דאס באשאף פון א יאנטעף

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך גדליה »

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען אין מיינע בחור'שע אמנון יצחק פאזע האב איך אמאל צוגעהערט א טעיפ פון דעם גדול מחזירי התשובה בדורינו. "מתי היה פסח?" פרעגט הרב חג'בי מיט'ן מאדנעם היטל און פארשלייערטע קליידער פון דעם טראציגן אויבער חכם. "לפני חודשיים." ענטפערט יענער מיט זיכערקייט, נישט חלומ'נדיג אין וואסארא פאסטקע ער לאזט זיך אריין.
"מתי היה פסח לפני זה?"
"לפני שנה."
"ולפני זה?"
"שנתיים." אנטווארטירט ער אומפארגאפט, נאכאלס נישט כאפנדיג ווי ער גייט אלס טיפער אין נעץ.
"גם לפני עשרה שנים היה פסח?"
"כן בוודאי."
"גם לפני מאה שנה?"
"כן."
"גם לפני אלף שנה?"
"כן."
דא הייבט דער יונג מיט די צעלאזטע האר אן כאפן בערך אז עפעס טויג נישט, אבער ער באשליסט צו גיין ווייטער.
"גם לפני אלפיים." לייגט ער צו אומבאוויסטזיניג ווי די מיקראפאן אין זיינע האנט איז אין געפאר פון פארשוואונדן ווערן אויף אייביג.
"אז מתי התחיל פסח!" פירט הרב יצחק אויס מיט א טרומפייטערנדע שטימע, נישט ווי א שאלה נאר ענדערש ווי א זיכערע תשובה. ווי קען מען דען אנהייבן אזא גאנצע פסח מיט אלע מצוות? ערגעץ מוז זיך דאך עס אנהייבן! איז ווי האט מען פלוצלינג געקענט דערציילן א מעשה בוידעם פון יציאת מצרים? הא?
שאך מאט, אטעאיסט. געגאנגען צום נעקסטן קאנדידאט וואס טענה'ט אז די וועלט האט זיך אליין באשאפן.

פאר אלע וואס האבן געלערנט נ"ך און ווייסן אז מען קען בודה זיין מלבו נישט נאר א יום טוב, נאר אויך א גאנצע חודש, צו זיי דארף מען בכלל נישט רעדן. אמער, זיי ווייסן דאך פון מערערע פלעצער ווי דער תנך אליין איז אונז מגלה אז פאר הונדערטער יארן האט מען בכלל נישט געהאלטן פסח און סוכות האט מען גענוצט די לולבים פאר די סוכות ברעטער.
אבער פאר די וואס ווייסן דאס נישט, האב איך ענדליך א תשובה פאר אייך. פון ל"ג בעומר האט איר שוין געהערט? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן? הא? פאר צען יאר צוריק איז געווען פייערס איבעראל? פאר דרייסיג יאר צוריק איז איינער געפארן קיין מירון? פאר פופציג יאר צוריק איז געווען מער ווי א מנין ביי רבי שימענען? די אלע פרויען וואס ער האט מעבר געווען זענען פלוצלינג ערשינען צוואנציג יאר צוריק. פאר צוויי הונדערט יאר צוריק האט נאך דער תנא אלקי נישט געהאט עקסעס צום נשמות שבגוף?
אויב איר מיינט אז מיר האלטן שוין ביים קלימאקס, האט איר א טעות. ביז צוואנציג יאר ארום גייען אלע גייען בגדי שבת. אלע זיבן סאטמארס גייט האבן א פייער ל"ג בעומר, אויסער אפשר א הייפעלע בני יואלער וואס זייערע ברכיים זענען עצי שיטים עומדים און פאלן נישט כורעים צום בעל. יעדער איד וועט מוזן האבן געווען כאטש איינמאל אין לעבן אין מעקארון. איינער וואס וועט פרעגן פארוואס מען גייט ווייסע זאקן ל"ג בעומר וועט מען פארשרייען אלס אפיקורס.

אין פופציג יאר גייען זיך יאווען ספרים מיט מנהגים און הלכות איבער ל"ג בעומר. אין סקווער האט מען געצינדן מיט קאטאטן סיד אויל, אבער די סחורה איז געווען לויטערע ווארעך. משא"כ אין סאטמאר האט מען געצינדן מיט שטאף אבער די אויל איז געווען קלארע שמן זית זך.
דאס איז נאך א קלייניקייט קעגן די עכט הארבע שאלות. ווי הויך דארף זיין די הדלקה? וויפיל טפחים ברייט? שיעור חזון איש אדער רבי חיים נאה? דער צינדער דארף זיין פון זילבער אדער פשוט האלץ איז אויך גוט? אין בעלז האט מען זיך אלס אנגעלאדנט אויפ'ן צוים אדער נאר אין מאנטריאל איז געווען אזוי דער מנהג. רבי גבריאל ציננער שארפט זיך שוין די ציינער פאר נאך צוויי דיקע בענדער.

די וואס קענען די לשון הרע'לעך וועלן וויסן צו דערציילן אז ווען דער רבי ר' אהר'לע פון סאקמער האט אנגעהויבן די מנהג הדלקה זענען געווען מתנגדים דערצו וואס האבן געפלאקערט ווי דעם פייער אליין.
די ידענים וועלן וויסן אז מ'פלעגט אריינצווארפן סמארטפאונס אין פייער לג בעומר נאר מ'האט אויפגעהערט משום מעשה שהיה.
די אויפגעקלערטע וועלן זיך אנטון א דינע גארטל פאר די הדלקה און אפילו נישט טאנצן געהעריג, סתם שפאצירן. אויך זאגן זיי שלשים ושתיים נתיבות אנשטאט למד בית נתיבות.

הרב יצחק, איך האב א שאלה פאר אייך. "מתי התחיל ל"ג בעומר?"
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר