סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:20 am

שבת אחים האט געשריבן:העי, קינדער האסטו אויך? ווייל אויב יא פארגעס נישט ווען די נעמסט ארויס דיין פיצל קינד אויפן גאס בינדט זיי נישט צו אין קיין קערידזש, קאר סיטס, ווייל סאיז ממש רשעות פונקט ווי א ליש פאר א הונט, לאז זיי ארומלויפן אדער ארויספאלן פון קערידזש, און בכלל זאג נישט דיינע קינדער ווען אויפצושטיין און ווען צוגיין שלאפן, וואס פייניגסטו זיי? זיי מוזן גייען אין סקול? זיי טארן נישט ארומלויפן?

אויב איז דאס דיין צישטעל האסטו געמאכט זיין פוינט
זיכער האבן קינדער צער ווען מען בינדט זיי צי צים קערידזש
ס'געפעלט זיי אניגאנצען נישט ווען מען הייסט זיי אויפצושטיין און ווען צוגיין שלאפן
זיי פילן זיך, און זענען, געפיינגט.



חברה, אזוי קיקט אויס ווען ווירדען האבן נישט קיין בעסיס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 12:28 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1861
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 12:10 pm

וואס האט נישט קיין בעסיס?

א יעדע חי' כמעט וואלט געהאפט אז א מענטש זאל קעהר נעמען פון זיי. אבי גערעדט!

און אט דאס איז די סיבה פארוואס א הונט גייט אין פייער פאר זיין באלעבאס, יעדער חדר יונגל ווייסט דאס.

שעפלע טייערע, דו קריכסט אויף גראדע ווענט -- אזוי ווי אייביג.

בד"וו דיינע ווירדן האט א מורא'דיגע בעסיס!?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 2:13 pm

הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

הקטן האט געשריבן:און יא יא זיי וועלן ווערן איינס מיט א יעדער בוים אבער האבן קיין שים פראבלעם נישט מיט עסען צמחים.


וואס איז די סתירה? ווי ווייט מיר ווייסן האבן פלאנצונגען נישט קיין שום באוואוסטזיין.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 2:19 pm

שבת אחים האט געשריבן:און אט דאס איז די סיבה פארוואס א הונט גייט אין פייער פאר זיין בעלבאוס


דאכצעך מיר אז הינט וואס ווערן mistreated וועלן אויך גיין אין פייער פאר זייער באלעבאס, כדוגמת שטאקהאלם סינדראם.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 3:01 pm

הקטן האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:ביסט גערעכט, נישט קיין חילוק צו מ'רופט עס סדר צו כאאס, 'ס'איז וואס ס'איז' צו 'ס'איז וואס ס'איז נישט'. די קשיא איז פארוואס איז עס? אדער פארוואס איז עס נישט? אז ס'איז נישטא געזעצן, זאגסטו אין אנדערע ווערטער אז עפעקטס האבן נישט קיין קאוז. דער שכל לאזט נישט אננעמען אזאנס.

דו זאגסט דאך דאס למחצה לשליש ולרביע
למפרע איז דאס א "קאוז" פאר די "גיווען עפעקט" אבער די קאוז איז בכלל נישט מחייב די עפעקט
איז דאס געזעץ? אדער הפקר וועלט?

איך האב געזאגט "ס'קוקט נאכדעם אויס ווי למפרע איז דאס געווען די איינציגסטע אויסקום." דער קשיא וואס דו האסט געפרעגט שוין פריער איז נאך במקומה עומדת, איך האב נאכנישט געדיעלט דערמיט און איך ווייס נישט צו כ'וועל שטארבן נאכן האבן געדיעלט דערמיט. אין פארשידענע מאמענטן דאכטצעך מיר פאר א רגע אז איך פארשטיי עפעס מער, און אמאל בין איך לאקי עס צו געדענקען עס צו קאמיוניקירן ווייטער אבער כרגע בין איך שטום במה שנוגע צו די קשיא פון "וואס איז די קאוז צו די ערשטע קאוז, אויב מוז די צווייטע קאוז האבן געהאט אן ערשטע קאוז?" אדרבה, אויב דו האסט עפעס א וועג ווי אזוי צו דיעלן דערמיט, ביילייכט מיר ביטע.
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3017
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2640 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 5:11 pm

איך?
איים נאט עי נא קיד אן דיס בלאק
איך האב דעם "מסבב כל הסיבות"!

אין גענערל, זעה איך, אין בחירה חפשית, זייער א שטארקער אינדיקעשען אויף א בורא
דא איז אמאל געווען א שמוס וועגן קוואנטעם מעקעניקס - און איינע פין די כופרים דא איז אויפגעשפרינגן, זעסט! א בריאה "יש מאין" אינדרויסן פין גאט[???]
איך האב געזען א באווייז אויף בחירה חפשית
א יעדער זעט וואס ער איז בוחר צי זען

טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב געזאגט "ס'קוקט נאכדעם אויס ווי למפרע איז דאס געווען די איינציגסטע אויסקום.

און קבלה וואלט מען געזאגט אז פאר די מקבלים קיקט דאס אזוי אויס
נו, אפשר קוקט נאר אויס אז א יעדער עפעקט האט זיין קאוז?
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1861
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 5:16 pm

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1861
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 7:57 pm

הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?


אפשר האבן קאקארטשעס ווייניגער געפילן ווי גרויסע מעמלס? מעגליך? שכל האבן זיי זיכער ווייניגער.
דער ברודער (הסב״ק מוויזניץ) האט [טיילווייז] מצליח געוועהן צובאהאלטן זיין גאונות און זיין גדלות פון די וועלט אבער פון מיר [היות כ׳בין אויפגעוואקסן מיט אים און געוועהן אזוי נאנט צו אים] האט ער נישט מצליח געוועהן צובאהאלטן זיין גרויסקייט און גאונות....

הגה״ק ר׳ חיים האגער מ׳אנטיניא זצ״ל בעל טל חיים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 8:42 pm

הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?

זייער גוט געזאגט "זיי קענען" און פון דארט ביז זיך נישט קימערן איז זייער א ווייטע מהלך.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 05, 2018 10:49 am

הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?

די גאר פרומע jains געבן טאקע אבאכט נישט צו טרעטן אויף קיין מוראטשקעס.
ועיין בוויקיפדיה וז"ל: The Jain mendicants abide by a rigorous set of rules of conduct, where they must eat, sleep and even walk with full diligence and with an awareness that even walking kills several hundreds of minute beings. Jain ascetics sweep the ground before them to avoid injuring the most minuscule forms of life. They generally brush the ground clear of insects before they tread. Digambara monks do not wear any clothes and eat food only when it is not prepared for themselves. Ascetics of the Śvētāmbara tradition wear a small mask to avoid taking in tiny insects.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:14 am

עיין ברמב"ם הלכות תפלה פרק ט' הלכה ז': מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים או שלא לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:00 am

יעצט אין די נייעס
Meditation-DOESNT-make-better-person
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1861
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 06, 2018 1:34 pm

הקטן האט געשריבן:יעצט אין די נייעס
Meditation-DOESNT-make-better-person

ליין די ערשטע קאמענט דארט. איך פערזענליך האלט אז גארנישט קען נישט מאכן איינעם א בעסערע מענטש, נישט קיין מעדיטאציע און נישט קיין תורה און נישט גארנישט עפעס אנדערש, נאר די מענטש אליין.
ס'קען נאר צוהעלפן אויב די מענטש אליין איז גרייט אויפצוגעבן אויף זיין עגא, אז נישט קען עס נאך ערגער מאכן, בבחינת זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג פעברואר 06, 2018 6:39 pm

ער ברענגט אראפ די נייעס דורך א רעכטע טאבלויד וואס לאזט אויס די פאקטן אז ׳מעדיאטציע׳ איז יא בעניפישיואל פאר די מענטשען׳ס מוח און פאר זייער ראוהיגקייט.

הקטן און אלע רעכטע טוהן ״טשערי פיקן״ יעדע זאך וואס איז לטובתם. פלוצינג גלייבן זיי אין סייענטיפשע-פארשונגען און שטודיעס, נאר וואס איז אויף זייער זייט.

די פאקט איז אז מעדיטאציע מאכט יא ראויהיגער די מוח און די מענטשהייט. אפילו לויט יענע פארשונגען וואס הקטן ברענגט אראפ. וואס זיי זאגן יא? אז די ביהעיווער צו אנדערע מענטשען האבן זיי נישט געזעהן קיין חילוק. גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!
דער ברודער (הסב״ק מוויזניץ) האט [טיילווייז] מצליח געוועהן צובאהאלטן זיין גאונות און זיין גדלות פון די וועלט אבער פון מיר [היות כ׳בין אויפגעוואקסן מיט אים און געוועהן אזוי נאנט צו אים] האט ער נישט מצליח געוועהן צובאהאלטן זיין גרויסקייט און גאונות....

הגה״ק ר׳ חיים האגער מ׳אנטיניא זצ״ל בעל טל חיים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:18 pm

שבת אחים האט געשריבן: גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!

דאס אז זיי הרג'נען נישט קיין מענטשן איז נישט קיין ראיה אז זיי זענען בעסערע מענטשן, ס'קומט פון דעם וואס זיי גלייבן נישט אין גארנישט.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:43 pm

שבת אחים האט געשריבן:ער ברענגט אראפ די נייעס דורך א רעכטע טאבלויד וואס לאזט אויס די פאקטן אז ׳מעדיאטציע׳ איז יא בעניפישיואל פאר די מענטשען׳ס מוח און פאר זייער ראוהיגקייט.

איך מיין אז דו מישט אויס צוויי זאכן. ס'איז טיפשות'דיג ביז גאר צו זאגן אז מעדיטאציע מאכט נישט רואיג, ווייל דו זאגסט אין אנדערע ווערטער אז זיך מאכן רואיג מאכט נישט רואיג, און פון דעם רעדן זיי נישט. זייער טענה איז אז ס'מאכט נישט דיך נישט א בעסערע מענטש וכלשונם "compassionate" און דאס איז ביי מיר א פשוטע זאך אז א מענטש וואס האלט נישט ביים אויפגעבן אויף זיין עגא, וועט נאך די מעדיטאציע בלייבן די זעלבע שלעכטע סעלפיש טיפש, לקיים מה שנאמר שוטה רשע וגס רוח.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:36 am

כהאב נישט געהאט קיין צייט פריער געהעריג צו מסביר זיין וואס כ'מיין.

אזא מין נארישקייט דאס!

מעדיטאציע איז א עקסערסייז פאר די מוח, וואס בארוהיגט דעם מענטשנ'ס געוויסן, און דאס איז אמאל זיכער אז ס'העלפט פאר דעם וואוילזיין און מנוחה פונעם מענטש, און צו קענען העלפן דורכשטופן דעם טאג, און נאך אסאך אנדערע בענעפיטס.

מעדיטאציע אליינס אן די 'תורות הבודהא' קען נישט מאכן די מענטש בעסער אין מידות און פערזענליכקייט, עס איז פונקט ווי א מקוה אן קיין דאווענען אדער תפילין לייגן.

כדי צו זיין א בעסערע מענטש דארף מען קודם לערנען די פריניציפלס פון 'בודהיזם', ווי למשל די Four noble truths, און טוישן די פרעספעקטיוו אין לעבן, און איינזעהן דעם אמת אז לעבן איז א צייטווייליגע דורכגאנג און אז אונז זעמיר נישטא פאר אייביג, און אז יעדער גייט ווערן אלט קראנק און שוואך, און דערנאך שטארבן. איינמאל מ'נעמט אן די זאכן דארף מען ארבעטן אויף די מענטשענס Desires, תאוות, און איגאו, וואס רופט זיך די eight fold path און הערשט נאך א לאנגע צייט קומט מען אן צו נירוואנא - ווען מ'איז שטענדיג צופרידן און גליקליך.

די שטודיעס וואס מ'ברענגט אראפ דא האבן געוואלט וויסן צי מעדיטאציע אליינס קען העלפן ברענגען שלום אויף די וועלט. און זייער ענטפער איז אז ניין. יישר כח! מעדיטאציע העלפט אויך נישט פאר קיין עצירות און פאר קיין ציין ווייטאג... מעדיטאציע איז א סימפל עקסערסייז פאר די מוח און מאכט דעם מענטש פרייליכער און רואיגער. לערנען 'תורת הבודהא' איז נישט קיין כפירה בכלל, נאר איז פשוטע טעראפי. און נישטא וואס צו רעדן, א מענטש וואס לערנט א גאנץ לעבן בודהיזים איז א בעסערע מענטש. פונקט ווי להבדיל א מענטש זאל לערנען בעיון גדול מסכת אבות און מאכן דעס פאר די עיקר, און לערנען א גאנצע טאג "מוסר".

בודהיזם קען מען נישט אזוי שנעל דיסמיסן. איך קען נאר רעדן פון מיין אייגענע עקספיריענס. איך גלייך טעאלאגיע און שטודירן אנדערע רעליגיעס און קולטורן אלץ אינטערסאנטקייט און נייגעריגקייט. יעדע רעליגיע (חוץ אידישקייט) ווי כ'האב נאר אריינגעקוקט און גענישטערט האב איך גלייך געזעהן די פאלשקייט און חסרונות דערביי. משא"כ בודהיזם, וואס מעהר כ'האב אריינגעקוקט דערינען האב איך מיך ערצייגט דעם אמת דערפון, איך בין געוועהן אין אזיע ביי אסאך בודהיסטישע לערערס/מונקס, זיי רעדן דעם אמת און זיי זענען די בעסטע מענטשן וואס מ'קען נאר טרעפן. קיין פליג וועלן זיי נישט וויי טוהן. זיי זענען אייביג פרייליך און צופרידן.

נאך איינמאל:

מעדיטאציע: העלפט דעם מענטש'נס געוויסן זיך צו בארוהיגן, און איז גוט פאר די מענטש.

תורת הבודהא: העלפט דעם מענטש לעבן א פרייליכע גליקליכע לעבן, און העלפט פאר שלום און פרידן אויף די וועלט, אלזא איז בודהיזם גוט פאר די מענשטהייט און פאר די וועלט.

בד"וו, ווי קומט עס אריין אין די אשכול? הקטן?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:53 am

טאקע א נארישקייט, אבער זיי ברענגען דארט פון איינער וואס 'טענה'ט אזוי, וז"ל:
The popularisation of meditation techniques in a secular format is offering the hope of a better self and a better world to many

The popularisation of meditation techniques, like mindfulness, despite being taught without religious beliefs, still seem to offer the hope of a better self and a better world to many

און אויף דעם ארויף קומט די סטאדי.

וואס מ'קען יא ארויסנעמען פון די סטאדי איז אז סתם גיין איין מאל צו א vipassana retreat איז א שאד די צייט, וואס דען, ילך אצל חכם וילמוד מה זה דהרמה ואז אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.

בד"וו איך מיין אז מ'דארף טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "אלעס ארום הינדואיזם/בודהיזם''
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:29 am

די סעקיולער וועלט האלט צום ביישפיל, אז מעדיטאציע איז גוט פאר קינדער אין סקול. איך האלט גראדע אויך אזוי. כ'זעה עס ביי מיר אליינס. איך טוה מעדיטירן לכה"פ איינמאל א טאג. אדער ווען איך פיהל אז איך דארף א ברעיק פון אלע שטותים, פאליטיקס, און פרעשור. צומאל מיט מוזיק, אדער סתם קלאצן אין די פארק ארומגענומען מיט נאטור. איך גלייך עס זייער, ס'העלפט מיר אסאך. און איך קען צענדליגער מענטשן וואס זאגן די זעלבע.

מעדיטאציע האט בודהא געזאגט קען העלפן אפילו אין די ערגסטע מצבים, אפילו אויפ'ן שוועל פון טויט, אפילו פאר מענטשן וואס זענען איינגעשפארט אין א טורמע צעל און זענען פאר'משפט צום טויט. איך האב עס טאקע געטוהן ווען איך בין געוועהן אין תפיסה די 36 שעה. נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א מענטש איז, קען ער זיין פרייליך און צופרידן אויב דארף ער גארנישט... און דעס איז דער אמת, אונז זענען נאר צוטראגן ווייל מיר דארפן דעס און יענץ און מיר לעבן א מאטריאליסטישע לייף-סטייל וואו געלט, פאוער, כבוד און תאוות איז די אפגאט. אבער ווען מ'איז זוכה צו פארשטיין אז די אלע זאכן זענען נאריש און קינדעריש קען מען זיצן אין תפיסה פארקלאצט אין טיפע מעדיטאציע און גאר ווייניג קימערן וואס טוט זיך ארום זיך.

איך זאג נישט אז איך בין עפעס אויסגעארבעט אדער לעב אין א העכערע מדריגה, איך האלט נאך ווייט פון דארט. איך האב נאך אסאך Desires אויפצוגעבן. און איך ארבעט שווער אויף די 'פאלשע איגאו-צענטער', און צוביסלעך צוביסלעך קומט מען אן ווייטער און ווייטער בעז"ה. זייט איך לערן בודהיסטישע תורות האט עס מיר אסאך געהאלפן אין אסאך עספעקטס אין מיין לעבן, גאר אסאך.

דער עיקר, וויאזוי בודהא איז מסביר אז מ'זאל לעבן אין די 'יעצטיגע מאמענט', און נישט צופיל טראכטן אויף צוריק אדער זיך צו שטארק זארגן אויף מארגן. (פלאנירן יא, זארגן נישט). למשל יעצט אויף די מינוט זיץ איך ביי מיר אין א ווארימע הויז און איך טייפ אויף מיין קאמפיוטער רואיגערהייט, קיינער שטייט נישט העכער מיין קאפ מיט א בייטש, קיינער דערקוטשעט מיך נישט די יארן אויף די מינוט, אלזא בין איך פרייליך און צופרידן. איי אסאך זאכן באדערן מיין געוויסן, דער האט מיך בא'עוולה'ט, און דער האט מיך בא'גנב'ט, און נאך אפאר זאכן וואס וואלט געקענט דרוקן מיינע קנעפלעך די אנדערע זייט? אבער למעשה גייט מיך יעצט די אלע פראבלעמען גאר ווייניג אן. איך וואלט ווען געוואלט מעדיטירן א גאנצן טאג און פארגעסן פון אלע מיינע דאגות צרות און פראבלעמען. נישט אזוי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:48 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:40 am

איין עקסעמפעל ווי מ'קען אפשר זען אז מעדיטעישאן מאכט נישט דער מענטש גוט, נאר ער דארף בעצם צילען אויף גוט, איז די די באוויסטע סעקס גורו אשאו.

מעדיטעישאן איז איינע פון די זאכען וואס אין פרקטיס איז יא גליייך ביי הינדואיזם און בודהיזם, אבער ביי בודהיסם איז די דזשענעראל רעליגיעזע פאקאס דער מענטש און נישט דער גאט אדער העכערס, נאר צו לעבן אין שלום. דער אשאו איז נישט געראטעוועט געווארן פון זיינע תאוות הממון וזונות נישט קיין חילוק וויפיל ער האט געפרעקטיסט און געפרעדיגט ספיריטיואליטי.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2223 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך פעברואר 07, 2018 4:19 am

וואלווי. אין די לעצטיגע נייעס טוט מען באשולדיגן דעם אידישען ביליאנער, קאסינא מאגול Steve wynn פון נעוועדע פארן חול-המועד האלטן אינמיטן סוכות מיט נשים צדקניות... ער פאררופט זיך פאר א בודהיסט, טראץ זיין אידישע אפשטאם, און האלט די 'דאליא לאמא' אלץ זיין רבי און וועגווייזער. מיט דעם אלעמען קוק אויף זיינע מעשים טובים. :cry:

Tiger woods, ביל קלינטאן, געבן זיך אויך אן אלץ הייסע בודהיסטן און מיט דעם אלעמען קענען זיי נישט האלטן די זאך אין די הויזן פאר גאנצע צוויי מינוט...

שטייצעך די אלע 'מעשים טובים' פון אינדיווידועלס פרעגט נישט אפ די פילאסאפיע פון בודהיזים, פונקט ווי מר. פינקל וואס האט געגעבן צו עסן טריפות פאר גאנץ מאנסי פאר יאהרן לאנג, אדער דער פרומער לוי אהרן וואס האט ליידער אומגעברענגט לייבי קלעצקי ע"ה, פרעגן נישט אפ אידישקייט. וכו' וכו'.

בקיצור, זיין א בודהיסט מיינט צו שטרעבן אנצוקמען צו נירוואנא! אבער פון שטרעבן ביזן אנקומען איז גאר א ווייטע מהלך, און ביי רוב מענטשען געשעהט עס נישט איבערנאכט. אבער אז איינער צילט אנצוקומען צו גוטס איז עס שוין א גוטע התחלה. און וואס מעהר דער יעניגער וועט דאס לערנען און זיך קאכן אין דעם, וועט ער ווערן מעהר אויסגעאיידלט און א בעסערע מענטש.

בכלל וואונדער איך מיך אויף סטיוו ווין.
ווי קומט צו א בודהיסט צוזיין א ביליאנער??? מילא א מיליאנער, אבער א ביליאנער מיט א בית? וואס דארף ער אזויפיל געלט און פאוער? דאס איז דאך פארקערט פון בודהיזים? א פרייע-איד רעפובליקאנער-ביליאנער-בודהיסט?! גיי פארשטיי... ס'איז בערך אזא בחינה ווי א סאטמארע-ציוני ווי ר' בערל בלע"ז בעלעגלה... :lol:
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 07, 2018 8:18 am

אדער אזא בחינה ווי א ליטוואק אן עניו... זיי זענען נאך די גרעסטע בעלי גאוה.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 07, 2018 6:01 pm

ברוך שפינוזה האט געשריבן:אדער אזא בחינה ווי א ליטוואק אן עניו... זיי זענען נאך די גרעסטע בעלי גאוה.


וואס פרשטייסטו. ס'איז כבוד התעיירע. ומלח שמחל על כבודו אין מחילת"ו ראוי לישיבה...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2223 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך פעברואר 07, 2018 6:13 pm

שפינוזה, פון וואנעט נעמסטו אז ליטפאקעס זענען אזעלכע בכבוד'יגע מענטשן? כ'קען נישט אזויפיל ליטווישע אידן איך זאל האבן א solid מיינונג דערינען, אבער כ'מיין אז ס'איז שטותים. ס'איז יש ויש. גארנישט אנדערש ווי חסידים אדער אלע אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן. איבעראל קען מען געפונען גוטס און שלעכטס. דער חפץ חיים, דער חזון איש, דער סטייפלער גאון, ר' משה פיינשטיין, ר' יעקב קמינצקי, הרב שטיינמאן, הרב שך וכו' זענען געוועהן בעלי גאווה? איך מיין מעהר אז ענדערש קען מען זאגן אז די חסיד'ישע רביים זענען געוועהן בעלי גאווה. שטייצעך אייביג איז דא אויסנאמען ווי דער אהבת ישראל און זיינע זוהן. אבער קוק אויף די היינטיגע חסידישע רבי'ס כמעט אלע פוסטע בעל גאווה'ניקעס.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3163 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 07, 2018 7:02 pm

שפינוזה רעפערט טאקע צו די היינטיגע. למעשה ליגט די קאפ פון אונזערע טווערסקי'ס, טייטלבוים'ס, האלבערשטאם'ס, און האגער'ס (חוץ פון הרה"צ ר"י שליט"א, פארשטייטזעך... ) אין ב"ש און קרעפ'לעך און זייגען פונ'ם פאלק במלוא לוגמיהם הקדושים, אבער לעומת זה, איז די ישיבה'ישע וועלט נישט אינטערשטעליג בכלל, נאר אביסעל אנדערש. דארט דמיונ'ט מען אין זיך כאילו די טארסא איז צוזאם געדרייטע פארמעט, די הענט און פיס זענען עצי חיים'ס, און די בגדים זענען געמאכט פון וועלוועט מיט פרינדזשעס, טאמער די מיינסט אז נאר דא אין יו עס אוו עי איז אזוי, כאפ דיך אריבער קיין ישראל וועסטו ערשט זעהן וואס מיינט ב"ש מיט דמיונות, דארט זענען פארהאן כפליים כיוצאי מצייים, ווי דער רבי די בר"מ ז"ל פלעגט זאגן, פון די דאזיגע סחורה, סיי ביי די ליטאים, און סיי ביי די חיסדאים, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דפורים. אמאל איז טאקע בעסער געווען די מצב אויף ביידע זייטן פון די מחיצה, אבער דאך וואלט איך נישט געזאגט אז מ'האט וואס "פיינט" צו האבן דעם אדער יענעם וועגען זייער שארט קאמינגס. וחוץ מזה איז דא וואוילע און גוטע באשעפענישן גענוג און נאך איבעראל, נאכדערצו וואס רבינו שלמה זי"ע האט אריינגעברענגט און איבער געלאזט אזוי פיל אהבה לכל אחד ואחד די בכל אתר ואתר, קען מען דען שפירן אנדערש?
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2223 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט