סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

מחשבה, השקפה ועיון

סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:17 pm

אפאר הערות אויפ׳ן אשכול:

1). ווי איך פארשטיי וויל הקטן (אויף p. 1) ארויסברענגען זיין פונקט פון א ((הארטע) דעטערמעניסטיק) ריין עוואלוציאנערישע פערספעקטיוו (אזא סארט ״ולטעמיך״). דהיינו, ווייל אויב דעפינירט מען אכזריות אלס סייקאפעטי (עכ״פ צו עפעס אן עקסטענט), דעמאלטס קען מען טענה׳ן אז פונקט אזוי ווי דער פרעדעטאר/טורף ארבעט פשוט מכח זיין עוואלווד נאטור/אינסטינקט פון טורף זיין לשם סארווייוועל און דעריבער איז ער נישט שולדיג, כן הוא דער אכזר/סייקאפעט, וואס איז אויך דא א סברא צו זאגן אז עס האט זיך פארמירט מכח עוואלושאן (אין קאנטראסט צו מאראליטעט, וואס האט זיך אויך פארמולירט מחמת עוואלושאן).
IMG_5414.JPG

וואלווי׳ס טענה אויף צוריק ארבעט (פילאזאפיש) אז אונז מענטשן האבן יא בחירה [פרי וויל] משא״כ דער בע״ח (עכ״פ אינ׳ם קאנטעקסט קעגן א מענטש).

2). עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז בנוגע דאס וואס שבת אחים האט געזאגט לגבי די רחמנות וואס מיר האבן מער צו מענטשן (בפרט צו אונזערע קינדער) ווי איידער אנדערע בע״ח וויבאלד מיר האבן גענעס אין אייניג מיט זיי, מיט די הנחה פארענטפערט מען אלטרואיזם וואס מיר זעהן ביי בע״ח; דהיינו, קין סעלעקשאן.

דאס זעהט מען בפרט ביי אינזעקטן וואס זענען העפלאדייפלויד. למשל, ביי ענטס און ביס (ווי אויך אנדערע אינסעקטן) זענען די מלכה און נקיבות דייפלויד (עס האט סעטס פון צוויי צוויי קראמאסאמס, אזוי ווי ביי אונז), משא״כ די זכרים זענען העפלויד; האבן נאר איין. קומט דאך אויס אז איין [נקיבה] נמלה באקומט פון איר טאטע אלע זיינע קראמאסאמס און פון איר מאמע האלב. גייט זי האבן אין אייניג מיט אירע שוועסטערס 75% פון אירע גענעס (מ׳רעדט אז זיי האבן אלע די זעלבע טאטע). משא״כ אויב זי האט קינדער [נקיבות] האט זי נאר אייניג מיט זיי 50% גענעס. דעריבער וועט זי זיך מער מוסר נפש זיין פאר די פיטנעס פון די קאלאני [וואס זענען בעיקר די נקיבות/שוועסטערס], ווי איידער זיך מטפל מיט זיך אליין (האבן אייגענע קינדער וכו׳), ווייל זי איז גענעטיקעלי מער נאנט צו זיי ווי אירע אייגענע קינדער.

3). די קליפ ברענגט גוט ארויס די סיבות וואס זענען ערווענט געווארן פאר׳ן נישט עסן פלייש: https://youtu.be/NxvQPzrg2Wg.

4). הקטן, בנוגע נירוואנא, רירט אן די באקאנטע פאראדאקס פון תאוה, וואס איז איינע פון די מקומות מחשבה אין בודהיזם. נעמליך, אויב ״וויל״ איך גארנישט ״וועלן״, ״וויל״ איך דאך למעשה עפעס.

5). הגם מ׳קען צוקלעבן קאמיקאזי צו (זען) בודהיזם, איז עס נאר אימדירעקט; ס׳איז לכאורה מער מכח די שינטא רעליגיע פון יאפאן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:15 pm

6). בכלל אויף דעם געדאנק פון נירוואנא קען מען אפשר זעהן א פאראלעל דערין מיט אפיקורוס'ס געדאנק פון קאטעסטעמאטישע תענוג (אין אן אמת'ן און אייביגן פארמאט און דאס אויפגעבן פון קינעטישע תענוג).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:21 am

איינער וואס קען נישט אפטייטשן די זאץ "nirvana is peace" - פון די פיר יסודות (אדער אמונות) פון בודהיזם - האט בכלל נישט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

הודעהדורך מי אני » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 3:49 pm

מי אני האט געשריבן:2). עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז בנוגע דאס וואס שבת אחים האט געזאגט לגבי די רחמנות וואס מיר האבן מער צו מענטשן (בפרט צו אונזערע קינדער) ווי איידער אנדערע בע״ח וויבאלד מיר האבן גענעס אין אייניג מיט זיי, מיט די הנחה פארענטפערט מען אלטרואיזם וואס מיר זעהן ביי בע״ח; דהיינו, קין סעלעקשאן.

דאס זעהט מען בפרט ביי אינזעקטן וואס זענען העפלאדייפלויד. למשל, ביי ענטס און ביס (ווי אויך אנדערע אינסעקטן) זענען די מלכה און נקיבות דייפלויד (עס האט סעטס פון צוויי צוויי קראמאסאמס, אזוי ווי ביי אונז), משא״כ די זכרים זענען העפלויד; האבן נאר איין. קומט דאך אויס אז איין [נקיבה] נמלה באקומט פון איר טאטע אלע זיינע קראמאסאמס און פון איר מאמע האלב. גייט זי האבן אין אייניג מיט אירע שוועסטערס 75% פון אירע גענעס (מ׳רעדט אז זיי האבן אלע די זעלבע טאטע). משא״כ אויב זי האט קינדער [נקיבות] האט זי נאר אייניג מיט זיי 50% גענעס. דעריבער וועט זי זיך מער מוסר נפש זיין פאר די פיטנעס פון די קאלאני [וואס זענען בעיקר די נקיבות/שוועסטערס], ווי איידער זיך מטפל מיט זיך אליין (האבן אייגענע קינדער וכו׳), ווייל זי איז גענעטיקעלי מער נאנט צו זיי ווי אירע אייגענע קינדער.

אין דעם ענין (הגם נישט מכח דזשענעטיקס כמובן...) איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס לשון פון הג״ר יוסף ענגיל אין בית האוצר (ח״א כלל נ׳) וז״ל, הנה מתבאר מדבריו ז״ל [המהר״ל בבאר הגולה, באר ו׳] דקורבת אחוה היא הקורבה היותר גדולה מכל שאר הקורבות ואפילו מקורבת אב עם בנו ובתו עכ״ל.

(ווי אויך קען זיין מערקווידיג צוצוצייכענען דאס לשון פונ׳ם חיד״א אין ברית עולם אויף דעם וואס די פסוק זאגט (בראשית לא מו) ויאמר יעקב לאחיו לקטו אבנים ופירש״י הם בניו, וז״ל למדנו שיעקב אבינו ע״ה היה מחשיב את בניו כאחיו וכן ראוי לאב שיחשיב בניו גדולים כמו אחיו ובזה יהיו שקטים ושאננים ע״כ.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מערץ 25, 2020 10:24 pm

אין דעם האב איך געטראכט אז רש״י זאגט (איכה ד א) אז די פערטע פרק פון מגילת איכה (וואס איז אריגינעל געווען די דריטע) איז א קינה אויף הריגת יאשיהו ע״ש. יעצט, יהויקים בנו האט דאס פארברענט אל האש אשר אל ״האח״ (ירמיה לו כג). קען מען מיט דעם אפשר מרמז זיין ווייל נאך אים [נאך זיין זוהן יהויכין] האבן זיינע ברודערס איבערגענומען די מלוכה. וממילא בא הרמז ווען ער האט פארברענט די מגילה וואס איז א קינה (אויך) אויף זיין פאטער, האט ער דאס פארברענט אל ״האח״, ווייל קשר האחוה קען זיין שטערקער ווי קשר הבן להאב וכו׳.

נאך מער קען מען אפשר זאגן אין דעם אז דאס אז אחוה קען צומאל זיין שטערקער זעהט מען דאך ביי געוויסע שרצים וואס ביי אחוה האבן זיי אין אייניג 75% משא״כ ביי הולדה נאר 50% וכנ״ל. דאס הייסט אז (קשר) הולדה האט נאר צווי דריטל אזויפיל ווי (קשר) אחוה.

יעצט, וויבאלד יהויקים האט דאס פארברענט האט ירמיה הנביא נאכדעם דאס איבערגעשריבן און צוגעלייגט פרק ג, וואו אלע אלפא ביתין ווערן איבערגע׳חזר׳ט דריי מאל (איכ״ר פתיחתא כח, הובא ברש״י שם בירמיה לו לב ע״ש). די גמרא זאגט (שבת כ.) אז די ״אח״ אויף וואס ער האט דאס פארברענט מיינט ערבה ע״ש (ברש״י). און ווי באקאנט נעמט מען למצות ערבה בלולב 2 ערבות (או״ח סימן תרנא סעיף א). ווען מען שטעלט די מספר ערבות למצוה [2] אויף וויפיל ס׳איז צוגעקומען צו מגילת איכה מחמת שריפתו של יהויקים על הערבה [3] (וואס האט געוואוזען א פחיתה אין קשר הבן להאב וכנ״ל) איז דאס 2/3, וואס דאס טרעפט מען ביי שרצים אז די קשר ההולדה איז נאר אזוי שטארק (וממילא שוואכער) קעגן דאס קשר האחוה. (או יאמר אז די שיעור לולב איז גרעסער ווי די שיעור ערבה א שליש מלבר, דהיינו שיעור ערבה היא ג טפחים ושיעור לולב היא ד טפחים (שם סימן תרנ סעיף א). און דאס וואס קשר האחוה ביי שרצים איז שטערקער ווי קשר ההולדה בדזשענעטיקס איז אויך א שליש מלבר כנ״ל.)

*

מיט דעם קען מען אויך אפשר אביסל זאגן אז אין פרק שירה (פ״ו) שטייט אז שרצים אומרים (תהלים קמט ב) ישמח ישראל בעושיו בני ציון יגילו במלכם. אלים שבשרצים אומרים (שם קכח ג) אשתך כגפן פוריה בירכתי ביתך בניך כשתילי זיתים סביב לשלחניך ע״כ. והיינו הרמז אז ״אלים שבשרצים״ מיינט די ראָדענטס, ליזערדס וכדומה; נישט קיינע אינזעקטן. און דאס איז די רמז אז נאר איינמאל מ׳גייט ארויס פונ׳ם כלל פון געהעריגע שרצים [אינזעקטן], וואס ביי זיי טרעפט מען מער דעם ענין פון גדולת קשר האחוה על הולדה בדזשענעטיקס וכנ״ל, דעמאלטס קען מען זאגן די פסוק פון אשתך כגפן וגו׳ בניך כשתילי זיתים; דעמאלטס קען מען אנהייבן זאגן מער אויף קשר ההולדה (לעומת האחוה).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט