אסאך שפעטן אפ פון סאטמאר אז די מלחמה קעגן ציונות ווערט ווייטער געפירט מיט אייפער און ברען, און אפילו ווען מ'שפירט א צורך אנצופילן א סטעדיום האט מען נישט קיין בעסערע נושא צו רעדן ווי פון ציונות. "איז דען ציונות נאך רעלעווענט היינט?" פרעגט מען. אבער די סאטמארער ענטפערן אז אוודאי איז עס רעלעוואנט. עס זענען ליידער דא אידן וואס ווערן פארכאפט אין מחשבת ציונות, פרייען זיך מיט די מדינה, און פארשטייען נישט די שיטה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. אוודאי איז וויכטיג אפילו אין תשע"ח צו רעדן קעגן די גרויסע קליפה הציונות.
איך וויל אבער גיין א שטאפעל ווייטער און זיך אריינטיפן אין די "מלחמה" קעגן ציונות פון תשע"ח. ווען דער הייליגער סאטמארער רבי האט געפירט א מלחמה קעגן ציונות איז עס געוועהן א צוויי-זייטיגע מלחמה. די ציונים האבן דעמאלט פארארבייט מעשים משפיע צו זיין אויף גאנץ כלל ישראל, און די ציוניסטישע אידעע איז באמת געוועהן א נסיון וואס סאטמאר האט געדארפט אפווארפן. אויך מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט לוחם געוועהן קעגן ציונות, און האט געשטורעמט אז די אידישע אמעריקאנע גאס זאל זיך נישט מיטכאפן מיט דעם עגל ציוני.
ווען סאטמארער רבי האט פאררופן א פראטעסט איז די כוונה נישט געוועהן "מ'דארף טון, נישט אויפטון", נאר דייקא צו טשעפענען די ציונים. און די ציונים זענען טאקע געטשעפעט געווארן. עס האט זיי געשטערט אז טויזנטער פרומע אידן שרייען אויס אין די גאסן פון מאנהעטען אז אין לנו חלק ונחלה במדינת הציונות. ווען סאטמארער רבי זצ"ל האט געהייסן שרייבן ארטיקלען קעגן די ציונים אין דער איד, איז עס געוועהן א ענטפער קעגן ארטיקלעך אינעם מארגן זשורנאל און אין אנדערע ציוניסטישע צייטונגען. ווען סאטמארער רבי האט געשריבן ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה איז דאס געוועהן א חלק פון א דיאלאג, א צוויי-זייטיגע מלחמה, צווישן ארטיקלען און בירורים פון די צד השני.
ווען חרדי'שע רבנים האבן געפירט א מלחמה קעגן השכלה איז עס געוועהן א צוויי-זייטיגע מלחמה. משכילים האבן פרובירט משפיע צו זיין אויף דער יונגט, און די רבנים האבן זיך געשלאגן פאר זייער אייגענע השפעה. שטעלט אייך פאר איינער זאל היינט אנפילן א סטעדיום קעגן השכלה. א חרדי'שער רב קען טענה'ן אז א "חרדי" איז פאר דורות דעפינירט געווארן ווי איינער וואס איז לוחם קעגן השכלה, אויב אזוי דארפן מיר דאך חזר'ן און משנן זיין די וויכטיגע שיטות קעגן השכלה וואס אונזערע רבי'ס האבן געשריבן אין זייערע ספרים. עס פארשטייט יעדער אז דאס איז לעכערליך. השכלה איז נישט קיין סכנה היינט, ווייל עס איז נישט דא קיין צוויי-זייטיגע מלחמה צווישן משכילים און חרדים. דאס אז א חרדי קען נכשל ווערן מיט א מחשבת השכלה מאכט נאך נישט די התנגדות אויף השכלה פאר א מלחמה. איז כאטש אמאל האט די מלחמה קעגן השכלה כאראקטעריזירט דעם חרדישן איד, איז עס היינט מער נישט רעלעוואנט.
ציונות איז היינט דארט וואו השכלה איז. קיין שום ציוני פירט נישט קיין מערכה לטובת די רעיון הציונות צווישן חרדי'שע אידן. די ארטיקלען אין דער איד זענען א קול קורא במדבר, און קיינער ענטפערט נישט אויף זיי. ציוניסטישע צייטונגען באריכטן וועגן סאטמאר ווי א קוריאז, און עס גייט קיינעם נישט אן וואס סאטמאר שרייט קעגן די ציונים. מ'קען נישט פירן א מלחמה קעגן ציונות ווייל עס איז נישט דא קיין מלחמה. יא, א סאטמארער יונגערמאן קען אמאל נכשל ווערן מיט א מחשבת ציונות פונקט ווי ער קען נכשל ווערן מיט א מחשבת השכלה. נו, זיי מעורר אויף דעם. אבער "מלחמה" מאן דכר שמיה?
ווען די ארטאדאקסן און נעאלאגן האבן זיך געשלאגן אויף שליטה אין אונגארישע קהילות, איז געוועהן א מלחמה. אבער איינמאל ס'איז געוועהן א טיילונג איז רעפארם שוין נישט געוועהן קיין נושא אין ארטאדאקסישע קהילות - נאר אויף וויפיל ס'איז אויסגעקומען זיך צו שלאגן צוויי-זייטיג. ווען סאטמארער רבי האט געלעבט זענען די ציונים געוועהן אחינו ובשרינו, מיר זענען אלע געוועהן מלחמה-איבערלעבערס, און יעדער איז געוועהן א קאנדידאט פאר ציונות אדער אנטי-ציונות. סאטמאר רב האט לוחם געוועהן צו כאפן יעדן נפש פאר דעם צד פון אנטי-ציונות.
פופציג יאר שפעטער האבן מיר גארנישט מיט ציונות. דאס חרדי'ש אידנטום איז גענצליך אפגעטיילט פון די ציוניסטישע וועלט. מיר ווערן נישט קיין ציונים נישט ווייל ס'אינטערעסירט אונז צו ציונות איז אמת צו נישט, נאר ווייל מיר זענען חרדים און חרדים זענען נישט קיין ציונים. מיר זענען אנטי-ציוניסטיש פאר דער זעלבער סיבה פארוואס מיר זענען אידן און נישט קיין קריסטן: ווייל מיר זענען געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג צו חרדי'שע עלטערן.
איז דען שייך צו פירן א מלחמה ווען ס'איז נישט דא ווער ס'שלאגט אויף פארקערט??