשטייען, ביסט נישט מצער קיינעם. אין הכי נמי, מצער זיין לשם צער איז אסור ווייל עס איז גרויליק פאר א מענטש צו זיין א אכזר.

אבער צו הקטן'ס תירוץ אויף דער זאך, מיט סורווייוועל פין די פיטעסט וכו', איז שווער, וואס איז די חילוק פין די דייטשען ימ"ש מיט אונז לדעתו?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1477
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 759 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט