אישתישבי האט געשריבן:מען מוטשעט זיך גענוג צו וויסן וואס דער בעש"ט האט בכלל מחדש געווען, קומט איינער און טענה'ט אז לא די ווייסט ער פונקטליך וואס דער בעש"ט האט מחדש געווען, נאר ער ווייסט נישט צו גלייבען אויך. ממש א שפיץ.
אישתישבי האט געשריבן:גיי טענה זיך מיט א בוקאווינע ע"ה
אישתישבי האט געשריבן:און טאמער וועסטו לערנען בעל שם טוב על התורה, איז עס אויך נאר וואס מען ברענגט אין זיין נאמען, און די חידושים זענען נישט עפעס אזוי גרויס אז מען זאל פארדעם מאכן א גרויסע וואוסנאט צו זאגען "איך גלייב נישט".
אישתישבי האט געשריבן:בארואיגט אייך בוקאווינע, און נאך דעם וואס איך וועל אדורך לערנען תניא, וועל איך וויסן וואס דער תניא איז מחדש, און אזוי מיט יעדעס חסידיש ספר.
און טאמער וועסטו לערנען בעל שם טוב על התורה, איז עס אויך נאר וואס מען ברענגט אין זיין נאמען, און די חידושים זענען נישט עפעס אזוי גרויס אז מען זאל פארדעם מאכן א גרויסע וואוסנאט צו זאגען "איך גלייב נישט".
וואס פונקטליך גלייבט ער נישט? אין דער בנקל ללמוד ולפרש? העלאו!!! איך גלייב יא!!! איז וואס? איז עס עפעס מחייב???
ר' שבת, איך ווייס נישט ווי די שטייסט היינט, צו ביי דער אינדיאנער מאנקיס, צו דער אהבת ישראל, צו שוואנצאנעס, אבער מיט דיין בוקאווינע טפשות זאלסטו דיך נישט גרויס האלטען, ווייל עס איז באמת נישטא מיט וואס.
calculator האט געשריבן:די מעשה איז פינקט פארקערט ווער עס גלייבט אינעם "עושה מעשה בראשית" אין אויך אינעם "בעש"ט" איז דאך אן עובד ע"ז בשיתוף.
נאר דער וואס גלייבט נישט אז די תורה פינעם בעש"ט איז תורת אמת איז אן אפיקורס פונקט ווי איינער גלייבט נישט אין די תורה פין די אנדערע חכמי ישראל, "נישט אז איך ווייס וואס ער האט מחדש געווען אין אינזער תורה אין וואס זיין תורה איז", נאר פונקט ווי ביי א יעדע אנדערע גדול וואס איז געווארן אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל אז ער איז א גדול בישראל, איז איינע פין די יסודות פין אינזער "דת" איז צי גלייבן אז די תורה פין די חכמי ישראל איז אמת אפילו די ווייסט נישט וואס זיי האבן געזאגט אין אפילו די ווייסט יא נאר די נעמסט עס נישט אן אויף למעשה, פארלאנגט אינזער דת אויך צי גלייבן אז תורתם איז תורת משה מסיני.
וואס מען דארף יא אריין טראכטן איז אז למעשה היינט ווען איינער קומט אויף אין אין ער איז חוקר אין די חכמי ישראל, איז רובא דרובא מאל נעמט זיך עס נישט ווייל ער וויל נאר גלייבן נאר אויב ער גייט פארשטיין אין אויב ער איז מברר אז עס איז נישט אמת הערט ער עס אויף צי גלייבן אויב אזוי קומט אויס אז ער איז אן אפיקורס, נאר רוב מאל קומט עס סתם ווייל ער וויל ציען אן אויג, אז ביז יעצט האט יעדער געמיינט אז 1+1 = 2 ניין איך גיי ענק ווייזן אז עס איז 1+1 = 3 אין משורש קען עס קומען פין אסאך סיבות אויב אזוי איז נישט ווייל באמת אינטערסירט אים נישט צי גלייבן אויב אזוי דארך מען פונקטליך וויסן פארוואס ער וויל נישט גלייבן, כדי אים צו אפסקענען פאר אן אפיקורס.
יעצט "שבת אחים לאמיר זעהן וועלעכע "תוארים" די וועסט אויסטרעפן אויף מיר?
שיטה מקובצת האט געשריבן:א נושא וואס כ'האב שוין אמאל גערעדט פון דעם, אבער יעצט איז עס אויפ'ן טיש.
עס פארט יעצט ארום א סעריע פון וואויזנאוטס פון א קענטיגע בר דעת איבער פארשידענע ענינים העומדים ברומו של עולם, ווי קבלה, זוהר, חסידות, פסקי רבנים, הוצ"ל, ועוד ועוד. נישט מיט אלעס בין איך מסכים מיט אים, אבער למעשה זאגט ער אסאך שיינע און אמת'ע זאכן. איינע פון די זאכן ואוס ער זאגט איז בנוגע דעם בעל שם טוב. ער זאגט אז לכאורה איז דער בעל שם טוב געווען אן עהרליכער מענטש, נישט איינער וואס האט געוואלט פארנארען אנדערע מענטשען, אבער ער איז געוועהן נאאיוו און האט געגלייבט פארשידענע נארישקייטן וואס פריערדיגע פון אים האבן פארקויפן.
מ'קען זיך קריגען צו וואס ער זאגט איז אמת אדער נישט, אבער איך הער פארשידענע רעאקציעס פון מענטשען אז ער איז א "אפיקורס". איך וויל פארשטיין לשיטתם, אפילו אויב מ'מוז גלייבן אין בעש"ט, און אפילו אויב יענער זאגט נישט אמת'ע זאכן וועגן דעם בעש"ט, איז איינער ואוס זאגט די זאכן א אפיקורס? איז גלייבן אין בעש"ט איינע פון די י"ג עקרים?
בעל אור החיים נבג"מ בודאי חיבר ספרו ברוח הקודש. אך לא הוא לבדו, רק כל מחבר, אפילו בדורינו, אם הוא ראוי לכך, חיבר ספרו ברוה"ק... ולכן המלמד המכחיש רוח קדשו של אור החיים הוא אפיקורס שאינו מאמין בגדולי הדור שהעידו עליו שהיה ראוי לרוח הקודש. והמלמד הזה כפר בעיקר רוח הקודש וליעג על דברי הש"ס ב"ב הנ"ל. ויפה עשיתם שלא עזבתם את בניכם בידו וייש"כ בזה.
אישתישבי האט געשריבן:בארואיגט אייך בוקאווינע, און נאך דעם וואס איך וועל אדורך לערנען תניא, וועל איך וויסן וואס דער תניא איז מחדש, און אזוי מיט יעדעס חסידיש ספר.
און טאמער וועסטו לערנען בעל שם טוב על התורה, איז עס אויך נאר וואס מען ברענגט אין זיין נאמען, און די חידושים זענען נישט עפעס אזוי גרויס אז מען זאל פארדעם מאכן א גרויסע וואוסנאט צו זאגען "איך גלייב נישט".
וואס פונקטליך גלייבט ער נישט? אין דער בנקל ללמוד ולפרש? העלאו!!! איך גלייב יא!!! איז וואס? איז עס עפעס מחייב???
ר' שבת, איך ווייס נישט ווי די שטייסט היינט, צו ביי דער אינדיאנער מאנקיס, צו דער אהבת ישראל, צו שוואנצאנעס, אבער מיט דיין בוקאווינע טפשות זאלסטו דיך נישט גרויס האלטען, ווייל עס איז באמת נישטא מיט וואס.
מור וקציעה האט געשריבן:שיטה מקובצת האט געשריבן:א נושא וואס כ'האב שוין אמאל גערעדט פון דעם, אבער יעצט איז עס אויפ'ן טיש.
עס פארט יעצט ארום א סעריע פון וואויזנאוטס פון א קענטיגע בר דעת איבער פארשידענע ענינים העומדים ברומו של עולם, ווי קבלה, זוהר, חסידות, פסקי רבנים, הוצ"ל, ועוד ועוד. נישט מיט אלעס בין איך מסכים מיט אים, אבער למעשה זאגט ער אסאך שיינע און אמת'ע זאכן. איינע פון די זאכן ואוס ער זאגט איז בנוגע דעם בעל שם טוב. ער זאגט אז לכאורה איז דער בעל שם טוב געווען אן עהרליכער מענטש, נישט איינער וואס האט געוואלט פארנארען אנדערע מענטשען, אבער ער איז געוועהן נאאיוו און האט געגלייבט פארשידענע נארישקייטן וואס פריערדיגע פון אים האבן פארקויפן.
מ'קען זיך קריגען צו וואס ער זאגט איז אמת אדער נישט, אבער איך הער פארשידענע רעאקציעס פון מענטשען אז ער איז א "אפיקורס". איך וויל פארשטיין לשיטתם, אפילו אויב מ'מוז גלייבן אין בעש"ט, און אפילו אויב יענער זאגט נישט אמת'ע זאכן וועגן דעם בעש"ט, איז איינער ואוס זאגט די זאכן א אפיקורס? איז גלייבן אין בעש"ט איינע פון די י"ג עקרים?
סאיז דאך דא דער באקאנטער תשובה פון דברי חיים (ח"ב יו"ד סימן קה) וועגען א מלמד וואס האט געזאגט אז דער ספר אור החיים איז געשריבען געווארען לפי רב חיליה של בעל אוה"ח אבל מהיכא תיתי ברוח הקודש , דער צאנזער רב זאגט אז יענער איז אן אפיקורס און אז מדארף אים מעביר זייןבעל אור החיים נבג"מ בודאי חיבר ספרו ברוח הקודש. אך לא הוא לבדו, רק כל מחבר, אפילו בדורינו, אם הוא ראוי לכך, חיבר ספרו ברוה"ק... ולכן המלמד המכחיש רוח קדשו של אור החיים הוא אפיקורס שאינו מאמין בגדולי הדור שהעידו עליו שהיה ראוי לרוח הקודש. והמלמד הזה כפר בעיקר רוח הקודש וליעג על דברי הש"ס ב"ב הנ"ל. ויפה עשיתם שלא עזבתם את בניכם בידו וייש"כ בזה.
בקיצור ביי אנ"ש הייסט דאס כפירה גמורה
גלייבן אין דברי חיים איז אויך נישט פון די י''ג עקרים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דער גר"א האט געזאגט פאר זיין תלמיד הרב חיים וואלאזינער אז די השגות פון דער בעש"ט זענען געקומען פון מגידים און שאלות חלום, וואס די זאכען הייסען נישט תורה. גילויים יא, אבער נישט תורה. ממילא זענען זיי גארנישט און קיינעם מחייב און זיי גייען נישט אריין אין תורה. דער וואס לייקענט די זאכען לייקענט נישט קיין תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט